נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

פארוואס קומט איר צו ווערן פארניכטעט?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מומחה עצום האט געשריבן:יישר כח זאכליך פארן באריכט, ווי באקאנט האט קאסיני צוגעהאלפן באשטעטיגן די רעלאטיוועטי טעאריע פון איינשטיין.

נישט געוויסט דערפון, אדרבא פארצייל אונז.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס קומט איר צו ווערן פארניכטעט?

די פאוער לויפט אויס און נאס"א וויל נישט אז ס'זאל פליען אן קאנטראל, דערפאר וועלן זיי עס ענדערש פארניכטן.

ספעציעל זענען זיי באזארגט איבער סעטוראן'ס לבנה טייטון, טייטון האט א ווארעמע טעמפעראטור מיט וואסערן, אויך האבן זיי געטראפן דארט מייקראובס, און נאס"א שאצט אז מ'קען טרעפן לייף אויף טייטון, ממילא ווילן זיי זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט געשעדיגט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איז מעגליך אונז אביסל צו געבן די ידיעה, וואס אלץ מען איז געוואויר געווארן דורך דעם מאשין?
יישר כח, בכ"ף רבתי...
חנן בן עכבור
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנן בן עכבור »

זאכליך האט געשריבן:אויב זעהט איר אן אסטראנאמער גייט ארום צוטראגן און טרויעריג זאלט איר וויסן פארוואס.

און די אסטראנאמיסטן קוקן נאך אירע לעצטע אטעמען מיט בענקשאפט און טרויער.

אהא, דער צובראכענער יונגערמאן היינט אינדעפרי אין ביהמ"ד ביסטו געווען? :grin:

א ריזיגן ישר כח פאר דיינע שטענדיגע אפדעיטס דא, קלאר און געשמאק באשריבן און זייער אינטערעסאנט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יישר כוח פאר אלע באדאנקער.

---

אי"ה מארגן פארטאגס אום 6:30 הייבט זיך אן די ספעציעלע הספדים פאר קאסיני, ווען נאס"א גייט האבן א לעבעדיגע פיד וויאזוי די ספעיס שיף טראסקעט אריין אין די שבתאי אטמאספער מיט א שנעלקייט פון 76 טויזנט מייל פער שעה.

אין די לעצטע מינוטן פון איר לעבן גייט עס שטודירן די אטמאספער פון סעטוראן אין צוריקשיקן די אינפארמאציע צו די סייענטיסטן אויף ערד, ס'נעמט איבער א שעה פאר די דאטא צו טרעוולן פון דארט ביז אונז, דאס מיינט אז די ספעיס שיף גייט שוין לאנג נישט זיין במציאות, ווען די אינפארמאציע גייט אנקומען צו אונז.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

דאס איז וואס קאסיני גייט זעהן די לעצטע סקונדעס פון איר לעבן, די ערשטע מענטשלעכע אבדזשעקט צו זעהן די רינגען פון סעטוראן פון די אינעווייניגסטע זייט פון די רינגען.
אטעטשמענטס
SATURN_SUN_VIEW.jpg
SATURN_SUN_VIEW.jpg (112.49 KiB) געזען 2786 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

בד"ה קאסיני איז שוין מער נישטא... כליפ כליפ... :-(

אבער, מיר קענען זיך טרייסטן אז ער האט נישט אזויפל געליטן... ביזן לעצטן מינוט איז ער געווען ביי זיך... און נישט געהאט קיין צער...

וויצן אין א זייט. די מיסיע איז אפיציעל געקומען צו אן ענדע, אבער די סייענטיפישע און אסטראנאמישע ערפינדונגען וועלן בלייבן אויף אייביג אין פילן זון פון ווארט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די בילדער זענען שוין אנגעקומען?
...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

DJwDEQrWsAEjrcX.jpg
DJwDEQrWsAEjrcX.jpg (109.84 KiB) געזען 2688 מאל
אטעטשמענטס
DJsMU5zW0AEbjcr.jpg
DJsMU5zW0AEbjcr.jpg (90.52 KiB) געזען 2688 מאל
aVMEX1K_700b.jpg
aVMEX1K_700b.jpg (38.63 KiB) געזען 2688 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

זאכליך דו ביסט עפעס אויסערגעווענליך... שטיק הארץ און נשמה... WOW !!! ...
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

פיין געשריבן זאכליך...
קיינמאל געוויסט אז קאסיני עקזעסטירט אפילו אבער נאכן ליינען זאכליך׳ס באריכט בין איך געווארן זייער איבערגענומען ביז גאר פין קאסיני ברוטאלע פארנוכטונג... ס׳האט מיר געקאסט א טרער
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וואס איז די פיועל סארס? (33קג) בכלל, וואס איז די ]יועל סארס אויך ספעיס שאטלן, און, צו קען מען נוצן עלעקטריק דערפאר (סאלער)?
...
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1965
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

א דאנק אייך פאר די אלע אינפארמאציע, איך וואלט נישט געגלייבט אז איך וועל נאך אמאל האבן אזא אינטערעסע אין דעם סאבזשעקט!
דאס איז א סופער ארבעט!
אויב מעגליך, כאטש בקצרה, צו באריכטן וואס אלץ מען האט בענעפיטירט פון דעם מאשין, יישר כח רבתי.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

#NASA JPL Control Center moments after losing contact with the Cassini probe as it burned up while re-entering Saturn's atmosphere, officially ending its 20 year mission to explore the 'crown jewel'.
IMG_20170915_130431.jpg
IMG_20170915_130431.jpg (79.41 KiB) געזען 2624 מאל
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

זאכליך האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס קומט איר צו ווערן פארניכטעט?


ספעציעל זענען זיי באזארגט איבער סעטוראן'ס לבנה טייטון, טייטון האט א ווארעמע טעמפעראטור מיט וואסערן, אויך האבן זיי געטראפן דארט מייקראובס, און נאס"א שאצט אז מ'קען טרעפן לייף אויף טייטון, ממילא ווילן זיי זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט געשעדיגט.

זייער הארצרייסענד..

מיינעך יעדער זאל זיך עפעס אונטערנעמען לעילוי נשמתה, נעבעך אזוי יונג פארשניטן געווארן אלעס צוליב א אזא גלאוביל ווארמינג טעאריע, נישט חרוב צו מאכן די מעגליכע מיקראבן וואס געפונען זיך אויף עפעס א לבנה דארט, וואס וועלן נישט קענען פארנעמען די קליימעט טשעינדש,

דארף מען זעהן טראמפ זאל אויסקלינען נאסא פון די אלע ליבעראלע סייענטיסטן..
--

ישר כח @זאכליך פאר דיינע געשמאקע שטענדיגע אפדעיטס דא!
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

עין טובה האט געשריבן:וואס איז די פיועל סארס? (33קג) בכלל, וואס איז די ]יועל סארס אויך ספעיס שאטלן, און, צו קען מען נוצן עלעקטריק דערפאר (סאלער)?

כ'האב נישט פונקטליך פארשטאנען דיין שאלה, אבער כ'וועל פרובירן צו ענטפערן לויט וויאזוי איך ליין עס.

סאולער איז גוט צו פאוערן די קומפיוטער סיסטעם און די אינסטרומענטן, אבער מ'קען עס נישט ניצן צו דרייוון די ספעיס שיף.

צו דרייוון דעם שיף דארף מען האבן ברענשטאף, וואס פון די אויפרייס שטיפט זיך עס אוועק צו די ריכטונג ווי מ'וויל פליען (ע"ע די 3טע געזעץ פון ניוטאן).
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שואלכענין האט געשריבן:א דאנק אייך פאר די אלע אינפארמאציע, איך וואלט נישט געגלייבט אז איך וועל נאך אמאל האבן אזא אינטערעסע אין דעם סאבזשעקט!
דאס איז א סופער ארבעט!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

זאכליך האט געשריבן:יישר כוח פאר אלע באדאנקער.

---

אי"ה מארגן פארטאגס אום 6:30 הייבט זיך אן די ספעציעלע הספדים פאר קאסיני, ווען נאס"א גייט האבן א לעבעדיגע פיד וויאזוי די ספעיס שיף טראסקעט אריין אין די שבתאי אטמאספער מיט א שנעלקייט פון 76 טויזנט מייל פער שעה.

אין די לעצטע מינוטן פון איר לעבן גייט עס שטודירן די אטמאספער פון סעטוראן אין צוריקשיקן די אינפארמאציע צו די סייענטיסטן אויף ערד, ס'נעמט איבער א שעה פאר די דאטא צו טרעוולן פון דארט ביז אונז, דאס מיינט אז די ספעיס שיף גייט שוין לאנג נישט זיין במציאות, ווען די אינפארמאציע גייט אנקומען צו אונז.



עס האט פאסירט א מאדנע זאך מיט דעם קאסיני. זי/ער האט נאך מאריך ימים געווען גאנצע 30 סעקונדעס שפעטער ווי מ׳האט פרעשעקטעד יציאת נשמה.

זיי פארשטייען נישט וויאזוי עס האט נאך געקענט שיקן סיגנאלן נאכן אריינקראכן אין סעטורנ׳ס אטמאספערע אין גאלאפ פון 77 אלפים מפש.

אבי זיי זענען שוין מודה אז ס׳דא זאכן וואס זיי פארשטייען נישט.
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע: checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

און איך רוף אים שוין אזוי לאנג ס'אסיני...
וויאזוי צו שפילן שאך

שלעכטע נייעס פאר ביידן! סאיז דערנאך מיט טראמפ... צייט פאר א קריסטי אדמיניסטראציע!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ווייס פרעזידענט מייק פענס די פירער פון די ספעיס קאנסול האט געמאלדן אז אמעריקע גייט צוריק צו די לבנה אלס א מיטל שטאפל אנצוקומען צו מארס.

לויטן פלאן גייט נאס"א שיקן אסטראנאטן אין די לבנה'ס ארביט ביז 5 יאר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אסטראנאמיסטן זענען אין גאר א געהויבענע שטימונג, נאכדעם וואס ס'איז געלונגען צו אבזערווירן ווי 2 נוטראן שטערן קראכן צוזאם, דאס איז א גאלד גריב און פילן זין פון ווארט פאר זיי. דעטאלן וועלן נאכפאלגן.

געוויסע רופן עס "די אנטדעקונג פון יאר 2017".
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

פנחס גלויבער האט א שיינע שמועס אויף קול מבשר 3-9-2 וועגן די נוטראן שטערנס און וועגן זייערע מאסיווע כוחות. הערנדיג די ציפערן פון די ווייטקייט, די עקסטרעם שטארקע כוח המושך, די אויסטערלישע געדיכטקייט וואס הערשט דארט, האב איך געטראכט וויאזוי איז מעגליך צו וויסן די פונקטליכע ציפערן פון אזויפיל ליכט יארן אוועק?

אפשר קען איינער שרייבן א הסבר
פאר קריטיק דריקט דא
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1610
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

זאכליך האט געשריבן:אסטראנאמיסטן זענען אין גאר א געהויבענע שטימונג, נאכדעם וואס ס'איז געלונגען צו אבזערווירן ווי 2 נוטראן שטערן קראכן צוזאם, דאס איז א גאלד גריב און פילן זין פון ווארט פאר זיי. דעטאלן וועלן נאכפאלגן.

געוויסע רופן עס "די אנטדעקונג פון יאר 2017".


יא. א גאלד גרובן... אבער אויך געמיש מיט כפירה, ווייל לויט זייערע חקירות זינען אלע שווערע מעטאל אויף דעם עולם (גאלד, פלוטאניום וכו׳) פאסירט דורך אזעלכע ערספלוזיעס אין ווייטן ספעיס.

זיי זאגן אז ביי די דאזיגע נוטראן שטערן צונויפשטויס, איז געשאפן געווארן ביליאנען טאנען גאלד, פון די אסטראנאמישע היצן.

גיי גלייב זיי...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וויאזוי שיינט א שטערן? די אנגענומענע הסבר איז אז, צוליב די גרויסע מאסע פון די שטערן ווערט די צענטער פון די שטערן זייער שטארק צודריקט, אזויווי ווען 10 מענטשן ליגן איינער אויפן צווייטן ווערט דער אינטערשטער סאך מער צוקוועטשט ווי דער פון אינמיטן...

צוליב די גרויסע דריק געשעהט נוקלעאר פיושין (fusion) דאס הייסט 2 אטאם'ס ווערן איינס, למשל 2 היידראדזשין אטאם'ס ווערן איין היליאום אטאם, און בשעת ס'שטעלט זיך צוזאם בלייבט איבער א פראטאן פאריתומט און ס'ווערט קאנווערט'ט צו ענערגיע (דא קומט אריין איינשטיין'ס most famous equation פון E=MC^2).

די ענערגיע וואס ווערט געשאפן זוכט צו אנטלויפן, און לויפט ארויס פון די צענטער פון די שטערן צו די אויבערפלאך און פון דארט צושפרייט זיך די עלעקטרא כוואליעס איבער די גאנצע בריאה אויף די גאנצע עלעקטרא מאגנעטישע ספקטרום.

ווען די שטערן האט שוין אויפגענוצט אלע אירע היידראדזשין אטאם'ס, אויב איז עס גענוג גרויס וועט עס אנהייבן צו פיוזן שווערע אטאמען ווי למשל היליאום און עס ברענגעןצו העכערע לעוועלס פון אטאמען א א וו.

ווען די שטערן קומט אן צו א מצב אז ער איז אויסגעלאפן פון אטאם'ס וואס ער קען צוזאמען שטעלן, אויב איז ער א קליינע שטערן וועט עס זיך צוביסלעך אויסקילן און ווערן א טונקעלע קאלטע שטערן.

אויב אבער איז ער גענוג גרויס גייט די גרויסע דריק פון די גראוועטי איבערגעוועלטיגן די סטרוקטור פון די שטערן און די שטערן גייט גיין "סופערנאווע", דאס איז טייטש די שטערן גייט צוזאם פאלן און ווערן צודריקט אויף אפאר מייל אין דייאמעטער און די דרויסענדיגע שיכטן גייען ווערן אוועקגעשאסן אריין אין ספעיס אלס וואלקענעס פון אלע מיני מאטריאל.

און די צענטער וואס בלייבט איבער ווערט א "נוטראן שטערן"

וויאזוי ווערט עס אזוי קליין? ווייל יעדע אטאם איז באמת כמעט ליידיג, די פראטאן'ס און נאטראן'ס ליגן אינמיטן און די עלעקטראנ'ס פליען ארום אין ארביט מיט אסאך ליידיג פלאץ אינצווישן. צוליב די גרויסע דריק פון די סופערנאווע ווערן אלע אטאם'ס צודריקט און ס בלייבט גארנישט קיין ליידיג פלאץ אין די אטאם'ס.

א געווענדליכע נוטראן שטערן איז אינטער 10 קילאמעטער ברייט אבער אנטהאלט אין זיך די מאסע פון אפאר מאל אונזער זון. די גראוועטי דארט איז משונה'דיג שטארק, און ס'דרייט זיך ארום ווי א דריידל מיליאנען מאל א סקונדעס, און אויך האט עס א גאר שטארקע מאגנעטאספער.

צו אויסמשלן די קאנצעפט פון צודרוקן אן אטאם ביזן נוטראן לעוועל, אויב מ'וועט נעמען גאנץ מאנהעטן מיט אלע געביידעס, מענטשן, טרעפיק, וכו' און עס צוזאמדריקן ביזן נוטראן לעוועל וועט עס ווערן אזוי גרויס ווי א מעטשבאקס!

די סיבה פארוואס גראוועטי איז דארט אזוי שטארק, איז ווייל ביי גראוועטי איז די כלל אז ווי ווייטער מ'איז פון די צענטער פון די פלאנעט אלס שוואכער ווערט די גראוועטי. ממילא א גרעסערע פלאנעט כאטשיג די גראוועטי איז שטערקער צוליב די גרעסערע מאסע, דארף מען אבער נעמען אין חשבון אז מ'געפינט זיך ווייטער פונעם צענטער. משא"כ ביי א נוטראן שטערן וויבאלד די מאסע איז צודריקט געפינט מען זיך גאר נאנט צום צענטער.

אויב דער שטערן פארן צוזאמפאלן איז גאר גרויס וועט די גראוועטי פון די נוטראן שטערן ווערן אזוי שטארק שנעלער ווי די ספיד אף לייט, אזוי אז אפילו ליכטיקייט גייט נישט קענען אנטלויפן פון איר גראוועטי, און דאס רופט זיך א... בלעק האול, א שווארצע לאך.

די גאנצע מציאות פון בלעק האולס האט איינשטיין פארגעשאצט מיט זיין גענעראל טעאריע פון רעלאטיוויטי, און ער האט אויך פארגעשאצט אז 2 בלעק האולס (און אזוי אויך 2 נוטראן שטערן'ס) קראכן צוזאם וועט די ספעיס-טיים ווערן צושאקעלט און ס'וועט ארויסשיקן גראוועטי כוואליעס איבער די ספעיס-טיים אויף אסטראנאמישע ווייטע שטערעקעס.

גאנץ לעצטענס האבן סייענטיסטן געמאכט אן אינסטרומענט וואס ווערט גערופן LIGO, צו קענען דערשפורן גראוועטי כוואליעס פון שוין באריכטעט דא.
viewtopic.php?p=1183325#p1183325

איבער די לייגאו אינסטרומענט וואס כאפט אויף גראוועטי כוואליעס
viewtopic.php?p=1455085#p1455085

נאך איבער שווארצע לעכער
viewtopic.php?p=1426336#p1426336

אבער ביז דערווייל האבן זיי נאר אויפגעכאפט וויאזוי 2 שווארצע לעכער קראכן צוזאם, וואס דעמאלט קען מען גארנישט דיטעקטן אויף די עלעקטרא מאגנעטישע כוואליעס ווייל אלע כוואליעס בלייבן פארכאפט אין די גראוועטי. אסאך זענען געווען סקעפטיש צו די לייגאו אינסטרומענט כאפט טאקע אויף ריכטיג, זיי האבן געווארט אויף די געלעגנהייט ווען 2 נוטראן שטערןס וועלן צוזאם קראכן ווייל דעמאלטס גייט מען עס קענען זעהן מיט די טעלעסקאופ'ס אויך.

און די געלעגנהייט איז אנגעקומען...

אוגוסט 17 8:41 אינדערפרי האט לייגאו אויפגעכאפט א גראוועטעישאנעל כוואליע, געציילטע סקונדעס שפעטער האט אן אייראפעישע געעמע כוואליע אבזערווירער (גערופן פערמי) אויפגעכאפט געממע כוואליעס דורכפליען אונזער פלאנעט. (וואס אגב דאס איז די ערשטע דורכברויך אז מ'זעהט אז די סייענטיסטן זענען גערעכט געווען מיטן פארשאצן אז די שעדליכע געממע כוואליעס וואס קומט פון אזא קראך פליט כמעט ווי די ספיד אף לייט).

גלייך האט זיך אנגעהויבן די זוך אקציע צו טרעפן ווי די שטערןס געפונען זיך צו קענען רעקארדירן די גאנצע זאך.

קיינע פון די אבזערווירער אינסטרומענט האט נישט געקענט אנצייגן גענוי פון וואו די כוואליעס קומען, אבער בערך האבן זיי געקענט אנצייגן פון וועלכע זייט עס קומט, אדער א געוויסע שטח פון וואו ס'קומט.

ווען מ'האט צוזאמען געשטעלט אלע 3 אינסטרומענטן פון וועלכע שטח ס'האט געקענט זיין איז מען געבליבן מיט א קליינע שטח אויפן הימל פון וואו ס'קומט, אבער אפילו די קליינע שטח אנטהאלט בערך 20 גאלאקסיעס.

גלייך האט מען ארויסגעשיקט א מעמאו פאר אלע טעלעסקואפס אז מ'זוכט א שטערן פון צווישן 20 גאלאקסיעס, ווי א נאדל אין א הויפן שטרוי... איבער זיבעציג טעלעסקואפס האבן זיך אנגעשלאסן אין די זוך אקציע. ס'האט נישט לאנג געדויערט און א געוויסע טעלעסקואפ האט געטראפן די שטערן אין די גאלאקסיע NGC 4883 וואס געפינט זיך אין די היידרא קאנסטאלעישאן, בערך 130 מיליאן ליכט יאר ווייט!

דעמאלסט האבן אלע טעלעסקואפס געריכטעט זייער אויגן אהין און מ'האט אויפגעכאפט שטראלן אויף די גאנצע ספעקטרום, און די חידוש איז געווען אז ס'האט אלעס געשטימט מיט וואס מ'האט פארגעשאצט, כאטשיג ס'איז די סאמע ערשטע מאל וואס מ'האט רעקארדירט אזא פאסירונג.

סייענטיסן האבן יעצט די ערשטע מאל געזעהן וויאזוי גאלד אדער פלאטונום ווערט באשאפן, ווייל גאלד ודומה לו זענען פון די שווערסטע עלעמענטס פון די בריאה און אפילו סופערנאווע איז נישט גענוג פאוערפול צו מאכן די גאלד אטאם'ען.

זיי האבן אויסגערעכנטאז פון די קילאנאווע איז באשאפן געווארן אזויפיל טאן גאלד און פלאטונום אזוי גרויס ווי 10 מאל די גאנצע ערד!...
אטעטשמענטס
171016-pulsar-mn-1250_67efa215e41d463b05d4ce0cb9b53729.gif
171016-pulsar-mn-1250_67efa215e41d463b05d4ce0cb9b53729.gif (725.81 KiB) געזען 3120 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”