נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אויפגעפרישט האט געשריבן:עניוועס הער איך אז נאסא פלאנט אין תש25 ארויף שיקן צו די זון . . .

נישט קיין מענטשן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ווייס פרעזידענט מייקל פענס האט אין א רעדע געמאלדן אז מ'גייט עפענען א פיפטע אפטיילונג פון די מיליטער, די ספעיס פארס.

ביי זיין רעדע האט ער שטארק ארום גערעדט איבער די סכנות און פראוואקאציעס וואס אמעריקע קען אויסשטיין אויב מ'האלט נישט קאנטראל אין ספעיס, און אז אמעריקא גייט דארט ווייטער אנהאלטן פירערשאפט, און די זעלבע צוזאק פון פרייהייט וואס אמעריקא שטעלט פאר אויף די ערד וועט מען מיטנעמען אין ספעיס.

ביים אויספיר פון זיין רעדע האט ער נאכגעזאגט א פסוק פון תהילים (קל"ט ט') אשא כנפי שחר אשכנה באחרית ים, אם אסק שמים, גם שם ידך תנחני ותאחזני ימינך, און מיט א וואונטש אז זיי זאלן מצליח זיין אויפן לאנגן וועג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

זאכליך האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:עניוועס הער איך אז נאסא פלאנט אין תש25 ארויף שיקן צו די זון . . .

נישט קיין מענטשן.

תש25?.. כ׳האב יעצט געהערט אויף קולמא אז מ׳האט אפגעשטופט א היינט געפלאנטע ארויפשיס אויף מארגן..
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

@זאכליך, שקויעך פאר דיין באריכט. אגב, איינער האט שוין געווידמעט א ספעציעלער ״ספעיס פארס״ אשכול. ס׳איז דיינס!

viewtopic.php?p=1697418#p1697418
רשעות קאלטע סעלצער
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

WOW מהאמיר @זאכליך פול פורס.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נאסא וויל בויען א נייע ספעיס סטאנציע נעבן די לבנה, מיטן פלאן אז מענטשען זאלן לאנדן אום תש''24 אויף די סטאנציע.

דערנאך זאל מען עס עקסטענדען אז מענטשען זאלט טראוולען פון די סטאנציע צו די לבנה, אהין און צוריק. די איצטיגע פלאן פאר מענטשען אויף די לבנה איז אום תש26
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

א נאסא בילד\ רענדערינג.

די קליינע בלויע טאבע איז אינזער וועלט
אטעטשמענטס
rendering of new space station.jpg
rendering of new space station.jpg (128.1 KiB) געזען 2316 מאל
זקן מלא רחמים.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

האט עס א מטרה?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:חלומות..

אזאנע וויכטיגע מיטונגען.. כ׳האָף נאר אז ס׳גייט נישט אויפן חשבון פון שטייער צאלער.

ניין, נישט אויף דיין חשבון, אפילו אויב די צאלסט מכס געהעריג...
אין פאקט מאסק האט שוין געשפארט פאר די רעגירונג מיליאנען דאלער (מעגליך אפילו ביליאנען)
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קומט שוין אריין מער פרטים.

דער נאסא טשעירמאן האט געגעבן עטליכע ספיטשעס ווי ער רעדט אביסל מער דיטאלן איבער די לבנה פלענער, אצינד קוקט עס אויס ערענסטער ווי סתם ליפטיגע גראפישע פאמפלעטן, אצינד קוקט עס אויס ווי א ערענסטער "פלאן"

דער פלאן- פארט נאר א פלאן...- איז אז מען גייט צו די לבנה און מען איז "דעיר טו סטעי" שאטלען אהין און צוריק.

דער נאסא טשעירמאן זאגט אז דאס איז נאר מעגליך וויבאלד די פרייוואטע קאמפאניס האבן אהערגעשטעלט רי-יוזעבל ראקעטס, ד.ה. מען קען איבערניצן די ראקעטס, ער האט אויסגערעכנט אז אין די פארגאנגענהייט האט מען געצאלט צענדליגער ביליאנען דאללער פאר די יעדן ראקעט באזינדער, אבער די פריוואטע קאמפאניס טוען דאס אויף א דראמאטיש ביליגערע קאסט, דאס טוט ערמעגליכען די פרישע פלענער צוריק צו גיין צום לבנה.

אגב רוסלאנד האט זיך אויך ערענסט אריינגעלייגט און די איבערניצענדע ראקעט טעכנאלאגיע.
זקן מלא רחמים.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

וואס איז די אויפטו פון זיין דארט אויבן?
עס וועט דינען אנשטאט די ספעיס סטאנציע?
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

וואס איז מיט די שאטל צי די זין עס איז געוועין א סקסעס ?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך בין נישט אין ספעיס, איך מיין צי זאגן "דערינען", איך ליין נאר אביסל דא און דארט ווען די אינטערעסע כאפט מיר אן, אשר על כן קען איך נישט עכט ענפערען אויף שאלות, איך ענטפער יא אבער נעם עס נישט אן ווי תורת לאקשן.

"זאכליך" איז דערינען און עס קוקט אויס ווי ער איז ממש דארט ווייל מען הערט נישט פון עם, ווען ער העט צוריקקומען זאל מען עם איבערפרעגן אלע שאלות, ויתרץ קושיות ואבעיות.

----

שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

אבער זארג זיך נישט די מצב ווערט בעסער און בעסער פון טאג צי טאג, לויטן פלאן וועט די סאטילעט פארבייפליען קארגע 3.8 מילליאן מייל פון די זון ביי א שנעלקייט פון 430.000 מייל פער שעה אום יארע 2024 למס'

--
די אויפטו פון זיין נענטער צי די לבנה איז בעיקר ווייל די פארשונגען זענען העכער אין ספעיס ערלויבענדיג צי שטודירן בעסער וואס עס גייט פאר דארט אויבן, ווי אויך וועט עס ערמעגליכן צו שאטלן אהין אין צוריק צום לבנה לייכטערהייט (רעלאטיוו גערעדט- פארשטייט זיך אז דאס איז זייער קאמפליצירט)

איך האב שוין לאנג געליינט פון פלענער אויפצושטעלן א באזע אויף די לבנה אז מען זאל שיקן ראקעטס פון דארטן צו די העכערע ספערן, אויסער דעם וואס די לבנה וואלט געדינט ווי א סטעפ העכער די ערד ארויפצוגיין צום נעקסטן שטאפל, איז אויך דא נאך א מעלה אז די גראוויטי איז פיל שוואכער ווי די גראוויטי פון די ערד, דאס וואלט געמאכט פיל גרינגער ארויפציפליען נאך העכער.

אבער איך האב נישט געזען איצטערט אז דאס זאל זיין א חלק פון די פלאן
--

דער איצטיגער ספעיס סטאנציע פראגראם איז געווען לכתחילה פלאנירט צו זיין אין דינסט ביז 2015 למס' (בערך), מען האט עס עקסטענדעד אויף ביז 2024 ' און לויטן איצטיגען פלאן וועט דער אינטערנאציאנאלער ספעיס סטאנציע זיכער אפלויפן אום תש''28.

דער נייער ספעיס סטאנציע נעבן די לבנה וועט לכאורה נישט זיין דער ערזאץ ווייל מען וויל האבן א אויג אויף די אטמאספערע נענטער צי ערד, און די נייע סטאנציע וועט לכאורה זיין צו ווייט (זע בילד ווי ווייט דער איצטיגער סטאנציע איז פון ערד און פון לבנה, פארגלייך עס צי די געמאלענע בילדער פונעם געפלאנטן סטאנציע).

אגב, ווען נאסא האט מסביר געווען די פילע אויפטוען פונעם אינערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע, האבן זיי אויסגערעכנט די אחדות וואס עס ברענגט צי די וועלט, ווייל רוסלאנד מיט אמעריקע/ יאפאן/ אייראפע וכו' ארבעטן אלע אויף איין גרויסע אחריות'דיגער פראיעקט, און דאס ברענגט אז מען מוז זיך דורכקומען ווייל יעדער שפירט אז מען קען נישט לאזן די אסטראנאטן דארט אויבן אלץ א כפרה הינדל.

אבער דער נייער סטאנציע איז א פראיעקט דורך נאסא אליין, אן קיין אינטערנאציאנאלע מיטארבעט. אדרבה נאסא זאגט אז דאס ווייזט אז זי שטייט פאראויס פון די איבריגע וועלט און ספעיס עקספלארעישאן טעכנאלאגיע.
אטעטשמענטס
earth small.jpg
earth small.jpg (145.93 KiB) געזען 2085 מאל
moon.jpg
moon.jpg (73.91 KiB) געזען 2085 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

עפעס שטימט נישט דא, דאס קומט אויס צו ווינציגער ווי 8 מייל א שעה, קען דען זיין אז ס'פארט אזוי שטייט? כ'מיין איך וואק שוין באלד שנעלער ווי דאס...
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קניידל פארעם האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

עפעס שטימט נישט דא, דאס קומט אויס צו ווינציגער ווי 8 מייל א שעה, קען דען זיין אז ס'פארט אזוי שטייט? כ'מיין איך וואק שוין באלד שנעלער ווי דאס...

דער גאנצער מייקראוועיוו קאנצעפט איז דאך געבוירן אין ספעיס, ווילסטו פארגלייכען ראקעטס וואס זענען פאבריצירט געווארן אויף די ערד מיט די ספיד פון דיינע שטראלן?

אקעי, עס איז א פשוטע טעות, עס דארף שטיין מייל אנטשטאט פיס
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
שאטל צום זון איז נאך זייער פרי צי וויסן, די סעטעלייט פארט ווי א מעקעלע פאטעיטאס ביי בלויז ניין און דרייסיג טויזנט מיט פינעף הינדערט פיס פער שעה.

עפעס שטימט נישט דא, דאס קומט אויס צו ווינציגער ווי 8 מייל א שעה, קען דען זיין אז ס'פארט אזוי שטייט? כ'מיין איך וואק שוין באלד שנעלער ווי דאס...

דער גאנצער מייקראוועיוו קאנצעפט איז דאך געבוירן אין ספעיס, ווילסטו פארגלייכען ראקעטס וואס זענען פאבריצירט געווארן אויף די ערד מיט די ספיד פון דיינע שטראלן?

אקעי, עס איז א פשוטע טעות, עס דארף שטיין מייל אנטשטאט פיס

וואס זאגט די GPS ווען וועט עס אנקומען?
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

וויי-פיי האט געשריבן:

אויב וועט נישט זיין קיין טרעפיק העט עס זיין ביים שפיץ פון די נסיעה אום 2024 למס'

- עס גייט נישט אנרירן די זון. מען וויל פארשן ארום און ארום די זון, דאכט זיך מיר אז דארט איז נאך הייסער
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ער האט געמוזט אראפ-סלאוען. וועיז האט געמאלדן אז ס'דא א באהאלטענע פאליס...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

בענקעל האט געשריבן:ער האט געמוזט אראפ-סלאוען. וועיז האט געמאלדן אז ס'דא א באהאלטענע פאליס...

:lol:
זקן מלא רחמים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

@דערבארומדיג'ער א דאנק אייך פאר די אינפארמאטיווע שמועס...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

הימל און ערד און... לבנה.

- ספעיס עקס איז אין טיפע צוגרייטונגען פאר לבנה מיסיעס - ווי פריער באריכטעט.

- היינט ליין איך אז לאקהיד מארטין האט שוין אויך א דעזיינט א קאנצעפט פאר א לבנה שאטל

- היינט ליין איך אז זשעף בעזאוס ראקעט קאמפאני - BLUE ORIGIN - האלט אויך טיף אינמיטן "אויספלאנירן" גרייט פאר לבנה טריפס.

ווער עס בלייבט אינטן דער לעצטער זאל געדענקן צו פארלעשן די לעקטער...
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

BLUE ORIGIN צילט צו לאנדן אויף די לבנה און פינעף יאר ארום.

מער דעטאלן זענען נישט באקאנט
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ברעיקינג!

א רוסישע סויאָז ראקעט איז היינט געווען אויפן וועג ארויף צום ספעיס סטאנציעס מיט 2 פאסאזשירן, איין נאסא אסטראנאט און איין רוסישער קאסמאנאט.

אינמיטן וועג האט זיך געמאכט פראבלעם מיט די ראקעט און זיי האבן געדארפט מאכן אן עמערזשענסי לאנדינג.

דעטאלן וועלן נאכפאלגן.

דאס איז שוין די צווייטע דורכפאל פאר די רוסישע ראסקאסמאס אגענטור אין די לעצטע שטיק צייט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

שכח. מיר קוקן ארויס אויף דיין אפדעיט.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

נו? זיי זענען נאך אין די לופט?
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”