נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קיסריה
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

טריליאנען פלאנעטן געפונען געווארן אינדרויסן פון אונזער גאלעקסיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אזוי ווי ס'איז פארכאפט געווארן אין די מאסק ספעיסX נייעס פון די פאלקאן העווי טעסט לאנטש, ברענען מיר עס פריש. ; ואתכם הסליחה.

מיר האבן שוין געשריבן איבער דעם מספר פון שטערנס וואס די אסראנאמער און סייענטיפישע וועלט האבן געמוזט מודה זיין צו די הייליגע ווערטער פון חז"ל, אז עס געפונען זיך טריליאנען שטערן, נישט טריליאנען, נאר טריליאנען X טריליאנען עד אין מספר.

לויט דעם מספר פון שטערן וואס די אסראנעמער האבן באשטעטיגט, קומט אויס איז ס'איז דא מער שטערנס אין די אוניווערס מער פון חול אשר על שפת הים (!)
ס'איז דא מער שטערנס אין די אוניווערס (בריאה) מער פון טראפן וואסער אין אלע ימים אויפן כדור העולם (!)

ווי האבן מיר שוין געשריבן עטליכע מאל אז חוץ פון אונזערע מילקי-וועי גאלעקסיע זענען פאראן טריליאנען אנדערע גאלעקסיעס, און אין יעדע פון די ווייטע גאלאקסיעס געפונען זיך הונדערטער + ביליאנען שטערנס. און אונזער היימישע מילקי-וועי גאלאקסיע וועלכער איז פון די קליינע גאלאקסיעס איז פאראן א מספר פון בלויז בערך 200 ביליאנען שטערנס. די שכינות'דיגע אנדראמידע גאלאקסיע אנטהאלט בערך א טריליאנען שטערנס (יעדע שטערן בערך ווי אונזער זון, ביז א מיליאן +++ די סייז, מעסס, לומינאסיטי (ליכטיגקייט) + וואליום פון אונזער זון-שטערן. אדערע גאלאקסיעס אנטהאלטן נאך מער.


* * *

דאס ווייסן מיר שוין אויך, אז אין אונזער מילקי-וועי גאלאקסיע געפונען זיך א קיימאן לן פון בערך 200 ביליאן פלאנעטן. (חוץ אונזער סאלאר סיסטעם).
אין אונזער סאלאר סיסטעם זענען פאראן די באקאנטע פלאנעטן, שצ"ם חנכ"ל אדער ווי זיי הייסן אין ענגליש, מארס-מאדים, ווינעס-נוגה, דזשופיטער-צדק, סעטארן-שבתאי, מערקורי-חמה, נעפטון, אוראנוס, (מיר זענען נישט מכניס ראשינו בין הסלעים, אין די מחלוקת האסטראנאטן, צי פלוטו איז יא א פלאנעט צי נישט. ואין כאן מקומו).

אלזא, אין אונזער לאקאלע מילקי-וועי ווי מיר געפונען זיך - זענען פאראן 100'ער ביליאנען שטערן און 100'ער ביליאנען פלאנעטן.


* * *

די וואך זענען די אסראנעמער אפירגעקומען אז אינדרוסן פון אונזער גאלעקסיע, אין די שכינות'דיגע גאלאקסיעס, געפונען זיך טריליאנען פלאנעטן וועלכע ארביטן (דרייען זיך ארום) זייער האוסט שטערן. די הונדערטער ביליאנען שטערן האבן יעדער פאר זיך איין אדער מערערע פלאנעטן, יעדער מיט אנדערע פארום, סייז, סייקל, פארמאט, ערדישע-קערפער אדער גאז'ליכע מאססע, ווי אונזער סעטורן (שבתאי) פלאנעט.

צווישן די טריליאנען פלאנעטן זענען פאראן אן א שיעור עקסא-פלאנעטן, וועלכע ענדלען גאר שטארק צו אונזער וועלט, און געט אפעטיט פאר די אסראנאמער צו קענען אביסל חלומ'ען פון טרעפן סיי וועלכע שפרענקעלע פון לעבעדיגקייט (צעלן, אדער וואסער) אדער "לייף" אין סיי וועלעכע פארום ס'זאל נאר נישט זיין.

די אסראנעמער באמערקן אז מ'קען זי ווייטע פלאנעטן נישט זעהן מיט קיין שום טעלעסקאופ, נאר זיי רעכנען דאס אויס דורך "מייקרא-לענסינג", וויאזוי די שטראלן בענדן זיך ארום די פלאנעטן מיליאנען ליכט-יאר אוועק אין אנדערע גאלאקסיעס, צייגט איבער אז די נומער פון פלאנעטן זענען אין די הונדערטער טריליאנען.


באריכט: טריליאנען פלאנעטן אפגעפונען. https://news.nationalgeographic.com/201 ... alaxy-spd/

ועוד חזון למועד אי"ה
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שפרינגער האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:נאט אייך טייערע פריינט!

פעלקאן העווי לאונטש

ביים סוף קען מען זען אביסל וואסער שפריצן, וואס מאכט מיך טראכטן אז ס'איז געשען א פלאטשקע...


אראפגענומען

פארוואס ??? ביטע צוריק לייגן אויב מען קען ?

יוש, כ'האב עס נאך אויך נישט געזעהן, ווער קען עס צוריק לייגן דא?


צוריקגעלייגט

ממה נפשך האט געשריבן:נאט אייך טייערע פריינט!

פעלקאן העווי לאונטש

ביים סוף קען מען זען אביסל וואסער שפריצן, וואס מאכט מיך טראכטן אז ס'איז געשען א פלאטשקע...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די לעצטע בילד פון שטערן-מאן אין די טעסלא ראודסטער, אויפן וועג צו מארס און די עסטרויד בעלט!
אטעטשמענטס
26871349_212376212658777_1327127358112530432_n.jpg
26871349_212376212658777_1327127358112530432_n.jpg (24.4 KiB) געזען 1909 מאל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דאס איז אבנארמאל וויאזוי ער שלעפט יעדעם אריין מיט די פאן אויף א זאך וואס האט ווען געדארפט זיין פון די די ערנסט'סטע זאכן אין די וועלט פון סייענס...
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זאכליך האט געשריבן:די לעצטע בילד פון שטערן-מאן אין די טעסלא ראודסטער, אויפן וועג צו מארס און די עסטרויד בעלט!

דאס מיינט אז די קעמערע לעשט זיך אויס? אויף אייביג?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אזוי האב איך פארשטאנען, די בעטערי איז אויסגעלאפן.
כ'פארשטיי נישט פארוואס ער האט נישט געלייגט קיין סאולער פאנעלן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

נאך שיינע בילדער

40126462231_cdf00ef431_o.jpg
40126462231_cdf00ef431_o.jpg (63.97 KiB) געזען 1840 מאל


40126461851_14b93ec9d7_o.jpg
40126461851_14b93ec9d7_o.jpg (141.42 KiB) געזען 1840 מאל


25254688767_59603ff06c_o.jpg
25254688767_59603ff06c_o.jpg (89.06 KiB) געזען 1840 מאל
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

די ארביט פעריאד פון די טעסלא קאר איז 2.4 יאר, דאס מיינט יעדע 2.4 יאר גייט עס מאכן די סייקל פון ערד ארביט צו מארס ארביט און צוריק.

אין פעברואר 2030 גייט עס אריבערפליען נאנט צו די ערד.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זאכליך האט געשריבן:די ארביט פעריאד פון די טעסלא קאר איז 2.4 יאר, דאס מיינט יעדע 2.4 יאר גייט עס מאכן די סייקל פון ערד ארביט צו מארס ארביט און צוריק.

אין פעברואר 2030 גייט עס אריבערפליען נאנט צו די ערד.


דאס איז מאטעמאטיש ריכטיג, אבער ביז דעמאלט וועט שוין נישט בלייבן קיין שריד ופליט פון די גאנצע זאך, די ראדיעישאן מיט די קליננע שטיינדלעך אין ספעיס וועלן חרוב מאכן די קאר בעפאר 2030 למס'
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ממה נפשך האט געשריבן:נאך שיינע בילדער

40126462231_cdf00ef431_o.jpg


40126461851_14b93ec9d7_o.jpg


25254688767_59603ff06c_o.jpg


WOW

געוואלדיג!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך פארשטיי אז דאס וואס די ראקעט איז געפלויגן ווייטער ווי די מארס ארביט איז א דורכפאל, עס ווייזט אז spaceX קען נאכנישט אויסרעכענען פונקטליךדי שטארקייט פון דעם ראקעט אז עס זאל פליען צי א פונקטליכע אדרעס,

וויאזוי קען מען שיקן מענטשען צי מארס אויב עס קען געלונגען צי לאנדן אויף שבתאי?

אפשר האט ספעיס עקס נישט געזיכט די פונקטליכקייט פאר די מיסיע?

עס איז מיר זייער אינטערעסאנט
זקן מלא רחמים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

איך האב פארשטאנען אז זיי האבן נישט געזוכט די פונקטליכקייט דערפון. ווען ס'איז געשען, האבן זיי עס געמאלדן מיט א גלייכגילטיגקייט אז ס'האט אויסגענוצט די גאנצע ברענשטאף זיך ארויפצושטופן - אנשטאט נאר די אויסגערעכנטע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כל טוב האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:איבער 2.3 מיליאן מענטשן האבן מיטגעהאלטן אנליין!

דאס איז די צווייט גרעסטע ציפער אין יו טוב'ס היסטאריע

(די גרעסטע איז געווען דער שיגענער רעד בול טאנצער...)

וויפל איז געווען טראמפ'ס איינשווערונג?


מ'רעדט פון קוקערס אויף יו טוב.
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך פארשטיי אז דאס וואס די ראקעט איז געפלויגן ווייטער ווי די מארס ארביט איז א דורכפאל, עס ווייזט אז spaceX קען נאכנישט אויסרעכענען פונקטליךדי שטארקייט פון דעם ראקעט אז עס זאל פליען צי א פונקטליכע אדרעס,

וויאזוי קען מען שיקן מענטשען צי מארס אויב עס קען געלונגען צי לאנדן אויף שבתאי?

אפשר האט ספעיס עקס נישט געזיכט די פונקטליכקייט פאר די מיסיע?

עס איז מיר זייער אינטערעסאנט

וואס העט שוין געשען אז א מענטש וועט אנקומען אויף שבתאי? וועט ער מאכן שבת פאר זיך און פערטיג..
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך פארשטיי אז דאס וואס די ראקעט איז געפלויגן ווייטער ווי די מארס ארביט איז א דורכפאל, עס ווייזט אז spaceX קען נאכנישט אויסרעכענען פונקטליךדי שטארקייט פון דעם ראקעט אז עס זאל פליען צי א פונקטליכע אדרעס,

וויאזוי קען מען שיקן מענטשען צי מארס אויב עס קען געלונגען צי לאנדן אויף שבתאי?

אפשר האט ספעיס עקס נישט געזיכט די פונקטליכקייט פאר די מיסיע?

עס איז מיר זייער אינטערעסאנט

דאס איז זיכער אז מ'קען נישט אנרופן די מיסיע א דורכפאל. די ציל פון די מיסיע איז געווען צו טעסטן די נייע ראקעט, און דאס האבן זיי דעליווערט 100%.

יעצט ס'איז געווען נאך אפאר צווייטע שטאפל צילן;
לאנדן 2 ראקעטס אויפאיינמאל - סוקסעס
לאנדן א ראקעט פון 9,200 ספיד - דורכפאל
צוריק אנצוצינדן די ענדזשין נאך 6 שעה - סוקסעס
גיבן עסקעיפ וועלאסיטי פאר א פעילאוד - סוקסעס

לגבי די פיינעל ארביט, ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, האט מען נישט געהאט קיין ציל ווי אנצוקומען. אדרבא מ'האט נישט געוואלט אריינקראכן אין מארס, ממילא ווי ווייטער אלס בעסער.

אויך האט מען געשמועסט נאך פארן ארויפשיסן אז די פלאן איז אז די אויבערשטע ראקעט זאל פייערן ביז ס'איז אינגאנצן ליידיג, ממילא איז קלאר אז מ'האט נישט געהאט קיין פונקטליכע פלאן פאר די פיינעל ארביט.

--

צו די שאלה אויב ספעיס עקס קען שוין אויסרעכענען אינטערפלענעטארי ארביט, למשל אויב זײ ווילן יא לאנדן אויף מארס, צו זיי קענען דאס אויסרעכענען.

ס'איז א שווערע סטעפ, ווייל אין ספעיס איז נישטא קיין GPS סיסטעם, מ'מוז זיך באנוצען מיט פרימיטיווע מיטלען צו קענען אויסרעכנען וואו מ'איז, און וואו די ציל איז.

כ'גלייב אז זײ קענען עס נאכנישט. אבער ס'קען זיין אז יא, מ'דארף ווארטן ביז זײ מאכן די ערשטע טעסט. למעשה גלייב איך אז נאסא גיבט זיי גערן זייער טעכנאלאגיע וואס זיי פארמאגן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך פארשטיי אז דאס וואס די ראקעט איז געפלויגן ווייטער ווי די מארס ארביט איז א דורכפאל, עס ווייזט אז spaceX קען נאכנישט אויסרעכענען פונקטליךדי שטארקייט פון דעם ראקעט אז עס זאל פליען צי א פונקטליכע אדרעס,

וויאזוי קען מען שיקן מענטשען צי מארס אויב עס קען געלונגען צי לאנדן אויף שבתאי?

אפשר האט ספעיס עקס נישט געזיכט די פונקטליכקייט פאר די מיסיע?

עס איז מיר זייער אינטערעסאנט

וואס העט שוין געשען אז א מענטש וועט אנקומען אויף שבתאי? וועט ער מאכן שבת פאר זיך און פערטיג..

ער וועט אנקלאפן, העי, איז דיס מארס?. נאו, נעקסט דאר פליז
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:וואס העט שוין געשען אז א מענטש וועט אנקומען אויף שבתאי? וועט ער מאכן שבת פאר זיך און פערטיג..


:lol: :lol:
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זאכליך האט געשריבן:די לעצטע בילד פון שטערן-מאן אין די טעסלא ראודסטער, אויפן וועג צו מארס און די עסטרויד בעלט!


The battery’s going to last about 12 hours from launch, roughly, After that it’s just going to be out there in deep space for maybe millions, maybe billions of years, who knows? Maybe discovered by some alien race that’ll be like, ‘What were they doing? Did they worship this car?’ Why did they have a little car in the car?’

קוק גוט אויף די לעצטע בילד פון די שטערן-מאן וואס זאכליך האט געלייגט, וועסטו זען אז ס'איז דא א קליינע טעסלא טוי קארעלע אויף די דעשבאורד אין א קליינע טוי שטערן-מענטשעלע זיצט דערין... לצים...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אמעריקאנער איר פארס אטאקירט ספעיס עקס ראקעט


ס'קומט אריין די נאכנישט באשטעטיגטע נייעס אז די אמעריקאנער איר פארס האט נישט מער און נישט ווייניגער אויפגעפירט א לופט אטאקע אויף די ספעיס עקס ראקעט וואס האט געלאדענט אין וואסער לעצטע וואך.

ספעיס עקס האט נישט געפלאנט די ראקעט זאל סורווייווען, אבער צו זייער גוט מזל האט עס סורווייווד און ס'איז געבליבן שווימען אויפן וואסער פלאך. אזא ראקעט קען אויפרייסן יעדע מינוט, צוליב די פרעשור און מעכאניזם וואס ס'אנטהאלט.

אילאן מאסק האט געטוויט אז מ'גייט עס פרובירן צו שלעפן צו די בארטן, אבער ווי ס'קוקט אויס האבן זיי עס נישט געקענט דורכפירן. און וויבאלד ס'שטעלט א געפאר פאר די שיפן ארום האט די איר פארס עס געמוזט דעסטרויען...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אנדערע נייעס.

א יונגע אסטראנאמער האט פרובירט צו טרעפן די סיגנאלן פון די זומע סעטעלייט, כדי איינמאל פאר אלעמאל שטעלן די קאנספיראציעס אויף אייביגע רוה.

אזוי זינכענדיג האט ער פלוצלונג אנגעהויבן באקומען סיגנאלן פון אן אומבאקאנטע סעטעלייט, ער האט געמיינט אז ער האט געטראפן זומע, אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז עס געווען אן אלטע נאסא סעטעלייט וואס האט אויפגעהערט צו ארבייטן אפאר יאר צוריק, און די גראונד קאנטראל אינדזשענירן האבן נישט מצליח געווען עס צוריק צו מאכן ארבייטן.

נאסא האט שוין געהאט אויפגעגעבן אויף יענע סעטעלייט, אבער ווי ס'קוקט אויס האט זיך עס אליינס פאראכטן און צוריק אנגעהויבן ארבייטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שטיפן צייט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיפן צייט »

אפאר אמעראציע שאלות וואס איך גלייב אז נאך האבן די שאלה בדוקא יעצט וואס ביז יעצט האט מען נישט געטראכט אז די אשכול באלאנגט פאר זיי ווייל עס איז צו א ערענסטע אשכול, אבער אדאנק מאסק זענען אסאך ספעיס בעגינער'ס אריינגעוואנדערט דא

וואס איז די ציל פון א סעטעלייט?
וויאזוי האט ער לעקטער פאר צענדליגע יארן?
וויפיל סעטלייט'ס זענען יעצט אקטיוו, און פארווואס באדארף מען האבן אזויפיל אקטיווע סעטעלייט'ס?
איז דא א מעגליכקייט אז א סעטעלייט זאל אריינפאלן אינעם אטמאספערע און אראפ קראכן צו דער ערד?

און צום לעצט בנוגע דעם ספעיס עקס ראקעט:
וויאזוי קען מען האבן קאנטאקט מיטן ראקעט אויב ניטאמאל בעטערי פאר א קעמערע האבן זיי ניט
וואו געפינט זיך יעצט די קאר און צו וואו דארף ער אנקומען און ווען, און וואס דארף ער דארט טוהן

איך מיין ס'איז שוין גענוג קשיות... ווער עס האט נאך זאל פרעגן ויבאהמתרצים ויענו בקול
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

זאכליך, יישר כח פאר קלאר שטעלן. דברים של טעם.

נאסא האט ארויסגעגעבן אומשאצבארא טעכנאלאגיע פאר פריוואטע ספעיס קאמפאניס שוין מער ווי פופצן יאר צירוק, און זיי וועלן גאנץ זיכער דאס טון ווייטער
זקן מלא רחמים.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

זאכליך האט געשריבן:
אמעריקאנער איר פארס אטאקירט ספעיס עקס ראקעט


ס'קומט אריין די נאכנישט באשטעטיגטע נייעס אז די אמעריקאנער איר פארס האט נישט מער און נישט ווייניגער אויפגעפירט א לופט אטאקע אויף די ספעיס עקס ראקעט וואס האט געלאדענט אין וואסער לעצטע וואך.

ספעיס עקס האט נישט געפלאנט די ראקעט זאל סורווייווען, אבער צו זייער גוט מזל האט עס סורווייווד און ס'איז געבליבן שווימען אויפן וואסער פלאך. אזא ראקעט קען אויפרייסן יעדע מינוט, צוליב די פרעשור און מעכאניזם וואס ס'אנטהאלט.

אילאן מאסק האט געטוויט אז מ'גייט עס פרובירן צו שלעפן צו די בארטן, אבער ווי ס'קוקט אויס האבן זיי עס נישט געקענט דורכפירן. און וויבאלד ס'שטעלט א געפאר פאר די שיפן ארום האט די איר פארס עס געמוזט דעסטרויען...


Wow אינטערעסאנטע נייעס דאס!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

Corrected orbital data for the Roadster: 0.99 x 1.71 AU x 1.1 deg
C3 = 12.0, passes orbit of Mars Jul 2018, aphelion November
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

Using the JPL ephemeris, the closest predicted approach to Mars between now and 2030 is 7 million km on 2020 Oct 8. This is still well outside Mars' gravitational sphere of influence

In contrast, the Roadster will not return anywhere near Earth by 2030; closest it gets after this month is Mar 2021 at a distant 45 million km

Summary: Starman will be lonely for a long time to come
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”