נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

דאס איז לשון המחבר
Capture.PNG
Capture.PNG (4.25 KiB) געזען 1677 מאל

די אחרונים זאגן אויף דעם
קידוש.PNG
קידוש.PNG (11.67 KiB) געזען 1677 מאל

פון דעם קומט אויס אז מ'זאגט דאס פאר די לבנה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פשטות רעדט מען צו די לבנה.

און נישט אלע חסידישע מעשיות וואס דער רבי האט אוועקגעמאכט האט ער געהאלטן אז עס איז נישט אמת, לפענ"ד.
man
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2018 2:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך man »

קניידל פארעם האט געשריבן:יישר כח פאר די וואס האבן מסביר געוועזן, @NMI האלטסט עפעס אנדערש ווי וואס זיי האבן דא געשריבן?

@MAN האט פארפעלט צו צוענדיגן אז דאס וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן איז משלים אונזער זייגער, ווייל ווען נישט וואלטן מיר דאך יעדן יאר געווארן צוריק געבליבן מיט א גאנצע טאג.

אוודאי, און עס איז דא כמובן נאך גאר אסאך דיטעלס צו פארשטיין די גאנצע בילד, אבער איך האב זיך באצויגען דייקא אויף דיין ספאציפישע שאלה, (וואס איך האב שוין געזעהן נאך פיל זענען צומישט און דעהם).
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובה דורך קניידל פארעם »

man האט געשריבן:

אויב דו האסט צייט און געדולד, וועל איך זייער הנאה האבן צו ליינען דיין תגובה מיט אלע דיטעילס ארום, אין ענגליש בין איך זייער שוואך, קען איך נאר וויסן פון דאס וואס ס'שטייט אין אידיש דאהי...
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובה דורך nmi »

קניידל פארעם האט געשריבן:@NMI האלטסט עפעס אנדערש ווי וואס זיי האבן דא געשריבן?

אין די יונגע יארן האבעך אסאך געסטאדיט אין דעי נושא און ווען מ'האט דא ארויף געברענגט אז ס'איז דא א פלאץ אויף די לבנה ווי דו זון קומט קיינמאל נישט צו האב געמאכט א קוויק חשבון אז ס'מוז זיין אז די גאנצע לבנה באקומט דו זון אפאר מאל א טאג האב איך עס דא ארויף געלייגט. א גוגל סוירטש האט מיר אבער נאכדעם געזאגט אז דו לבנה האט איין מאל אין 30 טעג א גאנצע מעת לעת. כ'האב עס פראבירט צו פארשטיין אבער כ'פארשטיי עס נישט. לפי חשבנתי ברויך עס יא צו זיין מערערע מאל אין איין טאג וואס דו זון גייט אויף און אינטער אויפן לבנה. איי געס אז איך ווייס נישט אלעס. אדרבה אז איינער האט עני ערנסטע מקור קען עס ארויף לייגן.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

מ'האט דא ארויף געברענגט אז ס'דא א פלאץ ווי א 'מענטש' איז נאך קיינמאל נישט אנגעקומען.

פון די זין האט מען דאכצעך נישט גערעדט, אבער איך מיין אז דאס פארשטיי איך יא.
ווי אזוי זאל די זין אנקומען מערערע מאל אין איין טאג ארום די גאנצע לבנה? די לבנה זעהט אויס צופרי די זעלבע ווי ביינאכט, נאר מיר זעען דאס נישט, ווען ס'איז דער מולד איז לעכטיג די אויבערשטע העלפט פון די לבנה, ווען ס'איז האלב חודש איז לעכטיג די אונטערשטע העלפט, ביז ס'קומט צוריק צו די קומענדיגע מולד, וואס דאס איז איין מעת לעת אויף די לבנה.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קניידל פארעם האט געשריבן:מ'האט דא ארויף געברענגט אז ס'דא א פלאץ ווי א 'מענטש' איז נאך קיינמאל נישט אנגעקומען.

צו פארשטיין בערך. די וועלט דרייט זיך פון east צו west אויף שיעף (כ'האף אז דו פארשטייסט). און די זון דרייט זיך אסאך שנעלער פון דו וועלט. איי פארוואס פליען מיר נישט דורך דו זון 100 מאל א טאג? וועגן ער איז אויף אן אנדערן גלגל וכו'. דו מיינסט אז נאר די פלענעט ערד מיט זון דרייען זיך? כמעט א יעדע (און לויט געוויסע שיטות איז "א יעדע") פלענעט דרייט זיך אויף זיין מהלך. די לבנה האט זיך אויך זיין מהלך און ער קוילערט זיך אויך.

נאכאמאל. ווי ס'קוקט אויס בין איך ערגעץ פארפארן. און ווי גוגל שרייבט איז א מעת לעת ביים לבנה באלד 30 טעג. סאו ווען כ'ווען האבן מער צייט וועל איך עס טרייען איבערצוקוקען בל"נ
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
man
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2018 2:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך man »

קניידל פארעם האט געשריבן:
man האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:יישר כח פאר די וואס האבן מסביר געוועזן, @NMI האלטסט עפעס אנדערש ווי וואס זיי האבן דא געשריבן?

@MAN האט פארפעלט צו צוענדיגן אז דאס וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זוהן איז משלים אונזער זייגער, ווייל ווען נישט וואלטן מיר דאך יעדן יאר געווארן צוריק געבליבן מיט א גאנצע טאג.

אוודאי, און עס איז דא כמובן נאך גאר אסאך דיטעלס צו פארשטיין די גאנצע בילד, אבער איך האב זיך באצויגען דייקא אויף דיין ספאציפישע שאלה, (וואס איך האב שוין געזעהן נאך פיל זענען צומישט און דעהם).

אויב דו האסט צייט און געדולד, וועל איך זייער הנאה האבן צו ליינען דיין תגובה מיט אלע דיטעילס ארום, אין ענגליש בין איך זייער שוואך, קען איך נאר וויסן פון דאס וואס ס'שטייט אין אידיש דאהי...

סארי, איך בין די ראנג אדרעס, איך לאז דאס פאר די ריכטיגע מבינים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:און די זון דרייט זיך אסאך שנעלער פון דו וועלט. איי פארוואס פליען מיר נישט דורך דו זון 100 מאל א טאג? וועגן ער איז אויף אן אנדערן גלגל וכו'. דו מיינסט אז נאר די פלענעט ערד מיט זון דרייען זיך? כמעט א יעדע (און לויט געוויסע שיטות איז "א יעדע") פלענעט דרייט זיך אויף זיין מהלך.

עפעס ביסטו אומפארשטענדליך, לויט שי' קאפערניקוס דרייט זיך די זין בכלל נישט, זי איז א "שטערן", וואס באדייט אז דאס שטייט אויף איין ארט, נאר די וועלט דרייט זיך ארום די זין.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קניידל פארעם האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:און די זון דרייט זיך אסאך שנעלער פון דו וועלט. איי פארוואס פליען מיר נישט דורך דו זון 100 מאל א טאג? וועגן ער איז אויף אן אנדערן גלגל וכו'. דו מיינסט אז נאר די פלענעט ערד מיט זון דרייען זיך? כמעט א יעדע (און לויט געוויסע שיטות איז "א יעדע") פלענעט דרייט זיך אויף זיין מהלך.

עפעס ביסטו אומפארשטענדליך, לויט שי' קאפערניקוס דרייט זיך די זין בכלל נישט, זי איז א "שטערן", וואס באדייט אז דאס שטייט אויף איין ארט, נאר די וועלט דרייט זיך ארום די זין.

ראשית כל דו ביזט מיט דעם גערעכט ווייל רוב ראשונים נעמען טאקע אזוי אן.

ס'מיינט אבער נישט אז אלע אנדערע שטערנס שטייען ווי קלעצער. והא ראיה אז יעדע חודש פון יאר טוישן זיי זיך ארום לויט זייער מזל. ס'איז זעהר א פארצווייגטע ענין.

הרב קניידל אז מ'רעדט שוין יא. ס'איז דא 3 מינע געדרייעכצער. 1 שטיי אויף איין סקווער פיס פון דיין הויז און דריי דיר ארום מיט אזא 10 מאל בואי בשלום. 2 מאך הקפות ארום דיין טיש. 3 שטעל דיר אויף א ריזיגע מילעכל וואס דרייט זיך פון פון לינקס צו רעכץ און דו וואק מיט א שנעלערע אדער שטייטערע (נישט די זעלבע) ספיד פון רעכץ צו לינקס.

ס'איז ידוע אז די טאג גיט ארויס א קול. דהיינו. ווען דו וועסט רעדן צו דיין חבר וואס שטייט 100 פיס ווייטער פון דיר ביינאכט און ער וועט דיר הערן קלאר. קום צוריק אינדערפרי אויפן זעלבן פלאץ און רעד מיטן זעלבן וואליום וועט ער דיר הערן שטילער. דאס איז ווייל נעם א שטעקן און גיב עס א שנעלע ריק וועט עס מאכן א נויז. די זעלבע זאך איז מיטן זון
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

@שפיגליצקי הגם די זאך דארף נאך ביאור, זעט אויס אז דו ביסט גערעכט, וועט עס זיין א שווער שטיקל איד הקדוש.

ולעצם הענין, די זאך איז ברייטער פון מיין פארשטאנד, פארט וויל איך אויסשמועסען א נקודה.

עס שטייט און פארשידענע ספרים הקדושים ובתוכם דער רמח''ל באגרת 'דרך עץ חיים' הנדפס בסוף ספר מסילת ישרים אז עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין פילע אגדות חז''ל אן פארשטיין חכמת האמת, נישט יעדער האלט אזוי, דער מהרש''א שרייבט אז די אגדתא פון רבה בר בר חנה און המוכר את הספינה איז דברים כפשטן ממש, אבער ביי חסידים מיין איך האט מען זיכער אזוי פארשטאנען, וכן ביי אלע וואס האבן עוסק געווען אין קבלה, דער בן איש חי אין בן יהוידע אדער בניהו שרייבט אז די אגדתא פון רבה בר בר חנה איז נישט כפשטן, דער רמח''ל שרייבט גאר אז די חז''ל האבן באהאלטן פילע סודות התורה דורך עס אריינלייגן אין פארשידענע עניני חכמה ומדע וואס זענען געווען אנגענומען ביי די חכמי האומות, אבער זיי האבן דאס בלויז געניצט אלץ א משל, ויתכן אז די מציאות איז אנדערש פון דאס וואס עס שטייט אין גמרא, ווייל די חז''ל האבן בכלל נישט מכוון געווען צו די פשוטי הדברים.

לעניננו די גמרא און פסחים ברענגט א מחלוקה בין חכמי האמות וחכמי ישראל איבער די מהלך השמש, און די גמרא זאגט אז הודו להם חכמי ישראל לחכמי אומות העולם. די מהלך פון חכמי ישראל איז ממש מרפסין איגרא, עפעס א מהלך אז די זון גייט ביינאכט אריין אין א פענסטער און עס גייט העכער די הימל, נישט מעגליך צו פארשטיין וואס זיי האבן געלערנט, און צום סוף האבן זיי טאקע מודה געווען לחכמי האומות.

די שיטה פון רבינו תם בזמני השקיעה/ צאת הכוכבים, ווי עס איז געפסקנט און שולחן ערוך, גייט בשיטת חכמי ישראל, דער רבינו תם זאגט אז די הלכה איז ווי די חכמי ישראל, און אזוי איז די נוסח התפילה. די מפרשים שרייען געוואלד, הודו להם חכמי ישראל לחכמי אומות העולם.

דער רבי זי''ע רעדט אסאך ארום דערוועגן ועיין דבר''י תולדות עמוד קע''ו, ותו''ד על פי דברי זוה''ק אז די זון און די לבנה און אלע שטערנס האבן א שורש און הימל, די חכמי ישראל האבן זיך גערעכנט מיט יענעם שורש, און אויף דעם איז געזאגט געווארן כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים, און דאס האבן זיי אוודאי נישט געוואלט מגלה זיין לחכמי אומות העולם. די זמנים בהלכה רעכענט זיך לויט די השפעות פונעם שורש'דיגן זון, און דערפאר האט דער ר''ת גע'פסק'נט לפי חכמיי שראל, עכתו''ד הנוגע לעניננו.

יעצט, ווען עס איז נולד געווארן די מינדעסטע ספק ביים רבי'ן איבער די ענין פון לאנדן אויף די לבנה - אפשר טאקע צוליב דעם כשם שאני רוקד כנגדך ואיני יכול לנגוע בך- איז זייער מסתבר פאר מיינע פליישיגע אויגן אז דער רבי זאל מסביר זיין אז די תפילת ואמירת קידוש לבנה גייט דאך בעיקר ארויף אויפן שורש, מיר טוען עס נאר זאגן כנגד די לבנה וואס מיר זעען מיט אינזערע פליישיגע אויגן אלץ א פועל דמיוני, והבן כי קצרתי.

ואגב, די זעלביגע איז געזאגט געווארן אויף אלע ענינים וואס חז''ל האבן קובע געווען ברוה''ק לפי חוקות הטבע, זיי האבן זיך גערעכנט מיטן שורש, אינזער אויגן איז נאר א משל צו די עיני ה' /אונזער האנט איז נאר א משל צו די יד ה' /עלאה גבר ותתאה גבר איז א ענין לפי השורש/ ווייסע וויין אדער רויטע וויין פאר קידוש איז לפי השורש פון וויין און לפי התיקון הצריך לקידוש, און אינזער גשמיות'דיגער וויין איז מרמז צום שורש אויבן און עס האט אויף עפעס א אופן אן עפעקט אויפן שורש, די עפעקט געשענט דוקא מיט די דיבור פון א איש ישראלי וואס זאגט די דיבורים ויכולו וכו' און ער מוז זיין בשמחה, און די שורש פון וויין האט א שייכות צו די שורש פון שמחה, מען דארף זאגן ביי קידוש 70 ווערטער כמנין יין וכן כולהו. יעדע דבר מצווה וואס מיר טוען מיט א דבר גשמי איז מיט א כוונה אויף העכערע זאכן.

דער תניא שרייבט אז יעדע דבר גשמי האט א ניצוץ שנמשך ע'''י רל''ח חילופי אותיות, רביה''ק מסאטמאר האט געזאגט איין יאר פורים אז עס איז דאך ברור אזוי אז יעדע דבר גשמי האט א ניצוץ אלוקי נאר ר' חיים וואלאזשינער האט זיך געקריגט דערויף צילוב זיין התנגדות צו חסידים בכלל.

עכ''פ דיין אפיס דעסק האט א שורש און הימל, ואגב, עס האט ניצוצום הקדושים וואס איז שייך צו דיין פערזענליכע שורש נשמה.

--- ----
וידוע המעשה, שמעתי ממקור מוסמך, אז צאנזער רב זי''ע האט אמאל געדאווענט נעילה גאר שפעט און די נאכט, און מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער קען זאגן השמש יבוא ויפנה בעת עס איז שוין גוט נאכט, די מארק איז שוין פיל מיט די אידישע מוכרים, האט ער גענטפערט אזוי: '' די ווארט 'שמש' האט א סאך טייטשן, אבער דער פשוטער פשט מיינט מען דעם צדיק!!!''

די ענינים איז מעגליך איינע פון די הסברים פארוואס צדיקים האבן זיך ערלויבט צו דאווענען שפעט.
--- ---

ומדי דברי פונעם לבנה און פון רביה''ק מסאטמאר וועל איך צולייגן נאך א ענין כידוע איז נישט געווען מעגליך מחדש צו זיין די לבנה בחודש תשרי בשנתו האחרונה פונעם רבין (כמדומה לי שהענין היה תשל''ח) דער רבי האט זיך דעמאלטס געפערליך מצער געווען, ער האט געזאגט פאר הרה''ח ר' עזריאל המשב''ק: 'קיין איד זאל נישט שפירן די צער וואס איך האב ווייל עס איז נאכנישט דא קיין לבנה' דער רבי האט דעמאלטס כסדר געלערנט עפעס א ספר (איך געדענק נישט וועלכע) וואס רעדט ארום אז אידן האבן א כח איבער די צבא השמים, עכ''פ די זאך איז אים געגאנגען בנפשו.

אויךאיז דא א ווערסיע אז דער רבי פלעגט זיך קוקן הושענא רבה ביינאכט אינעם צל הלבנה, און ער האט געוואלט פאסטן אינעם ערשטן יאר אין ארץ ישראל -תש''ו- ווייל ער איז נישט צופרידן געווען פונעם צל הלבנה, אבער די רביצין האט אים נישט געלאזט.
לעצט פארראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 12:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:מ'האט דא ארויף געברענגט אז ס'דא א פלאץ ווי א 'מענטש' איז נאך קיינמאל נישט אנגעקומען.

פון די זין האט מען דאכצעך נישט גערעדט, אבער איך מיין אז דאס פארשטיי איך יא.
ווי אזוי זאל די זין אנקומען מערערע מאל אין איין טאג ארום די גאנצע לבנה? די לבנה זעהט אויס צופרי די זעלבע ווי ביינאכט, נאר מיר זעען דאס נישט, ווען ס'איז דער מולד איז לעכטיג די אויבערשטע העלפט פון די לבנה, ווען ס'איז האלב חודש איז לעכטיג די אונטערשטע העלפט, ביז ס'קומט צוריק צו די קומענדיגע מולד, וואס דאס איז איין מעת לעת אויף די לבנה.

צו פארשטיין בערך. די וועלט דרייט זיך פון east צו west אויף שיעף (כ'האף אז דו פארשטייסט). און די זון דרייט זיך אסאך שנעלער פון דו וועלט. איי פארוואס פליען מיר נישט דורך דו זון 100 מאל א טאג? וועגן ער איז אויף אן אנדערן גלגל וכו'. דו מיינסט אז נאר די פלענעט ערד מיט זון דרייען זיך? כמעט א יעדע (און לויט געוויסע שיטות איז "א יעדע") פלענעט דרייט זיך אויף זיין מהלך. די לבנה האט זיך אויך זיין מהלך און ער קוילערט זיך אויך.

נאכאמאל. ווי ס'קוקט אויס בין איך ערגעץ פארפארן. און ווי גוגל שרייבט איז א מעת לעת ביים לבנה באלד 30 טעג. סאו ווען כ'ווען האבן מער צייט וועל איך עס טרייען איבערצוקוקען בל"נ

דו גייסט דא נישט ווי די אלטע שיטה ווייל דו שרייבסט אז די וועלט דרייט זיך, און די גייסט נישט ווי קאפערניקעס ווייל די שרייבסט אז די גלגלים ובתוכם השמש דרייען זיך.

ואגב, עס איז דא א מגיד שיעור און נועם אלימלך וואס האט א אויפגעשטעלטע מאדעל פון די הילוך השמש, ער פלעגט דאס פארשטעלן חול המועד, אבער ער גייט נישט מיט די וועלט'ס אנגענומענע מהלך לויט ווי קאפערניקעס האט עס צום ערשטן מאל מסביר געווען.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:

מ'האט עס פראבירט מיט א גאן. ווען מ'האט געשאסן צו east איז די קויל געפלויגן אסאך ווייטער ווי ווען מ'האט עס געשאסן צו west. דאס איז איין פאקט. נאך א פאקט איז דא אז רוב פוסקים נעמען אן אז דו וועלט שטייט און אלעס דרייצעך. די ביידע פאקטן שטומען נישט מיט אונזער פליישיגע אויגן. איין באשעפער ווייסט דער אמת
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

שפיגליצקי האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יעדער חדר אינגל פארשטייט אז דער 'איני יכול לנגוע בך' גייט ארויף כביכול אויפן באשעפער, מיר רעדן דאך נישט צו די לבנה ח''ו.

פארן באשעפער זאגט מען כנגדֵך א לשון נקיבה??

אזעלכע שטותים צו רעדן. חס מלהזכיר.
איני יכול לנגוע בך מיינט דייקא יא די לבנה. וזה ברור בלי שום ספק.

ואגב. ווי פריער דערמאנט איז דא אפאר מינע געדרייעכצער. אז אפילו לשיטות אז אלעס שטייט און די וועלט דרייט זיך דרייען זיך יא די שטערנס אויף די גלגלים
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אגב, וואספארא כח (האט דער באשעפער אריינגעשטעלט וואס) מאכט אז די וועלט זאל זיך דרייען על צירו? דאס אז עס לויפט ארום די זון האט צוטוהן מיט גראוויטי און די מאושען טעאריע, אבער די רעוואלווינג געדרייעכטץ פארשטיי איך נישט.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

שאהן הענניטי האט געשריבן:אגב, וואספארא כח (האט דער באשעפער אריינגעשטעלט וואס) מאכט אז די וועלט זאל זיך דרייען על צירו? דאס אז עס לויפט ארום די זון האט צוטוהן מיט גראוויטי און די מאושען טעאריע, אבער די רעוואלווינג געדרייעכטץ פארשטיי איך נישט.

גרעוויטי מסתם נישט ווייל דו האסט נישט קיין גרעוויטי ווייט פון יעדע פלענעט. פון וואס יא ווייס איך נישט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

שאהן הענניטי האט געשריבן:אגב, וואספארא כח (האט דער באשעפער אריינגעשטעלט וואס) מאכט אז די וועלט זאל זיך דרייען על צירו? דאס אז עס לויפט ארום די זון האט צוטוהן מיט גראוויטי און די מאושען טעאריע, אבער די רעוואלווינג געדרייעכטץ פארשטיי איך נישט.

קאפערניקוס האט דאס אויסגעטראפן (און לכאורה קומט דאס נאך פון היפארכיוס) הונדערטער יארן בעפאר מ'איז אויפגעקומען אויף גראוויטי, ס'האט פשוט בעסער געשטימט ווי דער פטאלמיוס מהלך, און ס'איז אסאך מער מסודר, מיט די צייט איז צוגעקומען סברות און באווייזן אז ער איז גערעכט, איינס דערפון איז גראוויטי, בעפאר דעם איז נאך צוגעקומען אסאך באווייזן נאכן ערפינדונג פונעם טעלעסקאפ, אבער דאס איז נישט געבויעט אויף די גראוויטי און מאושען טעאריע.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

@NMI, אויב די וועלט דרייט זיך על צירו דאן רירט זיך נישט קיין איין שטערן, נאר צוליב וואס די וועלט דרייט זיך קומען זיי ארויף און גייען אונטער, און צוליב וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זין זעט מען דעם זוהן יעדן חודש אין אן אנדער מזל.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

קניידל פארעם האט געשריבן:@NMI, אויב די וועלט דרייט זיך על צירו דאן רירט זיך נישט קיין איין שטערן, נאר צוליב וואס די וועלט דרייט זיך קומען זיי ארויף און גייען אונטער, און צוליב וואס די וועלט דרייט זיך ארום די זין זעט מען דעם זוהן יעדן חודש אין אן אנדער מזל.

כ'האב נישט פארשטאנען די שאלה. דו רעדסט פון די זון אדער פון די מזלות? וואס פאלט דיר ביי אז שטערנס רירן זיך אן איינער דעם צווייטן?

דו מיינסט צו פרעגן אולי די ערד מיטן זון דרייען זיך און און אלעס שטייט אויף איין פלאץ?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

nmi האט געשריבן:[quote=]
מ'האט עס פראבירט מיט א גאן. ווען מ'האט געשאסן צו east איז די קויל געפלויגן אסאך ווייטער ווי ווען מ'האט עס געשאסן צו west. דאס איז איין פאקט. נאך א פאקט איז דא אז רוב פוסקים נעמען אן אז דו וועלט שטייט און אלעס דרייצעך. די ביידע פאקטן שטומען נישט מיט אונזער פליישיגע אויגן. איין באשעפער ווייסט דער אמת
[/quote]
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט אויפווייזען מיט די גאן שיסעריי, אבער אז דו ווילסט קומען מיט זאכן וואס מען האט אויספראבירט און געזען די פאקטן וכדו' דאן לייג אינגאנצן אוועק די אלטע וועג.

קאפערניקעס איז בדוק ומנוסה, נישט אינטערעסאנט צו דעבאטירן.

עס איז דא א אידישע נקודה אין דעם ענין.
א פאר יאר צירוק האט איינער פון מאנסי ארויסגעגעבן א קונטרס ווי ער פראבירט אויפווייזן אז קאפערניקעס איז א טעות און אלע הוחכות זענען נישט ריכטיג, יענער האט געהאט א כוונה לשם שמים ווייל ער האלט אז קאפערניקעס איז אנטקעגן אינזער אמונה, איך האב געהערט אמאל א ניטל שיעור פון הרה''ג רבי בנימין לאנדא שליט''א ווי ער גייט אויך מיט די מהלך אז די וועלט דרייט זיך און די זון שטייט, ער האט צוגעברענגט אז דער חתם סופר מאכט אוועק די מהלך פון קאפערניקעס אבער ער שרייבט קלאר אז עס איז נישטא קיין פגם באמונה צו גיין מיט קאפערניקעס און היות עס איז שוין היינט קלאר נתברר געווארן קלאר אז די ערד דרייט זיך און דו זון שטייט במילא גייט ער אויך אזוי.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:און די זון דרייט זיך אסאך שנעלער פון דו וועלט. איי פארוואס פליען מיר נישט דורך דו זון 100 מאל א טאג? וועגן ער איז אויף אן אנדערן גלגל וכו'. דו מיינסט אז נאר די פלענעט ערד מיט זון דרייען זיך? כמעט א יעדע (און לויט געוויסע שיטות איז "א יעדע") פלענעט דרייט זיך אויף זיין מהלך.

עפעס ביסטו אומפארשטענדליך, לויט שי' קאפערניקוס דרייט זיך די זין בכלל נישט, זי איז א "שטערן", וואס באדייט אז דאס שטייט אויף איין ארט, נאר די וועלט דרייט זיך ארום די זין.

ראשית כל דו ביזט מיט דעם גערעכט ווייל רוב ראשונים נעמען טאקע אזוי אן.

ס'מיינט אבער נישט אז אלע אנדערע שטערנס שטייען ווי קלעצער. והא ראיה אז יעדע חודש פון יאר טוישן זיי זיך ארום לויט זייער מזל. ס'איז זעהר א פארצווייגטע ענין.

די ראשונים נעמען אן אז די זין דרייט זיך???

-א 'שטערן' אין די ענגלישע שפראך איז דוקא א זין, דהיינו עפעס וואס לייכט מעצמו, שטייט אויף איין פלאץ, מאדים און שבתאי וכדו הייסט א פלאנעט נישט קיין 'סטאר'
-די מזלות דרייען זיך נישט ארום די וועלט, נאר די וועלט דרייט זיך...

ווי עס קוקט אויס האסטו שטודירט די זאך אלץ בחור בספרי קודש, ברוך השם אז דו האסט נישט געליינט אלע היינטיגע וויסאנשאפטליכע שרייבעכצער וועלכע זענען א שטיק אפיקורסית.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ווייזער האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:יעדער חדר אינגל פארשטייט אז דער 'איני יכול לנגוע בך' גייט ארויף כביכול אויפן באשעפער, מיר רעדן דאך נישט צו די לבנה ח''ו.

פארן באשעפער זאגט מען כנגדֵך א לשון נקיבה??

אזעלכע שטותים צו רעדן. חס מלהזכיר.
איני יכול לנגוע בך מיינט דייקא יא די לבנה. וזה ברור בלי שום ספק.

את חטאי אני מזכיר היום, איך האב ליידער נישט געלערנט הלכות קידוש לבנה, און נישט די פירוש הדברים. איך האב נאר געליינט און ''דער איד'' די אויבענדערמאנטע פירוש, אבער עס קוקט טאקע אויס אז שפיגיליצקי איז יא גערעכט.
זקן מלא רחמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”