נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך שואל כענין » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 12:41 pm

שואל כענין האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאלגענד איז א לענגערע און צוזאמגעשטעלטן קליפיטשקע פונעם נעכטיגן נאסא אסטראנאטן ארויפשיס מיטן פאלקאן 9 ראקעט פון ספעיסעקס.

עס ווערט געזעהן דעם לאונטש, ערשטע סטעידזש סעפארעישן, צווייטע סטעידזש אקטעוועזירט, ערשטע סטעידזש לאנדונג אויפן דראון שיפ, צווייטע סטעידזש סעפארעישן, [נאכן גרייכן ארביט] א טור אינעם דרעגאן ספעיס שיפ!, א גוט מארגן פון ארביט, דאקינג דעם אינטענאציאנאלע ספעיס סטאנציע, מעמד שלום עליכם.

דראפבאקסגוגל דרייוו

ווי קען איך דאונלאודן א לענגערע ווידיאו פון ארויף שיסן און אויך ווי אזוי זיין קומען צוריק אראפ?

עני העלפ?.

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך eller » זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 4:55 pm

איינער קען אריינקומען מיט א באריכט פון ספעיס עקס נייע שאטעל צום ספעיס פאר ציווילע פאסענזשירן ?

דאס איז דא"ד באריכט

ספּעיס-עקס ציווילע מיסיע געענדיגט
פלארידע – די ציווילע פּאסאזשירן פון די ספּעיס-עקס ספּעיס שאטעל האבן זיך צוריקגעקערט צו דער ערד נאך א רייזע פון דריי טעג. עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס פיר ציווילע פּאסאזשירן ווערן ארויפגעשאסן אין ספּעיס, אנדעם וואס אפילו איינער פון זיי זאל האבן באקומען די מינדעסטע טרענירונג בעפאר דעם, נאר בלויז אנווייזונגען וויאזוי זיך צו באגיין אין די זערא-גראוויטי אטמאספערע וואס מ'שפּירט ווען מען איז אין די הויכע רוימען.
אידן קומטס אריין דאנקן השי"ת אין די טעג פון וְקָבְעוּ שְׁמוֹנַת יְמֵי חַנוּכָּה אֵלוּ לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵל לְשִׁמְךָ הַגָדוֹל
---

זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך וואס טוט זיך » מוצ"ש אוקטובער 09, 2021 11:40 pm

א קלאץ קשיא איבערן גלגול השנה.

לויטווי איך פארשטיי, שיינט די זון עט אן פוינט אין די יאר אנטקעגן די צפון פאול, וואס מאכט דעמאלטס טאג און נאכט? וואלט נישט בפשטות דעמאלטס געדארפט זיין די זעלבע לעכטיג די גאנצע 24 שעה?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:05 am

קודם כל אויף וואס בויסטע דיין פאקט? ביסט בעצם גערעכט. זומער גיייט די זון נישט אינטער און ווינטער שיינט עס נישט אויף.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
מים חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:10 am

די זון שיינט נישט אנקעגן די נארט פאול, סגייט יעדן טאג רינגס ארום די וועלט פאר דער וואס שטייט ביים נארט פאול
זומער איז עס העכער קען מען עס זען, ווינטער איז עס נידריגער קען מען עס נישט זען
די חילוק פון אנפאנג טאג צו סוף טאג איז נישט מערקבאר אויף די לעכטיגקייט, נאר וואו די זון איז, מזרח דרום מערב צפון

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:18 am

מים חיים האט געשריבן:די זון שיינט נישט אנקעגן די נארט פאול, סגייט יעדן טאג רינגס ארום די וועלט פאר דער וואס שטייט ביים נארט פאול

דעיס איז לגבי דעם טאג, און וואס איז מיטן יאר?

אוועטאר
מים חיים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך מים חיים » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:23 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:די זון שיינט נישט אנקעגן די נארט פאול, סגייט יעדן טאג רינגס ארום די וועלט פאר דער וואס שטייט ביים נארט פאול

דעיס איז לגבי דעם טאג, און וואס איז מיטן יאר?

ווי געשריבן, סגייט ארויף און אראפ,
אינמיטן ווינטער איז עס לדוגמא ביי 72, ניסן תשרי איז עס שקיעה, אינמיטן זומער איז עס ווי 8 אזייגער ביי אונז (נאר פאר א משל)
לעצט פאראכטן דורך מים חיים אום זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:28 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re:

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:24 am

סטיטשינער האט געשריבן:קודם כל אויף וואס בויסטע דיין פאקט? ביסט בעצם גערעכט. זומער גיייט די זון נישט אינטער און ווינטער שיינט עס נישט אויף.

אז ס'שיינט אויפן נארט פאול? כ'פארשטיי עס פשוט נישט אנדערש, וויאזוי ווערט ווינטער און זומער?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:32 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:קודם כל אויף וואס בויסטע דיין פאקט? ביסט בעצם גערעכט. זומער גיייט די זון נישט אינטער און ווינטער שיינט עס נישט אויף.

אז ס'שיינט אויפן נארט פאול? כ'פארשטיי עס פשוט נישט אנדערש, וויאזוי ווערט ווינטער און זומער?

זיי בעסער מסביר וואס עס באדערט דיר.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש הנאה » זונטאג אוקטובער 10, 2021 12:42 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:א קלאץ קשיא איבערן גלגול השנה.

לויטווי איך פארשטיי, שיינט די זון עט אן פוינט אין די יאר אנטקעגן די צפון פאול, וואס מאכט דעמאלטס טאג און נאכט? וואלט נישט בפשטות דעמאלטס געדארפט זיין די זעלבע לעכטיג די גאנצע 24 שעה?

אין הכי נמי זומער מיט ווינטער איז תלוי ווי נאנט און ווייט די זון איז פון דיין מקום, מ'דארף אבער נישט ווארפן די זון ביז די נארט פאול אז עס זאל ווערן ביי דיין מקום ווינטער, עס איז גענוג אז די זון נייגט זיין גלגל אביסל ארויף אדער אראפ פון דיין מקום...
(נישט אז איך פארשטיי עס...)
לעצט פאראכטן דורך יש הנאה אום דינסטאג אוקטובער 19, 2021 6:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6789
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re:

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג אוקטובער 10, 2021 1:01 am

סטיטשינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:קודם כל אויף וואס בויסטע דיין פאקט? ביסט בעצם גערעכט. זומער גיייט די זון נישט אינטער און ווינטער שיינט עס נישט אויף.

אז ס'שיינט אויפן נארט פאול? כ'פארשטיי עס פשוט נישט אנדערש, וויאזוי ווערט ווינטער און זומער?

זיי בעסער מסביר וואס עס באדערט דיר.

לאמיר גייען סטעפ ביי סטעפ, כ'זאל כאפן..

פארוואס איז ווינטער א קורצערע טאג און זומער א לענגערע?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18312
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 10, 2021 1:09 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:קודם כל אויף וואס בויסטע דיין פאקט? ביסט בעצם גערעכט. זומער גיייט די זון נישט אינטער און ווינטער שיינט עס נישט אויף.

אז ס'שיינט אויפן נארט פאול? כ'פארשטיי עס פשוט נישט אנדערש, וויאזוי ווערט ווינטער און זומער?

זיי בעסער מסביר וואס עס באדערט דיר.

לאמיר גייען סטעפ ביי סטעפ, כ'זאל כאפן..

פארוואס איז ווינטער א קורצערע טאג און זומער א לענגערע?

וויבאלד די וועלט דרייט זיך נישט גראדעהייט ארום די זון, נאר אויף א טילט. דעס איז גורם אז האלב די וועלט גייט האלב די יאר זיין מער אויסגעשטעלט דירעקט צום זון ווי די צווייטע האלב.
פנינו לימין ואין עוזר, לשמאל ואין סומך. והנה העת והעונָה אשר יאתה לך להושיענו

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: Re:

תגובהדורך יש הנאה » זונטאג אוקטובער 10, 2021 3:25 pm

וואס טוט זיך האט געשריבן:פארוואס איז ווינטער א קורצערע טאג און זומער א לענגערע?

https://drive.google.com/file/d/1uM6OGi ... sCT2j/view

יואל שרייבער
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 7:53 pm

עפעס ווערט באריכטעט וועגן א solar flare היינט נאכט.
https://www.google.com/amp/s/amp.usatod ... 6090775001

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דארט שטייט, אפשר קענען די ידענים אריינקומען, וואס גיימער אונז קענען מיטהאלטן?

אוועטאר
בעריש'ל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך בעריש'ל » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 8:05 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:עפעס ווערט באריכטעט וועגן א solar flare היינט נאכט.
https://www.google.com/amp/s/amp.usatod ... 6090775001

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דארט שטייט, אפשר קענען די ידענים אריינקומען, וואס גיימער אונז קענען מיטהאלטן?

מען ברויך זיין ווייט פון די סיטי לייטס עפעס צו זעהן, אבער דאס דארף זיין זייער אינטערעסאנט.

עס רופט זיך אורורא לייטס
צוגעלייגטע
C019C5EC-D9E7-4A57-80A4-ADFDDB351D4A.png
C019C5EC-D9E7-4A57-80A4-ADFDDB351D4A.png (139.77 KiB) געזעהן 1725 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם

מי הוא זה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

Re: Re:

תגובהדורך מי הוא זה » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 8:06 pm

יש הנאה האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פארוואס איז ווינטער א קורצערע טאג און זומער א לענגערע?

https://drive.google.com/file/d/1uM6OGi ... sCT2j/view


הלוואי ווען איך פארשטיי ווען איין זאַך

אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך אלופי אדום » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 8:08 pm

מיין לופי'לע........

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7379
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 1:38 pm

איז דא עני שיינע קליפ דערפון ?
אידן קומטס אריין דאנקן השי"ת אין די טעג פון וְקָבְעוּ שְׁמוֹנַת יְמֵי חַנוּכָּה אֵלוּ לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵל לְשִׁמְךָ הַגָדוֹל
---

זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש הנאה » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 11:37 am

דעם פארלאפענעם שבת האט נאסא ארויפגעשיקט א ספעיס-שיף מיטן נאמען 'לוסי' וואס וועט מאכן פארשידענע מושטירונגען ארום 'דזשופּיטער' פאר א מיסיע פון גאנצע 12 יאר! (אנצוקומען צו דזשופּיטער נעמט יאר'ן.. מערקט ערשטע תגובה פונעם אשכול..)

לוסי איז ארויסגעשיקט געווארן פון קעננעדי ספעיס באזע אין פלארידע אום 5:34 פארטאגס, און איז סוקסעספול אנגעקומען אין די העכערע רוימען..


בילד
בילד
בילד

ביים זיך גרייטן צום נסיעה..


5.png
5.png (307.46 KiB) געזעהן 1338 מאל

בילד

די פלאנעטן ווי לוסי וועט אפשטאטן..
בילד

א שנעלער בליק אויפן רוט פונעם לאנגע רייזע..
https://drive.google.com/file/d/1kIEr8W ... sp=sharing

אוועטאר
בעסער אזוי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 11, 2020 3:00 pm
לאקאציע: אין מיין באקס

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך בעסער אזוי » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 12:50 pm

א דאנק יש הנאה

האט עס עפעס מיט ספעיס עקס?
צוויי ווערטער וואס זענען אזוי ענליך אין אויסדריק אבער אזא סתירה אין באדייט:

דעמאקראטן

דעמאקראטיע

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש הנאה » מאנטאג אוקטובער 18, 2021 1:11 pm

איך מיין אז צום סוף נישט..

פון וויקיפידיע
On 31 January 2019, NASA announced that Lucy would launch in October 2021 on an Atlas V 401 launch vehicle from Cape Canaveral, Florida. The total cost for the launch is estimated to be US$148.3 million. On 11 February 2019, SpaceX protested the contract award, claiming that it could launch Lucy into the same orbit at a "significantly cheaper cost". On 4 April 2019, SpaceX withdrew the protest

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש הנאה » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 10:19 am

אפאר שעה צוריק אום 1:21 פארטאגס, האט נאסא ארויפגעשיקט א סאטעלייט מיטן נאמען DART.



די ארויפשיס איז געווען פון די ספעיס באזע ווענדענבערג אין קאליפארניע, מיט א פאלקאן 9 ראקעט פון ספעיסעקס.

image.png
image.png (368.03 KiB) געזעהן 298 מאל


די ציל איז אנצוקומען צו א קליינע פלאנעט מיטן נאמען Dimorphos ממשפחת Didymos, בערך אין סעפטעמבער 2022 (ס''ה 30 מיליאן מייל ווייט) וועט דאס דערגרייכן דעם ציל, און וועט נישט מער און נישט ווייניגער אריינקראכן אינעם פלאנעט, און זעהן אויב דאס קען אויסמאכן אז די פלאנעט זאל זיך רוקן פון פלאץ...




פון וויקיפידיע
On November 24, 2021, NASA launched the Double Asteroid Redirection Test (DART) spacecraft. The spacecraft is expected to crash into Dimorphos in September 2022. The collision is expected to bring the Dimorphos and Didymos closer to each other so that Dimorphos' orbits is shortened by 10 to 20 minutes. It is accompanied by an Italian Space Agency (ASI) 6-Unit LICIACube flyby Cubesat that will be released 10 days before impact to observe the asteroid and Dart's impact. Then the European Space Agency will send its Hera spacecraft to Dimorphos in 2024 to study the impact crater and the new orbit of the binary system.


גיי פארשטיי..
לעצט פאראכטן דורך יש הנאה אום מיטוואך נובעמבער 24, 2021 10:27 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
nice man
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 26, 2021 9:04 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך nice man » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 10:23 am

ספעיס-עקס גייט דורכפירן אן ערשטעמאליגע פלאנעט דיפענס מיסיע, ארויס צו שיקן א ספעיס-שיף וואס זאל אריין קראכן אין אן עסטראויד
ג' וישב פ״ב
די מיסיע ווערט דורכגעפירט אין א געמיינזאמע פראיעקט מיט נאסא פאר א פרייז פון ארום 330 מיליאן דאלאר. די 'דאַרט' ספעיס אפאראט וואס ווערט ארויס געשיקט וועט ארום פליען 10 מאנאטן בעפאר עס וועט גרייכן צוויי געצילטע עסטראוידס און אריין קראכן אין די קלענערע דערפון, וועלכע איז בערך אזוי גרויס ווי איינס פון די פיראמידן אין מצרים.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/50985

ישראל_הלוי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ישראל_הלוי » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 11:01 am

נאסא האט היינט צום ערשטן מאל אויפגעכאפט ווינט קולות אויף מארס. דאס קומט נאכדעם וואס מען האט אויסגעשטאט די נאסא פריזערוו מיט צוויי מיקראפאנען. עס האט אויפגעכאפט בערך פינף שעה פון ווינט רעקארדירונגן.

א קליינע ווידיאו:

https://www.dropbox.com/s/qmec1zrhwscum ... x.mp4?dl=0

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4631
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » מיטוואך נובעמבער 24, 2021 1:06 pm

די גאנצע זאך איז ווייל נאסא זוכט צו אנטוויקלען טעכנאלאגיע אפצוהאלטן גרויסע אסטערוידס פון אריין פאלן אין אונזער וועלטל אין פאל וואס זיי שאצן אז עס וועט לאנדן אויף באוואוינטע ערטער

יעדע שטיק צייט פאלן אריין קלענערע אסטערוידס, וואס רוב ווערן צענישט סאך איידער זיי קענען דערגרייכן די ערד, אבער צומאל קען א גרעסערע אריין פאלן, וואס דאן פאסירט א גרויסע אויפרייס אויפן ארט וואו עס לאנדעט, ווי עס האט שוין פאסירט אפאר מאל אין היסטאריע

נאסא זוכט צו אנטוויקלען טעכנאלאגיע אז אין פאל זיי רעכענען אז עס וועט איבערלעבן די אטמאספערע און וועט קראכן אויף א באוואוינטע ארט, ווער רעדט נאך א גרויסע שטאט, זאלן זיי עס קענען באצייטנס אוועקדרייען, און איצט מאכן זיי א טעסט אין דעם ריכטונג
כלל ישראל וויינט ! ברוך דיין האמת ! השם ינקום דמה !


אבינו מלכנו נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot, ירוושלמי22, פראגרעס און 10 געסט