נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:כ'האב נישט פארשטאנען די שאלה. דו רעדסט פון די זון אדער פון די מזלות? וואס פאלט דיר ביי אז שטערנס רירן זיך אן איינער דעם צווייטן?

דו האסט געשריבן
nmi האט געשריבן:ואגב. ווי פריער דערמאנט איז דא אפאר מינע געדרייעכצער. אז אפילו לשיטות אז אלעס שטייט און די וועלט דרייט זיך דרייען זיך יא די שטערנס אויף די גלגלים

אויף דעם האב איך געענטפערט אז ס'איז נישט ריכטיג, קיין שטערן דרייט זיך נישט, נאר די כוכבי לכת, און אזוי אויך די זין דרייט זיך אויך נישט, פארדעם ווערט ער אנגערופן "סטאר".

אגב, איינער קען דא ביטע ברענגען מראי מקומות וואס רעדן איבער קאפערניקוס שיטה, ווי אזוי מ'קען דאס פארענטפערן ס'זאל שטימען מיט די גמרות און רמב"ם?

איך האב איין מראה מקום, סידור היעב"ץ בפי' על מעמדות ליום שלישי
סידור יעבץ.PNG
סידור יעבץ.PNG (33.99 KiB) געזען 2186 מאל


אבער ס'איז דא אסאך קושיות, איינס דערפון האט @NMI דא געברענגט, דאס וואס די גמרא זאגט אין יומא אז בייטאג הערט מען א קול שוואכער ווי ביינאכט צוליב וואס די זין קראצט אינעם גלגל, וואס לויט קאפערניקוס שטימט דאס נישט.

און שוין, דערבארומדיגער האקט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:און די זון דרייט זיך אסאך שנעלער פון דו וועלט. איי פארוואס פליען מיר נישט דורך דו זון 100 מאל א טאג? וועגן ער איז אויף אן אנדערן גלגל וכו'. דו מיינסט אז נאר די פלענעט ערד מיט זון דרייען זיך? כמעט א יעדע (און לויט געוויסע שיטות איז "א יעדע") פלענעט דרייט זיך אויף זיין מהלך.

עפעס ביסטו אומפארשטענדליך, לויט שי' קאפערניקוס דרייט זיך די זין בכלל נישט, זי איז א "שטערן", וואס באדייט אז דאס שטייט אויף איין ארט, נאר די וועלט דרייט זיך ארום די זין.

ראשית כל דו ביזט מיט דעם גערעכט ווייל רוב ראשונים נעמען טאקע אזוי אן.

ס'מיינט אבער נישט אז אלע אנדערע שטערנס שטייען ווי קלעצער. והא ראיה אז יעדע חודש פון יאר טוישן זיי זיך ארום לויט זייער מזל. ס'איז זעהר א פארצווייגטע ענין.

די ראשונים נעמען אן אז די זין דרייט זיך???

-א 'שטערן' אין די ענגלישע שפראך איז דוקא א זין, דהיינו עפעס וואס לייכט מעצמו, שטייט אויף איין פלאץ, מאדים און שבתאי וכדו הייסט א פלאנעט נישט קיין 'סטאר'
-די מזלות דרייען זיך נישט ארום די וועלט, נאר די וועלט דרייט זיך...

ווי עס קוקט אויס האסטו שטודירט די זאך אלץ בחור בספרי קודש, ברוך השם אז דו האסט נישט געליינט אלע היינטיגע וויסאנשאפטליכע שרייבעכצער וועלכע זענען א שטיק אפיקורסית.

ווי זעהסטו מיר שרייבן אז דו זון דרייט זיך?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

אנטשולדיגט, איך האב געמיינט צו פרעגן פארקערט, די ראשונים נעמען אן אז די זין דרייט זיך נישט?
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

זייט מיר אלע נישט ברוגז. ס'איז דא אסאך ראשונים (און כ'מיין אז די גמרא אין ר"ה שרייבט עס אויך קלאר ארויס) וואס שרייבן אז אלעס דרייט זיך יא און אויך די זון. דעי זאכן האבעך נישט געליינט אויפן אינטערנעט און נישט פון קיין שום ביכער פון דעי אלע שקצים נאר פון ראשונים וואס רעדן ארום דערפון. ס'איז אמת אז אמאל האט מען נישט געקענט ארויפגיין אויף די לבנה און היינט יא. און אז זיי זעהן עפעס וואס אין אונזערע ספרים שטייט אנדערש זאל יעדער פרעגן זיין מו"ץ וואס צו טוען.

פאר די פאנגסט אן צו ליינען פון יענע חברה זאלסטו וויסן אז אסאך פון זייערע זאכן נעמען זיי פון חשבונות אז די זון איז אלט 4.7 ביליען יאר און די מאריס איז אלט 2.1 ביליען יאר קומט אויס אז... אזאנע חשבונות האבן זיי. פאנג (נישט) אן צו נישטערן די היסטערי פון די וועלט... וועסטו זעהן ווי משיגע זיי זענען

אשר על כן טרייעך נישט צו ליינען זייערע זאכן וואס ס'איז כפירה גמורה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

אויף דעם זאגן אסאך אז די אלע קשיות קען מען פארענטפערן, און אויב מ'קען דאס פארענטפערן מעג מען דאס גלייבן.

פון די שטערקסטע ראיות וואס איך האב געזעהן איז דאס אז א ראקעט איז באלד ביים זיך הייבן אויף 950 MPH, און די וועג ווי אזוי די סעלפאן סעטעלייטס פליען ארום די וועלט, וואס זאכליך האט שוין מסביר געווען באריכות דא, און דא ברענגט ער ארויס די ראי' דערפון, דאס האט גארנישט מיט כפירה'דיגע סייענס.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

איינער האט אמאל געפרעגט דעם בריסקער רב (דוכצעך) אז רבינו תמ'ס שיטה שטימט נישט מיט'ן מציאות, מען זעט פאקטיש אויף די שטערנס אנדערש.
האט ער געענטפערט: דאן האסטו א קשיא אויף די שטערנס, נישט אויף רבינו תם... ודו"ק היטב.
האט דאך שוין יענער אמורא געפרעגט: וכי בכדי חנטו חנטיא וספדו ספדיא?
האט ער געענטפערט: מקרא אני דורש, און אויב זעסטו די מציאות אנדערש פונעם פסוק, שטעלזשע זיך ביטע אויפן קאפ...
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

אבער אויב קען מען זאגן אז ס'שטימט יא איז מען נישט מחויב צו זאגן אז ס'שטימט נישט.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אנטשולדיגט, איך האב געמיינט צו פרעגן פארקערט, די ראשונים נעמען אן אז די זין דרייט זיך נישט?

1)איים סאררי. כ'האב געמיינט אז ער מיינט צו זאגן אז די שטערנס דרייען זיך און די וועלט שטייט.

2)ס'איז דא איינער וואס האט אויפגעשטעלט די גאנצע זאך און ער האט געזאגט ביי זיין הקדמה אז דעי וועג וויזוי ער גייט יעצט ווייזן (אז די זון מיטן גלגל דרייען זיך ארום די וועלט) איז דא וואס האלטן אז די גאנצע מעשה איז קאפויע אז די גלגל לויפט און די זון קוילערט זיך אבער ס'בלייבט אויף איין פלאץ און די וועלט אינדערמיט דרייט זיך. כ'וואלט רעקאמענד אהינצוגיין צו אים. ער פלעגט אמאל זיין עדווערטייזט. נאכדעם קען מען עס איבערלערנען מיט א קלארקייט
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קניידל פארעם האט געשריבן:
אגב, איינער קען דא ביטע ברענגען מראי מקומות וואס רעדן איבער קאפערניקוס שיטה, ווי אזוי מ'קען דאס פארענטפערן ס'זאל שטימען מיט די גמרות און רמב"ם?


אבער ס'איז דא אסאך קושיות, איינס דערפון האט @NMI דא געברענגט, דאס וואס די גמרא זאגט אין יומא אז בייטאג הערט מען א קול שוואכער ווי ביינאכט צוליב וואס די זין קראצט אינעם גלגל, וואס לויט קאפערניקוס שטימט דאס נישט.

און שוין, דערבארומדיגער האקט.

ברתת ובזיעה.

לויטן צווייטן רמח''ל וואס ווערט דערמאנטדא ומקורו במאמר על האגדות הנדפס בהקדמת עין יעקב, איז גארנישט שווער פון די גמרות.

זהו לפי הבנת ניק אחד אויף אייוועלט.
לא להלכה ולא למעשה אלא להעיר ולהאיר.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

שואלכענין האט געשריבן:איינער האט אמאל געפרעגט דעם בריסקער רב (דוכצעך) אז רבינו תמ'ס שיטה שטימט נישט מיט'ן מציאות, מען זעט פאקטיש אויף די שטערנס אנדערש.
האט ער געענטפערט: דאן האסטו א קשיא אויף די שטערנס, נישט אויף רבינו תם... ודו"ק היטב.

אויבן האב איך שוין געשריבן א ישוב מרביהק מסאטמאר זי''ע.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

nmi האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אנטשולדיגט, איך האב געמיינט צו פרעגן פארקערט, די ראשונים נעמען אן אז די זין דרייט זיך נישט?

1)איים סאררי. כ'האב געמיינט אז ער מיינט צו זאגן אז די שטערנס דרייען זיך און די וועלט שטייט.

2)ס'איז דא איינער וואס האט אויפגעשטעלט די גאנצע זאך און ער האט געזאגט ביי זיין הקדמה אז דעי וועג וויזוי ער גייט יעצט ווייזן (אז די זון מיטן גלגל דרייען זיך ארום די וועלט) איז דא וואס האלטן אז די גאנצע מעשה איז קאפויע אז די גלגל לויפט און די זון קוילערט זיך אבער ס'בלייבט אויף איין פלאץ און די וועלט אינדערמיט דרייט זיך. כ'וואלט רעקאמענד אהינצוגיין צו אים. ער פלעגט אמאל זיין עדווערטייזט. נאכדעם קען מען עס איבערלערנען מיט א קלארקייט

יענער איז בפשטות די מגי''ש פון נועם אלימלך וואס איך האב אויבען דערמאנט.

אלעס וואס ער ווייזט איז נישט לפי די היינטיגע חוקרים, קאפערניקעס איז בלויז איינס פון די זאכן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: ומקורו במאמר על האגדות הנדפס בהקדמת עין יעקב,

דער מאמר פון רמח"ל איז געדרוקט אין הקדמת עין יעקב?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

קניידל פארעם האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: ומקורו במאמר על האגדות הנדפס בהקדמת עין יעקב,

דער מאמר פון רמח"ל איז געדרוקט אין הקדמת עין יעקב?

נעם א עין יעקב, די ערשטע באנד, עס זענען דא דארט עטליכע הקדמות פון די מפרשים און אויך א מאמר פון רמח''ל.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

יישר כח גדול! (בקולי הצרוד...)
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

מ'קען זיך מיט א מציאות נישט קריגן.
1) מדארף זיך נישט דוחק זיין און זאגן אז די וועלט איז פלאך. ווען די פאקט צייגט אז ס'איז רונדיג ככדור.
2) מ'דארף זיך נישט דוחק זיין אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, ווען די פאקט איז פארקערט.
3) מ'דארף זיך נישט דוחק זיין אז יבשה איז א שליש העולם. ווען דער מציאות ווייזט אז יבשה איז אונטער 30 פראצענט און ימים און אקאענאן זענען איבער 70 פראצענט.
לויט ווי די סאטעליטן צייגן, איז מדבריות בערך א דריטל פון די יבשה. אויב יבשה איז בערך 30 פראצענט פון די וועלט, איז מדבריות בערך 10 פראצענט פון די וועלט.

עס פאראן א שיינע ווידיא אילוסטראציע פון הרב מנשה ישראל רייזמאן ווי ער איז עס מסביר זיין קלאר, אז ס'איז מעגליך אז סיי די זון און סיי די וועלט דרייען זיך אין סינקראניזאציע, און ע"כ איז מעגליך צו זאגן אז אלע זאכן שטימען כמין חומר.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

לינק?
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

קניידל פארעם האט געשריבן:לינק?


איך וועל עס אי"ה ארויפשטעלן אט אט.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

יישר כח רב ווייזער!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

יישר כח @ווייזער!!

ער איז זיך אין אנהייב עטליכע מאל טועה וועלכע גלגל ס'איז וואס, די סדר לויט קאפערניקוס גייט, זין אין צענטער, כוכב-מערקורי, נוגה-ווענוס, ערד, מאדים-מארס, צדק-דזשופיטער, שבתאי-סאטערן, אוראנוס, נעפטון, פלוטא.

אזוי אויך, זיין צווייטע וועג איז נישט דעם רמב"ם'ס וועג און להבדיל אא"ה ביי די גוים פטאלמיוס'ס וועג, נאר דאס וואס ער האט געוויזן אנפאנג, דאס איז די מהלך לויט פטאלמיוס, דאס וואס ער ווייזט דא ביי בערך 15 מינוט האב איך נאך דערווייל נישט געזעהן אין ערגעץ, ס'איז פאר מיר א פרישער חידוש.

דאס וואס ער ווייזט די גאנצע מהלך פון די כוכבי לכת ווי מיר זעען דאס פון דא אויף דער ערד איז פלאי פלאים, איך פארשטיי אז יעדעס מאל וואס די זין ווערט פארשטעלט דא אויף די אילוסטראציע, מיינט דאס אז ס'פאסירט דאן א ליקוי חמה, דאן מוז זיין אז ס'פאסירט ארום יעדע אנדערהאלבן יאר א ליקוי חמה אויף דער וועלט, אבער איך הער נישט דערפון.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

קניידל פארעם האט געשריבן:יישר כח @ווייזער!!

ער איז זיך אין אנהייב עטליכע מאל טועה וועלכע גלגל ס'איז וואס, די סדר לויט קאפערניקוס גייט, זין אין צענטער, כוכב-מערקורי, נוגה-ווענוס, ערד, מאדים-מארס, צדק-דזשופיטער, שבתאי-סאטערן, אוראנוס, נעפטון, פלוטא.

אזוי אויך, זיין צווייטע וועג איז נישט דעם רמב"ם'ס וועג און להבדיל אא"ה ביי די גוים פטאלמיוס'ס וועג, נאר דאס וואס ער האט געוויזן אנפאנג, דאס איז די מהלך לויט פטאלמיוס, דאס וואס ער ווייזט דא ביי בערך 15 מינוט האב איך נאך דערווייל נישט געזעהן אין ערגעץ, ס'איז פאר מיר א פרישער חידוש.

נאכנישט געענדיגט זעהן.


הוא הדבר אשר דיברנו. אז ער צייגט א פרישע טעאריע וועלכע צייגט ווי אלעס דרייט זיך און מ'זעהט ווי די זון דרייט זיך ארום די וועלט.
למעשה פון דרויסן פון חלל העולם זעהט מען אבער יא אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון און נישט פארקערט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

יעצט איבערגעקוקט די מאמר על ההגדות פונעם רמח''ל.

לפי דבריו איז גארנישט שווער פון די אלע גמרות.
רביה''ק מסאטמאר גייט אזוי ווי ער שרייבט דארט,

עיי''ש, נישט א לאנגע מאמר.
זקן מלא רחמים.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

לגבי צי יבשה איז שליש העולם, איז דאס א טעות וואס אסאך מענטשן מאכן.
חז"ל זאגן נישט אז די יבשה איז בשטח א שליש העולם, נאר אז די וועלט איז איינגעטיילט אין דריי חלקים (אין איכות, נישט אין שטח), עס איז דא וואסער, ישוב, און מדבר, ודו"ק היטב.
אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייזער »

שואלכענין האט געשריבן:לגבי צי יבשה איז שליש העולם, איז דאס א טעות וואס אסאך מענטשן מאכן.
חז"ל זאגן נישט אז די יבשה איז בשטח א שליש העולם, נאר אז די וועלט איז איינגעטיילט אין דריי חלקים (אין איכות, נישט אין שטח), עס איז דא וואסער, ישוב, און מדבר, ודו"ק היטב.


תוס׳ פסחים (צד.) זאגט יא אז די מאמר חז״ל מיינט א דריטל איז יבשה, א דריטל ים, און א דריטל מדבריות.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

ווייזער האט געשריבן:
קניידל פארעם האט געשריבן:יישר כח @ווייזער!!

ער איז זיך אין אנהייב עטליכע מאל טועה וועלכע גלגל ס'איז וואס, די סדר לויט קאפערניקוס גייט, זין אין צענטער, כוכב-מערקורי, נוגה-ווענוס, ערד, מאדים-מארס, צדק-דזשופיטער, שבתאי-סאטערן, אוראנוס, נעפטון, פלוטא.

אזוי אויך, זיין צווייטע וועג איז נישט דעם רמב"ם'ס וועג און להבדיל אא"ה ביי די גוים פטאלמיוס'ס וועג, נאר דאס וואס ער האט געוויזן אנפאנג, דאס איז די מהלך לויט פטאלמיוס, דאס וואס ער ווייזט דא ביי בערך 15 מינוט האב איך נאך דערווייל נישט געזעהן אין ערגעץ, ס'איז פאר מיר א פרישער חידוש.

נאכנישט געענדיגט זעהן.


הוא הדבר אשר דיברנו. אז ער צייגט א פרישע טעאריע וועלכע צייגט ווי אלעס דרייט זיך און מ'זעהט ווי די זון דרייט זיך ארום די וועלט.
למעשה פון דרויסן פון חלל העולם זעהט מען אבער יא אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון און נישט פארקערט.

אריין קלערנדיג אין די פרישע טעאריע אז אלע גלגלים דרייען זיך ארום די וועלט ווי א הולע-אפ, לייגט זיך דאס שווער אויפן שכל, ער צייגט אז אלעס דרייט זיך ארום די וועלט, אויסער דעם דרייט זיך יעדער פלאנעט אין זיין גלגל, און אויסער דעם דרייט זיך יעדער פלאנעט על צירו וואס דאס מאכט טאג און נאכט אויף יעדער פלאנעט, לויט דעם וועט אויסקומען אז די למשל די זין, קען זיך דרייען ארום די וועלט אין זיין נאנט צו די וועלט, און ס'קען זיין גאר גאר ווייט אוועק פון די וועלט, ווען ער איז אויפן אנדערן עק גלגל.
חוץ אויב ער וויל זאגן אז קיינער פארט טאקע נישט ארום אינעם גלגל פאר זיך, וואס אויב אזוי, צו וואס מאכט ער יענע גלגלים וואס דרייען זיך ווי א הולע-אפ ארום די וועלט? מאך די זעלבע גלגלים ווי פטלמיוס מאכט?!
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”