נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 8:50 pm

פשוטע זאכן פאר בגינערס, נישט פאר די גרויסע אסטראנאמערס דא די גרויסע קעפ קענען מיך פארעכטן

לייט יאר מאס, אזוי ווי מען מעסט אינטשעס ביי א פלייוואד, פיס ביי א דירה, עקרס ביי מעסטן א שטאט, מייל צווישן 1 שטאט און 2טע, מען קען נישט זאגן אז וויליאמסבורג איז ווייט פון מאנטיסעלא 10 מיליאן אינטשעס אדער 200 טויזנט פיס
אזוי איז אין די ספעיס וואס מייל איז ווייניגער ווי א אינטש, סא די אסטרנאמישע ציפערן גייען דארט מיט''לייט יערס '' ליכט יארן

איין לייט יאר איז 5.88 טריליאן מייל( ס'נעמט א יאר אז א שיין זאל פליען 5.88 טריליאן מייל, 186,000 א סעקונדע )
א לייט יאר איז ווי לאנג סנעמט פאר א שיין צי פליען, ווי באקאנט איז א לייט די שנעלסטע ספיד קאמפער צי א קול וואס נעמט לענגער וועגן דעם זעהט מען קודם די בליץ און נאכדעם הערט מען די דינערן
די לבנה שיין נעמט עטליכע סעקונדעס ווייל סאיז זייער נאנט(לייט פליט 186,000מייל א סעקונדע ), די זין איז אויך גאנץ נאנט( 93 מיליאן מייל )סנעמט 8 מניט בערך, און אנדערע ווערטער די זין איז 8 מניט לייט יאר ווייט( רוב שטערנס וואס אינץ זעה מער איז עטליכע לייט יאר ווייט נישט לייט סעקונדעס נישט מניט נישט טעג וואכן חדשים נאר לייט יארן

גרעוועטי
ווי גרעסער א זאך איז אלץ שטערקער שלעפט עס, די לבנה איז קלענער האט עס א שוואכערע גרעוועטי, מכוח הגרעוועטי שלעפט נישט די ערד אראפ די לבנה וואס סאיז קלענער, נאר אנשטאט דרייט זיך די לבנה ארום די ערד, סקימט פון די ערדס גרעוועטי, די זעלבע זאך די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע דרייט זיך ארום די וועלט אינדרויסן פון די אטמאספער מיט די ביסל כוח פון גרעוועטי איך פארשטיי נישט פינקטלעך אבער עפעס אזוי
די ערד מיט די שבעה כוכבי לכת( סאיז 9 פלאנעטן )דרייען זיך ארום די זין דורך די זין גרעוועטי

גאלעקסי
( בילד וויאזוי סקיקט אויס פון א טעלעסקאפ די גרויסע צאל שטערן זעט מען ווי איין גרויסע שיין און שעפ פון א האריקען )

download.jpeg
download.jpeg (2.82 KiB) געזעהן 446 מאל



א גאלעקסי איז א אסטרנאמישע צאל שטערנס גראפ, סזעהט אויס ווי א האריקען שעיפ
די ערד מיט די זין און די שבעה כוכבי לכת זענען א פיצי חלק פון די געלעקסי ווי אינץ זעמער '' די מילקי וועי '' די מילך וועג, אינזער שבעה כוכבי סאלער סיסטעם האט בלויז 1 שטערן די זין , פון די בליאנען שטערנס אין די גאלעקסי
( אינץ ריפן אן אלע שיינען פון די הימל שטערנס הגם אינץ זעמער אויך נאנטע פלאנעטן וואס סאיז נישט קיין שטערן )
אינזער געלעקסי איז גרויס 52,850 לייט יארן ברייט
אינזער גאלעקסי האט בערך 250 ביליאן ± 150 ביליאן שטערנס חוץ פלאנעטן, אונץ מיט די פשוטע אויגן קען מען נישט זעהן קיין שטערנס פון אנדערע גאלעקסי'ס

סופער געלעקסי galaxy cluster
[/quote]
800px-14-283-Abell2744-DistantGalaxies-20141016.jpg
800px-14-283-Abell2744-DistantGalaxies-20141016.jpg (190.69 KiB) געזעהן 440 מאל

איז א גרופע פון טויזנטער אדער 100ער גאלעקסי'ס צווישן 1 גאלעקסי און א 2טע גאלעקסי איז פון אסאך ליכט יארן ביז 13 ביליאן לייט יאר צווישן איין גאלעקסי און די 2טע
אויף די בילד פון א סופער גאלעקסי קלאסטער זעט מען קליינע שטערנדלעך, איעדע שטערנדל איז א.. גאלעקסי


Caelum Supercluster, also known as SCl 59
איז א גרופע סופער גאלעקסי'ס וואס איז אסטרנאמישע ציפערן ברייט און אסטראנאמישע ווייטקייט צווישן איין סופער קלאסטער און די 2טע, און האט אסטרנאמישע צאל שטערנס כעפר הארץ


המשך יבא
דא קען מען זעהן עפעס א הסבר דורך א ווידיא
לייטער האט געשריבן:

איינער מיט נאך ווידאס פון געלעקסי'ס זין לבנה ערד וכדומה
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום דאנארשטאג מאי 07, 2020 11:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 10:55 pm

נאכדעם איז דא א שרעקעדיגע זאך און עטליכע ווייטערע גאלעקסי'ס, א '' שווארצע לאך black hole '' וואס האט א אומ'באגרייפליכע גרעוועטי אדער וועקיום וואס שלעפט אריין אלע שטערנס, אויב איינער קען עס בעסער מסביר זיין
צוגעלייגטע
images (3).jpeg
images (3).jpeg (4.87 KiB) געזעהן 434 מאל

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג מאי 07, 2020 11:18 pm

מיין שאלה איז וויאזוי איז דא א בילד פון אינזער גאלעקסי די'' מילך וועג מילקי וועי '' מען דארף דאך ארויספארן אינדרויסן פון די גאלעקסי צי מאכן א בילד( אזוי ווי די אייבערשטער האט ארויסגענומען אברהם אבינו און געוויזן ) וואס סאיז נישט מעגליך צי טראכטן פון פארן אזוי ווייט, אז א ראקעט וועט פליען ביז די סוף אלף השישי וועט עס פארן בלויז א ברעקל אין אינזער גאלעקסי ווער רעדט פון ארויספארן

אינה דומה שמיעה לראיה
איך זעה לינקס ביים סערטשן פון זייער אסאך אינטערעסאנטע ווידאס וואס געבן א גיטע הסבר , אבער איך קען עס נישט עפענען אפגערעדט פון ארויפלייגן דא, סא ווער סהאט א מעגליכקייט צי ברענגען ווידיאס זאל ביטע ברענגען פאר די אידן וואס קענען נישט זעהן

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:40 am

אין בעפארברייטונג צו די היסטארישע מיסיע האט ספעיס עקס ארויסגעשטעלט בילדער פון די ראקעט וועלכע ווערט צוגעגרייט.

צוערשט א בליק אויף די קרו דראגאן, נאך וואס עס איז אנגעקומען צו 'פּעד 39A' דעם פארגאנגענעם פרייטאג מאי 15. די קאפסול מעסט זיך נאענט צו 27 פיס הויעך און אומגעפער 13 פיס אין דיאמעטער.
IMG_20200521_102734_531.jpg
IMG_20200521_102734_531.jpg (393.09 KiB) געזעהן 253 מאל


א בליק ווי עס איז צוזאמענגעשטעלט מיט די פאלאקן 9 ראקעט
IMG_20200521_102728_109.jpg
IMG_20200521_102728_109.jpg (232.66 KiB) געזעהן 253 מאל


די גאנצע ראקעט אינאיינעם מעסט זיך 215 פיס לאנג. אגב, מערק נאך דריי ראקעטס אינעם בילד. אויף די רעכטע זייט איז א נייע ראקעט וועלכע איז געפלאנט ארויפצופירן א מיליטערישע דזשי. פי. עס סאטעליט יוני 30, די אנדערע צוויי זענען שוין גענוצט געווארן אין די פארגאנגענהייט.
IMG_20200521_102724_682.jpg
IMG_20200521_102724_682.jpg (273.2 KiB) געזעהן 253 מאל


די ראקעט איז געפלאנט ארויסצופליען קומענדיגע מיטוואך, מאי 27, 4:33:33 PM EDT, און וועט דערנאך פארזעצן מיט א 19 שעה'דיגע רייזע ביזן גרייכן די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע. אין די קאפסול וועלן זיך געפינען די צוויי אסטראנאטן 'דאג הורלי' און באב בענקען'. דאס לעצטע מאל א ראקעט האט זיך געהויבן מיט אסטראנאטן פון אמעריקאנער ערד איז געווען יולי אכט 2011.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:01 am

Wow די בילדער זענען מאסיוו. יישר כח @יש ברירה

יש ברירה האט געשריבן:דאס לעצטע מאל א ראקעט האט זיך געהויבן מיט אסטראנאטן פון אמעריקאנער ערד איז געווען יולי אכט 2011.


און פאר 10 מאל די פרייז!! ($1.5 ביליאן פער לאונטש)
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:05 am

פארוואס איז עס שווארץ פון אינדרויסן, איז דעס סאלאר פענעלס?
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:13 am

דאס וואס מען זעהט איז די 'היעט שיעלד' ערצייגט דורך ספעיס עקס.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:44 am

יש ברירה האט געשריבן:דאס וואס מען זעהט איז די 'היעט שיעלד' ערצייגט דורך ספעיס עקס.


איז עס דווקא פאר קרא דרעגאן ווען מענטשן זענען אינעווייניג, אדער ס'איז א אפגרעיד וואס מ'גייט לייגן אויף אנדערע ראקעטס אויך?

(ס'מעטשט נישט... 8.) )
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5875
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג מאי 21, 2020 11:48 am

וואו איז די קאפסול? גאנץ אויבן ביי די שווארצע?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:05 pm

ממה נפשך האט געשריבן:פארוואס איז עס שווארץ פון אינדרויסן, איז דעס סאלאר פענעלס?


יש ברירה האט געשריבן:דאס וואס מען זעהט איז די 'היעט שיעלד' ערצייגט דורך ספעיס עקס.

כ'האב זיך טועה געווען... עס קוקט אויס ווי ס'איז יא סאלער פאנעלס!..

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:11 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:וואו איז די קאפסול? גאנץ אויבן ביי די שווארצע?

די קאפסול איז צוזאמענגעשטעלט פון צוויי טיילן, די אויבערשטע ווייסע חלק איז די עצם קאפסול, די שווארצע חלק (מיט די ארויפגעבויעטע סאלאר פאנעלס...) איז די 'טראנק' אדער 'סערוויס מאדועל'.

נאכן זיך אפטיילן פונעם אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע פארן וועג אהיים, וועט די צווייטע טייל ווערן אפגעלאזט, און נאר די אויבערשטע טייל מיט די אסטראנאטן וועט צוריקקומען.
YExvpXoMhjC4BBNDDMaLhh-1200-80.jpg
YExvpXoMhjC4BBNDDMaLhh-1200-80.jpg (34.53 KiB) געזעהן 173 מאל
צוגעלייגטע
C98ZM6yKu2ozsbDWi4d6nh-1200-80.jpg
ריענטרי אילוסטראציע...
C98ZM6yKu2ozsbDWi4d6nh-1200-80.jpg (42.41 KiB) געזעהן 168 מאל

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג מאי 21, 2020 10:54 pm

פרעזידענט טראמפ האט היינט געזאגט פאר די מידיע אז ער קלערט צו פארן קיין פלארידע מיטצוהאלטן פון דער נאנט ליעוו ווי די אסטראנאטן פליען ארויף.

צולייגענדיג וויצעלדיג אז ער וואלט מיטגעשיקט אפאר מידיע חברה צו האבן אביסל רואיגקייט פאר א שטיקל צייט...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש, שבועת ראם און 51 געסט