צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ אשכול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:11 pm

פאליק האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:אלע אנדערע איז אפשר אינקאמבענט פארטיי אבער נישט אינקאמבענט קאנדידאט

איך האב געזאגט אפען, נישט אינקאמבענט


און איך האב גערעדט פון אינקאמבענט שטארקייט

זאג איך דיר אז די אלע סטעיטס האבן פארמאגט *אפענע סיעטס, צו סענעטאר צו גאווערנער, והדרא קושיא לדוכתיה?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:18 pm

@כאפצעם, דו בעלאנגסט נישט דא, דא איז די צענטארלע עלעקשענס פרא טראמפ אשכול.

דא שרייבט מען בלויז טראמפיזם.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:26 pm

צל עובר האט געשריבן:@כאפצעם, דו בעלאנגסט נישט דא, דא איז די צענטארלע עלעקשענס פרא טראמפ אשכול.

פאליק זאגט ער איז לאו דווקא אהערגעקומען, דאס האט ער פשוט ערשט געטראפן
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:29 pm

פארוואס ער איז אהערגעקומען ווייסעך נישט, פארוואס ער האט עס געעפענט ווייסעך יא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:44 pm

גראדע זייער באטעמט דא די שמועסעריי
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:47 pm

אויב דו לאזט, איז א אנדערע מעשה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:48 pm

ווילאנג מען באזידעלט נישט קיינעם מיט קיין באליידיגונגען איז אלעס באטעמט און געשמאַק
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:03 pm

אה ס'איז אפן?!

ביטע קלארשטעלן, וויאזוי איז א געווינס פאר טראמפ אז נעוועדע און אריזאנע זענען געגאנגען בלוי, ווייל ער האט נישט קאמפיינט דארט?

אריזאנע האט ערלי מעיל אין'ס. און נעוועדע האט ערלי וואוטינג, אנגעהויבן 2 וואכן פאר די וואלן,
מען קען זיין זיכער אז פונקט ווי איי וועלט האט גענוצט רעלסטאן אין נעוועדע און אריזאנע SOS צו פאלאוען וואס טוט זיך אין די 2 סטעיטס, האבן די פארטיי הויפטקווארטירן אין די 2 סטעיטס סך טיפער און גרונטליכער נאכגעפאלגט וואס פאסירט "אן גראונד"

יעצט צום פונקט, די טאג וואס נעוועדע האט אנגעהויבן שטימען פרי, אויף א שבת, בערך 17 טעג פאר די וואלן, איז דער פרעזידענט געווען אין נעוועדע, ווי די חנופה צווישן טראמפ און העלער איז געגאנגען "פול פארס", אין די זעלבע צייט, צו גאר די זעלבע טאג, העכסטנס א טאג ארויף א טאג אראפ, איז טראמפ געווען אין אריזאנע, (כאפצעם וועט מוזן אריינקומעןף אויב דאן איז געווען די מאמענט, ווי טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט, "א שטימע פאר מקסעלי איז א שטימע פאר מיר")
עס איז דורכגעגאנגען אפאר טאג, און די פארטיי פירער האבן געקענט פונקטליך אפשאצן, וואס די ראליס האבן געברענגט (ווי פריער דערמאנט, דאס קען מען טרעקן, איי וועלט האט דאס אויך געטרעקט צו א געוויסע עקסטענד), וואס איז געווען זייער החלטה? "מר. פרעזידענט, פאר אונזער טובה קום נישט נאכאמאל"

עס איז דורכגעגאנגען א וואך צוויי, און יא מען זעט די פארטיי פירער האבן גוט געשאצט און די רעפובליקאנער האבן פארלוירן ביגלי אין די צוויי סטעיטס (רוב סטעיטווייד פאזישענס), אה ווייל זיי האבן צוריקגעוויזן טראמפ!, איין רגע, זיי האבן דאך גארנישט קעגן אים, זיי האבן דאך אים גערופן, יא, ווען זיי האבן געזען אז עס טוט אויף איין גרויסע מכה, האבן זיי אים געזאגט דו ברענגסט אונז נאר פראבלעמען, און יא, יעצט קען מען קלאר באשטעטיגן אז טראמפ האט אנגעזייט חורבנות פאר זיין פארטיי אין די 2 שטאטן, נעוועדע און אריזאנע

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:10 pm

מאכט גאנצעטע פשעטליך מיט תיובתאס

ס'איז סאך פשוטער ווי דו פראבירסט

פאר די רעפאבליקאנע האט זיך אויסגעפעילט איינער זאל אויפהייטערן זייער פארשלאפענע באזע

טראמפ איז א שטארקע אויפוועקער

דער מציאות האט באוויזן נישט נומערן נאר מציאות אז דארט ווי ער האט קאמפיננט האבן די רעפאבליקענס געווינען

צו ער וואלט עס געמאכט אין נעוואדע אדער אין אריזאנע איז א שאלה ער איז דאך נישט אהין געגאנגען

אין אריזאנע קען מען זיכער דיבעיטן אז ער וואלט עס געמאכט
לעצט פאראכטן דורך שליו ודגים אום דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:11 pm

און אין ביידע סטעיטס איז דער גאווערנער יעצט א פאפעלער רעפאבליקען וואס האט לכאורה א פעסטן אפאראט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:25 pm

אין כל חדש האט געשריבן:אה ס'איז אפן?!

ביטע קלארשטעלן, וויאזוי איז א געווינס פאר טראמפ אז נעוועדע און אריזאנע זענען געגאנגען בלוי, ווייל ער האט נישט קאמפיינט דארט?

אריזאנע האט ערלי מעיל אין'ס. און נעוועדע האט ערלי וואוטינג, אנגעהויבן 2 וואכן פאר די וואלן,
מען קען זיין זיכער אז פונקט ווי איי וועלט האט גענוצט רעלסטאן אין נעוועדע און אריזאנע SOS צו פאלאוען וואס טוט זיך אין די 2 סטעיטס, האבן די פארטיי הויפטקווארטירן אין די 2 סטעיטס סך טיפער און גרונטליכער נאכגעפאלגט וואס פאסירט "אן גראונד"

יעצט צום פונקט, די טאג וואס נעוועדע האט אנגעהויבן שטימען פרי, אויף א שבת, בערך 17 טעג פאר די וואלן, איז דער פרעזידענט געווען אין נעוועדע, ווי די חנופה צווישן טראמפ און העלער איז געגאנגען "פול פארס", אין די זעלבע צייט, צו גאר די זעלבע טאג, העכסטנס א טאג ארויף א טאג אראפ, איז טראמפ געווען אין אריזאנע, (כאפצעם וועט מוזן אריינקומעןף אויב דאן איז געווען די מאמענט, ווי טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט, "א שטימע פאר מקסעלי איז א שטימע פאר מיר")
עס איז דורכגעגאנגען אפאר טאג, און די פארטיי פירער האבן געקענט פונקטליך אפשאצן, וואס די ראליס האבן געברענגט (ווי פריער דערמאנט, דאס קען מען טרעקן, איי וועלט האט דאס אויך געטרעקט צו א געוויסע עקסטענד), וואס איז געווען זייער החלטה? "מר. פרעזידענט, פאר אונזער טובה קום נישט נאכאמאל"

עס איז דורכגעגאנגען א וואך צוויי, און יא מען זעט די פארטיי פירער האבן גוט געשאצט און די רעפובליקאנער האבן פארלוירן ביגלי אין די צוויי סטעיטס (רוב סטעיטווייד פאזישענס), אה ווייל זיי האבן צוריקגעוויזן טראמפ!, איין רגע, זיי האבן דאך גארנישט קעגן אים, זיי האבן דאך אים גערופן, יא, ווען זיי האבן געזען אז עס טוט אויף איין גרויסע מכה, האבן זיי אים געזאגט דו ברענגסט אונז נאר פראבלעמען, און יא, יעצט קען מען קלאר באשטעטיגן אז טראמפ האט אנגעזייט חורבנות פאר זיין פארטיי אין די 2 שטאטן, נעוועדע און אריזאנע


או כלך בדרך אחר אז ווען טראמפ בלייבט ווען קאמפיינען דארט און ער וואלט געהאמערט פאר צוויי וואכן אנקעגען די דעמאקראטען און טויזענטער מענטשן אין די סטעיט וואלטן עס מיטגעהאלטן ווייל ווען א פרעזידענט רעדט אין א סטעיט ווערט עס געקאווערט אלל אוועק וואלט עס יא געבליבן ביי די רעפובליקאנער.
נאר די פארטיי'ס פירער האבן ראנג געשאצט און אים געזאגט נישט צו גיין און די דעמאקראטען האבן איינגענומען ביידע סטעיטס
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:35 pm

שליו ודגים האט געשריבן:מאכט גאנצעטע פשעטליך מיט תיובתאס

ס'איז סאך פשוטער ווי דו פראבירסט

פאר די רעפאבליקאנע האט זיך אויסגעפעילט איינער זאל אויפהייטערן זייער פארשלאפענע באזע

טראמפ איז א שטארקע אויפוועקער

דער מציאות האט באוויזן נישט נומערן נאר מציאות אז דארט ווי ער האט קאמפיננט האבן די רעפאבליקענס געווינען

צו ער וואלט עס געמאכט אין נעוואדע אדער אין אריזאנע איז א שאלה ער איז דאך נישט אהין געגאנגען

אין אריזאנע קען מען זיכער דיבעיטן אז ער וואלט עס געמאכט

רבי לעבן, ער איז יא אהינגעגאנגען, נאר ווען מען האט אפגעשאצט וואס טוט זיך האט מען דערזען אז ער הייטערט אויף די לאטינא בעיס מער (כנלע"ד די סיבה)

פאליק האט געשריבן:
או כלך בדרך אחר אז ווען טראמפ בלייבט ווען קאמפיינען דארט און ער וואלט געהאמערט פאר צוויי וואכן אנקעגען די דעמאקראטען און טויזענטער מענטשן אין די סטעיט וואלטן עס מיטגעהאלטן ווייל ווען א פרעזידענט רעדט אין א סטעיט ווערט עס געקאווערט אלל אוועק וואלט עס יא געבליבן ביי די רעפובליקאנער.
נאר די פארטיי'ס פירער האבן ראנג געשאצט און אים געזאגט נישט צו גיין און די דעמאקראטען האבן איינגענומען ביידע סטעיטס

צו סאמערייזן,
1) אונז ווייס מיר פאר א פאקט, טראמפ איז אהינגעגאנגען
2) אונז ווייס מיר לויט באריכטן, אז די רעפובליקאנער, האבן אים דערנאך געבעטן אוועקצושטיין
3) 1+1 ווייזט אז רעפובליקאנער האבן אפגעשאצט אז טראמפ איז א נעט פארלוסט, און ווי געשריבן, דאס האט מען געקענט זען אויף ריעל דעטע אין ערלי וואוטינג, נישט אין אנקעטעס
4) פאליק שפעקולירט, אז וואלט ווען טראמפ צוריקגעגאנגען נאך 2 מאל, (ער איז דאך זיכער מודה, אז מער ווי 2 מאל, איז דאך פשוט נישט געווען די צייט דערצן) וואלט ער געטוישט די זאכן "אן גראונד" און אנשטאט זיין א נעט פארלוסט דארט (לכאורה צוליב לאטינא ערוואכונג) וואלט ער גאר געווארן א נעט געווינס, און וואלט מעגליך געשטיפט דעם רעפובליקאנער אווער די פיניש ליין. איך הער...

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:39 pm

און די קאונטי וואס טראמפ איז געווען אין נעוועדע איז די איינציגסטע רורעל קאונטי ווי העלער איז געווען שוואכער ווי טראמפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 8:09 pm

קודם כל די גאנצע לאטינאס אויפוואכונג שטימט נישט ווייל אי הכי וואלט די זעלבע געדארפט געשען אין טעקסאס

ואיידי דאתית להכי קען מען שוין שפעקולירן ווי @פאליק זאגט אז די פראבלעם איז געווען די רעפאבליקאנע רוטינע מידטוירם פאפעריי, און א ראי' צו דעם אז ביי די ערלי וואויטינג און למעשה זענען די לאטינאס ארויסגעקומען שטארק און פונדעסטוועגן איז די פארמעסט געווען א שמאלער, ווייל עס איז געווען ביי א באורדער ליין און ס'וואלט גרינג געקענט גיין צו ביידע זייטן האבן אבער די פלעיק סטייל רעפאבליקאנע זיך איינגערעדט אנדערש וממילא ווי זאגט @פאליק טו בעד

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 9:06 pm

שליו ודגים האט געשריבן:קודם כל די גאנצע לאטינאס אויפוואכונג שטימט נישט ווייל אי הכי וואלט די זעלבע געדארפט געשען אין טעקסאס

ואיידי דאתית להכי קען מען שוין שפעקולירן ווי @פאליק זאגט אז די פראבלעם איז געווען די רעפאבליקאנע רוטינע מידטוירם פאפעריי, און א ראי' צו דעם אז ביי די ערלי וואויטינג און למעשה זענען די לאטינאס ארויסגעקומען שטארק און פונדעסטוועגן איז די פארמעסט געווען א שמאלער, ווייל עס איז געווען ביי א באורדער ליין און ס'וואלט גרינג געקענט גיין צו ביידע זייטן האבן אבער די פלעיק סטייל רעפאבליקאנע זיך איינגערעדט אנדערש וממילא ווי זאגט @פאליק טו בעד

פארשטיי איך נישט די גאנצע קשיא ותירוץ
ווער זאגט אז אין טעקסעס זענען זיי נישט געווארן ערוועקט דורך טראמפ?
וועסטו זאגן ווייל זיי האבן נישט דערגרייכט די 2016 נאמבערס, נו מאן יימר אז אין נעוועדע און אריזאנע האבן זיי יא דערגרייכט, איך האב נאך נישט די פולע נאמבערס אין נעוועדע, אבער אין ערלי וואוטינג זענען זיכער געווען מער דעמאקראטן אין 2016 אין נעוועדע, די סיבה פארוואס העלער האט פארלוירן שטערקער ווי טראמפ, ווערט צוגעשריבן צו אינדעפענדענטס (אדער קראסס אווער וויילער)
בקיצור, די לאטינא אויפוואכונג, איז סך הכל מיין אייגענע השערה, און איך האב נישט געזען דא קיין פירכא, ווייל יתכן אז אן טראמפ וואלטן זיי ארויסגעקומען אויף א רעיט פון 60% קאמפעירד צו 2016, און נאך טראמפ זענען זיי ארויסגעקומען אויף א רעיט פון 75%, אבער נאך אלס נישט ווי אנדערע, וואס עס הייסט אז עס האבן געשטימט 85-90% קאמפעירד צו 2016

גראדע קען זיין איך בין ראנג מיט מיין השערה אז די לאטינא אויפוואכונג האט באוואויגן רעפובליקאנער צו בעטן טראמפ אוועקצושטיין פון די 2 שטאטן, איז עס אבער געווען אן אנדערע חלק ווי זיי האבן געזען אז זאכן פארן נישט גוט, סתם אזוי וואלטן זיי אים נישט אפגעשטעלט, נאכדעם וואס ער איז שוין געוועזן דארט 1 מאל

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:54 am

דעס אז לאטינאס זענען נישט ארויסגעקומען אין טעקסאס האב איך טאקע נאר געזען דא אויפן וועלטל דוכט זיך אז @צל האט דאס צוגעשריבען צום פארלוסט פון בעטא

פון וויפיל איך האב געליינט איז יא געווען א שטארקע לאנטינא באטייליגונג, מאנכע שרייבן אפילו אז ס'איז געווען גאר א גרויסע לאטינא וואיטעריי, און דאס ברענגט צו מיין אויספיר אז בעטא האט צוגעברענגט די נענטסטע פארמעסט אין טעקסאס, ס'וועט לכוארה נישט גיין צופיל נענטער אין די נאנטע צוקונפט

סאו לכוארה ביסטו טאקע ראנג מיט די לאטינא פראבלעים, און אויך ביסטו ראנג מיט'ן זאגן אז די רעפאבליקאנע אין אריזאנע האבן געטון גוט מיט'ן אוועק שיקן טראמפ

נישטא קיין בעסערע מענטש אויפצווועקן די רעפאבליקאנע וואוטיערס לעע נאר טראמפ, אגב פון קאנגרעס וויקטערי קען מען נישט ברענגען קיין ראי' פארקערט, ווייל טראמפ איז נאר גוט ארויסצושלעפן רעפאבליקאנע בכלליות אויף א פרעזידענשעל וועי אויף קאמפעינינג, מינינג טו סעי אז ביי קאנגרעס ווי עס גייט ביי דיסטריקט איז שווערע פאר אים די ארבעט והבן

אזוי ווי איך זאג אין א אנדערע אשכול יעדע ארגומענט קענסטו האבן צוויי שטארקע צדדים, די יעצטיגע מידטוירםס איז גארנישט געווען עפעס ספעשיל אנדערש וואס מ'זאל קענען פון דעם ציען מסקנות לכאן או לכאן, אין מיי אפיניען ס'איז געווען אלעס רוטין די רעפאבליקאנע ווי יעדע פארטיי אין ווייסן הויז דארפן האבן ספעציעלע שלעפער טראקס זיי ארויסצו ברענגן צום וואל בודקע, און די דעמאקראטן ווי יעדע אינדרויסענדיגע פארטיי זענען געווען פארהעלטנסמעסיג מער הייס צו די זאך פארשטייט זיך ס'איז געווען אביסל ארויף אראפ אבער ס'האט זיך אין די ענד געלעוועלט

איין זאך וואס מ'קען ארויסנעמען סיי פון 2016 און סיי פון 2020 אז טראמפ דארף ארבעטן זייער זייער שווער און ארום לויפן פון איין סטעיט צום צווייטן ארום ראליען צו קענען געווינען, נאר דאס יא אין 2020 וועט אים זיין נאך שווערער ווייל דאס מאל גייען שוין די דעמאס אויך טון די זעלבע בקיצור ס'קומט ערנסטע פייטס און געלט פארגיסעכץ אויף א היסטארישע פארנעם, און נאך א זאך וואס טראמפ גייט האבן שווערער אין 2020 איז א גוטע מעסעזש ווייל איינמאל ער איז שוין אין אמט איז זיין מעסעזש פון 2016 האלב פארחלישט אזוי מיין איך

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:35 pm

אודאי זענען זיי ארויסגעקומען אסאך שטערקער ווי נארמאל אין א מידטערם, אבער שוואך קעגן א פרעזידענשעל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:11 pm

אקעי חברה, די קאנדידאט פון וועם טראמפ האט די מערסטע מורא געהאט אז ער גייט לויפן אנקעגען אים איז יעצט ארעסטירט געווארן
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:13 pm

פארוואס האט ער מורא געהאט פון אים?

איך האב געציטערט אז ער קען נאך באגראבן די דעמאקרעטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:18 pm

צל עובר האט געשריבן:פארוואס האט ער מורא געהאט פון אים?

איך האב געציטערט אז ער קען נאך באגראבן די דעמאקרעטס.


ער איז די מערסטע ענדליך צו טראמפ מיטן מאכן מעשיות אזא שטייגער ווי טעד קרוז'ס טאטע.

אנקעגען טראמפ מוז לויפן איינער פון זיין סארט גאנג

עם עקש תתפתל
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:20 pm

די חילוק איז אז טראמפ טויגט, און ער נישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:22 pm

צל עובר האט געשריבן:די חילוק איז אז טראמפ טויגט, און ער נישט.


ער איז גאנץ גוט צו מאכן א שטינק, עס איז נאר נישט געלונגען נאך
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

balkishron
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:28 pm

וועמען האט מען ארעסטירט היינט קום אריין מיט דיטעילס ביטע
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:39 pm

מייקל אווענאטי, איך בין נישט אזוי גוט ווי @הכל הבל צו שרייבן נאר ווי אזוי מען מעג, האפעך אז ער וועט מסביר'ן ווער דער פארשוין איז.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 1:27 am

צל, טראמפ האט היינט אפעציעל אינדארסד פריזן ריפארם, סיז דא א טשענס אז טויזענטער ארעסטאנטן גייען ארויסגיין פריי און זייער פאמילי גייען דאנקבאר זיין פאר טראמפ אין 2020... האסט געטראכט אז דאס קען אים העלפן מיט די שווארצע וואס די בילל איז געשטומט געווארן דורך זייערע פארטרעטער מיט די טענה אז ס'עפעקט זיי די מערסטע?

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז פשוט, מ'מאכט חשבונות אז אין פלארידא גייען געוועזענע פארברעכער מעגן וואוטן, סאו סעט זיכער זיין נאך דעמעקראטישע וואוטס... אבער איין מינוט, דאס איז נישט די איינציגסטע זאך וואס גייט געשעהן פון יעצט ביסט 2020, סיז דא נאך זאכן וואס קענען געשעהן און אפעקטן די וואלן... סאו סיז נאך צו פרי צו פראבירן מאכן קאנקלוזשנס פאר 2020 בעיסד אויף 2018...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Google [Bot], דער בדחן, פארפלאנטערט, פארקלאצט, קאפ און אקסל, שכל טוב און 53 געסט