צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ אשכול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 24, 2016 11:14 am

ווישוואש האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:א זאך וואס טראמפ האט שטארק געשטיצט

דער זעלבער טראמפ וואס האט נישט געוואוסט וואס Brexit מיינט, יא?

אויך מיר געשטיצט.

ער האט עס קלאר געשטיצט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג יוני 24, 2016 11:18 am

זאכליך האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:א זאך וואס טראמפ האט שטארק געשטיצט

דער זעלבער טראמפ וואס האט נישט געוואוסט וואס Brexit מיינט, יא?

אויך מיר געשטיצט.

ער האט עס קלאר געשטיצט.

זיין שטיצע איז נישט געקומען פון דורכטון דעם ענין.
ער האט געהערט די ווארט 'צוטיילן' איז ער געווען אין שטיצע..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג יוני 24, 2016 11:38 am

צווייפעל, חחחחחח!!

לגבי טראמפ און די טיילונג אין ענגלאנד, פארוואס איז דער עולם אזוי נאאיוו, עטס וואלט שוין געדארפט וויסן ביי קנאו אז אפגעזעהן וואס די אויסגאנג וואלט געווען, האט ער עס געשטיצט פארדעם. אזוי ווי ער האט אויף יעדע זאך, צוויי מיינונגען הסותרים זה את זה.

#פלעקסעביל#חכם הרואה את הנולד
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יוני 24, 2016 11:42 am

שווערע וואך פאר דעם אבאמא ב''ה. צוויי מעכטיגע פלאפס אין איין וואך

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 24, 2016 11:52 am

נעכטן האט געשריבן:שווערע וואך פאר דעם אבאמא ב''ה. צוויי מעכטיגע פלאפס אין איין וואך

אין 24 שעה!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 11:58 am

נעבעך פאר אבאמא, ער איז אהינגעפארן אין אפריל צו קאמפעינען אז בריטען זאל בלייבן אין די אי יו, אזוי אויך האט געשריבען זיין מיינונג אינעם טעלעגראף מיט'ן קעפל: "אלץ חבר לאז מיך ענק זאגן אז די אי יו מאכט בריטען אפילו בעסער". טראמפ פארשטייט זיך האט געבעקט דאס ארויסגיין, און דא קומט טראמפ אן ווי א מלך פונקט אין די ריכטיגע מינוט.

אבאמע דארט אינעם ארטיקל פרובירט משכנע צו זיין דעם ציבור דארט אז בריטען ווערט נישך קיין שוואכערע מיינונג זאגער ווען זי איז א חלק פון אן ארגענעזאציע, נאר אדררבה בריטען'ס ווערט שטערקער ווייל זי איז א גרעסער שטימע אין די ארגענעזאציע.

דאס גייט זייער שטארק לשיטתי' און לשוטותי' אז ווען מען געט אויף מאכט ווערט מען שטערקער און שטערקער. אזוי ווי ער פרובירט אויפצוגעבן דאס מאכט פון די אמעריקאנער פאלק, גרייט אלעס אוועקצוגעבן, ווייל ווי שוואכער מען איז, אלץ שטערקער איז מען דאך.

וויאזוי וואלט דער אמעריקאנער פאלק געשפירט ווען דיסישאנס פאר אונזער מדינה ווערט געמאכט דורך דריי מענטשן אין בריסל וואס דאס פאלק האט קיינמאל נישט עלעקטעד. די בריטאנס ערוועלן פירער וואס האבן נישט קיין שום כח אויף זייערע גרעניצן און טרעיד דיעלס, אלעס ווערט אפגעמאכט דורך דריי מענטשן פון די הויכע עליט.

די רעוועלאשען וואס איז געשעהן יעצט אין בריטען איז זייער ענדליך צ די רעוועלאשען וואס געשעהט יעצט אין אמעריקא. זיי ליידען דארט פון אפענע גרעניצן פון איין לאנד אין די אי יו צום צווייטן, דורעכדעם ליידן זיי שרעקלעך פון די חזיריי וואס יוראפ האט אנגעמאכט מיט די מוסלעמענער רעפיוזדשיס. איינער וואס רומעניא נעמט אויף אלץ בירגער קען אריינשפאצירן ווי א פריץ אין לאנדאן. האט דאס לאנד רעוואלט אז זיי ווילן קענען אפהיטן זייער גרעניצן.

די ביזנעס רעגולאציעס איז שרעקלעך פונקט ווי דא, די טרעיד דיעלס וואס זיי האבן בענעפיט נישט בריטען בכלל. ועל הכל האבן זיי רעוואלט קעגן דעם וואס זיי ווער געפירט דורך אפאר משתלטים על הציבור און ביוראקראטיע.

בעסיקלי איז די רעוואלט געשעהן וועגן אימיגרעישאן , טרעיד, ביזנעס רעגולאציעס און די עליט. זיי זענען שוין נישט אינטערסירט איינער זאל זיי פארקויפן וואס עס איז בעסער פאר זיי. זיי נעמען די לייצעס אים זייער הענט אריין.

אזוי ווי דא בי אונז, דאס פאלק איז מיד געווארן פון ווערן געפירט דורך די הייפעלע נדבנים און פארטיי עליט. זיי זענען שוין גענוג גרויס צו וויסן אליין וואס זיי דארפן. זיי זוכן איינער וואס נייגט צו זיינע אויערן און פארשטייט די געברויך פונעם ציבור.

טראמפ האט דאס גוט אנגעליינט, ער האט פארשטענען וואס דער ציבור ברויך. וואס דאס איז משכנע דעם עולם אז "I'm With You".
לעצט פאראכטן דורך ותיק וחסיד אום פרייטאג יוני 24, 2016 12:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יורא
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:11 am

תגובהדורך יורא » פרייטאג יוני 24, 2016 11:59 am

פאריגע וואך איז אויך געווען זייער א שווערע וואך פאר אבאמא מיט די ארלענדא שיסעריי, וויאזוי זאגן די אנטי טראמפ אזא צייט #כאשר הנחילות ליפול וכו'...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 24, 2016 12:06 pm

Wow וותיק, מעסיוו תגובה, שטארקע פוינטס!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 24, 2016 12:07 pm

איך קוק אן די די אויסגאנג פון די וואלן אין ענגלאנד ווי א אויסדריק פון שטארקע אומצופרידנהייט פון די עסטעבלישמענט.

בערך די זעלבע מענטעלעטי ווי די טראמפ שטיצער.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 24, 2016 12:07 pm

נישט באמערקט וותיק׳ס תגובה.

ער זאגט בערך ווי מיר.

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

הילערי פלאפ מיטן טעלעפראמטער

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 12:09 pm

א ביטערע געלעכטער נעבעך.

עס איז דא א ווידאוי זי רעדט נעבעך אויף טראמפ, אינמיטן זאגט זי "טראמפ אטעקט מיין אמונה", נאכדעם זעהט אויס איז האבן אירע 852 מענטשן געשריבען אויפ'ן טעלעפראמטער דאס ווארט "sigh", וואס מיינט אריינציען א לאנגע, טיפע און הויכע אטעם וואס ברענגט ארויס צער. זיי האבן דערמיט געמיינט אז זאל אזוי טוהן, מאכןא א טיפע לאנגע אטעם.

זעהט מען אויף די ווידאוי ווי זי שטעלט זיך אפ, קוקט ווי א גולם אויף יענעם ווארט, זעהט אויס זי אליין האט געכאפט אז עפעס איז מאדנע דא, זי טראכט יא זאגן נישט זאגן, ברוב טיפשותה, זי האטעך גוטע דשאזדשמענט, געט זי אזא האלבע אטעם און זאגט ארויס דאס ווארט בפה מלא "סססיייייייי".


ווי האט פרעזידענט טראמפ געזאגט אויף איר: "she has zero natural talent"", זי האט נישט קיין משהו נאטירליכע טאלאנט אין זיך.

והילד איננו - דאס קינד איז נישט ביי זיך.....................
לעצט פאראכטן דורך ותיק וחסיד אום פרייטאג יוני 24, 2016 1:00 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יוני 24, 2016 12:11 pm

לאל אמת??? כ'גיי זוכן דעם קליפ

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 12:14 pm

נעכטן האט געשריבן:לאל אמת??? כ'גיי זוכן דעם קליפ

דא האסט עס

[לינקס צו יו-טוב זענען נישט ערלויבט]
כדאי צו קוקן, אינו דומה שמיעה לראי'. מען קען נישט מסביר זיין אויף פאפיר ווי דאם זי זעהט אויס דארט......

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג יוני 24, 2016 12:15 pm

די בעסטע זאך וואס איז געשען פאר טראמפ נאך ארויסווארפן קארי
איז אריינברענגען ותיק וחסיד...
להבדיל
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יוני 24, 2016 12:17 pm

Omg :lol: :lol: :lol:

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » פרייטאג יוני 24, 2016 12:17 pm

האהא.

איך מיין אז ס'האט מער ציטוהן מיט איר געזינט געשטאנד, מסתמא קען זי אויך נישט גיט זעען, ס'איז לכאורה געשטאנען דארט אז וואס זי זאגט יעצט איז א lie, און זי האט נישט גיט געזען.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » פרייטאג יוני 24, 2016 12:23 pm

פאר איך שרייב וויל איך זאגן, אז איך האב געוואוט אין די אנדערע אשכול אז בריטאניע זאל פארלאזן די אי יו.
מ'שרייבט דא א גאנצע צייט אז טראמפ איז געווען פאר ליוו, קען איינער ביטע ברענגן פראוו דערויף?

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 12:30 pm

קאליפארניע האט געשריבן:האהא.

איך מיין אז ס'האט מער ציטוהן מיט איר געזינט געשטאנד, מסתמא קען זי אויך נישט גיט זעען, ס'איז לכאורה געשטאנען דארט אז וואס זי זאגט יעצט איז א lie, און זי האט נישט גיט געזען.


גוט גוט.

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 12:30 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:לאל אמת??? כ'גיי זוכן דעם קליפ

דא האסט עס

[לינקס צו יו-טוב זענען נישט ערלויבט]
כדאי צו קוקן, אינו דומה שמיעה לראי'. מען קען נישט מסביר זיין אויף פאפיר ווי דאם זי זעהט אויס דארט......

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » פרייטאג יוני 24, 2016 12:32 pm

שרייבערס אין דעם אשכול,

קיעפ אפ די גוד ווארק. עס בלאזט דא א פיין פריש ווינטעל דא.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 12:35 pm

קעלנער האט געשריבן:פאר איך שרייב וויל איך זאגן, אז איך האב געוואוט אין די אנדערע אשכול אז בריטאניע זאל פארלאזן די אי יו.
מ'שרייבט דא א גאנצע צייט אז טראמפ איז געווען פאר ליוו, קען איינער ביטע ברענגן פראוו דערויף?


ער האט געזאגט אין מאי אין אן אינטערוויו מיט פאקס "אז די אי יו איז אסאך שולדיג אין די רעפיודזשי מייגרעישאן און ער האלט אז בריטען איז בעסער אהן די אי יו, ער נאכט נישט קיין רעקעמענדאציעס, ער זאגט נאר זיינע פילינגס".

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » פרייטאג יוני 24, 2016 12:47 pm

פאליק האט געשריבן:עס איז די מזל פון אונזער דאנאלד אז פונקט היינט איז ער אין ענגלאנד ווען די אפטיילונג פון די בריטישע לאנד פון די EU איז פארגעקומען (א זאך וואס טראמפ האט שטארק געשטיצט
ותיק וחסיד האט געשריבן:
קעלנער האט געשריבן:פאר איך שרייב וויל איך זאגן, אז איך האב געוואוט אין די אנדערע אשכול אז בריטאניע זאל פארלאזן די אי יו.
מ'שרייבט דא א גאנצע צייט אז טראמפ איז געווען פאר ליוו, קען איינער ביטע ברענגן פראוו דערויף?


ער האט געזאגט אין מאי אין אן אינטערוויו מיט פאקס "אז די אי יו איז אסאך שולדיג אין די רעפיודזשי מייגרעישאן און ער האלט אז בריטען איז בעסער אהן די אי יו, ער נאכט נישט קיין רעקעמענדאציעס, ער זאגט נאר זיינע פילינגס".

האיך יתקיימו שניהם?
די סטעיטמענט זעהט נישט אויס ווי שטארקע שטיצע.
בד"וו קענסטו אהער ברענגען יענע אינטערוויו?

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » פרייטאג יוני 24, 2016 12:50 pm

Trump reiterates support for uk to leave
http://www.newsweek.com/brexit-donald-t ... -eu-471924

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

טראמפ'ס אפישעל סטעיטמענט אויף די ברעקסיט

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 12:53 pm

די מענטשן פון די יונייטעד קינגדאם האבן גענוצט די רעכט פון אלע פרייע מענטשן.

זיי האבן קלאר ארויס געזוויזן זייער זעלבסשטענדיגקייט פון די אי יו, און האבן געשטימט צוריקצובאקומען קאנטראל איבער זייער אייגענע פאליסיס, גרעניצן און עקאנאמיקס.

א טראמפ עדמיניסטרעשאן זאגט צו, צו באפעסטיגן אונזער קשר מיט א פרייע און זעלבסשטענדיגע בריטען, טיפער מאכן אונזער פעסטע עגרימענטס פון קאמערס, קולטור און דעפענס.

די גאנצע וועלט איז מער אין שלום און סטאביל ווען אונזערע צוויי לענדער, און אונזערע מענטשן, זענען מאוחד צוזאמען, אזוי ווי זיי גייען טאקע זיין אונטער א טראמפ אדמיניסטראציע.

קומענדיגן נאוועמבער, גייט די אמעריקאנע פאלק האבן די געלעגנהייט צו נאכאמאל ארויסווייזן זייער זעלבסשטענדיגקייט. אמעריקאנע גייען האבן א געלעגענהייט צו שטימען פאר טרעיד, אימיגרעשאן און פארעין פאליסיס וואס לייגן זייערע סיטיזענס ערשט.

זיי גייען האבן א געלעגענהייט צו אוועקצושיקן די היינטיגע פירערשאפט דורך די גלאבאלע עליט, און אריינצוברענגען עכטע טשענדזש וואס ברענגט א גאווערמענט פון, דורך און פאר די מענטשן.

עס גייט באלד זיין די צייט צו גלייבן אין אמעריקע נאכאמאל.

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » פרייטאג יוני 24, 2016 12:55 pm

נעכטן האט געשריבן:Trump reiterates support for uk to leave
http://www.newsweek.com/brexit-donald-t ... -eu-471924

קען איך עס נישט עפענען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, Goodmorning, Google [Bot], Majestic-12 [Bot], אזוי וויל איך, איש האשכולות, בבל, גאפל, געטראכט, זבד, יסוד ארי, עולם האמת, פרעג נישט, רעסטאראנט און 71 געסט