צענטראלע עלעקשאנס - פרא טראמפ אשכול

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג יוני 24, 2016 1:04 pm

ווישוואש האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:א זאך וואס טראמפ האט שטארק געשטיצט

דער זעלבער טראמפ וואס האט נישט געוואוסט וואס Brexit מיינט, יא?

אויך מיר געשטיצט.

למשל אזא ניק וואו דיר איז אנטי אין וואנט אריין! מען זאגט אז ער האט עס געשטיצט קודם זאגסטו אויך מיר געשטיצט נאכדעם וועט מען שוין גוגלען א ראי' אז עס איז אמת
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 1:08 pm

קעלנער האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:Trump reiterates support for uk to leave
http://www.newsweek.com/brexit-donald-t ... -eu-471924

קען איך עס נישט עפענען.

בעט דיין פילטער קאמפעני זאל עפענען אלעס וואס האט די ווארט טראמפ אין זיך.....

הער קעלנער, איינער פון די צוויי, אדער באקום עקסיס צו טראמפ, הער אויס זיינע רעדעס, אינטערוויוז מיט ראליס, אדער זאג נישט קיין מיינונג אויף איהם.

פון מיין פעסט עקספיריענס, ווען איך טרעף איינעם אין מקוה צו אין ביהמ"ד האקן אז טראמפ איז משוגע פאריקט וכו' וכו' וכו', פרעג איך די ערשטע קשיא "איר האט אפשר א פילטער"?? עפ"י רוב איז די תירוץ יא....

איך מאך ח"ו נישט אועק קיין פילטערס, מען ברויך זיין א איד און געבענטשט זאל איינער זאל וואס ליגט נישט דערין. אבער זאגן מיינונגען געבעיסד אויף וואס מען האט געליינט ביי אלבערט פריעדמאנען אדער דא אין די אשכולות פון די אנטי וואס פילן אהן גאנצעטע תגובות מיט אזעלכע זלזול ווערטער, איז נישט קיין מהלך.

מען ברויך שטארק דורעכטוהן די פאקטן פאר מען רעדט, נישט למען האמת, נאר פשוט פאר די אייגענע כבוד, עס איז סאך בעסער ווען מען ווייסט וואס מען רעדט....

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג יוני 24, 2016 1:10 pm

נעכטן האט געשריבן:לאל אמת??? כ'גיי זוכן דעם קליפ

https://twitter.com/charliespiering/sta ... 5331893248
http://www.thegatewaypundit.com/2016/06 ... eprompter/
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג יוני 24, 2016 1:21 pm

זאכליך האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:לאל אמת??? כ'גיי זוכן דעם קליפ

https://twitter.com/charliespiering/sta ... 5331893248
http://www.thegatewaypundit.com/2016/06 ... eprompter/

יעצט געזעהן דעם קליפ! רבותי מען טאר נישט לאכען! ננעעבבעךך! אביסל מיטגעפיל
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 1:22 pm

נעכטן האב איך געזעהן, אז דא און דארט האבן רעפאבליקאנע סטרעטעגיסטן, די וואס זענען געפראווד געווארן רעדן שטותים יעדן טאג אין די לעצטע יאר, געזאגט, אז טראמפס פארן קיין סקאטלענד איז א געפערליכע טעות, ער ברויך זיך ארומדרייען אין די סווינג סטעיטס ענדערשער.

איך קען נישט סטאפן צו לאכן...

זיי כאפן נישט אז אין די צייט וואס עס נעמט פאר ראמני אדער קלינטאן אויפצושטיין, אראפקומען פון בעט, אפוואשן די אויגן און זיך אנטוהן, קען ער פארן און צוריק קומען פון סקאטלענד.

וואס פארשטייען זיי צו זיין ענערדשי.....

אוועטאר
יורא
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 11:11 am

תגובהדורך יורא » פרייטאג יוני 24, 2016 1:31 pm

וואס מיינט די באליס מיט די נאצישע סימבאלס אויף די פלאר נעבן טראמפ?

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 1:40 pm

יורא האט געשריבן:וואס מיינט די באליס מיט די נאצישע סימבאלס אויף די פלאר נעבן טראמפ?

דו ווייסט נישט אז טראמפ איז היטלער????

די איינציגסטע חילוק איז נאר, אז היטלער ימ"ש האט אריינגעלייגט אין געטאס די הרוגים און קרבנות, ער האט גערצחט און געפייניגט, און טראמפ וויל לייגן א בען אויף דעי וואס רצחנען..... אבער כמעט גלייך....

גיי פארשטיי די לינקע...

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » פרייטאג יוני 24, 2016 1:42 pm

און אז מען רעדט שוין פון צייטונגען מוז איך זאגען אלס א ליינער וואס האט ליב צו ליינען אסאך! אז "דער איד" איז כלו כל הקיצין
יעדע וואך רעגן זיי מיר אויף אזוי צו זיין אנטי טראמפ איך וועל נישט זיין shocked אז @בוידעם שרייבט דארט! וואך איין וואך אויס טרעפן זיי סקאנדאלן וואס איז אין ערגעץ נישט געווען באריכטעט מיט אזא שנאה אז מען קען מיינען אז טראמפ איז די פאנדער פון "דער בלאט"

למשל פאריגע וואך ווען די גאנצע לאנד איז פארנומען געווען וועגן ארלענדאו וואס איז געווען זייער קעפל ווען א חלום פון א פערי וועגן דעבלאזיא! אבער די וואך " קידוש לבנה אותיות" טראמפ זאגט אויף זיין קאמפיין מענעדשער"

(אין ח"ב איז מיר געקומען צו לאכן און צו וויינען ווען זיי ברענגן א בריוו פון קאלובער רבי שליט"א לרפו"ש וועגן כעס און זיי שרייבן אז די סיבה וואס זיי ברענגן עס איז וועגן די מענעדשער וואס איז ארויסגעווארפן גיווארן וועגן כעס" (לא עלינו)
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 24, 2016 1:52 pm

קעלנער האט געשריבן:פאר איך שרייב וויל איך זאגן, אז איך האב געוואוט אין די אנדערע אשכול אז בריטאניע זאל פארלאזן די אי יו.
מ'שרייבט דא א גאנצע צייט אז טראמפ איז געווען פאר ליוו, קען איינער ביטע ברענגן פראוו דערויף?

וואס זיכסטו בכלל אין די אשכול?

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 1:55 pm

יורא האט געשריבן:וואס מיינט די באליס מיט די נאצישע סימבאלס אויף די פלאר נעבן טראמפ?

אפאר אנטי-טראמפ ליצים האבן אריינגעווארפן האקנקרייץ-גאלף-באלס אין טראמפ'ס גאלף קאורס, און נאכדעם שרייען זיי אז טראמפ איז דער ראסיסט...

ווי אויך טענה'ן זיי אז טראמפ'ס ווערטער זענען נישט מאסגעבנד, אבער האבן טענות פארוואס ער האט נישט אדרעסירט ברעקסיט ביים ערעפענונג צערעמאניע...

#אנטי טראמפ היפאקריזם.
לעצט פאראכטן דורך וואלף בליצער אום פרייטאג יוני 24, 2016 1:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג יוני 24, 2016 1:55 pm

יורא האט געשריבן:וואס מיינט די באליס מיט די נאצישע סימבאלס אויף די פלאר נעבן טראמפ?

אנטי טראמפ פראטעסטירער האבן עס אהינגעלייגט

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 1:56 pm

די צייטונגען זענען געפערלעך.

איך שטיי און קוק יעדע וואך, איך טראכט צו מיר: דער עולם נעבעך גלייבט וואס שטייט דא?????

איך פלעג נאר קויפן דעם צייטונג, ער איז מלא שטותים מכף רגל ועד ראש, דריידלד ארום יעדע ווארט פון טראמפ. שיסט איהם אהן מיט דברים תהו ובהו.

איין וואך זעה איך ווי ער שרייבט דארט "עס איז דא מענטשן וואס האבן טענות אויף די קלינטאן'ס, מען דארף אבער פארשטיין, אז אויף איינער וואס איז אזוי לאנג אין די פאליטישע וועלט, אז מען גרובט און גרובט און גרובט, פארשטייט זיך אז עפעס טרעפט מען".....

ריעלי, מען דארף גרובן צו טראפן אויף די קלינטאן'ס??????????? אנבעליוועבל.

די פאנטש ליין ווען איך האב אויפגעהערט קוקן דערויף, איז געווען אפאר וואכן צוריק, ווען ער האט געהאט אויף די פראנט פעדזש, אז דער עולם איז באזארגט וועגן טראמפס אנטיסעמעטיזם. אינמיטן האט ער צוויי גאנצע פעידשעס דערויף. איך טראכט אזוי צו מיר, נעבעך א רחמנותא אויף דער עולם וואס קויפט אפ זיינע לאקשן. טראמפ האט א איידעם א איד, די טאכטער מגייר געווען, זיין נאנסטע מענטש איז דזשעסאן גרינבלאט א שומר שבת. דער איז אינגאנצען נישט מיט אלעמען.

אבער דער אמת איז, מען ברויך נישט ליינען קיין צייטונגען טא בעגין וויט.

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט א מוראדיגע יסוד. מען האט איהם געפרעגט פארוואס ער איז נישט געגאנגען דאס יאר צום ווייסן הויז קאריספאנדעט דינער? דאס איז א דינער ווי די מידיא און פעסטע מענטשן קומען זיך צאם, און רעדנערס אזוי אויך די פרעזידענט טרייבט ליצנות פונעם עולם וואס זיצט דארט ווי ליימעלע גולמלך.

האט טראמפ געזאגט, ער גייט נישט צו קיין פלעצער ווי מען רעדן אויף איהם, אבער ער דארף זיצן שטיל און קען גארנישט ענטפערן.

לענינינו, איך ליין נישט קיין צייטונגען, אויף צייטונגען קן מען נישט ענטפערן.

דא אינעם וועלטעל איז א מחי', מען זעהט שטותים קען מען צוריק שרייבן. דא איז די פלאץ...

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:00 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן: טראמפ וויל לייגן א בען אויף דעי וואס רצחנען.....

פארדריסליכער טעות: טראמפ וויל לייגן א בען אויף יעדער 'וואס גלייבט אין די זעלבע רעליגיע' ווי די וואס הרג'נען....
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 2:04 pm

וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן: טראמפ וויל לייגן א בען אויף דעי וואס רצחנען.....

פארדריסליכער טעות: טראמפ וויל לייגן א בען אויף יעדער 'וואס גלייבט אין די זעלבע רעליגיע' ווי די וואס הרג'נען....

ווייל מען קען נישט וויסן ווער איז יא א רוצח און ווער נישט...

ער זיכט צו שיצן קרבנות פון די מעסערס פון די רוצחים, שעפעלע......

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:12 pm

איבער די נושא פון צייטונגען: א אינטעליגענטער מענטש ליינט די נייעס\אנקעטעס אין צייטונגען, ווייל אנדערשוואו וועט ער עס נישט באקומען, ער האט דאך נישט קיין פריוואטע רעפארטער. אבער די אנאליזן און insight's איז א געפערליכע טיפשות צו אננעמען אלס "ס'שטייט דאך אזוי אין די צייטונג!". ווייל אין נייעס ביזטו טאקע צוריקגעשטאנען אן דעם צייטונג, אבער טראכטן קענסטו דאך פאר זיך, די פאקט אז יענער האט א פלאטפארמע וואו צו שרייבן זיינע איינזייטיגקייטן און שלעכטע אפשאצונגען און דו נישט, איז גארנישט מגרע פון דיין פערזענליכע מיינונג.
ווי האט יענער געזאגט? "די היינטיגע וועלט צאלט א דאלער אז די צייטונג זאל טראכטן פאר זיי".... ודפח"ח.
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 2:22 pm

וואלף בליצער האט געשריבן:איבער די נושא פון צייטונגען: א אינטעליגענטער מענטש ליינט די נייעס\אנקעטעס אין צייטונגען, ווייל אנדערשוואו וועט ער עס נישט באקומען, ער האט דאך נישט קיין פריוואטע רעפארטער. אבער די אנאליזן און insight's איז א געפערליכע טיפשות צו אננעמען אלס "ס'שטייט דאך אזוי אין די צייטונג!". ווייל אין נייעס ביזטו טאקע צוריקגעשטאנען אן דעם צייטונג, אבער טראכטן קענסטו דאך פאר זיך, די פאקט אז יענער האט א פלאטפארמע וואו צו שרייבן זיינע איינזייטיגקייטן און שלעכטע אפשאצונגען און דו נישט, איז גארנישט מגרע פון דיין פערזענליכע מיינונג.
ווי האט יענער געזאגט? "די היינטיגע וועלט צאלט א דאלער אז די צייטונג זאל טראכטן פאר זיי".... ודפח"ח.

נייעס טאר מען אויך נישט נעמען פון זיי.....

קודם כל, זיי סענסערן די נייעס. דו גייסט נישט ליינען אין די צייטונג וועגן די בוך פון די סיקרעט סערוויס וואס קומט ארויס נעקסטע וואך, וועלכע פארציילט אז די מענטשן וואס האבן געארבעט אין די ווייסע הויז אין די צייט פון קלינטאן, האבן געדארפט נעמען ברואיגונגס מיטלען נישט צו ווערן צודריקט פון די משוגעים דארט.

זיי גייען נישט אראפברענגן די טראמפ דרשה ווארט ביי ווארט איבער קלינטאן אדער איבער ארלאנדא. זיי גייען נישט רעדן קיין ווארט פון די בוך "קלינטאן קעש", פון וואס טראמפ האט צוטירט ביי די דרשה די וואך.

צוויטענס, וואלטן זיי ווען נאר באריכטעט די נייעס כמו שהוא, די טריקענע פאקטן, החרשתי. אבער יעדע שטיקל נייעס פארדרייען זיי בכוונה. עס זעהט טאקע אויז אזוי ווי א נייעס און נישט ווי אן אנאליז, אבער בתוך תוכיות איז עס נאך ווי אן אנאליז.

זיי רעדן דיר איין אז דאס איז א די פאקטן אין די טריקענע נייעס, אבער עס איז שקר.

טייערע ברודערלעך, גלייבטס נישט גארנישט, קוקטס אלעס נאך, גרובעלטס אריין, נאר נאכדעם זייטס מחליט וואס צו טוהן.

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:37 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:
וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן: טראמפ וויל לייגן א בען אויף דעי וואס רצחנען.....

פארדריסליכער טעות: טראמפ וויל לייגן א בען אויף יעדער 'וואס גלייבט אין די זעלבע רעליגיע' ווי די וואס הרג'נען....

ווייל מען קען נישט וויסן ווער איז יא א רוצח און ווער נישט...

ער זיכט צו שיצן קרבנות פון די מעסערס פון די רוצחים, שעפעלע......

אפשר בענט מען שווארצע פון אריינקומען קיין אמעריקע בעת וואס אין 2013 זענען 2,698 מענטשן אומגעקומען דורך שווארצע, און נאר 7 דורך טעראריזם? נאר מ'קען אוודאי נישט, ווייל דאס איז דאך 'רעשיל פראופיילינג', משא"כ מוסלמענער?.....
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:40 pm

אין די איינציגסטע פלאץ ווי מ'קען גריבלען איז די צייטונגען, האסטו אפשר אויפגענומען א פרייוועט דזשורנעליסט? אדער אפשר טראסטו מער די שמועות אויף twitter און אנדערע סאושעל מידיע פלאטפארמעס?...
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 2:41 pm

וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:
וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן: טראמפ וויל לייגן א בען אויף דעי וואס רצחנען.....

פארדריסליכער טעות: טראמפ וויל לייגן א בען אויף יעדער 'וואס גלייבט אין די זעלבע רעליגיע' ווי די וואס הרג'נען....

ווייל מען קען נישט וויסן ווער איז יא א רוצח און ווער נישט...

ער זיכט צו שיצן קרבנות פון די מעסערס פון די רוצחים, שעפעלע......

אפשר בענט מען שווארצע פון אריינקומען קיין אמעריקע בעת וואס אין 2013 זענען 2,698 מענטשן אומגעקומען דורך שווארצע, און נאר 7 דורך טעראריזם? נאר מ'קען אוודאי נישט, ווייל דאס איז דאך 'רעשיל פראופיילינג', משא"כ מוסלמענער?.....

א שטיקל חילוק פון פארברעכער און בשיטה'דיגע רוצחים.

צווייטענס, רוב געהרגעטע זענען געווען שווארצע. זאלן זיי זיך הרגענען איינער דעם צוויטן וויפיל עס גייט, היו קעירס.

דריטענס, %15 פון מויסלעמס ווילן הרגענען מענטשן לויט א פיו רעסירטש....

פערטענס, וואס דען איז די עצה????????????????????

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג יוני 24, 2016 2:43 pm

ותיק, וועגן די צייטונגען האסטו שטארקע רעכט, דו כאפסט מיר ארויס די ווערטער פון מויל!

פונקט פאריגע וואך ביי די ארלענדא אטאקע בין איך געבליבן אהן אלשון זעענדיג אלבערט'ן לייגן די גאנצע שולד אויף גאן'ס מיט העצערייען אויף די חברה וואס לאזן זיך פון די גאן פירמעס, קיין ווארט האט ער נישט גערעדט וועגן די פאקט אז אמענטש אנגעפיקעוועט מיט מוסלעמענע לערנונגען איז געווען דער וואס האט געהאלטן די גאן. רעבוינע שעלוילאם!

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » פרייטאג יוני 24, 2016 2:43 pm

וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:
וואלף בליצער האט געשריבן:איבער די נושא פון צייטונגען: א אינטעליגענטער מענטש ליינט די נייעס\אנקעטעס אין צייטונגען, ווייל אנדערשוואו וועט ער עס נישט באקומען, ער האט דאך נישט קיין פריוואטע רעפארטער. אבער די אנאליזן און insight's איז א געפערליכע טיפשות צו אננעמען אלס "ס'שטייט דאך אזוי אין די צייטונג!". ווייל אין נייעס ביזטו טאקע צוריקגעשטאנען אן דעם צייטונג, אבער טראכטן קענסטו דאך פאר זיך, די פאקט אז יענער האט א פלאטפארמע וואו צו שרייבן זיינע איינזייטיגקייטן און שלעכטע אפשאצונגען און דו נישט, איז גארנישט מגרע פון דיין פערזענליכע מיינונג.
ווי האט יענער געזאגט? "די היינטיגע וועלט צאלט א דאלער אז די צייטונג זאל טראכטן פאר זיי".... ודפח"ח.

נייעס טאר מען אויך נישט נעמען פון זיי.....

קודם כל, זיי סענסערן די נייעס. דו גייסט נישט ליינען אין די צייטונג וועגן די בוך פון די סיקרעט סערוויס וואס קומט ארויס נעקסטע וואך, וועלכע פארציילט אז די מענטשן וואס האבן געארבעט אין די ווייסע הויז אין די צייט פון קלינטאן, האבן געדארפט נעמען ברואיגונגס מיטלען נישט צו ווערן צודריקט פון די משוגעים דארט.

זיי גייען נישט אראפברענגן די טראמפ דרשה ווארט ביי ווארט איבער קלינטאן אדער איבער ארלאנדא. זיי גייען נישט רעדן קיין ווארט פון די בוך "קלינטאן קעש", פון וואס טראמפ האט צוטירט ביי די דרשה די וואך.

צוויטענס, וואלטן זיי ווען נאר באריכטעט די נייעס כמו שהוא, די טריקענע פאקטן, החרשתי. אבער יעדע שטיקל נייעס פארדרייען זיי בכוונה. עס זעהט טאקע אויז אזוי ווי א נייעס און נישט ווי אן אנאליז, אבער בתוך תוכיות איז עס נאך ווי אן אנאליז.

זיי רעדן דיר איין אז דאס איז א די פאקטן אין די טריקענע נייעס, אבער עס איז שקר.

טייערע ברודערלעך, גלייבטס נישט גארנישט, קוקטס אלעס נאך, גרובעלטס אריין, נאר נאכדעם זייטס מחליט וואס צו טוהן.

אין די איינציגסטע פלאץ ווי מ'קען גריבלען איז די צייטונגען, האסטו אפשר אויפגענומען א פרייוועט דזשורנעליסט? אדער אפשר טראסטו מער די שמועות אויף twitter און אנדערע סאושעל מידיע פלאטפארמעס?...

"צייטונגען" בלשון רבים. אלע נייעס פון אלע צדדים. פונקטליכע קוואוטס א.א.וו.

די אידישע צייטונגן קען מען אבער נישט גלייבן קיין איין ווארט לגבי די נושא....

זיי האבן פארלוירן זייער קרעדיביליטי.

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:53 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:
וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:
וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן: טראמפ וויל לייגן א בען אויף דעי וואס רצחנען.....

פארדריסליכער טעות: טראמפ וויל לייגן א בען אויף יעדער 'וואס גלייבט אין די זעלבע רעליגיע' ווי די וואס הרג'נען....

ווייל מען קען נישט וויסן ווער איז יא א רוצח און ווער נישט...

ער זיכט צו שיצן קרבנות פון די מעסערס פון די רוצחים, שעפעלע......

אפשר בענט מען שווארצע פון אריינקומען קיין אמעריקע בעת וואס אין 2013 זענען 2,698 מענטשן אומגעקומען דורך שווארצע, און נאר 7 דורך טעראריזם? נאר מ'קען אוודאי נישט, ווייל דאס איז דאך 'רעשיל פראופיילינג', משא"כ מוסלמענער?.....

א שטיקל חילוק פון פארברעכער און בשיטה'דיגע רוצחים.

צווייטענס, רוב געהרגעטע זענען געווען שווארצע. זאלן זיי זיך הרגענען איינער דעם צוויטן וויפיל עס גייט, היו קעירס.

דריטענס, %15 פון מויסלעמס ווילן הרגענען מענטשן לויט א פיו רעסירטש....

פערטענס, וואס דען איז די עצה????????????????????

על ראשון ראשון:
אוודאי איז דא א חילוק צווישן פארברעכער און בשיטה'דיגע רוצחים, און די חילוק איז, אז א ספאנטאנע פארברעכער איז נישטא קיין שום וועג אפצוהאלטן (חוץ א בען), אבער א ראדיקאליזירטער נעמט צייט ביז ער פירט דורך זיין אטאקע, און ער פאוסט קודם זיינע אנשאויאינגען אויפן אינטערנעט, און די FBI האט יעדעם אדער עכ"פ רוב פון זיי אויף א ליסט, (חוץ אויב מ'נעמט אים אראפ אזויווי ביי די ארלאנדא שיסער, וואס איז א פראבלעם פאר זיך) והא ראי' אז יעדע מאל נאך א טעראר אטאקע שרייט מען אז מ'וואלט עס געקענט אפשטעלן, משא"כ שווארצע ווייאלענס איז נישטא קיין וועג אפצושטעלן.

צווייטנס, הא קעיר'ס?! איי קעיר! קודם כל, וויפיל פון די טעראר קרבנות זענען שווארצע? זיי הייסן נישט קיין טעראר וויקטימ'ס? #בלעק לייווס מעטער!... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
לעצט פאראכטן דורך וואלף בליצער אום פרייטאג יוני 24, 2016 2:57 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 2:56 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:די אידישע צייטונגן קען מען אבער נישט גלייבן קיין איין ווארט לגבי די נושא....
זיי האבן פארלוירן זייער קרעדיביליטי.

totaly agree

און די reason איז, וויל זיי שרייבן די נייעס שוין נאכן ווערן אנגעפיקעוועט פון די בייעסט אנאליזן אין די ליבערל מידיע.

עיין אין מיין signature....
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
וואלף בליצער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 21, 2016 1:56 pm
לאקאציע: אין ראקלענד קאונטי

תגובהדורך וואלף בליצער » פרייטאג יוני 24, 2016 3:02 pm

ותיק וחסיד האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ

????who's that
not a big fan of the dishonest liberal media

אוועטאר
סופר סתם
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2015 11:28 am

תגובהדורך סופר סתם » פרייטאג יוני 24, 2016 3:09 pm

וואלף בליצער האט געשריבן:
ותיק וחסיד האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ

????who's that

ווען ותיק וואלט זיך נישט געשעמט וואלט ער געשריבן 'עטרת ראשינו'... :?
!vote for donald trump תצביעו עבור דונלד טראמפ! !voto a favor de Donald Trump
!голосовать за Дональда Трампа! vote pour donald trump! stem voor Donald Trump
!投票唐纳德·特朗普 صوت دونالد ترامب! डोनाल्ड ट्रम्प के लिए वोट שטימט פאר דאנעלד טראמפ!

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גראף פאטאצקי און 23 געסט