בשבילי נברא האט געשריבן:איז דא א קלער אפשר איבער אים זיך אריבערציען קיין מאנטשעסטער און מ'זאל אים אויפנעמען אלץ דיין במתא?
נישט אז כ'האב געהערט אזוי, איך פרעג נאר ווייל איך ווייס פון אסאך פון די מער היימישע אידן וואס האבן זיך לעצטענס אוועקגעצויגן פון מעלבוירן אוסטראליע, צוליב וואס די קהילה דארט ציהט לעצטענס מער צו לינקס און זיי פילן זיך מער נישט באקוועם דארט, וואלט געווען אינטערעסאנט אויב דער דיין קלערט אויך דערפון.
און בעצם האט די אידישע קהילה אין מאנטשעסטער אסאך ענליכקייטן צו מעלבוירן, אבער לעומת זה איז אין מאנטשעסטער פונקט פארקערט אז די קהילה וואקסט און בליהט די לעצטע פאר יאר זייער שיין, (בעיקר צוליב וואס אסאך אידן פון ארץ ישראל האבן זיך דארט געצויגן, צוליב די גרינגקייט צו באקומען שריפטן קיין אייראפע).
יא.
עס איז דא א קלער איבער רבי חיים היימליך, זיך אריבערציען קיין מאנטשעסטער,
אלץ דיין דק״ק מחזיקי הדת מאנטשעסטער.