די פלאסטיק בעג געזעץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג מאי 08, 2016 8:50 pm

יונה האט געשריבן:די געזעץ זאגט קלאר אז די 5 סענט טשארטש דארף 'נישט' ווערן ערווענט אויפן רעסיפט.די בעגס וואס מ'נוצט אריינצולייגן עסן אין געשעפט איז אויסגעשלאסן פונעם גזירה.
אויך שטייט אינעם געזעץ אז ס'איז ערווארטעט מ'זאל דאס נישט דארפן אינפארסירן זינט דאס געלט גייט פארן אייגנטומער, האט ער אליינס א נגיעה דאס איינצוקאסירן.

איך זעה שוין מיין גראסערי מאן מיך זאגן מיט די גאנצע ערנסטקייט ״איך האב נישט קיין ברירה זיי האבן אינספעקטערס״.
וואס קען זיין בעסער ווי מאכן נאך 5 סענט און ער איז נאך אומשילדיג....

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » זונטאג מאי 08, 2016 10:13 pm

חלהדעקל האט געשריבן:די 5 סענט דעפאזיט פאר באטלעך, פלעגט יארן נישט ווערן אינפארסירט אין די היימישע גראסעריס, ביז די לעצטע פאר יאר האבן מער ווייניגער גראסעריס עס אנגעהויבן צו טשארדשן.

סאו לכאורה די זעלבע ביי די בעגס, דער עולם גולם וועצעך צעביסלעך ציגעוואוינען

זיי האבן אנגעהויבן טשארזשן פאר באטל דיפאזיט נאך איינע פון די היימישע קאמפאניס זענען געווארן געפיינט פארן נישט טשארזשן די דיפאזיט
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מאי 09, 2016 11:08 am

ס'קומט א גאנצע נייע אינדאסטרי, נאך א שטיק צייט וועצעך גרינדן א נייע "שאפינג בעג עידזשענסי" מיט טויזענטער שטאטישע ארבייטער, ס'וועט ווערן א יוניאן, זיי וועלן סטרייקן ווייל זייער פענשן גאראנטירט נישט גענוג אריינצורעכענען די שאפינג בעק קאסטן... שטייצעך אז דעבלאזיאו גייט אלעס נאכגיבן...

אן עקסטערע ביזנעס גייט ווערן די "פעסס" אדער "פערמיט"ס פאר מוסדות התורה, דיסעיבל'ד מענטשן און שטייצעך אלע שוויצער'ס גייען קריגן א פעסס צו קענען קריגן א בעג בחנם...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג מאי 09, 2016 11:12 am

דע נייע טאשרדש איז נאר ביי עסן געשעפטן אדער ביי אלע מיני געשעפטן?
1 + 1 = חלה דעקל...

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

תגובהדורך איש חמודות » מאנטאג מאי 09, 2016 11:39 am

פאר פוד סטעמפס טרענזעקשאנס וועט עס נישט קאסטן!
דאס מיינט אז א שיינע פראצענט פון ווילי ב"פ וועלן רוב מאל בכלל נישט דארפן צאלן די פינף סענט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מאי 09, 2016 2:00 pm

דריי גודס סטאר מעג יא געבן א ביג בחינם?

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מאי 09, 2016 2:02 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'קומט א גאנצע נייע אינדאסטרי, נאך א שטיק צייט וועצעך גרינדן א נייע "שאפינג בעג עידזשענסי" מיט טויזענטער שטאטישע ארבייטער, ס'וועט ווערן א יוניאן, זיי וועלן סטרייקן ווייל זייער פענשן גאראנטירט נישט גענוג אריינצורעכענען די שאפינג בעק קאסטן... שטייצעך אז דעבלאזיאו גייט אלעס נאכגיבן...

אן עקסטערע ביזנעס גייט ווערן די "פעסס" אדער "פערמיט"ס פאר מוסדות התורה, דיסעיבל'ד מענטשן און שטייצעך אלע שוויצער'ס גייען קריגן א פעסס צו קענען קריגן א בעג בחנם...

און איך האב געטראכט אז עס גייט זיך אנהייבן א גאנצע אידראסטרי פון רי-יוזעבל בעגס.

פאר מקוה וועש גייט זיין איין מין (וואשאבל) בעג.

פאר גראסעריס גייט זיין א צווייטע מין.

און צו גיין איינקויפן קליידונג וועט די ב"ב פארלאנגן ברענד נעים בעגס...

יונה
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג מאי 09, 2016 2:10 pm

דאס איז דער ציל פונעם געזעץ און וועט מסתם טאקע אזוי זיין.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מאי 09, 2016 2:13 pm

האבן די געשעפטן אביסל שכל, סיי אלס מארקעטינג און סיי צופרידנצושטעלן די נישט פ.ס. קאסטומערס - שוין דא אסאך געשעפטן וואס גיבן (כמו?) סחורה'נע בעגס, א געשעפטסמאן האט מיר געזאגט אז ס'איז בכלל נישט צופיל טייערער פון די פלעסטיג בעגס

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מאי 09, 2016 2:17 pm

אפאר שיך געשעפטן געבן שוין לאנג סחורה׳נע בעגס

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מאנטאג מאי 09, 2016 4:50 pm

מצידי בין איך מסכים אז אין א"י זאל מען אנהייבן צו טשארדזשען אפי' א האלבן שקל א בעג און איינמאל פאר אלעמאל סטאפן מיט די דורכזיכטיגע בעגס.
איר ווייסט וויאזוי ס'גייט:
שכן 1: כ'קען בארגן א קעז?
שכן 2: אונז האמיר נישט, סארי
שכן 1: כ'פארשטיי נישט ענק האבן שוין געענדיגט אלע דריי???
לכה"פ זאל מען ענדיגן מיט דעם, גייט מיר נישט אן דעם האלבן שקל אבי א נארמאלן בעג.

אוועטאר
נער הייתי
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 04, 2014 5:12 pm

תגובהדורך נער הייתי » מאנטאג מאי 09, 2016 4:55 pm

;l;p-

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מאי 09, 2016 8:27 pm

דורכזיכטיג???

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג מאי 09, 2016 8:39 pm

א הויפן פאליטישאןס אין אלבאני ארבייטן אויף א געזעץ אין אלבאני צו פארלויפן די וועג פאר די סיטי גאווערמענט פון איינשטעלן דעם געזעץ.

דוב הייקינד און שמחה פעלדער ציילן זיך צווישן די.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג מאי 09, 2016 10:01 pm

בן נון האט געשריבן:דורכזיכטיג???

יאפ!
עס איז ביליגער...

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מאי 10, 2016 1:21 am

דאן וואלט איך געקויפט א רי-יוזעבל בעג נאך פאר עס ווערט א געזעץ.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג מאי 10, 2016 2:07 am

איך האב א גאנץ פשוטע עצה.

ביים טיר פון די גראסערי וועט הענגען בעגס מיט א פושקע, און עס וועט שטיין ארויפגעשריבן אז פאר איעדע בעג זאל מען לייגן פינף סענט אין די פושקע

יעדער וועט וויסן וואס דאס מיינט, מען קען דאך נישט האבן קיין טענות, ווייל די סטאר האט געבעטן און די קסטומער האט shoplifted א בעג

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג מאי 10, 2016 3:36 am

בן נון האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אן עקסטערע ביזנעס גייט ווערן די "פעסס" אדער "פערמיט"ס פאר מוסדות התורה, דיסעיבל'ד מענטשן און שטייצעך אלע שוויצער'ס גייען קריגן א פעסס צו קענען קריגן א בעג בחנם...

און איך האב געטראכט אז עס גייט זיך אנהייבן א גאנצע אידראסטרי פון רי-יוזעבל בעגס.

פאר מקוה וועש גייט זיין איין מין (וואשאבל) בעג.

פאר גראסעריס גייט זיין א צווייטע מין.

און צו גיין איינקויפן קליידונג וועט די ב"ב פארלאנגן ברענד נעים בעגס...

לאל
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג מאי 10, 2016 9:48 am

פומפדותא האט געשריבן:איך האב א גאנץ פשוטע עצה.

ביים טיר פון די גראסערי וועט הענגען בעגס מיט א פושקע, און עס וועט שטיין ארויפגעשריבן אז פאר איעדע בעג זאל מען לייגן פינף סענט אין די פושקע

יעדער וועט וויסן וואס דאס מיינט, מען קען דאך נישט האבן קיין טענות, ווייל די סטאר האט געבעטן און די קסטומער האט shoplifted א בעג

גוווט!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » דינסטאג מאי 10, 2016 10:13 am

פומפדותא האט געשריבן:איך האב א גאנץ פשוטע עצה.

ביים טיר פון די גראסערי וועט הענגען בעגס מיט א פושקע, און עס וועט שטיין ארויפגעשריבן אז פאר איעדע בעג זאל מען לייגן פינף סענט אין די פושקע

יעדער וועט וויסן וואס דאס מיינט, מען קען דאך נישט האבן קיין טענות, ווייל די סטאר האט געבעטן און די קסטומער האט shoplifted א בעג


אויב דעקט דאס דעם געזעץ/משוגעת איז עס א געוואלדיגע איינפאל.

פליגל האט געשריבן:א הויפן פאליטישאןס אין אלבאני ארבייטן אויף א געזעץ אין אלבאני צו פארלויפן די וועג פאר די סיטי גאווערמענט פון איינשטעלן דעם געזעץ.

דוב הייקינד און שמחה פעלדער ציילן זיך צווישן די.


א ברכה אויף זייער קאפ

טריסקער האט געשריבן:מצידי בין איך מסכים אז אין א"י זאל מען אנהייבן צו טשארדזשען אפי' א האלבן שקל א בעג און איינמאל פאר אלעמאל סטאפן מיט די דורכזיכטיגע בעגס.
איר ווייסט וויאזוי ס'גייט:
שכן 1: כ'קען בארגן א קעז?
שכן 2: אונז האמיר נישט, סארי
שכן 1: כ'פארשטיי נישט ענק האבן שוין געענדיגט אלע דריי???
לכה"פ זאל מען ענדיגן מיט דעם, גייט מיר נישט אן דעם האלבן שקל אבי א נארמאלן בעג.


זאגט נאר און פון די פילע פלעשעלאך מיץ איז שוין אויך גארנישט פארבליבן?
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג מאי 10, 2016 9:55 pm

פומפדותא האט געשריבן:איך האב א גאנץ פשוטע עצה.

ביים טיר פון די גראסערי וועט הענגען בעגס מיט א פושקע, און עס וועט שטיין ארויפגעשריבן אז פאר איעדע בעג זאל מען לייגן פינף סענט אין די פושקע

יעדער וועט וויסן וואס דאס מיינט, מען קען דאך נישט האבן קיין טענות, ווייל די סטאר האט געבעטן און די קסטומער האט shoplifted א בעג

איך מיין אז רוב געשעפט איינגעטומער גייען נישט מאכן קיין חכמות נאר מאכן נאך אפאר דאלער.
ווען ער וויל דיך דען שפארן געלט קען ער זיין ביליגער און נישט מאכן קיין סעילס (וואס צווינגן קונים צו קויפן וואס זיי דארפען נישט).

יושע משה יחזקאל הלוי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2016 4:32 pm

תגובהדורך יושע משה יחזקאל הלוי » דינסטאג מאי 10, 2016 10:29 pm

פליגל האט געשריבן:א הויפן פאליטישאןס אין אלבאני ארבייטן אויף א געזעץ אין אלבאני צו פארלויפן די וועג פאר די סיטי גאווערמענט פון איינשטעלן דעם געזעץ.

דוב הייקינד און שמחה פעלדער ציילן זיך צווישן די.

וויאזוי קענען זיי פארלויפען די וועג פאר די סיטי? וואזוי ארבעט אזא פרעצידור? די סיטי האט דאך א מאכט און סאיז א מאנוצפילעטעט אנירהאלב די סטעיט?

אוועטאר
דער עולם
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 4:54 am

שוואצע מארקיט אויף בעגס

תגובהדורך דער עולם » דינסטאג מאי 10, 2016 10:49 pm

עס וועט גאר נישט העלפן אז עס וועט קאסטן 5 סענט פאר א יעדע בעג,
ווייל א יעדע זאך וואס קאסט טעקס,
ווי למשל צוגרעטלעך, עפענט זיך אויף א שווארצע מארקיט,
וועט נאך אביסל וועט זיך עפענען אויף שוואצע מארקיט פון בעגס.
האיש עולם קטן

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » דינסטאג מאי 10, 2016 10:56 pm

עס איז דארנעשטאג נאכט די צייט וואס איך און נאך אסאך אידן לויפן ארים אינעם גראסערי מיט אן אנגעפילטע וועגעלע מען לייגט אריין איין זאך נאכן צווייטען זיך אינטערמילמענדיג לכבוד שבת קודש, ענדליך זעה איך מיך שוין שפאצירען צום רעזישטער און איך הייב אויף מיין אויגען צו זעהן וועלעכע איז די ליידיגסטע אבער האאפ וואס גייט דא פאר אלע 10 רעזישטערס זענען אפען מיט לאנגע לאנגע ליינס בלת ברירה בין איך געבליבען שטיין ווי איך בין (די ליין איז שוין געווען ביז דא) עס ריקט זיך שטייט שטייט רואיג עפעס זענען די פּאקערס מיט די מענעדזשער זייער ביזי איך כאפ נאך נישט פונקטלעך וואס, אזוי נאך לאנגע מוניטען בין איך שוין איינס פאר נעקסט יענער הייבט אן אויסצופאקען זיינע זאכען א בעג עפלעך, פאטעטאס, אא״וו. פעדרא ברינג מי אדער קעס שאפינג בעגס אה יו קען ברינג סטרעט 2 אקעי ציטייל די פאטעטאס און דריי בעגס עס וועט אים נעבעך זיין שווער צו שלעפן און איינס וואס נאך צוויי פלוימען דריי נעקטערינס, עקסטערע בעגס, עס האט געדארט ווי לאנג די קוסטעמער האט געכאפט וואס גייט פאר ריפט ער זיך אן איך דארף באקסעס נישט בעגס no, no boxes any more נישט האבענדיג קיין ברירה ענדיגט ער אויספאקען די איבריגע זאכען פונעם וועגעלע זעהנדיג פארענט פון זיך א ריזיגע בארג מיט בעגס, אבער איין מוניט יעצט קימט די ארבעט דריי ארבעטערס קימען ציגיין אפציילען וויפעל בעגס איינער ציילט און איינער רעכנט און די דריטער בעט די געלט. אקעי רבותי אוך האף עס איז נאר א חלום

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » מיטוואך מאי 11, 2016 8:26 am

אנבעליוועבל ווי יעדער טראכט נאר פון זיך טראכט אביסל די טובה פון די וועלט, אפשר איז דא עפעס א הגיון אין דעם און אפשר מאכט די צוועקלאזע מיסט אויפן וועלט טאקע אהן פראבלעמען.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”