די פלאסטיק בעג געזעץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » פרייטאג מארטש 06, 2020 1:10 pm

נישטאמת האט געשריבן:כפארשטיי נישט דע בעטן 50 צענט פאר 10 בעגס. איז בעטן געלט פאר בעגס מותר, דעמאלטס פארוואס נישט בעטן פער בעג? בין איך געווען לעצטענס אין קאליפאניע ווי דע געזעץ איז שוין אין פלאץ א שטיק צייט, אין זיי האבן יא געטשארטשט פער בעג.

מען טאר אויך נישט פארקויפן בעגס. אבער מען מעג פארקויפן אין באלק, עס שטייט אבער נישט וויפיל בעגס מיינט 'באלק' יעדע גראסערי טוט אנדערש, איינער גייט געבן 5 איינער 10 איינער 25 ביז די געזעץ גייט ווערן אויסגעקלארט
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » פרייטאג מארטש 06, 2020 2:14 pm

דאס איז אמאל זעכער אז דו גראסערע אייגענטומער'ס וועלן דארפן קלאפן עטוואס שטערקער על חטא בגניבה.

אלע גראסערי געשעפטן וואס 'זינגער' האט אויסגערעכנט עכ"פ און ב"פ געבן נאך בעגס בחינם, פאר דער חודש, ווילאנג דער גזירה איז געווארן אפגעשטיפט.
ס'איז נאר דא איין געשעפט אויף דו דריינצענטע עוועניו און ב"פ, וואס כלומערשט איז ער א ביליגער און א דיסקאוטעט סטאר, וויבאלד ער לאזט נישט אויפשרייבען און מ'באצאלט איהם גלייך, וואס בעט 35 סענט פאר זעקס בעגס, על אף ס'איז נאך נישטא דערווייל דער גזירה.

עכ"פ האב איך באמערקט, ווי א יונגערמאן האט געקויפט עטליכע קלייניגקייטן, גראדע דורך פוד סטעמפס, און ער זאגט איהם, אז איר ווילט א בעג דארף איר צאלן, און דער אינגערמאן האט טאקע ערליך באצאלט 35 פאר זעקס בעגס, ער האט אבער נאר געדארפט איינס, איז ער געוועהן א גוטער און אויסגערופן הויך ווער ס'דארף א בעג קען נעמן דו איבריגע.

דער קאשיר איז געגאנגען און געלייגט שנעל דער איבריגע ביי זיין זייט, ווי ער האט שפעטער צו געלייגט נאך איין בעג פאר א סעט פון זעקס.

לפענ"ד איז דעיס גניבה, ווייל איינער האט דאך שוין באצאלט פאר דו בעגס, און האט עס מנדב געוועהן פאר ווער ס'גייט דאפן, נישט אז דער בעה"ב זאל מאכען צוויי מאל געלט אויף דער זעלבע פאר בעגס.

איך האב גראדע געפרעגט דער קאשיר, אז יענער איז געוועהן בארעכטיגט מיט א בעג אלס געקויפט מיט פוד סטעמפס. האט ער מיר גע'ענט'פערט, דער גיהנם מיט דער געזעץ, לאז מיר אפ, און שוין..

א דאפעלטע גניבה.

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג מארטש 06, 2020 2:18 pm

דער גיהנם מיט די געשעפטן! מ' דארף זיי בויקאטירן.
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

תגובהדורך שנלר » פרייטאג מארטש 06, 2020 2:20 pm

סטיטשינער האט געשריבן:דער גיהנם מיט די געשעפטן! מ' דארף זיי בויקאטירן.


יא!
איך גיי אויפהערן קויפן!

נאך איינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » פרייטאג מארטש 06, 2020 2:31 pm

כהאב געטוישט גראסערי פאר מיין וועכנטליכען שבת ארדער צוליב וואס ער געט מער נישט קיין בעגס, אפילו איך נעם עס ממילא אהיים אין באקסערס,

כהאף אז נאך אנדערע טיען אזוי,

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מארטש 06, 2020 2:32 pm

רבותי סקומט פורים לאמיר איינרייסן די גזירה זאל בטל ווערן אינאיינעם מיט די פארשאלטענע ליבעראלן

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מארטש 06, 2020 2:33 pm

נאך איינער האט געשריבן:כהאב געטוישט גראסערי פאר מיין וועכנטליכען שבת ארדער צוליב וואס ער געט מער נישט קיין בעגס, אפילו איך נעם עס ממילא אהיים אין באקסערס,

כהאף אז נאך אנדערע טיען אזוי,

סאנער אור לעטער וועט דאך קיינער נישט געבן
חוץ אז מוועט איינרייסן כנ"ל

נאך איינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » פרייטאג מארטש 06, 2020 2:41 pm

טעם וריח האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:כהאב געטוישט גראסערי פאר מיין וועכנטליכען שבת ארדער צוליב וואס ער געט מער נישט קיין בעגס, אפילו איך נעם עס ממילא אהיים אין באקסערס,

כהאף אז נאך אנדערע טיען אזוי,

סאנער אור לעטער וועט דאך קיינער נישט געבן
חוץ אז מוועט איינרייסן כנ"ל

אמת, סמיינט אבער נישט אז וועגן דעם קען מען יעצט רייטען אויף קאסטעמערס,

אביונה
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג מארטש 06, 2020 3:03 pm

נעכטן בינעך אריין אין א 99 צענט סטאר, געקויפט א פעקל פאפיר, און נאך צוויי שמאנצעס,
באצאלט, און נאופ'ס דער כינעזער מידזשיט ביים רעדזשיסטער גיט מיר נישט קיין בעג, כ'בעט אים, נאו בעגס זאגט ער...
כ'אב שיינערהייט געמוזט אראפ שפאצירן די עוועניו, מיט א פעקל פעפערס אין די רעכטע האנט, און די צוויי פורים שמאנצעס אין די לינקע, בריש גלי
ס'ארא בושות געווען...
נו, שוין ... זאל זיין צו כפרת עונות
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » פרייטאג מארטש 06, 2020 3:26 pm

די פלעסטיק בעגס געזעץ זעהט אויס צו זיין א סמעשינג סוקסעס, קוים אפאר טעג וואס די געזעץ איז אין עפעקט און עס איז צוריק געווארן קאלט און רעגענדיג, און מען רעדט שוין פון א 40 אינטשידיגע שניי
#גלאבל ווארמינג
# בהמות
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג מארטש 08, 2020 10:13 am

זאגט מיר איינער, אז מען האט געטראפן אן אימעגרנט מיט א בעג אנגעפילט מיט 'דראגס', מען האט אים פארשטייט'זיך געכאפט און איינגעזעצט..
ווייל די דראגס איז געלעגן אין א 'פלעסטיג בעג' ...

#בערני סענדערס!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג מארטש 08, 2020 10:23 am

ויתן לך האט געשריבן:די פלעסטיק בעגס געזעץ זעהט אויס צו זיין א סמעשינג סוקסעס, קוים אפאר טעג וואס די געזעץ איז אין עפעקט און עס איז צוריק געווארן קאלט און רעגענדיג, און מען רעדט שוין פון א 40 אינטשידיגע שניי
#גלאבל ווארמינג
# בהמות

די געזעץ האט קיין שייכות מיט וועטער. ס'איז פאר די פיש און וואסער וואס דערשטיקן זיך צוליב די פלעסטיק אין וואסער וואס צוגייט נישט.

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג מארטש 08, 2020 10:28 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:די פלעסטיק בעגס געזעץ זעהט אויס צו זיין א סמעשינג סוקסעס, קוים אפאר טעג וואס די געזעץ איז אין עפעקט און עס איז צוריק געווארן קאלט און רעגענדיג, און מען רעדט שוין פון א 40 אינטשידיגע שניי
#גלאבל ווארמינג
# בהמות

די געזעץ האט קיין שייכות מיט וועטער. ס'איז פאר די פיש און וואסער וואס דערשטיקן זיך צוליב די פלעסטיק אין וואסער וואס צוגייט נישט.

איך ווייס...
און איך ווינדער מיך טאקע פארוואס פיש סטארס מעגן יא געבן בעגס?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » מאנטאג מארטש 09, 2020 10:15 am

dollar tree געט א פעיפער בעג מיט הענטליך
Michaels art געט בכלל נישט קיין בעג. אויב איר וועלט קענט איר קויפן א ריוסיבעל בעג פאר א טאלער

מאדערענע פארקנעכטשאפט
Liberalism is a mental disorder

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג מארטש 09, 2020 11:04 am

האבעך מיר איינגעהאנדלט א BOX שאפאינג בעגס ליגט עס אין קאר, ווען א גראסערי געט נישט קיין בעגס (ווי איך האב געהאט אין מאנסי) נעם איך די וואגן/בעסקיט ביזן קאר אין מפאקט אריין אין די בעגס

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 09, 2020 1:01 pm

ויתן לך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:די געזעץ האט קיין שייכות מיט וועטער. ס'איז פאר די פיש און וואסער וואס דערשטיקן זיך צוליב די פלעסטיק אין וואסער וואס צוגייט נישט.

איך ווייס...
און איך ווינדער מיך טאקע פארוואס פיש סטארס מעגן יא געבן בעגס?

אין פיש געשעפט איז די איינציגסטע פלאץ וואו מ'זעט באשיינפערליך אז די פיש זענען עניוועי טויט, ממילא עט זיי די פלעסטיק נישט שאדן...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג מארטש 09, 2020 1:14 pm

א גולם האט געשריבן:האבעך מיר איינגעהאנדלט א BOX שאפאינג בעגס ליגט עס אין קאר, ווען א גראסערי געט נישט קיין בעגס (ווי איך האב געהאט אין מאנסי) נעם איך די וואגן/בעסקיט ביזן קאר אין מפאקט אריין אין די בעגס


דאס איז א פיינע עצה! גיימער עס נאכטון אי"ה.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 1:36 pm

נעכטן ביים טיש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש אדרעסירט די גזירה און געמאלן אז אין קעיס ביז אפאר וואכן ווערט נישט בטל די גזירה מופט ער אוועק












קיין בארא פארק............................................
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1626
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 2:04 pm

אונטרעסאנט זיי האבען נאכנישט אפגעשטיפט די גזירה וועגן די קאראנע, די בעגס וואס מען ניצט איבער קלעבט זיך אן Germs און אויף דארפן מענטשן קויפן זאכן אויב זיי ווערן איינגעשפארט
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 2:06 pm

זינגער האט געשריבן:אונטרעסאנט זיי האבען נאכנישט אפגעשטיפט די גזירה וועגן די קאראנע, די בעגס וואס מען ניצט איבער קלעבט זיך אן Germs און אויף דארפן מענטשן קויפן זאכן אויב זיי ווערן איינגעשפארט

ווי לאנג די פיש גייען זיך נישט דערשטיקן - הו קעירס וועגן די מענטשן...
מזל אדר דגים
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג מארטש 12, 2020 3:49 pm

אלופי אדום האט געשריבן:נעכטן ביים טיש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט ר' מרדכי הערש הערשקאוויטש אדרעסירט די גזירה און געמאלן אז אין קעיס ביז אפאר וואכן ווערט נישט בטל די גזירה מופט ער אוועק












קיין בארא פארק............................................


אויך האט ער געזאגט אז קאומא האט געמאכט די געזעץ נישט וויסענדיג ווי וויכטיג עס איז, ווייל ער האט נישט א הוט

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » פרייטאג מארטש 13, 2020 9:56 am

הערשל פר"מ האט געזאגט אין קרית יואל אויפן טיש, אז דערפאר האט המן'ס טאכטער נישט געהאט וואו שיין אוועקצופאקן די סחורה... האט זי עס ארויסגעווארפן פון פענסטער...
המן איז געווען מלא חימה, ווייל עס איז געווען גלאובל ווארמינג...

אזאמעשה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2012 11:36 am

תגובהדורך אזאמעשה » זונטאג מארטש 15, 2020 4:19 am

זיי רעדן יא פון סאספענדירן די געזעץ
צוגעלייגטע
Screenshot_20200315-041818_Gmail.jpg
Screenshot_20200315-041818_Gmail.jpg (435.33 KiB) געזעהן 408 מאל

אוועטאר
סטיטשינער
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג מארטש 15, 2020 5:02 am

נאך אן אשקול גייט פארוואנדלט ווערען צו קאראנא נייעס?
פאלסט אמאל אדורך אבער לעכצסט נאך תשובה? האלט זיך משה קליין! מאטי אילאוויטש

זאג א גוטס
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 3:36 pm
לאקאציע: אין קוואראטין - אווי יעדער...

Re: די פלאסטיק בעג געזעץ

תגובהדורך זאג א גוטס » דאנארשטאג מארטש 19, 2020 3:09 pm

אפשר טוישן קעפל צו "די 'פארגעסענע' פלאסטיק בעג געזעץ"...
קען זיין איך חלום - אבער איך שלאף ניט!
הגאון רי"ש כהנמאן זצ"ל מ'פוניבז'


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אץ קוצץ, בועז, ויכתב, משהלע, נייגעריגע תלמיד, שטיגליץ, שמחהלע קאפשטיק און 96 געסט