די פלאסטיק בעג געזעץ

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 13, 2020 4:51 pm

האב מיר אפירגעזוכט די זעקל געזעץ עיי"ש ותמצא נחת.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:15 pm

איינמאהל דיע געזעץ גייט אריין אין עפעקט גייט די ענוויירענמענט ווערען אזוי מין ריין..... משוגעים!!

פלעסטיק
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

תגובהדורך פלעסטיק » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 8:35 pm

קען איינער אפשר אפשרייבן אויף אידיש וואס און ווען גייט די נייע געזעץ אריין? אויב גיי איך אריין אין סטאר עפעס קויפן גייען זיי מיר בעטן 5 צענט? די געשעפטן מעגן געבן בעגס? יעדעס מאל מען גייט עפעס קויפן גייט מען שרייען צום ספאנישן אמיגא ״קאחא בעגס״ און ווארפן ער זאל זעהן וויפיל בעגס מען פארניצט און נאכדעם צולייגן 10 צענט אויף יעדע בעג? דאס מיינט מען וועט שטיין לענגער אין די ליין צו באצאלן?
ביטע אויב איינער קען אלעס קלאר אראפלייגן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 10:27 pm

ניין.

זיי מעגן בלויז פארקויפן באלק בעגס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 10:34 pm

מחנך האט געשריבן:איינמאהל דיע געזעץ גייט אריין אין עפעקט גייט די ענוויירענמענט ווערען אזוי מין ריין..... משוגעים!!

ס'געווען א צייט וואס די וועלט איז געגאנגען פאראויס, צו מאכן דאס לעבן גרינגער און געשמאקער פארן מענטשהייט.
שוין א תקופה אבער וואס מ'האט אנגעהויבן גיין אויף צוריק. און ווען מ'פאלט - טראסקעט מען שנעל...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » זונטאג ינואר 19, 2020 5:15 pm

פיקטשער דיך נאר די באבע גייט ארויס פון די סטארס מיט א אפעיפער בעג, מיט דאק סאוס, מעיענעיז, און נא א דשאר פיעלס, ס'רעגענט, ביז 3 מינוט ווערט א לאך אין די פעיפער בעג, די באטלעך גליטשען זיך שנעל ארויס, זיי ווערען צוקראכט און צורינען איבער די גאנצע סיידוואק, מ'קען זיך צעשניידען, אויסגליטשען, ווערען פארמירט און צעשניטען, אבער מ'האט געראטעוועט די ענוויירענמענט, משוגעים!!!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 19, 2020 10:57 pm

כ'פארשטיי נישט דעם געזעץ אין פראקטיק:
נאכן באצאלן פאר די גאנצע שאפינג וועגעלע מיט אלע צוגעהערן פארן מארגנדיגן פרישטאג, ווי קומט די קאץ איבערן וואסער?

ווי אזוי דארפן היצטערט די: טאמאטן, אימארקן, ברויט, קעז, פוטער, יאגארט, מילך, אראנדזש דזשוס, מיט א גרויס פלאש אויל דערצו, אנקומען צו משפחת פארשלאפנ'ס קיך?

אין וואס נעמט מען די זויבערע וועש לכש"ק אין מקוה? מיט א שוך באקס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג ינואר 19, 2020 11:00 pm

פלעסטיק האט געשריבן: ביטע אויב איינער קען אלעס קלאר אראפלייגן

פילייכט דארפט איר אויפגעבן אייער ניק אויכעט...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג ינואר 19, 2020 11:02 pm

farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דעם געזעץ אין פראקטיק:
נאכן באצאלן פאר די גאנצע שאפינג וועגעלע מיט אלע צוגעהערן פארן מארגנדיגן פרישטאג, ווי קומט די קאץ איבערן וואסער?

ווי אזוי דארפן היצטערט די: טאמאטן, אימארקן, ברויט, קעז, פוטער, יאגארט, מילך, אראנדזש דזשוס, מיט א גרויס פלאש אויל דערצו, אנקומען צו משפחת פארשלאפנ'ס קיך?

אין וואס נעמט מען די זויבערע וועש לכש"ק אין מקוה? מיט א שוך באקס?

דאכט זיך מ'וועט דארפן צוקויפן אזעלכע געשטריקטע זעקלעך, א שטייגער ווי די פענסי מפואר זעקלעך, און דאס איבערנוצן יעדעס מאל וואס איר קויפט טאמאטן, אימארקן וכו'.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 19, 2020 11:12 pm

אהא, און האלטן באזונדערע פאר, מילכיג, פליישיג, פארווע. חמצ'דיג, פסח'דיג. זויבערע וועש, שמוציגע וועש, וכו'.

ד"ה אז איך דארף ארומשלעפן אלעמאל א פול זעקל מיט זעקלעך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פרייליכען
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:27 am

דאס ווייבל וועט שוין נישט קענען רופן "ווען די קומסט אהיים, פליז קויף....".
מען וועט איר גלייך זאגן, אנטשולדיגט, אבער איך האב פארגעסן מיט צונעמען אין כולל א שאפינג בעג

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » מאנטאג ינואר 20, 2020 2:04 am

שפיגליצקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דעם געזעץ אין פראקטיק:
נאכן באצאלן פאר די גאנצע שאפינג וועגעלע מיט אלע צוגעהערן פארן מארגנדיגן פרישטאג, ווי קומט די קאץ איבערן וואסער?

ווי אזוי דארפן היצטערט די: טאמאטן, אימארקן, ברויט, קעז, פוטער, יאגארט, מילך, אראנדזש דזשוס, מיט א גרויס פלאש אויל דערצו, אנקומען צו משפחת פארשלאפנ'ס קיך?

אין וואס נעמט מען די זויבערע וועש לכש"ק אין מקוה? מיט א שוך באקס?

דאכט זיך מ'וועט דארפן צוקויפן אזעלכע געשטריקטע זעקלעך, א שטייגער ווי די פענסי מפואר זעקלעך, און דאס איבערנוצן יעדעס מאל וואס איר קויפט טאמאטן, אימארקן וכו'.

יאפ למשל אין קאליפארניע איז שוין די געזעץ א לאנגע צייט און די דארפסט באצאלן פאר אזאנע זעקלעך אדער ווי אסאך מענטשן ברענגען אליינס צוריק די בעגס

מארגעזש עדווייזער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 17, 2020 12:45 pm

תגובהדורך מארגעזש עדווייזער » מאנטאג ינואר 20, 2020 2:07 am

farshlufen האט געשריבן:אהא, און האלטן באזונדערע פאר, מילכיג, פליישיג, פארווע. חמצ'דיג, פסח'דיג. זויבערע וועש, שמוציגע וועש, וכו'.

ד"ה אז איך דארף ארומשלעפן אלעמאל א פול זעקל מיט זעקלעך.

ניין אזוי ווי די דארפסט שוין יעצט באצאלן פאר א אייער באקס , וועט די געשעפט האבן אזאנע בעגס מיט זייער לאגא לכאורה און אויך פאפירענע בעגס ווי די בעקעריס און פאר א מינימאלע אפצאל וועסטו אי"ה ווי א טאטע'לע באצאלן פאר די בעגס אדער פאר א באקס וואס וועט דיר אויסקומען ווייניגער בזיונות אז עס זאל זיך נישט צורייסן אינמיטן גאס

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:52 am

פארוואס קען מען נישט ארלעדיגן אזא סארט רעליזשעס עקזעמפשאן פאר חסידישע אידן? מ'דארף דאך האבן די זעקלעך איבערצודעקן די קאפעליטשן ווען ס'רעגענט.

ווי איז יעגער, פעלדער ווען מ'דארף זיי?!

#דיסקרימענעישאן

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:55 am

קומט אריין די נייעס אז אסעמבלי ספיקער העיסטי איז מסכים ארויסצונעמען געוויסע הארבע פארברעכענס פון די בעיל רעפארם געזעץ, בתנאי אז די וועלכע זענען עובר אויפן פלאסטיק זעקל געזעץ זאל אויך נישט קענען געניסן פון די בעיל רעפארמען......
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

נישטאמת
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:57 am

שפיגליצקי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט דעם געזעץ אין פראקטיק:
נאכן באצאלן פאר די גאנצע שאפינג וועגעלע מיט אלע צוגעהערן פארן מארגנדיגן פרישטאג, ווי קומט די קאץ איבערן וואסער?

ווי אזוי דארפן היצטערט די: טאמאטן, אימארקן, ברויט, קעז, פוטער, יאגארט, מילך, אראנדזש דזשוס, מיט א גרויס פלאש אויל דערצו, אנקומען צו משפחת פארשלאפנ'ס קיך?

אין וואס נעמט מען די זויבערע וועש לכש"ק אין מקוה? מיט א שוך באקס?

דאכט זיך מ'וועט דארפן צוקויפן אזעלכע געשטריקטע זעקלעך, א שטייגער ווי די פענסי מפואר זעקלעך, און דאס איבערנוצן יעדעס מאל וואס איר קויפט טאמאטן, אימארקן וכו'.


די זעקל'ך וואס די מלמדים (פלעגן?) ניצן אין נעפאנעק אההים צוטראגן די פרישטאג, קען זיין א גוטע אפציע.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3989
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:00 pm

אין וואס טוטצעך מיט די טלית/תפילין פלעסטיק, בלייבט יא לעגאל?
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22377
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 20, 2020 12:03 pm

ערנסט גערעדט.

כ'פארשטיי נישט פארוואס די געזונטהייט בעאאמטע האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם געזעץ אלס קראסס קאנטעמינעישאן, נעמליך דאס איבערנוצן זעקלעך פון איין געוואוקס צום צווייטן וחוזר חלילה ביז די אידענע וועט עס ענדליך אויסוואשן כדבעי, און מ'דארף צו נעמען אין באטראכט אז א פריוואטער מענטש האט אפילו נישט די כלים נאכצוגיין פון וואנעט א באקטעריע איז אנגעקומען אין זיין קאך.

זיי גייען ריקווערטס אין היגעניע, וקצרתי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:11 pm

farshlufen האט געשריבן:ערנסט גערעדט.

כ'פארשטיי נישט פארוואס די געזונטהייט בעאאמטע האבן נישט קיין פראבלעם מיט דעם געזעץ אלס קראסס קאנטעמינעישאן, נעמליך דאס איבערנוצן זעקלעך פון איין געוואוקס צום צווייטן וחוזר חלילה ביז די אידענע וועט עס ענדליך אויסוואשן כדבעי, און מ'דארף צו נעמען אין באטראכט אז א פריוואטער מענטש האט אפילו נישט די כלים נאכצוגיין פון וואנעט א באקטעריע איז אנגעקומען אין זיין קאך.

זיי גייען ריקווערטס אין היגעניע, וקצרתי.


די פראבלעם גייט געלעזט ווערן מיט א נייע וואקסין וואס איז אקעגען בעג באקטעריס, און מען וועט נישט מעגן אריינקומען און גראסערי נאר מיט פרוף אז מען איז וואקסענירט.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:17 pm

אין ניו דזשערסי גייט שוין אן די געזעץ א שיינע שטיק צייט,
אדער צאלט מען אפאר צענט פאר אזא דיקע פלעסטיק בעג (וואס מען נוצט מ'כלומרשט איבער גאר אסאך מאל)
אדער נעמט מען אסאך דורכזיכטיגע בעגס... (די וואס מען נוצט פאר גרינצייג און פאר רינעדיגע מילך וכו'
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג ינואר 20, 2020 1:23 pm

דאס הייסט אז דורכזיכטיגע בעגס וועט מען יא מעגן געבן?
אין א"י דאכט זיך איז עס אזוי

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג ינואר 20, 2020 2:06 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:אין ניו דזשערסי גייט שוין אן די געזעץ א שיינע שטיק צייט,
אדער צאלט מען אפאר צענט פאר אזא דיקע פלעסטיק בעג (וואס מען נוצט מ'כלומרשט איבער גאר אסאך מאל)
אדער נעמט מען אסאך דורכזיכטיגע בעגס... (די וואס מען נוצט פאר גרינצייג און פאר רינעדיגע מילך וכו'

לפי ידיעתי נאר אין עטליכע קאונטיס. אין אושען קאונטי גייט דאס נישט אן. אין הודסאן יא?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג ינואר 20, 2020 2:38 pm

מארגעזש עדווייזער האט געשריבן:יאפ למשל אין קאליפארניע איז שוין די געזעץ א לאנגע צייט און די דארפסט באצאלן פאר אזאנע זעקלעך אדער ווי אסאך מענטשן ברענגען אליינס צוריק די בעגס

ניכט וואר, זיי געבן געהעריגע זעקלעך פאר צען צענט, אין ארץ ישראל איז אויך אזוי, דארט האט מיר געדויערט א וויילע צו פארשטיין וואס דער קעשיר וויל פון מיר צום סוף פארן באצאלן, ביז כ'האב געכאפט זיין פראגע 'שקיות?', און ביז כ'האב פארשטאנען וואס דאס מיינט..
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”