דאפלטע טעראר-אטאקע אין בריסל, בעלגיע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

אנטשולדיגט פארן איבערהאקן, דעי שטותים האט מען שוין מעלה גרה געווען אין גענוג אשכולות, ביטע מאכן אביסל פלאץ פאר פשוטע נייעס און לאזטס די פאליטיק(?) אין די אנדערע אשכולות.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

@היימישער, פאר מיר האט עס גראדע נישט אויסגעזעהן ווי ער רעדט כאילו כפאו שד, גערעדט שארף און צו די זאך..

צו די ליבעראלן שעמן זיך מיט אים? המממ.. ער האט א %80 אפראוול דארט. אפילו צווישן אלגעמיינע אמעריקאנער באקומט ער די וואך די העכסטע אפראוול רעיטינג אין זיין קאדענץ אויף "אויסערן פאליטיק"!! (ארויף מיט גאנצע %9 פון די לעצטע אנקעטע)
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

כאפצעם האט געשריבן:@היימישער, פאר מיר האט עס גראדע נישט אויסגעזעהן ווי ער רעדט כאילו כפאו שד, גערעדט שארף און צו די זאך..

צו די ליבעראלן שעמן זיך מיט אים? המממ.. ער האט א %80 אפראוול דארט. אפילו צווישן אלגעמיינע אמעריקאנער באקומט ער די וואך די העכסטע אפראוול רעיטינג אין זיין קאדענץ (ארויף מיט גאנצע %9 פון די לעצטע אנקעטע)

העכסטע אפראוועל אין זיין קאדענץ, פילייכט ערגעץ אין די 49% רעינזש.

וועמיר חותם זיין מיט דעם, די איבריגע קען מען רעדען אינעם אויסערן פאליטיק אנאליזען אשכול (גראדע לגבי אויסערן פאליטיק איז ער דאכטזעך ערגעץ אין די 30ערס).
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:

פארגעסן צו שרייבן אז כ'רעדט פון אפראוועל איבער "אויסערן פאליטיק".
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35242
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ביטע.

דער שנירל פארמאגט א קעפל.

א דאנק
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעקינג:

יעצט ווערט באריכטעט אז טערקיי האט געווארענט בעלגיע אויף איינער פון די טעראריסטן.

טערקיי האט דעם יעניגן דעפארטירט, בעלגיע האט אים ביים ארייננעמען באקומען א ווארענונג פון טערקיי אז דער איז שעדליך און איז געלינקט מיט אייסיס. בעלגיע האט עס גענצליך איגנארירט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

הלשון האסט נישט גוט פארשטאנען די נייעס. עס איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז דער וואס האט געמאכט די באמבעס איז איינער פון די צוויי וואס האבן זיך אויפגעריסן. חוץ דעם איז דא נאך איינער וואס מען גלייבט אז ער איז אנטלאפן די לעצטע מינוט.
איינער פון די טעראריסטן האט באזוכט סיריע אין 2013 און זייט דעמאלץ איז ער אויפן ליסטע פון די וואס מען דארף נאך קוקן. מען האט אים אפגעשטעלט ביים גרעניץ אריינקומענדיג מיט א קאר אביר מען האט אים געלאזט גיין. ער האט ארויסגעדינגען א דירה אויף א פאלטשע נאמען אזוי אז מען זאל אים נישט קענען נאכקוקן
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

אויף קול מבשר 114 איז דא עטליכע אינטערוויוס פון אידן וואס זענען דארטן געווען בשעת מעשה, מיט אפענע ניסים אז זיי האבן זיך נישט געפונען נאנט צום אויפרייס בשעת מעשה
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

עי פי באריכטעט אז אייסיס האט טרעינירט 400 קעמפער צו טעראריזירן אייראפע, ה״י.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

יואב בן צרויה האט געשריבן:עי פי באריכטעט אז אייסיס האט טרעינירט 400 קעמפער צו טעראריזירן אייראפע, ה״י.

האב איך געהערט נעכטן אז אייסיס האט אריינגעשיקט א אזויגערופענע "זעלבסטמארד בריגאדע" צו אייראפע, 25 אין בעלגיע זעלבסט, ווי זיי ווארטן פאר א סיגנאל פון די פירער רח"ל
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

שוין, הייבט מיר אן אריינקומען שלעכטע מחשבות...

וואס וואלט געווען שלעכט ווען זיי האבן א כאליפאד, און דארט הרגנען זיי זיך ארום איינע מיט די צווייטע און לאזן די אייראפעאר שלאפן רואיג?
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ווען איך באטראכט די בילדער פון נאך דער אטאקע ווי מען זעהט יודן דאווענען, ווינדערט מיר עפעס אזא מין רוהיגקייט איז אויסגעשפרייט אויף זייער פנים'ער . אזא יוראפ'עש רוהיגקייט ווי גלייך ס'האט נישט פאסירט אן אטאקא א שעה פאר דעם.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

גראדע דוכט זיך מיר אז ס'איז אמעריקאנע אידן...
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

זייטס מתפלל פאר די אינגערמאן פון אשדוד 22 יאר אלט ר' מנחם מנדל בן טויבא וואס איז פארוואנדערט געווארען ביי די באמבע און געפינט זיך אין א שווערע מצב, מען האט געזאגט אז ער איז פארוואנדערט געווארען לייכט אבער ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז אסאך ערגער ווי מ'האט געמיינט, ער איז ערענסט פארברענט געווארען אויפן אויבערשטע חלק פון זיין גוף, און אסאך נעגלעך זענען אריין געפלויגען אין עהם ר"ל.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

מען האט געפינען א סעקיורעטי וועכטער פון די ניוקלער פלענט טויט אין זיין הויז.

דאס שטארק די שפעקולאציע אז אייסיס זוכט ערענסט ווי צו זאפן ניוקלעיר מאכט.

אפאר ארבערטער אין די פלענט האבן פארלוירן זייער קלעירענס רעכטן.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אין בעלגיע?
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

זיי האבן גענידערט די צאל טויטע פונעם עירפארט און באן באמבע'ס צו סך הכל 28, און געהעכערט די צאל פארוואונדעטע צו 340.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

א מארטש וואס האט געדארפט היינט פארקומען אין אנדענק פאר די טויטע, איז אפגעזאגט געווארן דורכן מעיאר, זאגענדיג אז פאר אזא מארטש דארף מען האבען אסאך פאליציי, און יעצט דארף מען זיי ניצען אויף אויסצופארשען די לעצטע וואכעדיגע אטאקעס, און ווען ס'וועט ווערן ראויגער וועט מען קענען מאכען די מארטש.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ביים פלאץ וואו דער אפגערופענער מארש האט זיך געזאלט אנהייבן, האבן זיך ספאנטאן צוזאמגענומען ארום 200 נעא-נאצי'ס און אנגעהויבן פארפירן אקעגן אימיגראנטן. די פאליציי האט זיי בליץ שנעל צושפרייט.
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

בן נון האט געשריבן:מען האט געפינען א סעקיורעטי וועכטער פון די ניוקלער פלענט טויט אין זיין הויז.

דאס שטארק די שפעקולאציע אז אייסיס זוכט ערענסט ווי צו זאפן ניוקלעיר מאכט.

אפאר ארבערטער אין די פלענט האבן פארלוירן זייער קלעירענס רעכטן.

און זיין בעדש/קארטעל האט געפעלט. מען האט עס פארשטייט זיך תיכף דיעקטיוועטעד
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

פון א ניוקעלארע פלענט קען מען נישט באקומען ניוקעלאר "מאכט". מען האט יא מורא אז זיי פלאנירען אן אטאקע אויף די ריעאקטער וואס קען אנמאכען א גיפערליכע חורבן אויב עס ליקט ארויס רעדיעשאן
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לכאורה האט געשריבן:ביים פלאץ וואו דער אפגערופענער מארש האט זיך געזאלט אנהייבן, האבן זיך ספאנטאן צוזאמגענומען ארום 200 נעא-נאצי'ס און אנגעהויבן פארפירן אקעגן אימיגראנטן. די פאליציי האט זיי בליץ שנעל צושפרייט.

יעצט זאגען זיי אז 450 כוליגאנעס האבן זיך דארט פארזאמלט, געמאכט די נאצי סאלוטן און געהאלטן אנטי-אימיגראנטן שילדן, די פאליציי האט בלויז ארעסטירט 10 פון זיי.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

אמעריקאנע אפישעלס זאגן אז די סועסייד באמבער'ס נעמען אין די בראסעלס אטאקע זענען געליסטעד אלס מעגליכע טעראר טרעט אין די אמעריקאנא דעיטעבעיס.

*

בעלגישע פראסעקיוטער'ס זאגן אז 6 מענטשן זענען ארעסטירט געווארן אין די קעיס פון די בראסעלס אטאקעס.

*

פרייטאג האבן פאליציי געשאסן א מענטש וועלכע האט געטראגן א באמבע נאכדעם וואס ער האט גענומען האסטעדזש א פרוי ביי א טרעם סטאנציע.
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

דויטשע פראסעקיוטער'ס: אויף די פארלאנג פון פראנצויזישע אוטאריטעטן האבן פאליציי ארעסטירט א מענטש אין ראטערדאם וואס מ'איז חושד אין פלאנירן אן אטאקע.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”