רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידע ומומחה »

המחפש האט געשריבן:איז די חידושי תורה פון קובץ הנשר תש"ד, די מלחמה יארן, פון גאב"ד ערלוי זצ"ל וואס איז יעצט נפטר געווארן?

וואס איז דער ספק?
ער ציטירט דעם טאטען
ושמעתי לתרץ מאאמיו הגאון טו״ה משה, שליטיא,
וויפיל בחורים יוחנן בן הגאון משה סופר זענען געווען אין ערלוי
-------
גאר אינטעסאנט אז אין תש"ד האט מען נאך געדריקט קובצים
קוק דא וואס דער מצב איז גווען
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

בס"ד

עס קומט מיר אן זייער שווער צו שרייבן זכר צדיק לברכה אויף מיין הייליגן רבי'ן דער ערלוי'ער רב, אבער ליידער שטיי איך ביי דעם ביטערן מאמענט אז איך מוז דאס שרייבן.

ובכן, נעם איך זיך דא צו די עבודה קשה פון שרייבן אפאר שורות איבער דעם אדם הגדול בענקים, הרב דומה למלאך ה' צבאות, קדוש ה' מיוחד רבינו יוחנן בן הרב משה סופר זכר צדיק וקדוש לברכה הרינו כפרת משכבו.

איך וויל ספעציעל ווידמען אביסל צייט און אנשטרענגען מיין פעדער צו באשרייבן אט דעם גרויסן מאן ווייל איך זעה אז די המון עם און דער סתם חסיד'ישע גאס האט נישט קיין השגה פון וואס פאר א גרויסן מענטשן מען רעדט דא.

בעצם וואלט איך געקענט ארויסברענגען שטארק דעם פוינט אז ער איז געווען דער "לעצטער" ממש וואס האט אויפגעשטעלט אליינס זיין קהילה און דאס אידישקייט נאך דעם גרויסן חורבן אייראפע. איך וואלט געקענט ארויסברענגען דעם נקודה אז ער איז דער "לעצטער" וואס האט געפירט אויפן דרך פון די אמאליגע אונגארישע רבנים די תלמידי החתם סופר והכתב סופר, ותלמידי תלמידיהם זכותם יגן עלינו.

אבער דער פראבלעם פון זיך שטעלן אויף דעם אז ער איז דער לעצטער וועט בעקיפין פארקלענערן דעם דמות פון דעם גרויסן מענטש, און קען חלילה געבן א בליק ווי כאילו זיין גאנצער גדלות איז נאר דאס וואס ער איז דער לעצטער אין דעם קאטעגאריע. און ווי בנוהג שבעולם, ובפרט אין ארץ ישראל, אז ווען א רב אדער רבי, ווי קליין ער זאל נאר זיין, ווערט אלט, איז דאס אליינס שוין גענוג א סיבה אים צו מאכן גאר גרויס און א קדוש וטהור.

און וויבאלד איך וויל נישט חלילה אז עס זאל זיך דא ארויסשטעלן אזא סארט בילד, דערפאר וויל איך נישט ארויסברענגען צו שטארק דעם נקודה פון דער "לעצטער".

אבער לגבי איין זאך וויל איך זיך יא באציען צו דעם וואס ער איז געווען דער לעצטער.

עס איז ידוע אז געווענליך אין די היסטאריע פון כלל ישראל, האט זיך זייער אפט געמאכט אז דער חותם פון א תקופה איז געווען א מענטש וואס איז געווען פיל גרעסער ווי די אנדערע בני דורו. אזוי ווערט אנגעוויזן אויף ר' האי גאון, אז ער איז געווען פיל גרעסער פון די אנדערע גאונים פאר אים, ווייל ער איז געווען דער חותם פון א תקופה. אזוי אויך איז געווארן אנגעוויזן אויף אנדערע גדולי ישראל.

אט דעם געדאנק קען זיכער געזאגט ווערן אויף דער גאון וצדיק דער ערלוי'ער רב זצ"ל. און דא וויל איך טאקע נעמען אפאר מינוט אראפצאלייגן, אזוי נאר אויפן שפיץ גאפל וואס דער איד איז געווען.

די טעכנישע פרטים פון זיין לעבן און יחוס האט מען שוין געברענגט דא. אבער איך וויל רעדן מער פון דעם מענטש, פון דעם פערזענליכקייט, פון זיין תורה, קדושה, תפילה, עבודה און גמילות חסדים און נאך און נאך און נאך.

דער רבי זצ"ל איז געווען אזא אדם השלם, ער האט פארמאגט אין זיך אזוי פיל שלימות, אז צווישן אלע זיינע זיבן זין אינאיינעם, טראץ וואס יעדער פון זיי האט זיך גאר אסאך מעלות, קען מען נישט אבער דאך נישט טרעפן די שלימות וואס דער איין פערזאן האט פארמאגט.

איך וועל אנהייבן מיטן אראפלייגן א טיפישער סדר היום פון יעדן גרינעם דינסטאג, אדער דאנערשטאג.

דער סדר היום

דער טאג האט זיך אנגעהויבן בערך פיר אזייגער ווען ער האט מקיים געווען דער יתגבר כארי. און בערך פיר דרייסיג פלעגט ער שוין קומען צו גיין אין ישיבה יעדן צופרי. אבער אזוי ווי דער דאקטער האט אים געזאגט אז עס איז געזונט פארן מענטש צו לויפן (מאכן עקסערסייז), האט ער געטראפן א געוואלדיגע עצה צו קענען לויפן אן צו דארפן פארשווענדן צייט אויף דעם.

אין בית המדרש אריין דארף מען דאך לויפן, און פאר די געזונט דארף מען אויך לויפן, איז דאך געוואלדיג: יעדן צופרי, ווען ער איז געקומען אין ישיבה, פלעגט ער לויפן, אבער ממש לויפן, פון זיין הויז ביז אין ישיבה, בערך פיר דרייסיג פארטאגס, ווען קיינער איז נאך נישט אויפן גאס, דעמאלס איז ער געקומען צו לויפן אין ישיבה.

די בחורים פלעגן אויפשטיין פרי פארטאגס זיך באהאלטן אויפן דאך פון ישיבה צו זעהן ווי דער רבי קומט צו לויפן. אבער מיט א חשק און א אימפעט ווי א קליין קינד, אט אזוי איז ער געלאפן, ביי די פופציג, זעכציג און אפילו ביי די פינף און זיבעציג (איך האב קיינמאל נישט מברר געווען פונקט ווען ער האט אויפגעהערט דאס לויפן).

געקומען אין ישיבה, איז ער תיכף געגאנגען אין מקוה, נישט פארפאסט קיין מקוה קיינמאל. און ווי אזוי דאס מקוה גיין האט אויסגעזעהן דאס איז שוין א פרשה פאר זיך. די לעקטערס אין מקוה זענען געווען גאר שוואך אזוי אז מען האט שווער געקענט זעהן דארט, און מיט דעם אלעם האט ער געהאלטן די אויגן צוגעמאכט פון ווען ער איז אריין ביז ער איז ארויס. כאטש וואס בדרך כלל איז קיינער נישט דארט געווען.

ער פלעגט גיין אין מקוה טאפנדיג די ווענט מיט די הענט און אזוי האט ער געמאכט זיין וועג דארט, אבער קיין אויג האט ער נישט געעפענט דארט.
געענדיגט מיט די מקוה איז ער ארויפגעקומען אויבן אין דארמיטארי אויפוועק די בחורים. (אין די עלטערע יארן פלעגט דאס שוין זיין פיל ווייניגער, אבער פון צייט צו צייט פלעגט ער אליינס אויפוועקן די בחורים אפילו אויף די עלטערע יארן).

אוי, ווי קען מען פארגעסן די ווארימקייט, די הייליגקייט, די ערליכקייט, דאס יראת שמים וועלכע האט זיך געגאסן פון דעם רבי'ן ווען ער פלעגט זיך ארום דרייען פון איין צימער צום צווייטן און זיך אונטערזינגען: ישראל עם קדוש, ישראל עם קדוש, שטייט אויף, שטייט אויף, צו עבודת הבורא, ישראל עם קדוש, ישראל עם קדוש, שטייט אויף, שטייט אויף, צו עבודת הבורא.

אדרבא, פרעגט אייך נאר נאך ביי סיי וועלכן תלמיד וועט איר הערן. דאס וועט בלייבן אין זכרון ביזן לעצטן טאג.

נאכ'ן אויפוועקן די בחורים איז ער תיכף געגאנגען צו זיך אין צימער און זיך געזעצט לערנען. פאר'ן דאווענען האט ער געטרונקען א קאווע און זיך אנגעטון די טלית און תפילין. זיבן אזייגער איז ער געשטאנען אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד און אנגעהויבן יגדל.

א שחרית ביים רבי'ן יעדן פשוט'ן טאג איז צוגעגאנגען בדחילו ורחימו, אויף אן אופן וואס איך וואלט געוואונטשן יעדן איד אויף יום כיפור. וואס הייסט, מען שטייט דאך פארן מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא און מען בעט זיך אויס ביי אים.

אבער ער איז דאך נישט נאר א רבי נאר אויך א ראש ישיבה. זיין פלאץ ביים דאווענען איז נישט געווען ביים מזרח, נאר דוקא ביים מערב וואנט. דארט, ביים מערב וואנט האט ער געהאט א שטענדער ווי ער איז געשטאנען גאנץ דאווענען. פון דארט האט ער זיך אומגעקוקט אויף זיינע תלמידים, זיינע באליבטע צאן קדשים און אכט געגעבן וויאזוי זיי דאווענען.

ביי שמונה עשרה אבער, ווי עס שטייט אין שולחן ערוך אז מען דארף שטיין ביים וואנט, איז ער אריבער קיין מזרח ווי ער האט אויך פארמאגט א שטענדער. אזוי האט ער אלץ משלב געווען צווישן זיין פונקציע פון רב, רבי, ראש ישיבה און ערליכער איד.

תיכף נאכ'ן דאווענען האט ער פארגעלערנט פאר די בחורים משניות און שולחן ערוך, און ערשט דערנאך איז מען אראפ אין חדר האוכל עסן פרישטאג.
אבער דער רבי איז אריין ביי זיך אין צימער און אנגעטון די ר"ת תפילין און זיך געזעצט ווייטער לערנען.

ווען דער סדר הלימוד האט זיך אנגעהויבן פלעגט ער אריינקומען אין בית המדרש, אנגעטון אין די ר"ת תפילין און זיך געדרייט צווישן די בחורים, און געכאפט א שמועס אין לערנען, מיט דעם און מיט יענעם. אזוי אויך האט מען געקענט צוגיין צו אים און רעדן אין יעדן מקצוע אין לערנען.

זיך ארום געדרייט אביסל צווישן די תלמידים און צוריק אין צימער לערנען די הייליגע תורה. בערך האלב עלעוו, עלעוו, פלעגט ער אויסטאן די ר"ת תפילין און דאן האט מען אים געברענגט פרישטאג.

נאך פרישטאג פלעגט ער פארלערנען פאר זיין שיעור (ביז די מיטעלע מ' יארן האט ער געהאט די עלטסטע שיעור אין ישיבה, און דאן האט ער עס געטוישט אז ער האט זיך אליינס אויסגעקליבן בחורים פון צווישן אלע יארגענג פון וועלכע ער האט זיך צאמגעשטעלט זיין שיעור).

בערך צוויי דריי אזייגער פלעגט ער אהיים גיין פאר בערך צוויי שעה און דערנאך צוריק געקומען אין ישיבה ווי ער איז געבליבן ביז צען עלעוו ביינאכט. (אין די לעצטע יארן, נאך וואס די רביצין אין אוועק, פלעגט ער אפט מאל אפילו די נאכמיטאג שעות בלייבן אין ישיבה, אדער צומאל בלייבן ביז גאר שפעט ביינאכט.)

אט דאס איז געווען זיין סדר היום דבר יום ביומו.

זמנים מיוחדים

יעדן ליל שישי האט מען געפראוועט אין ישיבה תיקון חצות. א גרויסער עולם בחורים איז סייווי אויפגעבליבן לערנען, און פונקט צו חצות פלעגט מען פארלעשן האלב פון די לעקטערס און דער רבי איז אריינגעקומען און זיך אוועק געזעצט אויף די טרעפ פון דעם ארון הקודש און אנגעהויבן תיקון חצות, מיט א לב נשבר און בכיות נוראות ווען טרערן גיסן זיך פון זיינע אויגן האט ער געקלאגט אויפן חורבן בית המקדש ווי א טאטע אויף א בן יחיד וואס איז נעבעך פלוצלינג אומגעקומען.

"אוי הקבצו ושמעו, בני יעקב כולכם, קרעו לבבכם ואל בגדיכם, כי בפשעכם שלחה אמכם, ותנו כבוד לה' אלוקיכם", "מי האיש החפץ חיים, וחיך אוכל יטעם לו...". (איך האף אז איך שרייב גוט, ווייל דאס ליגט מיר נאך אין זכרון פון דעמאלס).

פרייטאג האט דער רבי פארגעלערנט אין ישיבה א שיעור כללי, און ביי חצות פלעגט ער פארלערנען א חסיד'יש ספר, אלס הכנה צום שבת קודש הממשמש ובא.

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן דעם ערשטן מאל וואס איך האב דאס געהערט. דער רבי האט פארגעלערנט דעמאלס א שטיקל עבודת ישראל. אבער דער שיעור האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דעם דיבור המתחיל פון דעם פסוק. דער שיעור האט זיך אנגעהויבן מיט א שמועס: מיר דארפן דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער אז מיר האבן די זכיה צו לערנען אזא הייליגע תורה, אז מיר קענען היינט לערנען די תורה און די הייליגע ווערטער פון אזא הייליגער צדיק וקדוש ווי דער קאזשניצער מגיד.

און אזוי האט ער פאר די קומענדיגע פאר מינוט זיך נישט געקענט בארואיגן פון דעם גרויסן ריזיגן זכי' וואס מיר האבן אז מיר קענען לערנען זיין תורה און ווערן אנגעזאפט מיט די קדושה וואס ער האט אריינגעלייגט אין די ווערטער.

אט אזוי האט געלערנט א חסיד'יש ספר א איד וועלכער האט דוקא געהייסן אן אשכנז. א איד וועלכער האט כל ימיו געדאווענט נוסח אשכנז (און אין אלע זיינע בתי מדרשים דאווענט מען ביז היינט נוסח אשכנז) און האט קיינמאל נישט אנגעטון א גארטל צום דאווענען. הלוואי ווען איך זאל האבן אזא התעוררות כאטש איינמאל א יאר.

ווער רעדט נאך שבת. די באטע-טיש פרייטאג צו נאכטס. די שלש סעודות'ן שבת פארנאכטס, און דאס זינגען לדוד ברוך ה' צורי נאכדעם.

שלש סעודות תורה האט מען זיך נישט פארגעקוקט. עס איז געליגן פאר אים אזא קליינער שאפקעלע מיט עטליכע ספרים און ווען עס איז געקומען צייט צו זאגן פלעגט שטיל ווערן אין בית מדרש פאר עטליכע מינוט בשעת ווען דער רבי האט אריינגעקוקט אין איינעם פון די ספרים, און אמאל אין מער ווי איינס, און נאך עטליכע מינוט האט ער אנגעהויבן זאגן. שטיל, איידל, בקול דממה דקה, אבער אין בית מדרש האט געהערשט א שטילקייט אז מען האט אים געקענט הערן אין גאנצן בית מדרש, והיו הדברים שמחים כנתינתן מסיני.

ימים טובים ויומי דפגרא

ווער עס האט אמאל געוואלט זעהן וואס עס מיינט פונקט פארקערט פון מצוות אנשים מלומדה האט געדארפט קומען צוקוקן די עבודה פון דעם רבי'ן ביי די ימים טובים. יעדער יום טוב האט זיך געהאט זיין מהלך און זיין אייגענארטיגער עבודה.

א חנוכה לעכט צינדן, א מגילה ליינען, א תשעה באב, א ראש השנה. יעדע זאך איז צוגעגאנגען מיטן גאנצן ברען. ווי קען מען פארגעסן ווי תשעה באב האט מען געזעהן אויף דעם איד דעם חורבן בית המקדש. ער האט נישט געזעהן וואס טוט זיך ארום אים, ער האט נישט געהערט ווען מען האט גערעדט צו אים. וואס הייסט? דער בית המקדש איז דאך חרוב געווארן.

ווען עס איז געקומען צו חנוכה לעכט צינדן, זיין פנים האט געשיינט און געלאכטן ווי מיט טויזענט ליכט. אה, מיר האבן געוואונען די יוונים וועלכע האבן געוואלט משכיח זיין די תורה, מען האט באנייט דעם בית המקדש און געצינדן די ליכט. באמת זיין פנים האט געשטראלט פון שמחה.

אוי, ווען חודש אלול איז אנגעקומען, דעמאלס האט זיך אנגעהויבן די תשובה ביזנעס, אבער אויף אן אמת. (איך ווייס נישט פונקטליך אויף וואס ער האט תשובה געטאן, אבער עס האט אויסגעקוקט זייער ערנסט.) חודש אלול פלעגט ער פארלערנען פיר שיעורים יעדן טאג, אויסער די משניות און שולחן ערוך צופרי.

זיין ספרים שטוב און חידושי תורה

אז מען איז אריינגעקומען אין זיין שטוב אין ישיבה, ווי עס איז פריער געווען איין צימער, און שפעטער, סוף מ' יארן האט מען צוגעבויעט נאך א צימער,
זענען אלע פיר ווענט, פון ביידע צימערן, געווען באצירט מיט ספרים שענק, רוב ספרים זענען געווען אויסגעלערנט, און גאר אסאך פון זיי האבן געהאט אסאך הגהות אין זיי.

צוויי גאנצע פאליצעס זענען געווען באזעצט מיט ספרים וועלכע זענען בעצם געווען זיינע חידושי תורה וואס ער האט אליינס אפגעשריבן. און עס איז וויכטיג צו געדענקען אז די חידושי תורה נעמען נישט אריין זיינע של"ס תורות און אזוי אויך נישט זיינע תשובות. זיינע של"ס תורות פלעגט ער נישט אפשרייבן און ער פלעגט נישט מעתיק זיין זיינע תשובות פאר ער האט זיי ארויסגעשיקט, אזוי אז ביז בערך תש"ן, ווען די תלמידים האבן אנגעהויבן געהעריג אפשרייבן זיינע של"ס תורות און מעתיק זיין אלע תשובות, זענען רוב פון די חידושי תורה ליידער נישט געבליבן.

די צוויי פאליצעס מיט חידושי תורה זענען נאר די וואס ער האט יא אליינס אפגעשריבן.

(המשך יבוא בעז"ה)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

המחפש האט געשריבן:איז די חידושי תורה פון קובץ הנשר תש"ד, די מלחמה יארן, פון גאב"ד ערלוי זצ"ל וואס איז יעצט נפטר געווארן?
בילד

א שריבער שרייבט אז ער איז געווען גולה למקום תורה די ישיבות אין ווערפלט, פאקש און יארמוט
רעם חידוש האט ער געחתמ'ט ערלוי
די אנדערע ישיבות זענען שוין גיווען געשפארט?
אדער מישט דער שרייבער מיט דעם ברידער ר' אש"ב ז"ל ?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

טהור-עיניים האט געשריבן:בס"ד

עס איז ידוע אז געווענליך אין די היסטאריע פון כלל ישראל, האט זיך זייער אפט געמאכט אז דער חותם פון א תקופה איז געווען א מענטש וואס איז געווען פיל גרעסער ווי די אנדערע בני דורו. אזוי ווערט אנגעוויזן אויף ר' האי גאון, אז ער איז געווען פיל גרעסער פון די אנדערע גאונים פאר אים, ווייל ער איז געווען דער חותם פון א תקופה. אזוי אויך איז געווארן אנגעוויזן אויף אנדערע גדולי ישראל.

אט דעם געדאנק קען זיכער געזאגט ווערן אויף דער גאון וצדיק דער ערלוי'ער רב זצ"ל.

(המשך יבוא בעז"ה)

With all due respect צו אייך און צום גרויסען נפטר זצ"ל וואס ער איז לכאורה געווען זייער גרויס, האט איר מיט די הגדרה זייער איבערגעטריבען.
אן קיין משלים, אויף די אלע וואס מען האט מפליג געווען כנ"ל, זענען געווען באקאנט אלס גאר גרויס בימיהם און האבען געווענליך געהאט א שטארקע השפעה אויף גרויסע חלקים פון כלל ישראל.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

לעכטיגער האט געשריבן:

איך רעספעקטיר אייער מיינונג. איר האט דאך נישט געקענט דעם צדיק.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א הערליכן הספד רב טהורל, בענקן מיר זיך נאך דיינע הספדים
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

קודם כל: רב טהור-עיניים זייער שיין באשריבן, ש'כח !
טהור-עיניים האט געשריבן: איך רעספעקטיר אייער מיינונג. איר האט דאך נישט געקענט דעם צדיק.

ער מיינט לכאורה צוזאגן אז אין וועלט - וואס דאס מיינט צוזאגן כלליות כלל ישראל - האט נישט געשפירט קיין [ספיציעלע] מיט'ן ערלויער' רב לייסטונגען און צדקות וכו',
משא"כ די דערמאנטע רב האי גאון האט רובא דרובא פון כלל ישראל במציאות ובגשמיות נהנה געוועהן ודי בזה.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:קודם כל: רב טהור-עיניים זייער שיין באשריבן, ש'כח !
טהור-עיניים האט געשריבן: איך רעספעקטיר אייער מיינונג. איר האט דאך נישט געקענט דעם צדיק.

ער מיינט לכאורה צוזאגן אז אין וועלט - וואס דאס מיינט צוזאגן כלליות כלל ישראל - האט נישט געשפירט קיין [ספיציעלע] מיט'ן ערלויער' רב לייסטונגען און צדקות וכו',
משא"כ די דערמאנטע רב האי גאון האט רובא דרובא פון כלל ישראל במציאות ובגשמיות נהנה געוועהן ודי בזה.

אין ארץ ישראל האט יעדער געפילט וואו ער איז א ריזן קאנאן. טאקע נישט דא אבער דארט יא.
אור הצפון
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2014 9:05 am

שר וגדול נפל בישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור הצפון »

אוי וויי אוי וויי בד''ה
ערשט יעצט זעה איך דא אין איך ווער געוואר אז מיר האבן פארלוירן דער וואך גאר א גרויסע מענטש דער ערלויער רב זצ''ל איז איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא
(א פלא אז כ'האב גארנישט געהערט)

א פארצייטישע רב א פארצייטישע ראש ישיבה געוועהן צו דער בחורים ווי א געטרייע טאטע זיך געזארגט פאר זיי מיט אלעס.
א דמות בואה בבואה פין די אמאליגע אונגארישע רבנים אינדערהיים מיט דער גאנצע פשטות אין זעלטענע חן
יא וואס טהור'ל האט געשריבן איז נאך צו ווייניג...

אוי וויי מי יתן לנו תמורה....

יה''ר מיר זאלן נאר הערן גוטע בשורות אין מען זאל שוין זוכה זיין אינגיכן אקעגן גיין משיח צדקינו בב''א
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

בד"ה, ובלע המות לנצח...

אין וויקי זע איך אז ער האט ליידער גענומען זייער א לינקע מזרחי'סטישע ליניע לגבי שלימות הארץ, און נאך.
איך וואלט געוואלט וויסן צי ס'איז נאר וויקי מעשיות, אדער דאס איז ליידער געווען דער אמת. ווייל אויב יא איז עס ממש א פלא, ער קומט דאך פון אונגארן וואו די טיילונג איז געווען בתקפו אנגעפירט נישט דורך קיין אנדערן וואו זיין הייליגער זיידע דער חתם\כתב סופר אליינס, וואלט ער דאך געדארפט זיין פון די שטערקסטע אין התבדלות. קען איינער קלארשטעלן?
שויתי השם לנגדי תמיד
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שויתי'ניק האט געשריבן:בד"ה, ובלע המות לנצח...

אין וויקי זע איך אז ער האט ליידער גענומען זייער א לינקע מזרחי'סטישע ליניע לגבי שלימות הארץ, און נאך.
איך וואלט געוואלט וויסן צי ס'איז נאר וויקי מעשיות, אדער דאס איז ליידער געווען דער אמת. ווייל אויב יא איז עס ממש א פלא, ער קומט דאך פון אונגארן וואו די טיילונג איז געווען בתקפו אנגעפירט נישט דורך קיין אנדערן וואו זיין הייליגער זיידע דער חתם\כתב סופר אליינס, וואלט ער דאך געדארפט זיין פון די שטערקסטע אין התבדלות. קען איינער קלארשטעלן?

אמת ויציב
ביי די התנתקות פון גוש קטיף איז ער מיטן קאלעווער רבי'ן געגאנגען שתדל'ן ביים דעמאלדיגן ראש המשלה פאר מצות שלימות הארץ
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אוי וויי, דער באשעפער און זיין תורה הייבן זיך נישט אהן מיט שלמות הארץ און אויכעט עס ענדיגט נישט, מען קען זיין עהרליך ווען מען האט א אנדערע מיינונג ווי דיר

ער האט זעך בכלל נישט געטיילט פון די מדינה, גענומען געלט ווי מען האט געקענט, משתתף געווען בבחירות וכו' וכו'
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

^
אטעטשמענטס
image.png
image (1).png
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

זיי פלעגען אויכט אמאל ארויסגעבען א חודשליך ירחון בשם קול סופרים איך ווייס נישט אויב עס גייט נאך אהן
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אוהב ספרים האט געשריבן:אוי וויי, דער באשעפער און זיין תורה הייבן זיך נישט אהן מיט שלמות הארץ און אויכעט עס ענדיגט נישט, מען קען זיין עהרליך ווען מען האט א אנדערע מיינונג ווי דיר

ער האט זעך בכלל נישט געטיילט פון די מדינה, גענומען געלט ווי מען האט געקענט, משתתף געווען בבחירות וכו' וכו'

וואס האסטו זיך אזוי באליידיגט?
אויב האט ער געהאלטן אז ס'יז א מצוה, איז עס גאר א שבח

(מיינע ווערטער זענען געצילט צו אוהב און צום מעקער)
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

יהיה כן האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אוי וויי, דער באשעפער און זיין תורה הייבן זיך נישט אהן מיט שלמות הארץ און אויכעט עס ענדיגט נישט, מען קען זיין עהרליך ווען מען האט א אנדערע מיינונג ווי דיר

ער האט זעך בכלל נישט געטיילט פון די מדינה, גענומען געלט ווי מען האט געקענט, משתתף געווען בבחירות וכו' וכו'

וואס האסטו זיך אזוי באליידיגט?
אויב האט ער געהאלטן אז ס'יז א מצוה, איז עס גאר א שבח

(מיינע ווערטער זענען געצילט צו אוהב און צום מעקער)

אונגאנצען נישט באליידיגט, עס איז בכלל נישט קשור צו וואס איך האלט, מי ומה אני, איך האב מיך באצויגען צו די ווערטער פון דעם כותב ליידער אהער ליידער אהין [ידועים דברי הגרי"ז כשנסעו הדברי יואל ומהרא"ק לארץ ישראל בזמנו, והמ"י].
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

ווער קען גלייבן אז עס שוין דורך א גאנצע יאר זייט די רבי זצ"ל אין נפטר געווארן...

טהור עניים אפשר קענסטי ברענגען נאך זאכן וואס די געדענקסט פין דיינע צייטן אין ישיבה?
אוועטאר
מחצה''ק
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2019 7:28 pm

Re: בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצה''ק »

ביי וועם איז זיין זון ר' שמעון פון צפת א איידעם?
שירו לו
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 08, 2020 12:21 pm

Re: בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירו לו »

מחצה''ק האט געשריבן:ביי וועם איז זיין זון ר' שמעון פון צפת א איידעם?

ער איז א שוואגער מיט ר' גבריאל ציננער שליט"א מח"ס נטעי גבריאל
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

מחצה''ק האט געשריבן:ביי וועם איז זיין זון ר' שמעון פון צפת א איידעם?

ביים פאטער פון הרה"ג רבי גבריאל ציננער שליט"א רב ומח"ס נטעי גבריאל
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די יא''צ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

Re: בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יערסלוב »

מומחה יוחס האט געשריבן:היינט נאכט די יא''צ
אטעטשמענטס
D77FC55B-8CCA-482C-A183-F04A673AC62D.jpg
D77FC55B-8CCA-482C-A183-F04A673AC62D.jpg (121.39 KiB) געזען 542 מאל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24578
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: בד''ה הגה''צ רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 14, 2022 12:46 am
היינט נאכט די יא''צ
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

Re: רבי יוחנן סופר זצ''ל גאב''ד ערלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

מומחה, יישר כח פאר'ן ארויפברענגען.

איך האב נישט קיין צייט יעצט, אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

אין די אנהייב נ' יארן איז אנגעקומען אין ישיבה א בחור'ל פון אונגארן, וואס די עלטערן זענען בכלל נישט געווען פרום, אבער ווען ער איז געווען צען יאר אלט האבן זיי זיך געצויגן קיין בודאפעסט און דער יונגל האבט ביי די 11 יאר, וויסנדיג אז ער איז א איד, אריינגעוואנדערט אינעם ארטאדאקסישן שול, וועלנדיג וויסן וואס אידישקייט איז. ער איז זייער איבערגענומען געווארן און באשלאסן אז ער וויל ווערן פרום.

די מאמע האט מסכים געווען און ער איז געווארן פרום. ר' מרדכי שטויבער פון אנטווערפן האט אים געטראפן דארט און אים גענומען אונטער זיינע פליגלען און אים געשיקט לערנען קיין ארץ ישראל, אין די ערלוי'ער ישיבה.

אונטער די השפעה פון ר' מרדכי איז דער בחור געווארן א קרעטשניפער חסיד, אבער געלערנט האט ער אין ערלוי, און דער רבי, ווי א געטרייער טאטע האט זיך אפגעגעבן מיט אים ווי מיט אן אייגן קינד. ער פלעגט רעדן צו אים אויף אונגאריש און זיכער מאכן צו ער האט אלעס, וועש, א קישן א דאכענע וגו'. כאטש דער בחור איז נישט געווען קיין חסיד זיינעם. די זאכן האבן אים קיינמאל נישט אינטערעסירט.

זיין ענווה און שפלות איז געווען עפעס אויסערגעווענליך. איין מאל ווען די ציונים האבן אויסגעריסן קברים האט די בית דין פון די עדה החרדית גערופן א עצרת תשובה וחיזוק אין ככר השבת. דער רבי האט געהייסן אז די ישיבה זאל גיין און מען האט גערעדט אין ישיבה אז ס'קען גאר זיין אז דער רבי אליינס וועט גיין. זייענדיג דארט האב איך זיך געוואונדערט אז למעשה איז דער רבי נישט געקומען. ביז איך האב אים געטראפן. ער איז טאקע יא געקומען. און געשטאנען צווישן דעם גאנצן עולם, באהאלטן אין זיין טילעפ (ס'איז געווען ווינטער) און אזוי האט ער זיך צוגעהערט צו די דרשות התעוררת מיט די גאנצע הארץ און נשמה, און געוויינט און געלאזט טרערן אויף די אויסגעריסענע קברים.

איינמאל נאך א חתונה פון אן אייניקל, וואס האט זיך געענדיגט גאר שפעט, איז ער אהיים געקומען, וועלנדיג זיך לייגן שלאפן אביסל, איידער די עבודת הקודש פון צופרי. אבער ביז ער האט זיך געלייגט, האט זיך דער זייגער צוקלונגען. רופט ער זיך אן צום גבאי, וועלכער איז נאך דארט געווען: דער זייגער לאזט נישט זיך לייגן. און ער איז געגאנגען אין ישיבה.

גענוג פאר יעצט, מ'דארף זיך גיין גרייטן צום יום טוב.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”