אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2016

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובה דורך פאליק »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ אנטלויפט פון א 'רעפובלקאנער קעגן טראמפ' שילד. וויאזוי גייט ער זיך קענען קעגנשטעלן פוטינ'ס סאפיסטיקירטע מיינד געימס...?



ווער איז די טשיקען?
אטעטשמענטס
photo_2016-11-06_11-49-51.jpg
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובה דורך קעלנער »

פאליק האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ אנטלויפט פון א 'רעפובלקאנער קעגן טראמפ' שילד. וויאזוי גייט ער זיך קענען קעגנשטעלן פוטינ'ס סאפיסטיקירטע מיינד געימס...?



ווער איז די טשיקען?

Assassination attempt?
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

סענעטאר על פרענקלין וויל אפהאלטן א הירינג איבער קאומי
ישראל אשר בך אתפאר
ערליכע יוד
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 8:56 am

תגובה דורך ערליכע יוד »

538 Senate race
(D 50.1% (+0.1
R 49.9%
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

טראמפ: הילערי האט געדארפט שלאפן מאנטאג, אבער זי גייט צו די בלויע סטעיט מישיגען. פאר אונז איז מישיגען וויכטיג ווייל אנשטאט מאכן קארס אין דעם סטעיט פאבריצירט מען עס אין מעקסיקאו
ישראל אשר בך אתפאר
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

@realDonaldTrump: Van Jones: 'There Is A Crack in the Blue Wall' - It Has to Do With Trade:
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

תגובה דורך נגיד »

ירוחם האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:אויף די פראגע "אויב איליגעלס וואטן גייען די אימיגראציע אגענטורן וויסן דערפין און דעפארטירן" האט אבאמא געענפערט "נאט טרא (נישט אמת) די עלעקשאן איז קאנפידענטשאל און קיינער ווייסט נישט ווער ס'וואוט"! דאס איז אומדערהערט!!! דאס מיינט אז די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז פאקטיש מעודד די איליגעלס צו וואוטן!

ער האט אנגעהויבן זיין תי' צו די פרעגער "דו ביסט דאך א סיטיסען". איך האב נישט קיין השגה וואו דאס קומט אריין דא?! די פרעגער האט דאך געפרעגט איבער איליגעלס???


ביטע נישט ענפערן אויב איר האט נישט וואס...

קודם כל ער האט געזאגט "קיינער ווייסט נישט פאר וועם מ'וואוט." יחי ההבדל הגדול. פונעם פראגע און ענטפער איז קלאר אז אבאמא פארשטייט אז זי מיינט צו פרעגן אז אויב זי וואויט וועט דאס ברענגן אז מ'זאל אויספארשן אומדאקומענטירטע אין איר פאמיליע

אבאמא האט געשריבן:Not true, and the reason is first of all, when you vote, you are a citizen yourself — and there is not a situation where the voting rolls somehow are transferred over and people start investigating et cetera. The sanctity of the vote is strictly confidential in terms of who you voted for. If you have a family member who maybe is undocumented, then you have an even greater reason to vote. And the reason that fear is promoted is because they don’t want people voting, people are discouraged from voting, and part of what is important for Latino citizens is to make your voice heard because you’re not just speaking for yourself, you’re speaking for family members, friends, classmates of yours in school who may not have a voice because they can’t legally vote

יחי ההבדל בגדול יחי!
אבער צו אונזער שמועס מאכט עס גארנישט אויס ער האט אינקארעדשט איליגעלס צו וואוטן און שוין!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

נגיד האט געשריבן:אבער צו אונזער שמועס מאכט עס גארנישט אויס ער האט אינקארעדשט איליגעלס צו וואוטן און שוין!

ער האט נישט. ליין איבער וואס ער האט געזאגט. ער האט אינקארעדזשד די לעגאלע וואס האבן אומלעגאלע קרובים צו וואוטען. און שוין!
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

און מ'האלט שוין 3 טעג פאר די וואלען... רבותי ס'איז צרות ווי א ... טראמפ לויפט אוועק מיט די פרעזענדסי...

איך געב א 80% שאנס אז טראמפ וועט עס מאכען.

אז מען גייט צוריק צו די פריימעריס זעהט מען א זייער וויכטיגע פוינט וואס ווערט כמעט נישט אויסגעשמועסט.., אין די סטעיטס ווי עס איז געווען א שוואנג לטובת טראמפ איז ער ארויסגעקומען אסאך שטערקער ווי די אנקעטעס האבען געוויזען.

די סיבה איז זייער פשוט... טראמפ איז א פארשוין מלא חסרונות אבער ער האט איין מעלה וואס דער עולם גולם ווערט משוגע דערפאר... אז ער איז קיינמאל נישט געווען אין פאליטיק.

יעצט... ווען די אנקעטעס האבען געוויזען אז טראמפ קען מאכען א סטעיט זענען זייער אסאך אומבאשלאסענע ווייילער געגאנגען צו אים ווייל זיי האבן געזעהן אז עס איז דא מיט וועם צו גיין צום טיש ממילא האבען זיי ארויפגעברענגט זיין 'אום-פאליטישאן' מעלה און האבען געוועלט פאר אים אין די מאסען..

די זעלבע שפילט זיך יעצט אפ... ווי לאנג היללערי האט אים געקענט האלטען אויף ארונטער, איז ער געווען אראפגעקוקט אלס א דעלמזירטער משוגענער (וואס ער איז באמת... ווארטס נאר צו נאך 3 טעג ווען מען גייט אראפנעמען די טעיפ ארום זיין מויל... אוי גייט זיין ישמחו...),

די מינוט אבער וואס ער הייבט אן צו קומען נאנט צו היללערי.. מיינט עס אז ער איז א מענטש צום טיש... און מען וועלט פאר אים אין גרויסען אלס זיין אנטי-פאליטישאן מעלה.


עס איז קלאר אז טראמפ האט א באהאלטענע מאמענטום וואס וואקסט פון מינוט צו מינוט... און עס דארף נאך ארויסקומען היינט אדער מארגען די אטאם באמבע פון וויקליעקס און די זאך איז כמעט אווער...


וולאדימור פוטין
בראווא בראווא בראווא
ביזט א העלד

אמעריקא אין דער ערד

אם ה' לא ישמר עיר...
לעצט פארראכטן דורך א. טראכטער אום זונטאג נאוועמבער 06, 2016 12:51 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובה דורך ארטסקרול »

פאליק האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ אנטלויפט פון א 'רעפובלקאנער קעגן טראמפ' שילד. וויאזוי גייט ער זיך קענען קעגנשטעלן פוטינ'ס סאפיסטיקירטע מיינד געימס...?



ווער איז די טשיקען?

די טשיקן איז איינער וואס דרייט אויס פאקטן פאר לעבעדיגע מענטשן, און מאכט ליצנות פון זיי פארן זאגן אז די פרעזידענט האט געשריגן אויף א פראטעסטער.
די טשיקן איז איינער וואס נעמט א פאקט פון "רעגן", וואס די דעפענישען מיינט וואסער. אין אזא פאל שטורעמט ריזיגע גאלאנען וואסער-טראפן פון הימל און עס באגיסט דעם מענטש. אין אזא מצב איז כמעט אוממעגליך צו שטיין אינדרויסן, און טראץ די האסט א שירעם - א זאך וואס באשיצט רעגן. האבן אבער אסאך אנוועזענדע נישט קיין שירעמעס. און אין אזא פאל טוט ער באשילדיגען איינעם פארן ענדיגען די ראלי פרי.
די טשיקן איז אויב איינער הייבט ארויס די פאקט ווען עמיצער האט ארויסגשלעפט א סיין, און מ'רופט דאס אן אן אטענטאט.
די טשיקן איז אויב איינער וואס זאגט 'קוראזש' אויף עמיצער וואס קומט גראד צוריק ארויף אויפן סטעיטש, ווען עס איז באלד דעצידירט געווארן אז אלעס איז בסדר.
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

תגובה דורך נגיד »

ירוחם, לויט דיין אפטייטש האט ער נישט געענפערט אויף וואס מען האט אים געפרעגט!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואס מיינט אז דו דארפסט וויכטיגער וואוטן ווייל דו פארטרעטסט דיינע חבירים און משפחה וואס האבן נישט קיין וואויס ווייל זיי קענען נישט 'ליגעלי' (ווי צו זאגן אז באמת וואלט מען זיי געדארפט לאזן וואוטן..)וואוטן

אויב האבן די שרייבער פונעם קאנסטיטושן זיי אויסגעשלאסן פון וואוטן מיינט אז ס'קומט זיך זיי 'נישט' צו האבן א 'וואויס'
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קלינטאן פאראויס אין אהייא, לויט א פרישע אנקעטע

Columbus Dispatch: Clinton 48, Trump 47 in Ohio https://t.co/qfeUtThuj3 Would explain why Clinton was campaigning in Ohio.

פאקטיש איז די אהייאו דיספעטש געווען דאס נענטסטע צו די ענגילטיגע רעזולטאטן. זיי האבן אפילו אונטערגעשאצט אבאמא, מיט 07. פין א פראצענט.
אטעטשמענטס
Ohio.PNG
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

נגיד האט געשריבן:ירוחם, לויט דיין אפטייטש האט ער נישט געענפערט אויף וואס מען האט אים געפרעגט!

ריכטיג. אדער ווייל ער האט נישט גוט פארשטאנען וואס זי האט געפרעגט ווייל זי האט געפרעגט די שאלה בלשון נוכח אויף זיך אדער ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים ענטפערן אויף איר אריגינעלע שאלה און ער האט דעריבער באשלאסן צו רעדן פון עפעס אנדערש.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

תגובה דורך נגיד »

ירוחם האט געשריבן:
נגיד האט געשריבן:ירוחם, לויט דיין אפטייטש האט ער נישט געענפערט אויף וואס מען האט אים געפרעגט!

ריכטיג. אדער ווייל ער האט נישט גוט פארשטאנען וואס זי האט געפרעגט ווייל זי האט געפרעגט די שאלה בלשון נוכח אויף זיך אדער ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים ענטפערן אויף איר אריגינעלע שאלה און ער האט דעריבער באשלאסן צו רעדן פון עפעס אנדערש.

WOW!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובה דורך ירוחם »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:וואס מיינט אז דו דארפסט וויכטיגער וואוטן ווייל דו פארטרעטסט דיינע חבירים און משפחה וואס האבן נישט קיין וואויס ווייל זיי קענען נישט 'ליגעלי' (ווי צו זאגן אז באמת וואלט מען זיי געדארפט לאזן וואוטן..)וואוטן

אויב האבן די שרייבער פונעם קאנסטיטושן זיי אויסגעשלאסן פון וואוטן מיינט אז ס'קומט זיך זיי 'נישט' צו האבן א 'וואויס'

דאס איז שוין געקראכן אויף גראדע ווענט.
ער זאגט איר אז פונקט פארקערט, נישט בלויז זאל נישט א לאטינא וואויטער מורא האבן אז מיטן וואויטען וועט מען אינוועסטיגעיטן זיין פאמיליע מיטגלידער וועלכע זענען דא אומלעגאל, נאר פונקט פארקערט, מיטן וואויטען פאר די פאסיגע קאנדידאט וועט מען זאגאר העלפן די אומלעגאלע פאמיליע מיטגלידער.
אין אנדערע ווערטער, אויב זארגסטו זיך איבער דיין אומלעגאלע פאמיליע מיטגלידער איז דאס נאך א שטערקערע סיבה צו וואוטן.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13510
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פריע שטימען אין ווירדזשיניע
Fairfax County at 116,298 absentees, a 35% increase over '12
Prince William county up 86% (!!)
Loudoun up 34%
Arlington up 27%
Everywhere else up just 9%

ווירדזשיניע רעזולטאטן אין 2012 פער קאונטי, לויטן געוויכט פון פאפולערע שטימען אינעם סך הכל פונעם שטאַט, לויט פארטיי נויגונג.
image_search_1478454011624.png


געווענליכע מאפע פון ווירדזשיניע.
image_search_1478454801033.png
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובה דורך מטעמים »

ירוחם, ווילאנג מען קען עס בדוחק טייטשען ביידע וועגן מעג מען עס ארויפברענגען אל א קריטיק.

איטס פאליטיקיס מיי פרעינד, עיין ערך דאמפען.

וואס עס מיינט באמת איז בכלל נישט רעלעווענט.
לעצט פארראכטן דורך מטעמים אום זונטאג נאוועמבער 06, 2016 12:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

Federal court lifts ban aimed at stopping voter intimidation across Ohio 

Cincinnati's 6th Circuit Court of Appeals announced it has cancelled out an injunction put in place by US District Court Judge James Gwin on Friday 

Gwin's ruling would have made it illegal to harass voters on Tuesday 

Democratic Party requested the ruling, with Trump's campaign in mind
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

תגובה דורך נגיד »

:wink:
אטעטשמענטס
CwmMIyfWIAADXAE.jpg
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובה דורך פעלעד »

געהערט האב איך אז ויזניצער רבי שליט"א פון מאנסי האט זיך אויסגעדריקט אז אויב קלינטון געווינט וואלט מען געדארפט פארלאזן אמעריקע...
געהעהרט פון א גרויסן חסיד זיינעם אין א"י,
האט נאך איינער געהערט פון דעם?
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובה דורך סראלי »

Trump has made almost 500 false claims in last 7 weeks: report

The Hill

https://apple.news/A4_Um8FraSEKacyeJKUSzfQ
ישראל אשר בך אתפאר
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

פעלעד האט געשריבן:געהערט האב איך אז ויזניצער רבי שליט"א פון מאנסי האט זיך אויסגעדריקט אז אויב קלינטון געווינט וואלט מען געדארפט פארלאזן אמעריקע...
געהעהרט פון א גרויסן חסיד זיינעם אין א"י,
האט נאך איינער געהערט פון דעם?

געהערט דערפין אכט יאר צוריק ווען זי איז געלאפן.
אוועטאר
האקט אין טשייניק
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 30, 2016 5:58 pm

תגובה דורך האקט אין טשייניק »

פעלעד האט געשריבן:געהערט האב איך אז ויזניצער רבי שליט"א פון מאנסי האט זיך אויסגעדריקט אז אויב קלינטון געווינט וואלט מען געדארפט פארלאזן אמעריקע...
געהעהרט פון א גרויסן חסיד זיינעם אין א"י,
האט נאך איינער געהערט פון דעם?

פארלאזן אמעריקע?
ער וואוינט דאך שוין אין מאנסי באלט 50 יאר...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובה דורך אמביציע »

האקט אין טשייניק האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:געהערט האב איך אז ויזניצער רבי שליט"א פון מאנסי האט זיך אויסגעדריקט אז אויב קלינטון געווינט וואלט מען געדארפט פארלאזן אמעריקע...
געהעהרט פון א גרויסן חסיד זיינעם אין א"י,
האט נאך איינער געהערט פון דעם?

פארלאזן אמעריקע?
ער וואוינט דאך שוין אין מאנסי באלט 50 יאר...

ס'איז וואו איך פארשטיי געווען ארויסציווייזן אז מ'טאר נישט וואוטן פאר קיין פרוי. ס'איז געווען שוין מיט אכט יאר צוריק ווען זי איז געלאפן.
פארשפארט

צוריק צו “פאליטישע נייעס”