אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2016

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2016

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 21, 2016 1:15 am

סאו, ווי עס קוקט אויס גייט די דעמאקראטישע עסטעבלישמענט באקומען זייער וואונטש און הילערי קלינטאן גייט זיין זייער פארטיי'ס נאמיני אין נאוועמבער.
אויף די רעפובליקאנער זייט קוקט אויס אלץ מער אז די עסטעבלישמענט קאנסערוואטיוון גייען אויספירן און קרוינען רוביאו אלץ די נאמיני אויפן רעפובליקאנער זייט.

ס'איז צייט צו קלערן איבער נאוועמבער.
ס'איז אינמיטן הערבסט תשע"ז, די אמעריקאנער עקאנאמיע איז געוואקסן מיט קנאפע צוויי פראצענט אין די פארגאנגענע צוועלף חדשים און צוגעזען איבער פופצן מיליאן דזשאבס אונטער פרעזידענט אבאמא.
בערני סאנדערס און דאנאלד טראמפ זענען ביידע באזיגט געווארן דורך די מער מעינסטרים קאנדידאטן און מייקל בלומבערג איז אינדערויסן פון די פאליטישע גאס און צוריק צו זיינע עראפלאנען און מיליארדן.

די אויסוואל איז צווישן די געוועזענע סעקרעטערי אוו סטעיט, לאנגיעריגע צענטריסטישע פאליטיקאנט הילערי קלינטאן, און יונגער אומערפארענער טיי פארטיי סענאטאר פון קובאנער אפשטאם מארקאו רוביאו.


די עלעקטארל קאלעדזש אין נאוועמבער http://www.270towin.com

פרעדיקשן מארקעטס, רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן אין נאוועמבער. https://www.predictit.org/Market/1296/W ... l-election

רוביאו קעגן קלינטאן.

טראמפ קעגן קלינטאן.

קרוז קעגן קלינטאן.

קעיסיק קעגן קלינטאן.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך מארטש 02, 2016 10:30 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג פאברואר 21, 2016 1:39 am

שלמה,

איז דאס דיין קאנסעשאן ספיטש?

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » זונטאג פאברואר 21, 2016 1:43 am

עקספלעין פארוואס בלומבערג איז נישט א אפשען ?

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 21, 2016 1:57 am

נו שוין האט געשריבן:שלמה,

איז דאס דיין קאנסעשאן ספיטש?

עס קומט יעצט די סאוט וואו ער שטייט זייער שוואך און קעיסיק האט נישט קיין ערנסטע געלטער צו קאמפיטן דארט.
די רעפובליקאנער עסטעבלישמענט שווייגט, אדער שטיצן זיי רוביאו. סאו איך זע נישט וויאזוי ער גייט ווערן צוריק רעלעוואנט ווען די פארמעסט גייט זיך ריקן צו די נארט-איסט און די מיד-וועסט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 21, 2016 1:58 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:עקספלעין פארוואס בלומבערג איז נישט א אפשען ?

בלומבערג לויפט נאר אויב 'ביידע' סיי סאנדערס און סיי טראמפ געווינען די נאמינאציע.
סיי וויאזוי האט ער נישט קיין שום שאנס צו געווינען די אלגעמיינע וואלן.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 21, 2016 2:06 am

אויב טראמפ געווינט די נאמינאציע גייט ער מאכן אזא שטארקע דריי צו לינקס אז די קאנסערוואטיווע באזע גייט אים אזוי שטארק האסן אז עס גייט נישט זיין פאני.
אויב/ווען קלינטאן געווינט די נאמינאציע גייט זי מאכן א קליינע דריי אויף רעכטס, אבער די ליבעראלן גייען זיך שיינערהייט שטעלן אונטער איר קאנדידאטור.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג פאברואר 21, 2016 2:11 am

ער גייט? ער איז שוין יעצט!! ווי קען מען זיין מער לינק ווי אים יעצט? האט ליב די אבאמאקעיר מאנדאט, בוש איז שולדיג אין 9/11 און אין די עקאנאמישע צוזאמפאל, איז אקעגן פרי טרעיד, שטיצט נישט ענטייטלמענט רעפארם - וואס נאך דארף ער אננעמען צו קענען לויפן אלץ דעמאקראט?!

די פאקט אז ער געווינט אויף די רעפובליקאנע ליניע מיינט אז די פארטיי איז נישט קיין פארטיי מער. דעטס איט.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 21, 2016 2:28 am

לויט רקפ איז רוביאו מיט 4.7% פאראויס פון קלינטאן אין נאוועמבער, טראמפ איז 2.8% אונטערשטעליג, קרוז 0.8% פאראויס און קעיסיק 7.4% פאראויס פון קלינטאן.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום זונטאג פאברואר 21, 2016 2:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג פאברואר 21, 2016 2:30 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:ער גייט? ער איז שוין יעצט!! ווי קען מען זיין מער לינק ווי אים יעצט? האט ליב די אבאמאקעיר מאנדאט, בוש איז שולדיג אין 9/11 און אין די עקאנאמישע צוזאמפאל, איז אקעגן פרי טרעיד, שטיצט נישט ענטייטלמענט רעפארם - וואס נאך דארף ער אננעמען צו קענען לויפן אלץ דעמאקראט?!

די פאקט אז ער געווינט אויף די רעפובליקאנע ליניע מיינט אז די פארטיי איז נישט קיין פארטיי מער. דעטס איט.


און ווי פארשטענדליך אז טראמפ גייט נישט זיין די רפובליקאנער נאמעני..

----

א פארום וואס האט א געזינטע מאדערעטער וואלט פארמעקט די אשכול, אדער עט-ליסט געריקט צו פארברענגן (דשאנק) פארום.

איך פארשטיי אז עס איז דא א רייץ צו כאפען פתיחה פינעם אשכול וואס גייט האבן צוויי טויזענט בלעטער.. אבער מען האלט אינמיטען העפטיגע פריימעריס.. און דאס איז א נייעס פארום, און די הויפט נייעס פינעם יאר פארלירט די גאנצע משמעות.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג פאברואר 21, 2016 2:55 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 21, 2016 2:54 am

קעגן סאנדערס איז רוביאו אייניג מיט ביידע מיט 44.0%, טראמפ איז מיט 7.8% אונטערשטעליג, קרוז 4.7% אונטערשטעליג און קעיסיק אונטערשטעליג מיט 0.5%.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 21, 2016 3:08 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:ער גייט? ער איז שוין יעצט!! ווי קען מען זיין מער לינק ווי אים יעצט?

אין די אלגעמיינע וואלן גייט ער גיין אינגאנצן לינק אויף סאציאלע/רעליגיעזע אישוס, מער אין צענטער אויף די סעקאנד אמענדמענט, בענק, וואל סטריט, סיריע און נאך.

און צוליב זיין אומקאנווענציאלע שטיצער באזע גייט אים נישט שאטן אז ער האט געפליפ-פלאפט, אזאך וואס טוט גענצליך רואינירן א געווענליכע רעפובליקאנער אדער דעמאקראטישער קאנדידאט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

התחדשות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2016 6:01 am

טראמפ

תגובהדורך התחדשות » זונטאג פאברואר 21, 2016 10:56 am

פארוואס זענען עטץ אקעגן טראמפ לכאורה האט ער די מערסטע אויסזיכטן צוריק צי ברענגען אמריקא צו איהר אמאליגע שטאלץ נישט אזוי?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:04 am

זיכער אזוי. דער עולם דא האט נישט ליב קיין שטאלץ.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » זונטאג פאברואר 21, 2016 11:23 am

אז מ'רעדט פון די אלגעמיינע, דארף מען נעמען אין באטראכטן מעגליכע קאנדידאטן פארן ווייס-פרעזידענט קאנדידאטור.
אויב בערני סענדערס געווינט - עפעס וואס איז יעצט שטארק מוטל בספק - וועט ער זיכער נישט נעמען הילערי קלינטאן פאר א ווייס פרעזידענט. ער וועט אבער יא ווילן נעמען א מינאריטעט (פרוי, שווארצער, וכו') און לכתחילה א יונגע(ר), צו באלאנצירן דעם טיקעט, פונקט ווי דזשאן מעקקעין און 08'. נאך בעסער וועט זיין אויב יענע(ר) איז בקי אין אויסערן פאליטיק, אדער איז א געוועזענער גאווערנער, מעיאר פון גרויסע שטאט, א.א.וו. מעגליכע קאנדידאטן: עמי קלאובאשאר, סענאטאר פון מיניסאטע (פרוי, אבער אן עקזעקוטיוו עקספיריענס); הוליען קאסטרא מעיאר פון סאן אנטאניע, טעקסעס (ספאנישער, יונג); עליזאבעט ווארען, סענאטער פון מעסעשוסטעסט (פרוי, אבער אן עקזעקוטיוו עקספיריענס); מארטין א'מעלי, גאווערנער פון מערילענד (עקספיריענסד, האט עטוואס נעים רעקאגנישאן, אבער איז נישט קיין מינאריטעט); קלעיר מקעסקיל, סענאטער פון מיזורי (פרוי, אבער אביסל צו אלט ביי 62 יאר).

אבער מער ווארשיינליך איז אז הילערי קלינטאן וועט געווינען. וועם וועט הילערי נעמען?
עס איז דא א מעגליכקייט אז זי וועט נעמען סענדערס. נאך אלעמען באלאנצירט גוט ער טיקעט און אויב ער גייט מיט איר וועט זי צוציען די יונגע פראגרעסיווע/ליבעראלע דעמאגראפיק וועלכע איז להשמיד קעגן הילערי און פארברענט פאר סענדערס. אנדערע מעגליכקייטן זענען הוליען קאסטרא, מארטין א'מעלי, און כמעט יעדע געווזענע און היינטיגע דעמאקראטישע גאווערנער און סיניער סענעטאר. עס איז מסתבר אז זי וועט נעמען א מאן, און דוקא איינער וואס איז נישט צו שטארק באקאנט כדי נישט איר איבערצושיינען (ווי פעילין האט געטון מיט מעקעין אין 08').

אויף די רעפובליקאנע זייט זענען זאכן פיל מער פארנעפלט. דערווייל איז עס א דריי שפיציגיער פארמעסט צווישן טראמפ, קרוז, און רוביא. דערווייל איז טראמפ שטארק אבער רוביא האט שטארקע שאנסן אים איבערצונעמען. קרוז איז שוואכער פון ביידע אבער עס איז נאך דא א מעגליכקייט אז ער וועט עס מאכן.
טראמפ איז פראבלעמאטיש. מלכתחילה האט געהייסן אז ער וועט נעמען קרוז, אבער דאס איז געווען בעפאר זיי האבן זיך הייס צושלאגן צווישן אייאווע און סאוט קעראליינע. א שטארקע מעגליכקייט איז פעילין. די פראגע איז נאר צו טראמפ וועט נעמען א לוזערטע. נאך א מעגליכקייט איז קארסאן. עס גלייבט זיך שווער אז אן אמטירנדער גאווערנער אדער סענעטאר וועט זיין וויליג צו זיין וויצע פרעזידענט אונטער טראמפ. לאידך גיסא, די מעגליכקייט אז טראמפ וועט ווערן אימפיעטשד איז העכער ווי ביי א געווענליכע פרעזידענט, קען עס דעריבער יא זיין א גלענצענדע מעגליכקייט פאר זיי..

וואס איז מיט רוביא? ווי הילערי קען ער נעמען כמעט יעדן געוועזענעם אדער היינטיגן רעפובליקאנעם גאווערנער אדער סיניער סענאטער. עס איז מסתבר - פונקט ווי ביי סענדערס - אז ער וועט נעמען איינער מיט עקזעקוטיווע עקספיריענס, ווארשיינליך א גאווערנער (אפשר גאר דזשעב!...). קיין מינאריטעט דארף ער נישט אלס מיטלויפער וויבאלד ער אליין איז פון היספאנישן אפשטאם.

קרוז איז אויך אין א שווערן פעקל. ער האט ווייניג פריינט אינערהאלב די רעפובליקאנע פארטיי און עס איז שווער צו זיין אמטירנדע פאליטיקאנטן וועלכע זאלן זיין וויליג צו מיטלויפן מיט אים. ווידעראום צו נעמען א דרויסנדיגער איז דאך עפעס וואס טוט אומווארפן די באלאנץ פון זיין טיקעט. וועט ער נעמען טראמפ? אדער אפשר איינער מיט עקספיריענס?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג פאברואר 21, 2016 7:14 pm

עס איז פונקט פארקערט. סאנדערס וועט מסתמא זיין געצווינגען צו נעמען קלינטאן, די שאלה איז נאר ווי שטארק זי וועט וועלן אויב בכלל. אויף פעקס ניוז האט מען גע'טענה'ט אז אין אזא סינעריא זאל סאנדערס אייביג געבן זיין עסן צו קאסטן פאר א הונט בעפאר ער עסט דערפון... ווארען איז א נאטורליכע מעטש, אבער איז א פראבלעם אז ביידע זענען פאקוסט אויף די זעלבע סינגל אישו. ער דארף א יונגע מיניאריטעטן פרוי מיט אויסערן פאליטיק עקספיריענס.

לעומת זה סאנדערס וועט קיינמאל נישט זיין אינטערעסירט צו זיין הילערי'ס וויצע. צו באפרידיגן סאנדערס שטיצער וואלט ווארען געווען די בעסטע פאר איר, אבער 2 פרויען איז אויך עפעס נישט קיין עסק.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג פאברואר 21, 2016 8:37 pm

לדעתי האט נישט די דעמאקראטישע פארטיי נאך אזא גוט וויצע ווי קאסטרא פון טעקסאס.

קען ברענגן צענטער שטימער, ספאנישע שטימען, קען מאכן טעקסעס פוירפעל.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג פאברואר 22, 2016 9:42 pm

פעיוואריביליטי פון די פארטיי נאמינירטע זינט 1992 אין פארגלייך צו טראמפ.

גרין: ענטגילטיגע געווינער אין נאוועמר
רויט: ענטגילטיגע פארלירער
שווארץ: מר. טראמפ
צוגעלייגטע
IMG_20160222_213127.jpg
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 1:26 am

אויף די פעדעראליסט איז דא אן אנאליז אז טראמפ האט נישט קיין שאנס צו געוואונען די דשענעראל עלעקשנס.

זייער טענה? טראמפ ציעט אן זייער שוואך צווישן די עדשוקעיטעד מענטשן, און זיי קומען ארויס אין די מאסן וואוטן.

ער פירט אויס: די רעפאבליקאנער פארטיי קען האבן אדער דאנלד טראמפ אדער א פיוטשער. נישט ביידע.

http://thefederalist.com/2016/02/22/why ... ite-house/

viewtopic.php?p=1190591#p1190591
צוגעלייגטע
2016-02-25_01.09.14.jpg
2016-02-25_01.09.44.jpg
2016-02-25_01.10.14.jpg

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 1:28 am

4
צוגעלייגטע
2016-02-25_01.08.36.jpg

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 1:29 am

בלייבט נאר איבערצו זעהן אויב טראמפ וועט מצליח זיין צו ארויסברענגען אין די דשענעראל עלעקשנס אזא גרויסע טורנאוט ווי ביי די פריימעריס. און אויב יא, צו עס וועט זיין גענוג צו אנפילן די לאך.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג פאברואר 28, 2016 12:12 am

איך מיין אז ס׳איז נישט שייך צו פרעדיקטן עניטינג אויף די זשענעראל עלעקשאן אזוי לאנג ווי טראמפ נעמט זיך נישט אויף קלינטאנ׳ס ביינער פול פארס, און לדעתי וועט ער מאכן פון איר אש און פארך.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג פאברואר 28, 2016 2:00 am

די עלעקטארל קאלעדזש אין נאוועמבער, לויט דריי לעצטיגע סטעיט אנקעטעס.

קעיסיק קעגן קלינטאן.
IMG_20160228_015046.jpg

געווינט זיין היימשטאט מיט 17 פונקטן.
--געווינט ווארשיינליך זיין געבורטשטאט פענסילוועניע.
געווינט ווירדזשיניע מיט איין פונקט.
-- געווינט זיכער נארט קאראליינע.

רוביאו קעגן קלינטאן.
IMG_20160228_015021.jpg

געווינט אהייאו מיט 5 פונקטן.
--פארלירט ווארשיינליך פענסילוועניע (געשטימט דעמאקראטיש זינט 2000).
פארלירט ווירדזשיניע מיט דריי פונקטן.
פארלירט פלארידע מיט צוויי פונקטן.

_____
מאכט אייער אייגענע עלעקטארל מאפע.
http://www.270towin.com
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7104
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג פאברואר 29, 2016 7:11 pm

א פרישע אנקעטע איבער נאוועמבער, דאס מאל אין ניו העמפשיר.
קעיסיק איז צען פונקטן פאראויס פון קלינטאן, און רוביאו צוויי פונקטן אונטערשטעליג.
טראמפ און קרוז זענען בערך צען פראצענט שוואכער ווי איר. (קעיסיק איז גאנצע 21 פונקטן שטערקער ווי קרוז און 18 פונקטן פאראויס פון טראמפ!)

ניו העמפשיר, אלגעמיינע וואלן
WMUR, פעברואר 20 - 28

קלינטאן 46, קרוז 35 = קרוז 11%-
קלינטאן 47, טראמפ 39 = טראמפ 8-
קלינטאן 45, רוביאו 43 = רוביאו 2-
קלינטאן 37, קעיסיק 47 = קעיסיק 10+.

דאס ריקט ארויף קעיסיק'ס אויבערהאנט איבער קלינטאן מיט נאך פיר עלעקטאראלע שטימען, בלויז ניין שטימען אונטער א גלאטע געווינס. דאס מיינט אז קעיסיק דארף נאר געווינען אדער איינע פון די פארבליבענע גרויסע סווינגסטעיטס (פלארידע 29, וויסקאנסין 10, קאלאראדאו 9) אדער אייאווע און נעוואדע.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג פאברואר 29, 2016 10:24 pm

אני הקטן, וויפיל איך בין געווען סקעפטיש ביז פאר אייאווא צו טראמפ גייט למעשה באקומען שטימען, אויב געווינט ער אבער יא די נאמינאציע, זע איך א שטארקע מעגליכקייט ער זאל דוקא יא געווינען.

פאר ווער עס ווייסט נישט, גייט טראמפ מאכן א שארפן 180 דעגרי דריי אויף לינקס איינמאל.ער איז די נאמעני.

טא, פארוואס זאל א דעמאקראט נישט טראכטען פון שטיצען א קאנדידאט וואס איז פרא טשויס, פרא יוניווערסעל העלט קעא, און נאך א נעץ פון לינקע אישוס, און נאך דערצו א גוטער אקטיאר און ליצן נאך אויך. כ'מיין אז ער האט געקענט באקומען האלבע אדער גאנצע שטיצע פון הענעטי, לימבא, און אנדערע קאנסארוואטיוון, פארןואס עפעס נישט פון דעמאקראטן...?

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מארטש 01, 2016 1:00 am

דו מיינסט צו זאגן אז די דעמאקראטישע לאגער גייט זיין צוטיילט צווישן טראמפ און קלינטאן, וואס דאס קען שאטן פאר קלינטאן?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרינע בוים און 35 געסט