נייטרא ראפעל (קעפל געטוישט)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:03 am

קאמענטאטאר האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:דא שמעקט שוין עפעס פראוד...


כ'האב קיין ספק דערינען, ס'לייגט ממש נישט אויפן שכל.

כ'האב געקלערט דן צו זיין לכף זכות, מעגליך ס'איז עפעס וואס זיי אליין כאפן נישט, וו.צ.ב.ש. די פאפיר פון אויסטראליע איז עטוואס דיקער... אדער - אין פאל מען ברענגט עס נישט ממש אריבער - מעגליך אז דער וואס זיצט דא און שרייבט אלעס איבער האט א געוויסע וועג וויאזוי ער קנייטשט עס, אדער ווער ווייסט וואס... אבער קיין קא-אינצידענט איז עס בשום אין אופן. ניט מעגליך. פעריאד.

יעצט באמערקט אין אנדערן אשכול:
קרעמער האט געשריבן:צום ענין. האב איך זיך אמאל אריינגעלייגט דערין, געוואויר צו ווערן וואס עס ליגט אונטער די אוסטראליער רעקארד געווינסן, וואס פלעגן צומאל אויסמאכן ארום האלב פון אלע גורל ארויסגעצויגענע. האט מיר א וועטעראן ראפל פארקויפער פאר די נייטרא מוסדות געגעבן צו פארשטיין אז זיי האבן דארטן אן עסקן נמרץ (כ'געדענק נישט דעם נאמען) וואס ער ארבעט אויף קעסל און כלים אז אלע זאלן זיך משתתף זיין אינעם גורל, דאן בליל הגורל רופט ער אריין אין ישיבה אפיס, און מען זעצט זיך אראפ איבערשרייבן זיינע בילעטן אויף צעטעלעך דאהי, וואס ווערן אריינגעווארפן שוין נאכדעם וואס אלע צעטעלעך ליגן אינעם גורל קאסטן, אזוי ארום קומט אויס אז (אפילו נאכן צוזאממישן) מאכן זיי נאך אלץ אויס א חלק הניכר פונעם אויבערשטן שיכט פון צעטעלעך.


דאס איז נישט פראוד...?


דער ענטפער אויף דיין תמיהה איז לכאורה דער תגובה:

שמערי בערי האט געשריבן:זאגט מיר דער פארקויפער א כלל. נאך סוכות פארקויפט מען נישט אין אוסטראליע (פשט: לוינט זיך מעגליך צו קויפן דא)
נאך פסח פארקויפט מען יא אין אוסטראליע (פשט: די ראפעל גייט דא אן פאר בערך איין וואך און מ'געט א מאך דעם גורל, ד'ריקר איז די אוסטראליע קויפערס)


דאס הייסט אז די קויפערס פון ארה"ב זענען א גאר קליינער פראצענט פונעם גורל.
זאת אומרת אז אמעריקאנער האבן פונקט אזא שאנס צו געווינען, נאר ס'איז פשוט דא א ריזיגע מערהייט פון אויסטראליענער אינעם גורל. און ס'איז מסתבר אז איינמאל אין צען יאר בערך, זאל געווינען איינער אויסער אויסטראליע.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:11 am

איז ווער באצאלט שיפונג פארן קאר, נייטרא אדער דער געוואונער?...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:22 am

נאך אזויפיל יאר האבן זיי שוין מיסתמא א דירעקט דיעל מיט א לאקאלע'ן דילער...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:27 am

איינער האט מיר שוין געקוואוט, אבער ס'איז דא נאך א פוינט. אז נייטרא האט אין אוסטראליע גאר אסאך שטיצער'ס, און זיי געבן אסאך געלט פאר נייטרא דורכ'ן יאר, און אויך ביים ראפפעל קויפן זיי ריזיגע קוואנטומען.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:38 am

למשל וויפיל ראפעלס האט דער געווינער געקויפט?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25460
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:42 am

דא בינעך צייטליך, און איך לאך אן אויפהער.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מאנטאג אפריל 19, 2010 11:10 am

אין אוסטראליע מיינט מען אז נייטרא איז א אימפעריע פון א ריזיגע שטאט מיט ריזיגע ישיבות און מוסדות, דעריבער רופט מען זיך אן מיט גרעסערע סכומים.

דרך אגב, קויף איך נישט דעם גורל, צוליב וואס דער נייטרא ראפעל איז א אויסנאם אז עס איז געזאגט און געטאן און געטאן ווי געזאגט געווינען און תיכף באצאלט, וואס דאס טוט העכערן די שאנסן איך זאל נישט באקומען דאס געלט, ווייל געווינען געווין איך סיי ווי קיינמאל נישט, אבער ערגעץ אנדערש קען דאך זיין אז איינער געווינט און א צווייטער באקומט באצאלט, דעריבער קען איך כאטש עפעס מרוויח זיין, משא"כ דא.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג אפריל 19, 2010 11:13 am

פישל האט געשריבן:אין אוסטראליע מיינט מען אז נייטרא איז א אימפעריע פון א ריזיגע שטאט מיט ריזיגע ישיבות און מוסדות, דעריבער רופט מען זיך אן מיט גרעסערע סכומים.

דרך אגב, קויף איך נישט דעם גורל, צוליב וואס דער נייטרא ראפעל איז א אויסנאם אז עס איז געזאגט און געטאן און געטאן ווי געזאגט געווינען און תיכף באצאלט, וואס דאס טוט העכערן די שאנסן איך זאל נישט באקומען דאס געלט, ווייל געווינען געווין איך סיי ווי קיינמאל נישט, אבער ערגעץ אנדערש קען דאך זיין אז איינער געווינט און א צווייטער באקומט באצאלט, דעריבער קען איך כאטש עפעס מרוויח זיין, משא"כ דא.


חחחחחחחחח חחחח :lol: :lol: איך האב אויך די זעלבע סיבה
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
אורח
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 3:08 pm

תגובהדורך אורח » מאנטאג אפריל 19, 2010 11:15 am

קהת האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:אין אוסטראליע מיינט מען אז נייטרא איז א אימפעריע פון א ריזיגע שטאט מיט ריזיגע ישיבות און מוסדות, דעריבער רופט מען זיך אן מיט גרעסערע סכומים.

דרך אגב, קויף איך נישט דעם גורל, צוליב וואס דער נייטרא ראפעל איז א אויסנאם אז עס איז געזאגט און געטאן און געטאן ווי געזאגט געווינען און תיכף באצאלט, וואס דאס טוט העכערן די שאנסן איך זאל נישט באקומען דאס געלט, ווייל געווינען געווין איך סיי ווי קיינמאל נישט, אבער ערגעץ אנדערש קען דאך זיין אז איינער געווינט און א צווייטער באקומט באצאלט, דעריבער קען איך כאטש עפעס מרוויח זיין, משא"כ דא.


חחחחחחחחח חחחח :lol: :lol: איך האב אויך די זעלבע סיבה



:lol: :lol:
א גאסט אויף א ווייל, זעהט אויף א מייל....

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אפריל 19, 2010 11:20 am

גראדע האב איך שוין כמה פעמים געווינען א גורל


איינס איז געוועען ווען מיט צוויי חברים זעמער געגאנגען אין א רעסטוראנט מען האט געווארפן גורל ווער סדארף באצאלען און איך האב געוואנען...

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג אפריל 19, 2010 12:38 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:גראדע האב איך שוין כמה פעמים געווינען א גורל


איינס איז געוועען ווען מיט צוויי חברים זעמער געגאנגען אין א רעסטוראנט מען האט געווארפן גורל ווער סדארף באצאלען און איך האב געוואנען...


שטייציך :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג אפריל 19, 2010 12:39 pm

איך האב געווינען א גורל ווען אין קלאס איז געווען 25 קינדער, און נאר 24 מתנות, האט מען געמאכט א גורל ווער ס'זאל נישט באקומען...
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אפריל 21, 2010 8:56 am

חחחחחחחחחחחח און איך קויף נאך יא, דורך א חבר אין אוסטראליע...

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מיטוואך אפריל 21, 2010 9:03 am

אינטעליגענט האט געשריבן:יעצט באמערקט אין אנדערן אשכול:
קרעמער האט געשריבן:צום ענין. האב איך זיך אמאל אריינגעלייגט דערין, געוואויר צו ווערן וואס עס ליגט אונטער די אוסטראליער רעקארד געווינסן, וואס פלעגן צומאל אויסמאכן ארום האלב פון אלע גורל ארויסגעצויגענע. האט מיר א וועטעראן ראפל פארקויפער פאר די נייטרא מוסדות געגעבן צו פארשטיין אז זיי האבן דארטן אן עסקן נמרץ (כ'געדענק נישט דעם נאמען) וואס ער ארבעט אויף קעסל און כלים אז אלע זאלן זיך משתתף זיין אינעם גורל, דאן בליל הגורל רופט ער אריין אין ישיבה אפיס, און מען זעצט זיך אראפ איבערשרייבן זיינע בילעטן אויף צעטעלעך דאהי, וואס ווערן אריינגעווארפן שוין נאכדעם וואס אלע צעטעלעך ליגן אינעם גורל קאסטן, אזוי ארום קומט אויס אז (אפילו נאכן צוזאממישן) מאכן זיי נאך אלץ אויס א חלק הניכר פונעם אויבערשטן שיכט פון צעטעלעך.



אינטעליגענט האט געשריבן:דער ענטפער אויף דיין תמיהה איז לכאורה דער תגובה:

שמערי בערי האט געשריבן:זאגט מיר דער פארקויפער א כלל. נאך סוכות פארקויפט מען נישט אין אוסטראליע (פשט: לוינט זיך מעגליך צו קויפן דא)
נאך פסח פארקויפט מען יא אין אוסטראליע (פשט: די ראפעל גייט דא אן פאר בערך איין וואך און מ'געט א מאך דעם גורל, ד'ריקר איז די אוסטראליע קויפערס)


דאס הייסט אז די קויפערס פון ארה"ב זענען א גאר קליינער פראצענט פונעם גורל.
זאת אומרת אז אמעריקאנער האבן פונקט אזא שאנס צו געווינען, נאר ס'איז פשוט דא א ריזיגע מערהייט פון אויסטראליענער אינעם גורל. און ס'איז מסתבר אז איינמאל אין צען יאר בערך, זאל געווינען איינער אויסער אויסטראליע.


אויב די טעאריעס וואלטן געווען אמת וואלטן דאך די אויסטראליער משתתפי הגורל אויך געדארפט זיין רעפרעזענטירט מיט גרעסערע פראצענטן צווישן די קלענערע געווינער. אין פאקט, היי-יאר איז נישטא קיין איין אוסטראליער צווישן די צוואנציג קלענערע געווינער. זיבעצן פון זיי זענען פון ניו יארק, צוויי פון קאנאדע, און איינער פון לאנדאן. דאס ווייזט אז ניו יארק האט יא די שטערקסטע רעפרעזענטאציע אין דעם גורל.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 8:04 am

ביי ראפפעל 28 וואס איז נעכטן ארויסגעצויגן געווארן האט געוואונען "יעקב לייב פריעדמאן" פון וויליאמסבורג
עני אינפאו?
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 9:32 am

שטאמט ער נישט פון אוסטראליע? זיינע עלטער זיידעס קומען נישט פון דארט אפשר?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 7:05 pm

מסתם יא
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג אוקטובער 11, 2010 11:52 pm

ווי עס שיינט האבן זיי זיך דערזען אז דר'עולם הייבט אן כאפן זייער טריק האבן זיי באשלאסן צו דערקלערן דעם געווינער אלס 'פריעדמאן פון וויליאמסבורג'... (משה זיך מיך....)
קומענדיגע מאל וועט זיין ווייס פון בארא פארק....

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2361
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוקטובער 12, 2010 6:51 pm

וואס מאכסטע חוזק ס'שטייט א ערשטע נאמען אויך. דאכט זיך אז ס'איניש ריכטיג אראפצורייסן א מוסד. ווער עס וויל ניש קויפן איז פריי אזוי צו טאן.

איך האב נאך קיינמאל נישט געקויפט דען ראפעל. הגם איך האלט אז ס'איז געטאן ווי געזאגט...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 9:59 am

לאז'ל וואס פארשטייסטו נישט?
דא אין קרעטשמע האלט מען שוין א רעקארד פאר די לעצטע פאר יאר און דערווייל איז ניינציג פארצענט געווינערס געווען פון אוסטארליע.
ס'איז זייער נארמאל אז אזא זאך זאל ארויפברענגן ווינדער...
יעצט דאס יאר ווען זיי שרייבן אז ס'איז געווען אן אויסנאם און א וויליאמסבורגער האט געוואונען וויל דער עולם דערגיין ווער דאס איז.
פארשטענדליך?

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 2:40 pm

האב איך שוין געשריבן, ס'איז נישט 90 נאר כאורה בערך 50, ווייל נאר נאך פסח ווערט דאס פארקויפט אין אוסטראליע. וואו זיי האבן שטיצער וועלכע קויפן אין ריזיגע קוואנטיטי
זאגט מיר דער פארקויפער א כלל. נאך סוכות פארקויפט מען נישט אין אוסטראליע (פשט: לוינט זיך מעגליך צו קויפן דא)
נאך פסח פארקויפט מען יא אין אוסטראליע (פשט: די ראפעל גייט דא אן פאר בערך איין וואך און מ'געט א מאך דעם גורל, ד'ריקר איז די אוסטראליע קויפערס)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 3:44 pm

אגב
כהאב שוין 2 מאל מיטגעהאלטן פערזענליך גורלות וואס 2 אידן האבן אינאיינעם געקויפט און זייער טיקעט האט געווינען (מען הערט דאס אויך מערערע מאל ווען א גרופע ערלים קויפן די לאטערי) איינמאל בין איך געווען איינער פון די שותפים
קען זיין אז מזלא דבי תרי עדיף?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 3:46 pm

שלום עליכם קענטעלאופ

אייוועלט איז שוין אנגעקומען גיין אויסטראליע.....
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 3:52 pm

כבין נישט אין אוסטראליע
אז מרעדט שוין פון אוסטראליע האביך אמאל געהערט א גוט ווארט אז די סיבה פארוואס מאנכע טראגן הויזן טראגער איז ווייל כלפי אוסטראליע זענען מיר איבערגעדרייט - לאמיך עס בעסער מסביר זיין, די וועלט איז רינדעכיג, קומט דאך אויס אז די אוסטראליאנער גייען מיטן קאפ אראפ און די פיס ארויף, און זיי זאגן די זעלבע אויף אונז אז מיר גייען מיטן קאפ אראפ און די פיס ארויף, וועגן דעם גייען די אידן מיט הויזן טראגער זיי זאלן נישט ארויס פאלן פון זייערע הויזן...

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » מיטוואך אוקטובער 13, 2010 9:03 pm

פארשטייט זיך אז עס איז א טעות, ווער עס האט שוין אמאל געזען א גלאוב ווייסט אז סאיז אזוי ווי אונז זאג מיר, דער אמת איז אבער אז מיר שטייען היבש שיף, נא א מזל אז די גלאוב ווערט נאך שיפער ווען נישט וואלטן מיר אין נאו טיים אראפגעפאלן קיין אסטראליע...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], Goodmorning, nmi, א גולם, אהבת השם, געריבענער סוחר, ויציב ונכון, יוחנן בן זכאי, משה11, נו שוין, רעסטאראנט און 68 געסט