בלאט 71 פון 171

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 6:45 am
דורך עירוב תבשילין
זילבערווערק האט געשריבן:פאר ווער ס'האט זיך גע'ספק'עט אין די נייע פארמערטער חילולי שבת וואס וועלן זיין (היל"ת) אין די חרדי'שע געגענטער, בעיקר אויפן שפע חיים גאס, זאל וויסן אז דעם פארלאפנעם ערב שבת האבן עסקנים אוועקגעשטעלט מחסומים אז אויטאס זאלן דארט נישט קענען אריינפארן, און א לאסט מאשין פון די עיריה איז געקומען בעיצומו של יום השב"ק דאס אוועקנעמען.

#איך פרוביר נאר טראכטן וואס וואלט פאסירט ווען עופר ברקוביץ וואלט געווען ראש העיר, וואספארא הפגנות ס'וואלט שוין געווען, דער 'יתד נאמן' וואלט שוין געווארן אייזעריג...

און דער אמת איז, אז לדעתי וואלט דאס עופר ברקוביץ קיינמאל נישט מצליח געווען צו מאכן, נאר משה ליאון, וואס האט נישט קיין איין מאנדעט פון זיך אליין, און די רעליגיעזע פארטייען וועלכע האבן אים אריינגעוועלט זענען אין זיין טאש קען מאכן ככל העולה על רוחו, זייענדיג געטריי פאר זיין אדון איוועט ליבערמאן

זאגסט גוט! ;l;p-

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 9:04 am
דורך פאר'מוח'ט

ס'ליגט אסאך אמת אין דעם, אבער לכאורה וואלט די תירוץ אויף דעם געווען 'פיקוח נפש' פאר הצלה וכדומה.
BTW מזל טוב פארן געקרוינט ווערן צו שר האלף.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 9:11 am
דורך זילבערווערק
פאר'מוח'ט האט געשריבן:

1. ישר כח
2. לא זיכיתי צו פארשטיין די טענה פון פיקוח נפש, יעדער אמבולאנס דרייווער ווייסט אז ווען ער פארט שבת אין ירושלים (מעגליך אז אויך אין אנדערע שטעט, אבער דארט ווייס איך נישט), שטעלט ער זיך אפ עטליכע מאל אינמיטן וועג אוועקרוקן געיטס וואס זענען דא אין די היימישע געגענטער, און מ'האט מעולם נישט געהערט אז מ'זאל קומען שבת, און אוועקכאפן די געיט'ס (זיי האבן דאס גע'גנב'עט, נישט גערוקט אין זייט)

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 12:17 pm
דורך בעל החבית
זילבערווערק האט געשריבן:פאר ווער ס'האט זיך גע'ספק'עט אין די נייע פארמערטער חילולי שבת וואס וועלן זיין (היל"ת) אין די חרדי'שע געגענטער, בעיקר אויפן שפע חיים גאס, זאל וויסן אז דעם פארלאפנעם ערב שבת האבן עסקנים אוועקגעשטעלט מחסומים אז אויטאס זאלן דארט נישט קענען אריינפארן, און א לאסט מאשין פון די עיריה איז געקומען בעיצומו של יום השב"ק דאס אוועקנעמען.

אהההההההההה... אאאאאאאכן נודע הדבר... ס'איז יא געוועהן א מחסום, נאר די רשעים האבן עס אוועקגענומען !

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 7:17 am
דורך צופרידן
בעל החבית האט געשריבן:אהההההההההה... אאאאאאאכן נודע הדבר... ס'איז יא געוועהן א מחסום, נאר די רשעים האבן עס אוועקגענומען !

:wink:

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 10:53 am
דורך הערינג מיט ברוינפען
זילבערווערק האט געשריבן:פאר ווער ס'האט זיך גע'ספק'עט אין די נייע פארמערטער חילולי שבת וואס וועלן זיין (היל"ת) אין די חרדי'שע געגענטער, בעיקר אויפן שפע חיים גאס, זאל וויסן אז דעם פארלאפנעם ערב שבת האבן עסקנים אוועקגעשטעלט מחסומים אז אויטאס זאלן דארט נישט קענען אריינפארן, און א לאסט מאשין פון די עיריה איז געקומען בעיצומו של יום השב"ק דאס אוועקנעמען.

#איך פרוביר נאר טראכטן וואס וואלט פאסירט ווען עופר ברקוביץ וואלט געווען ראש העיר, וואספארא הפגנות ס'וואלט שוין געווען, דער 'יתד נאמן' וואלט שוין געווארן אייזעריג...

און דער אמת איז, אז לדעתי וואלט דאס עופר ברקוביץ קיינמאל נישט מצליח געווען צו מאכן, נאר משה ליאון, וואס האט נישט קיין איין מאנדעט פון זיך אליין, און די רעליגיעזע פארטייען וועלכע האבן אים אריינגעוועלט זענען אין זיין טאש קען מאכן ככל העולה על רוחו, זייענדיג געטריי פאר זיין אדון איוועט ליבערמאן

אזוי ווי דו פארשטייסט אז ווען ביבי גיבט צוריק חברון דרייט מען ווייניגער איבער ווי ווען אהוד ברק טוט עס, און דאס איז לאו דוקא פאליטיק, נאר ווען אהוד ברק טוט עס האב איך מורא אז דאס האט לאו דוקא אזוי אויסגעפעהלט נאר ווייל ער האט נישט מיינע ווירדן האט ער עס געטוהן משא"כ אויב דער רעכטער ביבי טוט עס פארשטיי איך אז עס האט מסתמא אויסגעפעהלט,

וכן לענינינו.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:00 am
דורך זילבערווערק
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:

איך גלייב נישט אז דיין באהאלטענע כוונה אונטער די ווערטער "וכן לענינינו" מיינט אז ווען משה ליאון מיט די חרדי'שע קאאליציע עפענען א שאסיי אין שבת, מיינט דאס אז אזוי דארף מען טאקע טון...
איז דעריבער זיי מסביר וואס דו האסט געמיינט.
איך מיין אז ס'האט מיט די אלטע כלל וואס מ'האט אונז געלערנט נאך אינדערהיים, אז 'ווען מ'זיצט ביים טיש איז מען שטיל ווי א פיש'.

אויסערדעם איך בין אינגאנצן חלוק אויף דיר, די רעאקציעס אויף די זעלבע שריט געוואנדן לויט ווער עס מאכט דאס, פונקט דאס צייגט די עקלהאפטיגע זייטן פון פאליטיק, דאס האט מיט אמת און פארשטאנד - גארנישט!

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:06 am
דורך הערינג מיט ברוינפען
דאס האב איך טאקע געמיינט, אפילו ביי די חרדישע געגענטער זענען דאך נישט אלע שאסייען פארמאכט, ווייל בעצם איז דאס דאך נישט קיין עכטע חיוב אז מען דארף פארמאכען גאסען, דאס איז דאך א פשוטער זאך, נאר אלעס ווענט זיך ווי שטארק עס מאכט א געפיל פון חילול שבת אין די חרדישע גאסען קעגן ווי וויכטיג עס איז פאר די טרעפיק פונעם שטאט.

און לגבי דיין צווייטע נקודה פארשטיי איך נישט ווי עס קומט דא אריין עקלדיגקייט פון פאליטיק, איך פשוע מענטש ווייס דאך נישט באמת אייביג וואס איז די ריכטיגע זאך צו טוען, נאר אויב טוט עס א לינקער בין איך חושד אז זיינע מאטיון זענען לינק און אויב טוט דאס א רעכטער פארשטיי איך אז דאס איז א הכרח.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:17 am
דורך זילבערווערק
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:דאס האב איך טאקע געמיינט, אפילו ביי די חרדישע געגענטער זענען דאך נישט אלע שאסייען פארמאכט, ווייל בעצם איז דאס דאך נישט קיין עכטע חיוב אז מען דארף פארמאכען גאסען, דאס איז דאך א פשוטער זאך, נאר אלעס ווענט זיך ווי שטארק עס מאכט א געפיל פון חילול שבת אין די חרדישע גאסען קעגן ווי וויכטיג עס איז פאר די טרעפיק פונעם שטאט.

וועלכע חרדי'שע געגענט איז נישט פארמאכט? בר אילן? איר זענט גערעכט, ס'איז אין געוויסע שעה'ן אפן, אבער וויפל בלוט האט דער יהדות החרדית געשפיגן דערויף.
אלס סאטמאר'ער חסיד אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג (לגבי חיוב מחאה) וואס עס גייט פאר אין די פרייע גאסן, לויט וויפל איך ווייס האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע נישט געהאלטן פון גיין זוכן חילול שבת אין פרייע גאסן, טראצדעם וואס די ירושלימ'ער אידן, אמאל און אויך היינט, גייען נאך אלץ אן מיט די מיסיע צו פארמיידן וואס מער חילול שבת אין פלטרין של מלך.
אבער דא רעדט מען פון א חרדי'שע געגענט, הונדערט פראצענט.
ס'איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם, פארוואס מען זאל עפענען חרדי'שע גאסן, אויף וועלכע מ'האט זיך געשלאגן מיט יארן צוריק און מצליח געווען דאס זאל זיין פארמאכט, בלויז ווייל עפעס א פרייער מחלל שבת וויל יעצט פארן.
ס'איז רשעות לשמה.
והדברים פשוטים, און איך וועל אי"ה מער נישט אריינגיין אין א וויכוח דערויף.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:37 am
דורך יהלום
איך וויל שוין לאנג פארשטיין דער גאנצע נושא פון מחאות אויף חילול שבת
דער יודען וואס זענען פרום און השקפת הדת און ווי אונז זענען מער געווינט זיי רופען קנאים, וואס באדערט זיי דער גאנצע נושא פון חילול שבת ביי די פרייע? וואס האט עס מיט זיי אז און תל אביב איז דא אוטבוסים אויף שבת? איך האב נישט געזעהן אז און נוי יארק זאל מען מאכען הפגנות אויף דעם? אלא מאי עס איז דא און א"י א נקודה מער וואס דאס איז צביון המדינה אדער מדינה יהודית (און אזוי ווייטער), נא ביסט דאך א קנאי און די האלסט נישט פון מדינה יהודית איז אויף וואס איז דער מחאה?

איך רעד נישט פון דעם אז היימישע ח"כ וואס זענען און כנסת און כלאחר יד העלפן זיי ארויס חילול שבת אויף דעם פארשטיי איך דער מחאה.

תאירי את עייני

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:46 am
דורך זילבערווערק
יהלום האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג פארשטיין דער גאנצע נושא פון מחאות אויף חילול שבת

כ'געדענק נישט וואו איך האב געליינט אז ווען איינער פון די מזרחי'סטישע מנהיגים האט זיך אויפגעטון פאר מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז ס'איז נישטא קיין פובליק טראנספארטאציע אום שבת, האט אים דער רבי פארגעהאלטן, אז ס'איז נישטא קיין פאבליק טראנספארטאציע ברענגט דאס מער חילולי שבת מיט פריוואטע קארס.

די 'עדה החרדית' האט געהאט א אנדער שטעלונג איבער די נושא, איך בין נישט אזוי באהאנוונט דערין, אבער זיי האבן אלע יארן לוחם געווען דערויף.

מען פארציילט אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געשמועסט מיט הרה"צ ר' עמרם בלויא זצ"ל איבער די נושא, האט אים ר' עמרם בלויא געזאגט אז נישט ווייל ס'איז דא חילול שבת שרייען מיר, נאר וויבאלד ס'איז דא א מדינה דארף מען שרייען, און חילול שבת איז איינע פון די אופנים צו שרייען.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 2:43 pm
דורך הערינג מיט ברוינפען
זילבערווערק האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:דאס האב איך טאקע געמיינט, אפילו ביי די חרדישע געגענטער זענען דאך נישט אלע שאסייען פארמאכט, ווייל בעצם איז דאס דאך נישט קיין עכטע חיוב אז מען דארף פארמאכען גאסען, דאס איז דאך א פשוטער זאך, נאר אלעס ווענט זיך ווי שטארק עס מאכט א געפיל פון חילול שבת אין די חרדישע גאסען קעגן ווי וויכטיג עס איז פאר די טרעפיק פונעם שטאט.

ענטשולדיגט אז איך פרעג, אבער דאך פרעג איך: איר טראכט וואס איר שרייבט אדער שרייבט וואס איר טראכט?
וואס טרעפיק ווען טרעפיק, אלע שאסייען זענען ליידיג שבת, ס'איז קיין טרעפיק נישטא אין ערגעץ נישט
וועלכע חרדי'שע געגענט איז נישט פארמאכט? בר אילן? איר זענט גערעכט, ס'איז אין געוויסע שעה'ן אפן, אבער וויפל בלוט האט דער יהדות החרדית געשפיגן דערויף.
אלס סאטמאר'ער חסיד אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג (לגבי חיוב מחאה) וואס עס גייט פאר אין די פרייע גאסן, לויט וויפל איך ווייס האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע נישט געהאלטן פון גיין זוכן חילול שבת אין פרייע גאסן, טראצדעם וואס די ירושלימ'ער אידן, אמאל און אויך היינט, גייען נאך אלץ אן מיט די מיסיע צו פארמיידן וואס מער חילול שבת אין פלטרין של מלך.
אבער דא רעדט מען פון א חרדי'שע געגענט, הונדערט פראצענט.
ס'איז נישטא קיין שום תירוץ שבעולם, פארוואס מען זאל עפענען חרדי'שע גאסן, אויף וועלכע מ'האט זיך געשלאגן מיט יארן צוריק און מצליח געווען דאס זאל זיין פארמאכט, בלויז ווייל עפעס א פרייער מחלל שבת וויל יעצט פארן.
ס'איז רשעות לשמה.
והדברים פשוטים, און איך וועל אי"ה מער נישט אריינגיין אין א וויכוח דערויף.

לויט ווי איך האב פארשטאנען איז יעצט נולד געווארען די פראבלעם מיט די גאס אז זיי ווילען עס עפענען שבת, וויבאלד זיי ווילען טוישען די גאס פון א מער זייטיגע גאס צו אן הויפט גאס, אן עורק ראשי, ממילא זאג איך אז איינע פון די שיקולים אויב מען זאל יא אדער נישט צומאכען א גאס איז געבויעט טאקע אויף דעם צו עס איז סתם א זייטיגע גאס אדער אן הויפט גאס.

ווען איך זאג טרעפיק מיין איך נישט צוזאגען וואס מען רופט אן טרעפיק, דהיינו אז מען קען נישט פארען און מען פייפט, איך מיין די "תנועה".

פארעכט מיר אויב איך בין זיך טועה, בר אילן איז נישט די איינציגסטע גאס וואס איז אפן שבת אין ירושלים, אדרבה רוב גאסען זענען אפן אין ירושלים, בר אילן איז פון די איינציגסטע וואס זענען טיילווייז פארמאכט.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 2:51 pm
דורך farshlufen
זילבערווערק האט געשריבן:איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשיות.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 2:58 pm
דורך הערינג מיט ברוינפען
זילבערווערק האט געשריבן:
מען פארציילט אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געשמועסט מיט הרה"צ ר' עמרם בלויא זצ"ל איבער די נושא, האט אים ר' עמרם בלויא געזאגט אז נישט ווייל ס'איז דא חילול שבת שרייען מיר, נאר וויבאלד ס'איז דא א מדינה דארף מען שרייען, און חילול שבת איז איינע פון די אופנים צו שרייען.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה.

אזא מעשה וואלטן די אגודיסטן געדארפט פארציילען, נישט דו.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:28 pm
דורך זילבערווערק
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:פארעכט מיר אויב איך בין זיך טועה, בר אילן איז נישט די איינציגסטע גאס וואס איז אפן שבת אין ירושלים, אדרבה רוב גאסען זענען אפן אין ירושלים, בר אילן איז פון די איינציגסטע וואס זענען טיילווייז פארמאכט.

אלע חרדי'שע געגענטער אין ירושלים זענען פארמאכט שבת, אויסער בר אילן, און שמואל הנביא.
"פארמאכט" מיינט צו זאגן אז אפציעל איז דאס פארמאכט, און יעדן ערב שבת לייגט מען מחסומים ביי די אריינגענג, כאפ א שפאציר איין שבת און דו וועסט זען אי"ה.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:29 pm
דורך זילבערווערק
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
מען פארציילט אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געשמועסט מיט הרה"צ ר' עמרם בלויא זצ"ל איבער די נושא, האט אים ר' עמרם בלויא געזאגט אז נישט ווייל ס'איז דא חילול שבת שרייען מיר, נאר וויבאלד ס'איז דא א מדינה דארף מען שרייען, און חילול שבת איז איינע פון די אופנים צו שרייען.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה.

אזא מעשה וואלטן די אגודיסטן געדארפט פארציילען, נישט דו.

איך האב געהערט די מעשה פון א גרויסער קנאי
נישט ביי יעדן איז שרייען קעגן די מדינה א שוואכקייט, ס'איז דא א שיינער ציבור אידן וואס ס'איז ביי זיי א לכתחילה צו שרייעםן קעגן די מרידה בה' ובתורתו, און יא, צומאל קען מען שרייען 'שבת' און מיינען 'מדינה'.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:38 pm
דורך טראק דרייווער
יהלום האט געשריבן:איך וויל שוין לאנג פארשטיין דער גאנצע נושא פון מחאות אויף חילול שבת
דער יודען וואס זענען פרום און השקפת הדת און ווי אונז זענען מער געווינט זיי רופען קנאים, וואס באדערט זיי דער גאנצע נושא פון חילול שבת ביי די פרייע? וואס האט עס מיט זיי אז און תל אביב איז דא אוטבוסים אויף שבת? איך האב נישט געזעהן אז און נוי יארק זאל מען מאכען הפגנות אויף דעם? אלא מאי עס איז דא און א"י א נקודה מער וואס דאס איז צביון המדינה אדער מדינה יהודית (און אזוי ווייטער), נא ביסט דאך א קנאי און די האלסט נישט פון מדינה יהודית איז אויף וואס איז דער מחאה?

איך רעד נישט פון דעם אז היימישע ח"כ וואס זענען און כנסת און כלאחר יד העלפן זיי ארויס חילול שבת אויף דעם פארשטיי איך דער מחאה.

תאירי את עייני

די קשיא האב איך שוין יארן לאנג. איינער א אינטערסאנטער סארט אייגנארטיגער קנאי, האט אמאל צו מיך געטענה'ט אז די אלע מחאות קעגן חילול שבת, ברענגט גאר ארויס אז מען וויל האבן א מדינה על פי תורה, ממילא איז די עצם מחאות א חיזוק פאר ציונית....... יעדעמס קאפ טראכט אנדערש, אבער די עצם קשיא באדערט מיך שוין לאנג.

אמאל האב איך געהערט אז די סיבה איז וויבאלד מען זעהט אידן פארן שבת אין גרויסן, דארף מען שרייען כדי מען זאל אליינס נישט קאלט ווערן פון זעהן א מציאות פון א חילול שבת פאר די אויגן אויף א גרויסע פארנעם רח"ל.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:40 pm
דורך אונגארישע הייזער
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
מען פארציילט אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געשמועסט מיט הרה"צ ר' עמרם בלויא זצ"ל איבער די נושא, האט אים ר' עמרם בלויא געזאגט אז נישט ווייל ס'איז דא חילול שבת שרייען מיר, נאר וויבאלד ס'איז דא א מדינה דארף מען שרייען, און חילול שבת איז איינע פון די אופנים צו שרייען.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה.

אזא מעשה וואלטן די אגודיסטן געדארפט פארציילען, נישט דו.

וואס עפעס? אמת איז אמת, קיין נפק"מ אויב עס שמעקט צו נישט.

לענינינו, איך ווייס נישט צו דער ספעציפישע מעשה איז ריכטיג, אבער ס'איז ריכטיג אז דער רבי ז"ל האט געהאט חילוקי דעות מיט ר' עמרם איבער מאכן מחאות אויף חילולי שבת, אבער ער האט בפירוש נישט געוואלט אז מען זאל זיי שטערן דערפון (און אין געוויסע צייטן איז ר' משה ארי' ז"ל אפילו ארויסגעגאנגען מיט די סאטמארע אידן אויך מוחה זיין).

און ווי באקאנט איז דא א תורה וואס דער רבי האט געזאגט מוצאי יוה"ק (אין א תקופה פון איינער פון די מערכות אויף חילול שבת), פארוואס מען האט געמאכט א בריק פאר דעם וואס האט געטראגן דעם שעיר לעזאזל כדי די בבליים זאלן נישט קענען טשעפען, פארוואס האט מען נישט געשטעלט אפאר גבורים זיי צוריקצוהאלטן, נאר אז א איד טוהט א זאך ווייל עס טוהט איהם וויי אידישקייט, אפילו ער איז נישט גערעכט, טאר מען איהם נישט צוריקהאלטן.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 4:40 pm
דורך אונגארישע הייזער
טראק דרייווער האט געשריבן:
אמאל האב איך געהערט אז די סיבה איז וויבאלד מען זעהט אידן פארן שבת אין גרויסן, דארף מען שרייען כדי מען זאל אליינס נישט קאלט ווערן פון זעהן א מציאות פון א חילול שבת פאר די אויגן אויף א גרויסע פארנעם רח"ל.

דאס שרייבט דער תו"א רבי ז"ל אין א בריוו

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 5:56 pm
דורך הערינג מיט ברוינפען
זילבערווערק האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
מען פארציילט אז ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געשמועסט מיט הרה"צ ר' עמרם בלויא זצ"ל איבער די נושא, האט אים ר' עמרם בלויא געזאגט אז נישט ווייל ס'איז דא חילול שבת שרייען מיר, נאר וויבאלד ס'איז דא א מדינה דארף מען שרייען, און חילול שבת איז איינע פון די אופנים צו שרייען.
איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט פון די מעשה.

אזא מעשה וואלטן די אגודיסטן געדארפט פארציילען, נישט דו.

איך האב געהערט די מעשה פון א גרויסער קנאי
נישט ביי יעדן איז שרייען קעגן די מדינה א שוואכקייט, ס'איז דא א שיינער ציבור אידן וואס ס'איז ביי זיי א לכתחילה צו שרייעםן קעגן די מרידה בה' ובתורתו, און יא, צומאל קען מען שרייען 'שבת' און מיינען 'מדינה'.

ביי מיך אויך, אבער פון די מימרא זעהט עפעס אויס כאילו די קנאים זענען נישט זיכער מיט דעם והא ראי' זיי באהאלטען זיך אונטער א שלייער פון מחאה אויף כבוד השבת.

און בכלל שרייען שבת ווען די מיינסט עפעס אנדערש איז עס דען נישט אביסל שקר אדער גניבת דעת וכו'?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 6:29 pm
דורך שיינער חלום

ניין.

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 8:33 pm
דורך הערינג מיט ברוינפען
שיינער חלום האט געשריבן:
הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
איך האב געהערט די מעשה פון א גרויסער קנאי
נישט ביי יעדן איז שרייען קעגן די מדינה א שוואכקייט, ס'איז דא א שיינער ציבור אידן וואס ס'איז ביי זיי א לכתחילה צו שרייעםן קעגן די מרידה בה' ובתורתו, און יא, צומאל קען מען שרייען 'שבת' און מיינען 'מדינה'.

ביי מיך אויך, אבער פון די מימרא זעהט עפעס אויס כאילו די קנאים זענען נישט זיכער מיט דעם והא ראי' זיי באהאלטען זיך אונטער א שלייער פון מחאה אויף כבוד השבת.

און בכלל שרייען שבת ווען די מיינסט עפעס אנדערש איז עס דען נישט אביסל שקר אדער גניבת דעת וכו'?

ניין.

יא!

קענסט אפשר מסביר זיין פארוואס?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 8:42 pm
דורך שטאפיק

איז נישט שבת?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:18 am
דורך זילבערווערק
01.png
01.png (82.75 KiB) געזען 502 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 2:25 am
דורך יוסף פריעדמאן
2021-11-12.jpg
2021-11-12.jpg (260.66 KiB) געזען 466 מאל