נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

אחראי: יאנאש

אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

א שווערע עקסידענט האט פאסירט עטליכע מינוט צוריק אויף די מסילות רכבת הקלה בכביש בר לב צומת זוויעל - ברוך ה' נישט דא קיין נפגעים והכביש נפתח כעת לתנועה.
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ליינט אביסעלע איבער די ליידן פון תושבי ירושלים, אויך צוליב די אומפאראנטווארטליכע מערכות אבער בעיקר צוליב די קארופטירטע שטאטראט.

https://www.kolhair.co.il/jerusalem-news/199856/
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

טישטוך האט געשריבן:
ליינט אביסעלע איבער די ליידן פון תושבי ירושלים, אויך צוליב די אומפאראנטווארטליכע מערכות אבער בעיקר צוליב די קארופטירטע שטאטראט.

https://www.kolhair.co.il/jerusalem-news/199856/
און...?
וועקט אייך אויף צום ביטערן מציאות.
גארנישט גייט זיך נישט טוישן.
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

טישטוך האט געשריבן:
ליינט אביסעלע איבער די ליידן פון תושבי ירושלים, אויך צוליב די אומפאראנטווארטליכע מערכות אבער בעיקר צוליב די קארופטירטע שטאטראט.

https://www.kolhair.co.il/jerusalem-news/199856/
בלאקט ביי פילטער.
קענסט אבער ברענגען?
אוועטאר
מה בכך
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 30, 2020 2:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה בכך »

ר' איד האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
ליינט אביסעלע איבער די ליידן פון תושבי ירושלים, אויך צוליב די אומפאראנטווארטליכע מערכות אבער בעיקר צוליב די קארופטירטע שטאטראט.

https://www.kolhair.co.il/jerusalem-news/199856/
בלאקט ביי פילטער.
קענסט אבער ברענגען?
כהעל אי״ה קאפי פעיסטן ווען כקום אן אינדערהיים
וְיָדְעָה הַקֶּסֶת אֶת נַפְשִׁי
יוֹתֵר מֵאֲשֶׁר יְדַעְתִּיהָ
לִיבִּי לִיבִּי עַל מִלּוֹתֶיהָ
מֵעַי עַל שְׁתִיקוֹתֶיהָ
בְּנֶחָמָתָהּ אֲנֻחַם...
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינע קאווע »

אלס איינער וואס ליגט נישט צו שטארק אין די מערכות מכאן ולכאן,
בינעך לעצטע וואך געפארן עטליכע מאל מיט די רכבת הקלה, און פראבירט צו אויסרעכען ווי גוט דאס גייט אונז העלפן און וואס אונז קענען מיר ערווארטן אין אונזערע געגנטער,

די ערשטע מעלה איז, ס'איז שנעל, און ס'קלאפט ווי א זייגער,


פון דא און ווייטער האב איך געזעהן אזוי,

א) נישטא קיין פלאץ כמעט ווי צו שטיין אין די באן, גייסט אריין אינעווייניג, און דארט ביים טיר בלייבסטו ביזן אראפגיין,
כ'פראביר זיך צו פארשטעלן וויאזוי א משפחה מיט קינדער דארף פארן צום תחנה-מרכזית (לעתיד לעבן כביש רמות) ארויסצופארן פון שטאט,
נשגב-מבינתי, כל שכן מיט רענצעלעך, ס'איז נישטא ווי און וויאזוי דאס צו אריין טראגן אין די באן,

2) די מצב איז אז ס'איז פול מיט פרוצים ופרוצות פון איינזייט, אבער בעיקר מיט אראבערס געשטאפט עד אפס מקום, יעדער פון זיי קען עניטיים באשטיין ארויסצונעמען א מעסער קעגן א פרומער איד, דארט קען מען עכט פיהלן די שטארקע אהבה פון די אראבערס צו אונז פרומע אידעלעך, מיט זייערע האספולע בייזע בליקן, כ'האב זיך שוין קוים געווארט צו זעהן אינדרויסן

3)ס'קען זיין אז ווייל ס'איז יפו, אבער אלס וואס ס'איז נאר אין געגענט פון די באן, איז לויטער זוהמה ופריצות, כ'וואלט ממש נישט געקענט באשטיין אז דאס זאל זיין די מצב אין בר-אילן, הגם די עירייה'ס פלענער פון פינוי-בינוי איז צו בויען די זעלבע סטייל סארט געפטן און מאל'ס אויף בר אילן ירמיהו,

4) הגם יעדע 4 מינוט אויפן זייגער איז דא א באן, אין שארפן קאנטראסט צו די באס סערוויס, איז דאך די באן אלסדינג פוהל עד אפס-מקום,
לאגיש פארשטיי איך נישט וואס די אויפטוה דערפון איז בכלל,

כ'בין געווען אין געגענט פון די תחנה מרכזית גשר המיתרים, און כ'טראכט צו מיר, לאמיר טרעפן איין זאך וואס די עירייה טוט פארמיינעט וועגן, אלס א תושב כפשוטו,

און די תשובה איז:
גארנישט, חוץ פון דעם וואס זיי האבן עטליכע יאר צוריק איבערגעמאכט די סייטוואקס, און און אנגעהויבן טיילן פארקינג-טיקעטס אויף ימין ועל שמאל, ווילן זיי אונז נישט האבן כפשוטו,
זיי דארפן לכאורה בלויז די טוריסטן און סטודענט, (אדרבה כ'על זיך פרייען ווער סוועט טרעפן נאך גוטע זאכן וואס זיי טוהן פאר מיר)
משלנו
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:40 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משלנו »

אויב האלב פון די מענטשען וואס פארן יעצט מיט די באסעס וועלן זיך אריבער פעקלען צום באן איז עס שוין אן אויפטו!
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

שטאפיק האט געשריבן:
עוד נמסר מחברת מוריה: "לצערנו, ישנו עיכוב בעבודות בעיקר בעקבות ההפגנות, הנזקים והאלימות הפרועה של קיצונים ששוברים ופוגעים התשתית הפרויקטים. השלמת עבודות הפיתוח ותוואי הרכבת הקלה והתשתיות באזור תשדרג ללא היכר את איכות חייהם של רבבות תושבי האזור המבקשים זאת ותומכים בפרויקט".
כ'זיך זיי מיט לעכט, אויב איינער קען ארויסהעלפן מיר אדער די עירייה זיי צו טרעפן,


-------

און אנדערע נייעס האבן זיך נעכטן מוצ"ש מיסטעריעז אנגעצונדן אין פייער עטליכע לעקטערשטאנגען (עמודי תאורה) אויף בר אילן
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

לעצטנס האט מען געפארבט איין נתיב אויף כביש ירושלים ת"א, זאל זיין נאר פאר תח"צ אדער פאר א קאר מיט 3 מענטשן.
דאס איז ממש א מחיה, ווייל ס'איז נאר פאר 3 שעה א טאג [ער"ש - 7 שעה], און די אנדערע שעות קען מען דארט פארן און ס'איז פוסט ליידיג, משום מה פארן אלע טפשים קיין ירושלים, זיי זענען גרייט צו שטיין אין די קביעותדיגע טרעפיק צווישן שער הגיא און שורש, אבער קיינער כאפט נישט אז 21 שעות פון די טאג איז די נתיב געמאכט פאר יעדער איינער, אזוי אז ס'פארט זיך אמחייה...
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
לעצטנס האט מען געפארבט איין נתיב אויף כביש ירושלים ת"א, זאל זיין נאר פאר תח"צ אדער פאר א קאר מיט 3 מענטשן.
דאס איז ממש א מחיה, ווייל ס'איז נאר פאר 3 שעה א טאג [ער"ש - 7 שעה], און די אנדערע שעות קען מען דארט פארן און ס'איז פוסט ליידיג, משום מה פארן אלע טפשים קיין ירושלים, זיי זענען גרייט צו שטיין אין די קביעותדיגע טרעפיק צווישן שער הגיא און שורש, אבער קיינער כאפט נישט אז 21 שעות פון די טאג איז די נתיב געמאכט פאר יעדער איינער, אזוי אז ס'פארט זיך אמחייה...
וואס הייסט? א קאר וואס האט 3+ מענטשן קען פארן אויפן נת"צ?

און וועלכע שעות איז עס?
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

גאבד זצוקל.png
גאבד זצוקל.png (144.83 KiB) געזען 978 מאל
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
לעצטנס האט מען געפארבט איין נתיב אויף כביש ירושלים ת"א, זאל זיין נאר פאר תח"צ אדער פאר א קאר מיט 3 מענטשן.
דאס איז ממש א מחיה, ווייל ס'איז נאר פאר 3 שעה א טאג [ער"ש - 7 שעה], און די אנדערע שעות קען מען דארט פארן און ס'איז פוסט ליידיג, משום מה פארן אלע טפשים קיין ירושלים, זיי זענען גרייט צו שטיין אין די קביעותדיגע טרעפיק צווישן שער הגיא און שורש, אבער קיינער כאפט נישט אז 21 שעות פון די טאג איז די נתיב געמאכט פאר יעדער איינער, אזוי אז ס'פארט זיך אמחייה...
וואס הייסט? א קאר וואס האט 3+ מענטשן קען פארן אויפן נת"צ?

און וועלכע שעות איז עס?
סאיז נת’’צ 3+
אינדערפרי פון 6:30-9:30 און פרייטאג אויך פון 12 ביז 5 נאכמיטאג
א אומגעוואונטשענע טיקעט אויף נת’’צ איז 500 ש’’ח
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

פרעגער האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
לעצטנס האט מען געפארבט איין נתיב אויף כביש ירושלים ת"א, זאל זיין נאר פאר תח"צ אדער פאר א קאר מיט 3 מענטשן.
דאס איז ממש א מחיה, ווייל ס'איז נאר פאר 3 שעה א טאג [ער"ש - 7 שעה], און די אנדערע שעות קען מען דארט פארן און ס'איז פוסט ליידיג, משום מה פארן אלע טפשים קיין ירושלים, זיי זענען גרייט צו שטיין אין די קביעותדיגע טרעפיק צווישן שער הגיא און שורש, אבער קיינער כאפט נישט אז 21 שעות פון די טאג איז די נתיב געמאכט פאר יעדער איינער, אזוי אז ס'פארט זיך אמחייה...
וואס הייסט? א קאר וואס האט 3+ מענטשן קען פארן אויפן נת"צ?

און וועלכע שעות איז עס?
סאיז נת’’צ 3+
אינדערפרי פון 6:30-9:30 און פרייטאג אויך פון 12 ביז 5 נאכמיטאג
א אומגעוואונטשענע טיקעט אויף נת’’צ איז 500 ש’’ח
און איינער וואס פארט 11 פארמיטאג אליין קען פארן דערויף, ריכטיג?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב היינט געקריגן דריי פארקינג טיקעטס אין בלויז דריי שעה!

משה ליאון איז א מין געלטגייציגער מנוול אז עס לאזט זיך נישט גלייבן. דער שיקט ארויס זיינע צוריקגעבליבענע אגענטן אויסצוטיילן טיקעטס און דערביטערט דאס לעבן פון תושבי ירושלים. א איד דערציילט מיר אז א געל געוועסטלטער מאחמעדאנער האט געווארפן א באטל אויף א אידישע קאר אינמיטן מאנעוורירן די טראפיק, דער איד האט געקלינגען פאליציי אויפן ארט. די פאליציי איז אנגעקומען נאך א האלבע שעה, און געגעבן א טיקעט פאר דעם איד ווייל ער האט געפארקט אומלעגאל! זעלבסטפארשטענדליך אז דער מאחמעדאנער איז געבליבן אויף זיין פאזיציע און גענאסן פונעם סצענע זעענדיג ווי דער איד שימפט מיט א טיקעט אין די הענט. א מין קראנקע קארופטירטע שטאטראט און פאליציי.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

טישטוך האט געשריבן:
איך האב היינט געקריגן דריי פארקינג טיקעטס אין בלויז דריי שעה!
אויב מ'מעג פרעגן.
ביי די וויפלטע טיקעט וועסטו זיך שוין אבלערנען?
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

כ'פארשטיי יעדער צעלאזטער בחור שעלט דער מנהל. דו האלסט טאקע ס' בכלל נישט דיין שולד אס דו האסט באקומען דריי טיקעטס? דו האסט געהעריג געפארקט, נישט געשטערט אנדערע, און בלויז דאס אז משה ליאון איז געלטגייציג האט געמאכט מ'זאל דיך קוויטלען?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אנעים זמירות האט געשריבן:
כ'פארשטיי יעדער צעלאזטער בחור שעלט דער מנהל. דו האלסט טאקע ס' בכלל נישט דיין שולד אס דו האסט באקומען דריי טיקעטס? דו האסט געהעריג געפארקט, נישט געשטערט אנדערע, און בלויז דאס אז משה ליאון איז געלטגייציג האט געמאכט מ'זאל דיך קוויטלען?
ס׳רעדט זיך געשמאק פון חוץ לארץ. לאמיר זען אז מען זאל דיר אויפגראבן דיין גאס ביזן גרונד, אוועקנעמען יעדן לעגיטימער פארקינג ספאט, און דאן אויפגראבן דעם גאס פון דיין שול, אוועקנעמענדיג אלע פארקינג ספאטס, און דערנאך אויפגראבן דעם גאס וואו דו דארפסט פונקט צוגיין, אוועקנעמענדיג אלע מעגליכע פארקינג ספאטס.

יא, מענטשן דארפן פארקן. ווען כ׳קען ווען וואלט איך שוין פארטראסקעט דאס קאר.
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

אכטונג אכטונג איינוואוינער פון ירושלים!
די שטאטרייט (עירייה) האט מודיע געווען אז פון 2023 למספרם(?!) וועט מען שוין נישט קענען בעטן קיין הנחות אויף ארנונה פאר פריעדיגע יאר'ן.
אלזא אויב האט איר נאכנישט מסדר געווען די הנחה אויף 2022 איז געבליבען בלויז 3 וואכן צו אריינגעבן א בקשה.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

טישטוך האט געשריבן:
ס׳רעדט זיך געשמאק פון חוץ לארץ. לאמיר זען אז מען זאל דיר אויפגראבן דיין גאס ביזן גרונד, אוועקנעמען יעדן לעגיטימער פארקינג ספאט, און דאן אויפגראבן דעם גאס פון דיין שול, אוועקנעמענדיג אלע פארקינג ספאטס, און דערנאך אויפגראבן דעם גאס וואו דו דארפסט פונקט צוגיין, אוועקנעמענדיג אלע מעגליכע פארקינג ספאטס.

יא, מענטשן דארפן פארקן. ווען כ׳קען ווען וואלט איך שוין פארטראסקעט דאס קאר.
באמת א שאד אז די אידן פון חוץ לעיר פילן אלץ אז זיי מוזן אריין רעדן אין די ירושלימער נייעס, אפילו זיי האבן נישט די מינדסטע השגה וואס דא גייט פאר.

די ווערטשאפט דא פארשעמט אפילו דריטע וועלט לענדער.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

סטיטשינער האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:
ס׳רעדט זיך געשמאק פון חוץ לארץ. לאמיר זען אז מען זאל דיר אויפגראבן דיין גאס ביזן גרונד, אוועקנעמען יעדן לעגיטימער פארקינג ספאט, און דאן אויפגראבן דעם גאס פון דיין שול, אוועקנעמענדיג אלע פארקינג ספאטס, און דערנאך אויפגראבן דעם גאס וואו דו דארפסט פונקט צוגיין, אוועקנעמענדיג אלע מעגליכע פארקינג ספאטס.

יא, מענטשן דארפן פארקן. ווען כ׳קען ווען וואלט איך שוין פארטראסקעט דאס קאר.
באמת א שאד אז די אידן פון חוץ לעיר פילן אלץ אז זיי מוזן אריין רעדן אין די ירושלימער נייעס, אפילו זיי האבן נישט די מינדסטע השגה וואס דא גייט פאר.

די ווערטשאפט דא פארשעמט אפילו דריטע וועלט לענדער.
כ׳קען מער אויסברייטערן.

אויף די גאס ווי איך וואוין איז דא א קאנסטראקשן סייט, און אין צוגאב דערצו בויעט מען איבער די גאס, צוליב דעם האב איך שוין א שיינע תקופה נישט זוכה געווען זיך צו פאראייניגן מיט מיין פריוואטע פארקינג ספאט, ווייל יעדע נאכט פארקירט דארט א צווייטער מאחמעדאנער ארבעטס טרעקל. אויפן גאס פון דעם ביהמ״ד אין וועלכן איך דאוון, איז טאקע נישטא יעצט קיין קאנסטראקשן, אבער די גאנצע אומגעגנט איז פארקנאקט צוליב די בוי ארבעט ביי בר אילן און ירמיהו, אזוי אז די פארקינג ספאטס זענען נישטא. אויפן גאס פונעם משרד מיינער איז נישט מעגליך צו פארן אן אינטש מיט א קאר, ווער רעדט נאך פון פארקן.

די עירייה האט ארומגעשמירט די רויט און ווייסע פלעקן אויף אזויפיל גאסן וואס עס מאכט פשוט נישט קיין סענס. נעבן דעם ביהמ״ד צום ביישפיל איז פארהאנען א גראסערי, און צוליב יענעם גראסערי האבן זיי דארט פארשמירט א האלבע גאס און געמאכט אז מען זאל נישט קענען דארט פארקן. דאס איז אין הארץ פון רוממה, און עס איז פשוט נישט מעגליך יעדן טאג צו האבן דעם זעלבן ספאט, דערפאר ברויך מען אמאל נעמען דעם ריסק און פארקירן אויף רויט-ווייס. ס׳שטערט נישט קיינעם, עס האלט נישט אויף קיין טראפיק. אויף אויפן גאס וואו איך וואוין און איך צאל שטייער, גנב׳ענען זיי מיר צו דעם פארקינג ספאט לצורך זייערע ארבעט (און ווער עס ווייסט וויאזוי מען ארבעט דא פארשטייט אז אויפגראבן א גאס צום פאררעכטן איז א מעשה פון מינימום א האלבע יאר טראפיק, ס׳נישט מאנסי) און איך בין געצווינגען צו פארקירן, נישט אויף קיין סיידוואק, נאר אויף א צווייטע זייט פונעם גאס. און דערפאר קריג איך טיקעטס.

משה ליאון האט געטיילט פערמיטס אין די מאסן פאר אלע קבלנים, מ׳דארף זיין נאריש צו טראכטן אז ער טוט עס מטוב לבו, דערפאר איז ירושלים א גרידלאק. ביי אלע אריינגענג און ארויסגענג פונעם שטאט זענען דא ריזיגע פראיעקטן וואס ווערן געבויעט, און אין צוגאב דערצו האט ער אויך פאראליזירט דעם צענטער פון שטאט מיט דעם רכבת הקלה פלאן. איך דארף שוין אנקומען א לאנגע צייט קיין גבעת שאול עפעס אפנעמען, אבער איך דערוואג זיך נישט ארויסצופארן אינמיטן טאג ווייל איך ווייס אז עס איז א מינימום צוויי שעה נסיעה אהין און צוריק, א וועג וואס געדויערט נארמאל פופצן מינוט!

די בוי ארבעט האט שוין געבראכט פילע עקסידענטן און אפילו פאטאליטעטן ה״י איך קען עטליכע אידן וואס זענען פארוואונדעט געווארן אריינפאלנדיג אין די גריבער וואס די אומפאראנטווארליכע אראבער לאזן איבער, מיט מיינע אייגענע אויגן האב איך געזען ווי אן עלטערע איד טראסקעט אריין אין א טיפן לאך אויף בר אילן איין שבת נאכמיטאג. משה ליאון גייט דאס נישט אן, ער קימערט זיך פשוט נישט מיט די איינוואוינער. וואס טוט ער יא? ער גיבט געלט פאר חרדי׳שע ארגאנעזאציעס און ישיבות, ער צאלט פאר פאזיטיווע ארטיקלעך אין די משפחה און בקהילה, און אזוי פארזיכערט ער זיך א קומענדיגער טערמין.

בכלל איז א חורבן די נידריגע עלעמענטן פון מזרח ירושלים, הלא הם די געל געוועסטלטע מאחמעדאנער וועלכע קאנטראלירן דעם טראפיק, און גלייכצייטיג טוען זיי באדרענגען די נשות השכונה, און זייען אן כאאס ווען זיי שלאגן זיך צווישן זיך אפט אזש עס גייט בלוט. זיי קאנטראלירן דעם טראפיק מיט די טעלעפאנען אין די האנט, ס׳קען זיין טראפיק פון איין עק ביזן צווייטן אבער מוחמד איז נישט צום האַבּן, ער איז פארנומען שפילן אויפן טעלעפאן. און ווען מען מערקט זיי אויף אז דער עולם ווארט וועט צומאל נאכפאלגן א לאנגע רייע קללות, און אין א גוטן טאג האב איך שוין געכאפט א בריקע אויפן קאר אויך פון איין אזא פרא אדם וואס די תורה האט שוין באפוילן אברהם אבינו אז מען זאל פארטרייבן זיין אור-מאמע די שפחה.

די הפגנות אויפן רכבת געהערן אינעם מהומות הקודש אשכול, אבער לעינינו איז משה ליאון א ביליגער באנדיט פארן נישט טון איינע פון די צוויי. אדער ארעסטירן ביד חזקה די אלע פראים און זיי האלטן אין מעצר מנהלי ביז ער ענדיגט זיין רכבת, אדער זאל ער זיך אויפהייבן אינאיינעם מיט די קלאפערגעצייג און אפטראגן פון דארט. ער ארבעט שוין דארטן עטליכע יאר און עס איז נאכאלס נישטא קיין אנהייב! די פראים צוברעכן אלסדינג אינמיטן נאכט, פארברענען טראקטארן און עלעקטרישע שטאנגען, און אפילו די ילדי השכונה האבן זיך אויסגעלערנט צו דענערווירן די פאליציי. אז מען רעדט שוין פון די פאליציי וועל איך נישט אנהויבן, כ׳וועל עס נאר זאגן אין איין שורה. אין אמעריקע שפירט איר זיכער ווען איר זעט אן אפיציר, אין ארץ ישראל שפירט איר אומזיכער. דער אפיציר איז דער אויסוואורף פון כיתה וואס האט נישט מצליח געווען אנצוקומען אין קאלעזש, און אין די ארמיי וויל מען אים אויך נישט האבן, און זיי נעמט מען צו בעאבאכטן דעם שטאט פון פארברעכן. אין ארץ ישראל איז א פשוט׳ע זאך צו הערן אז א פאליציאנט האט באגוואלדיגט, געגנב׳עט, געהאנדלט מיט דראגס, אנגעגריפן, און נאך, און זיי שיקט מען היטן אויף די תושבים. א שווערע בדיחה.

אלזא, בעפאר איר שרייבט עפעס לטובת די שטאטראט אדער די פאליציי, באקענט אייך מיט די ביטערע רעאליטעט, רופט אן א באקאנטן און פרעגט אייך נאך, הערשט דאן קענט איר נעמען די פריוועליגיע צו ענטפערן...
אנא עבדא
שר האלף
תגובות: 1936
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 8:51 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנא עבדא »

ר' טישטוך.
גיי אלעדיג א 'תו נכה' והכל יבוא על מקומו בשלום.

ווער געוואר א ווי מ'אלעדיגט דאס...
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

אנא עבדא האט געשריבן:
ר' טישטוך.
גיי אלעדיג א 'תו נכה' והכל יבוא על מקומו בשלום.

ווער געוואר א ווי מ'אלעדיגט דאס...
איך האב שוין געהאט גענוג אפפערס, עס איז פשוט נישט עטיש דאס צו טון און דערפאר האלט איך זיך אפ.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

צו ווייסט איינער ווער הרב ראבינאוויטש פון עובדי איז/איז געווען? געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה איבער אזא גדול און בין נייגעריג פון וועמען מען רעדט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

טישטוך, דיינע תגובות באלאנגען שוין כמעט אין די מהומות הקודש אשכול..
..
וויפיל געלט איז א טיקעט דארט?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

טישטוך האט געשריבן:
אנא עבדא האט געשריבן:
ר' טישטוך.
גיי אלעדיג א 'תו נכה' והכל יבוא על מקומו בשלום.

ווער געוואר א ווי מ'אלעדיגט דאס...
איך האב שוין געהאט גענוג אפפערס, עס איז פשוט נישט עטיש דאס צו טון און דערפאר האלט איך זיך אפ.
ביטע דערצייל אויך פאר דיינע ברידער. וואס מיינט תו נכה, און ווי אפגעפרעגט עס איז די ווארט "עטיש"
און ירושלים עיה"ק, בפרט אויף דעם ענין!
לעצט פארראכטן דורך מקובל אלוקי אום דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2022 4:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”