נייעס און קרישקעלעך פון ירושלים והגלילות

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
י. ירושלמי
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 5:20 pm
לאקאציע: אין ירושלים ד'אמעריקע

רבני קהילות הקודש קוקן זיך אום אויף בוי ארבעט אין מוסדות 'בית לפליטות' ירושלים

תגובהדורך י. ירושלמי » זונטאג יוני 25, 2017 7:34 am

כ"ק מרן הגאב"ד ירושלים שליט"א און הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און נאך רבני קהילות הקודש קוקן זיך אום אויף בוי ארבעט אין מוסדות 'בית לפליטות' ירושלים
דרוקן אויס גרויס התפעלות בעת די ערליכע באזוכן אויפן ארט


מוסד 'בית לפליטות' איז די וואוינארט פאר בנות ישראל יתומות אדער פון צובראכענע פאמילעס, ווי עס איז באקאנט אין ירושלים אלס דער פאסיגער אדרעס ווי די מיידלעך ווערן געראטעוועט און אוועקגעשטעלט אויפן דרך המלך.

דורכאויס די לעצטערע תקופה איז אינערהאלב די הנהלת המוסד אינטערגענומען געווארן א גרויסער פראיעקט, ווי מען רענאווירט דעם בנין און מען לייגט צו נאך א שטאק, ווי דאס אלעס ווערט געבויעט אויף א הערליכן און פראקטישן פארנעם צו דינען די נוצן פונעם פלאץ פאר הונדערטער צובראכענע קינדער.
אצינד ווען מען פאנגט שוין אן צו זעהן די פנים חדשות אויפן ארט און מען האפט בקרוב צו ענדיגן די בוי ארבעט, איז אפגעשטאט געווארן הערליכע באזוכן דורך כ"ק מרן הגה"ק גאב"ד ירושלים שליט"א, ווי אויך הגה"צ המפורסם רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, און נאך חשובע רבני קהלות הקודש, ווי די אלע האבן זיך אומגעקוקט אויף די פריערדיגע געזיכט פונעם בנין וואס האט ארויסגעשריגן די נויט דאס איבערצופרישן אויף א שיינעם און הערליכן פארנעם.

דער הערליכער באזוך האט איבערגענומען די רבנים וועלכע זענען איבעראשט געווארן, פון די הרחבת גבולי הקדושה אויף א שיינעם און הערליכן פארנעם.
צוגעלייגטע
מרן הגאב''ד בסיור.JPG
מרן הגאב''ד בסיור.JPG (109.22 KiB) געזעהן 425 מאל
הגרי''מ שכטר בסיור 2.JPG
הגרי''מ שכטר בסיור 2.JPG (102.73 KiB) געזעהן 425 מאל
אדמור מויזניץ 1.JPG
אדמור מויזניץ 1.JPG (75.95 KiB) געזעהן 425 מאל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], rogers, בילדער, יאפין, נא_שכל, נאר נייעס, נודניק, סאבסיטוט, סמארט, עפל קוגל און 32 געסט