בלאט 1 פון 1

קרעטשמע דעמאקראטישע פריימערי וואלען

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 10:30 pm
דורך ירא שמים
בס"ד


לאמיר זעהן ווער עס געווינט אינעם קרעטשמע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 10:34 pm
דורך איך_הער
האסט אויסגעלאזט קוסיניטש.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 10:44 pm
דורך ירא שמים
כ'ווייס כ'האב עס געוואלט פיקסען אבער כ'האב שוין נישט געקענט
עניוועי זאל ער זיין א כפרה הינדעל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 30, 2007 10:47 pm
דורך קרעמער
ביי די היינט נאכטיגע דעבאטע האט ביידען באקומען מיין שטומע. ער האט די עקספיריענס אין סענאט, און געשמאק אין רעדן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 8:44 am
דורך יאנאש
מהאמיר צוגעלייגט דעניס'ן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 9:08 am
דורך פאטאקי08
ביידען קען איך נישט
קלינטאן און אבאמא זענען צו לינק
בלייבט איבער עדווארדס וואס אין 04 האט ער זיך גאנץ פיין אהערגעשטעלט
שטייצעך דאס איז נאר אויב מיר האבן נאר דעמאקראטישע ברירות

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 12:11 pm
דורך איזאק
כאב געוואוט פאר קיש נישט, סי געפעלט מיר די נאמען... עניוועי מיר וואוטן דאך רעפובליקען

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 1:20 pm
דורך קרעמער
דערווייל האט מיין קאנדידאט (דזשאוסעף ביידען) געווינען.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 10:36 pm
דורך בני היכלא
ביידען

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 31, 2007 10:40 pm
דורך קרעמער
נאך די נעכטיגע דעבאטע - וואו דזשאוסעף ביידען האט שטארק אריינגעפליקט פאר רודי דזשוליאני - האט זיך דער געוועזענער ניו יארקער מעיאר אנגערופן צו מיר: איך האב זיי ביידען פארפאקט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 9:14 am
דורך מיללער
נעכטן האב איך געהאט א געלעגנהייט צו זעהן אביסל פון די דעבאטע (די איראן נייע-קלאר טעמע), איז דאך אזוי, איך כשלעצמי האב דאך פיינט די דעמס מיט א א פעשאן [פרעג מיך נישט פארוואס, ווייל ס'האט נישט קיין תי'], אבער עס האט מיך דערמאנט אין אן אלט ווערטל דאכציך פון די קענעדי דעבאטע, וואו איינער פון די קאנדידאטן האט אויסגעזעהן בעסער און דער אנדערער האט גערעדט בעסער, האבן די צייטונגען געשריבען אז דער עולם וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם דעבאטע אויף די ראדיא ביי יענע האט דער רעדנער געוואונען, ביי די טעלעוויזיע צישויער האט דער בעל צורה געזיגט.

לענינינו, דער ריצ'ארדסאן פון ניי-מעקסיקא קוקט מיר אויס ווי ער האט אסאך ערפארונג אויף דעם געביט פון פארעין-רילעישאנס (נישט אז איך עגרי מיט זיין אפיניאן דערויף) אבער ער קוקט נישט גוט אויס (דער נאניא זיינער ועוד) ממילא האט ער מן-הסתם כמעט נישט קיין שאנסן ביים אמעריקאנעם פאלק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 10:01 am
דורך 9/11/01
אויב איך וואלט געווען א דעמ. וואלט איך געוואויט פאר עדווארדס

אבער למעשה בין איך נישט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 10:16 am
דורך פאטאקי08
עדווארדס און ביידען שטייען אייניג

דער עיקר נישט די געוועזענע ערשטע פרוי (משלחת וחוזרות...)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 6:34 pm
דורך קרעמער
משלחת וחוזרת איז א גוט ווארט אויף הילערי.

לענינינו: איך שעהם זיך אז דער קלאון עדווארדס שטייט יעצט דאס העכסטע ביי אונזער פאול.. עס צייגט נישט גוט אויף אונזער ביצה-קיו.

מיללער; מזל אז דו האסט נישט געשריבן דיין אנאליז אויף ענגליש, ווייל דער ספאנישער ווערסיע פון על שארפטאן (פילייכט נידיא וואלעסקוועז) וואלט דיר באשטעמפעלט אלס ראסיסט!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2008 3:57 pm
דורך סתם_אזוי
רבותי, הערשט יעצט באמערקט די סקר, האב איך יעצט געשטימט פאר......... באראק אבאמא. און יא, מיין זייט האט געווינען!!!!!