בלויזע (יידישע) ווערטער אינעם בראוזער וועלן פירן צום לינק

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

בלויזע (יידישע) ווערטער אינעם בראוזער וועלן פירן צום לינק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

לאור פון דעם אשכול, וויל איך ברענגען א פשוטע שטיקל נייעס, אז מען ארבעט יעצט אויפן פרישן טעכנאלאגיע וועלכע וועט ערלויבן בלויז אריינצולייגן א ווארט אינעם בראוזער, און עס וועט פירן צום לינק.

עס ווערט געארבעט אויף 11 שפראכן, און ווי איר האט אוודאי נישט געחלומט, איז אידיש (באמת: יידיש) איינע פון די 11 שפראכן.

צו אנקומען צום אידישן וויקי זייטל פונעם קאמפאני פעיסט אריין אין אייער בראוזער די ווארט בצחשפליל.טעסט (אוחח... מיטן יידישן אויסלייג) און זעט די וואונדער צו וואו עס וועט אייך פירן.

די נייעס איז געמאלדן געווארן אין די אלעוועלטליכע טעכנאלאגיע מידיא, פארט איז אינערסאנט צו זען וויאזוי די העברעאיש מידיא קוקט עס אן מיט אזא זייטיגע אויפרעג בליק, אז עס ווערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן עברית. און דער אלטער יידיש האט זיך אריינגעכאפט בעפאר דעם נייעם עברית.

http://www.nrg.co.il/online/10/ART1/649/037.html

דאס איז א אפיציעלע דאקומענט פונעם קאמפאני, אויף יידיש.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

יעצט קומט די ידיעה אז מען קען עס אריינשרייבן מיטן אידישן אויסלייג אויך. אזוי ביישפיל.טעסט.

און עס וועט פירן צום זייטל
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

לשה"ק קען איך ב"ה, אבער "דומיין" און "דאט קום" געפינען מיר נישט אין תנ"ך, ממילא פארשטיי איך נישט האלב פון די ווערטער דארט, און דער גאנצער קאנצעפט דארט איז מיר אומפארשטענדליך.

גרויזאמער, אפשר ביזטו אביסל מסביר וואס דא גייט זיין? וואס גייט זיך טוישן? וואס גייט זיין דער אויפטוה?
An article a day keeps the babies away
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”