בלאט 3 פון 1015

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2007 11:59 am
דורך abimlaibt
געקומען די שוידערליכע בשורה אז מרת שעהר ע"ה איז ל"ע אוועק פון די וועלט די נאכט,
זי איז געווען אשת ר' עזריאל שעהר פון לאנאדן,
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2007 12:19 pm
דורך צייטליך
וואס ?
שוידערלעך!
איז דאס ר' עזריאל שעהר פון די סאטמערע ראשי קהלה דארט ?

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2007 12:34 pm
דורך abimlaibt
יא ל"ע קיינעם קיין צרות געוואונטשען,

געשריבן: דאנערשטאג יולי 05, 2007 11:12 am
דורך abimlaibt
בד"ה
הרה"ח יעקב צבי שאהנפעלד ע"ה מחשובי חסידי סאטמאר, ומגבאי חק"ס,
ת.נ.צ.ב.ה.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 05, 2007 11:35 am
דורך צייטליך
ברוך דיין האמת, כ'האב נישט געוויסט אז ער איז קראנק געווען,
יהא זכרו ברוך.

(אבי, די ארבייטסט אין חברה קדישא אפיס ?)

געשריבן: דאנערשטאג יולי 05, 2007 12:19 pm
דורך מאשקע
איך פרעג אנדערש:
דו הייסט אבי מ'לעבט אדער אבי מ'שטארבט?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 05, 2007 1:59 pm
דורך abimlaibt
צייטליך מאשקע, ניין איך שנאפ נייעס פון דא און דארט,

געשריבן: דאנערשטאג יולי 05, 2007 4:09 pm
דורך בני היכלא

געשריבן: דאנערשטאג יולי 05, 2007 4:16 pm
דורך abimlaibt
וסוד ה' ליראיו.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 05, 2007 4:42 pm
דורך בני היכלא

געשריבן: מוצ"ש יולי 14, 2007 11:39 pm
דורך קרעמער
ברוך דיין האמת.

יעצט קומט די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' עמרם טויב זצ"ל אב"ד באלטימאר, וועלכער האט היינט אויסגעהויכט די נשמה נאכן זיין פארמישט אין א שווערע עקסידענט מיט א וואך-צוויי צוריק.

שנשמע ונתבשר בשו"ט ישועות ונחמות.

געשריבן: מוצ"ש יולי 14, 2007 11:56 pm
דורך יאנאש
ברוך דיין האמת.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 12:26 am
דורך מאשקע
ברוך דיין האמת. ה' ירחם.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 1:47 am
דורך איך_הער
ברוך דיין האמת, תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 7:51 am
דורך abimlaibt
אוי ברוך דיין האמת,
ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו,
ונשמע ונתבשר בשורות טובות. אמן.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 12:13 pm
דורך מיללער
הגה"צ ר' עמרם ז"ל איז געווען א בא"ב פונעם הייליגען רבי'ן הרה"צ ר' אהרן צבי טויב ז"ל מבריד וועלכער ליגט דאכצוך אין מונקאטש. ער איז געווען א מוסטער פון אן אמאליגען רב און ער האט איבערגעלאזט א זעלטן שיינער שטוב מיט יראים ושלמים.
לויט ווי איך ווייס האט ער מיט אפאר יאר צוריק מכתיר געווען זיין זוהן הגה"צ חו"פ מוהר"ר ר' שמואל דוד שליט"א באדמורו"ת בריד, וואס זייענדיג א זעלטענער דחיל חטאין און ירא שמים איז ער אוודאי ראוי לאותו איצטלא, נא זאל דער אייבירשטער אוודאי מנחם זיין די חשוב'ע משפחה בתוך שאר אבלי ציון וירושלים יעצט בימי בין המצרים ווען כלל ישראל איז מתאבל על חורבן בית מקדשינו בביאת גו"צ במהרה דידן אמן.

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2007 11:05 am
דורך יגרסהדותא
א טרער לכבודו, וויל איך דא אריינלייגן, ס'וויינט זיך פון זיך אליינס, זיך דערמאנענדיג פון דעם צדיק, זיין חן'ליכע שמועסן פון דער אלטער היים, זיין באנעמונג צו יעדן איד וואס איז געקומען נאנט צו זיינע ד' אמות, זיין אמן, זיין קדוש קדוש קדוש יעדן טאג, מלא אהבה וגעגועים צום טאטען אין הימל, אוי שקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו.

מיטגעמאכט א שווער לעבן, פארלוירן דאס ווייב און קינדער, 6 קינדערלעך, און די תלמידים זיינע, געווען א דיין אינדערהיים, זיך נישט געלאזט צוברעכן, זיך נישט געלאזט פאלן, נאר ווייטער אנגעהויבן דאס לעבן, מיט א תפלה צום באשעפער, און מלא תקווה אז ס'וועט ווייטער פון היינט און אלעמאל פארן גוט.

נו, מ'הייבט אן איינצופלאנצן א נייעם דור על אדמת די טריפה'נע אמעריקא, האט מען פארלוירן דאס ווייב נאכן האבן א שטוב מיט ניין קינדער!! ווער וואלט זיך אין אזא מאמענט געקענט זיך אפשטעלן און שרייבן אויף א פאפיר, וויאזוי ער האט געטון. מ'האט יעצט געטראפן/מפרסם געווען א בריוועלע וואס ער האט געשריבן אין יענע טעג: איך האב פארלוירן אינדערהיים אלעס, און יעצט דאס ווייב פארלוירן, די יתומים זיצן אינדערהיים, פרנסה איז אויך יעצט אפגעשטארבן - שרייבט ער ווייטער דארט, ווען אויפן זייגער צייכענט ער צו אינמיטן די אשמורת הבוקר שעה'ן - אבער מיינט איר איך וועל אינטערברעכן און אויפגעבן? ניין!

און פינעף אזייגער דעם נעקסטן טאג איז ער געזיצן און געלערנט, געדאווענט און געשמועסט צו מענטשן מיט אזא שמייכל און פארגעניגן.

און אזא איד, מיט אזויפיל אמונה מיט אזויפיל בטחון, האבן מיר אונז פארלוירן. איך וויין אין די טרערן רינען מיר, אוי אבידה שאין לה תמורה.

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2007 11:50 am
דורך קרעמער
אומגלויבליך!

מיט אזא עקשנות דקדושה איז שוין פארשטענדליך די הצלחה אויפצושטעלן אזא לעכטיגע דור פון בנים ובני בנים יראים ושלמים. זכותו יגן עליהם ועל זרעם.

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2007 1:52 pm
דורך מאשקע
ומחה ה' דמעה.
שכוח יגר פאר די ווארימע דברי הספד. זאלן מיר שוין נישט הערן פון קיין צרות.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 07, 2007 12:34 pm
דורך סאכדעס
מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די....

א שוידער נעמט אלעמען ארום, לייענענדיג די שרעקליכע נייעס איבער פיר אומגעקומענע בחורים אין נגב אין ארץ ישראל.

ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2257739

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 5:22 pm
דורך קרעמער
יעצט קומט די ביטערע בשורה איבערן פטירה פון הרה"ח הנגיד ותיק ועושה חסד מו"ה אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה.

ברוך דיין האמת.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 5:36 pm
דורך קרעזי
מאמע'לע. אומגלויבליך!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 6:53 pm
דורך איך_הער
ברוך דיין האמת.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 10:03 pm
דורך שוועמל
לויה יעצט אין ווילי דערנאך אין מאנראו, יהא זכרו ברוך

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2007 6:39 pm
דורך קרעמער
וואס 'יעצט' אין ווילי?

איך בין געגאנגען נאך אכטע זייגער, איז שוין נישט געווען קיין זכר פון קיין לוי'.

היינט האב איך שוין באזוכט דעם פרישן קבר.

השם ירחם.