בלאט 2 פון 1015

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 12:26 pm
דורך סאכדעס
ברוך דיין האמת.

אוי רבותי אדם כשר שמת.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 4:51 pm
דורך קרעמער
יא, נעבעך, ר' דוד יוסף לייפער ע"ה. כ'בין נעכטן געווען ביי אים אין שפיטאל (צוויי טעג האט מען געהאט מנין ביי אים, אבער נעכטן האט זיך דאס מצב עטוואס סטאביליזירט האט מען זיך באגעניגט מיט 2 שומרים על כל צרה שלא תבא).

פאר 3-4 וואכן צוריק האב איך געלייגט טלית ותפילין מיט אים אין שפיטאל, אבער ליידער א וואך דערויף (פורים ביינאכט) האט ער געכאפט א הארץ אטאקע און אריינגעפאלן אין א קאומא ל"ע.

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 4:56 pm
דורך צייטליך
איז אפשר געהאנגען צעטלעך פורים אין ביהמ"ד אין קרית יואל אז מ'זאל גיים צו אים ? מיט א טעלעפון נומער ?
האט ער אפשר געוואוינט אויף סטראפקאוו רד. ?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 5:02 pm
דורך 3x0
צייטליך האט געשריבן:האט ער אפשר געוואוינט אויף סטראפקאוו רד. ?

יא.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 5:04 pm
דורך קרעמער
אויסצוקלארן א פרט אין מיין פריערדיגע תגובה: די מעשה וואס איך האב באשריבן איבער צוזאמלייגן די תפילין פון א חולה (אין די קרעטשמע גופא - ביטע שטעלן א לינק, ייש"כ למפרע) האט גארנישט צוטאן מיט דעם נפטר ע"ה, איך האב - ליידער - די זכיה צו לייגן תפילין פאר מערערע חולי ישראל.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 5:57 pm
דורך מאשקע

געשריבן: זונטאג אפריל 01, 2007 11:17 am
דורך שמעק_טאביק
שרעקליכע טראגעדיע אין קרית יואל. א 9 יעריג מיידעלע איז אומגעקומען פארגאנגענעם שבת הגדול נאכדעם וואס אן אויטא האט איר אראפגעקלאפט ערב שבת. די לוי' איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין פארנט פון ביהמ"ד הגדול דסאטמאר בקרית יואל. נישט געווען קיין הספדים צוליב חודש ניסן. אבער די עלטערן דארפן יעצט פראווען א סדר מיט שמחה... רבש"ע, נאר דו קענסט טרייסטן די אידעלעך! האב שון רחמנות!

געשריבן: זונטאג אפריל 01, 2007 3:15 pm
דורך סאכדעס
די טרערן הערן נישט אויף רינען, דער רמז איז א פילפאכיגער. רבונו של עולם תקע בשופר גדול לחרותינו, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

געשריבן: זונטאג אפריל 01, 2007 11:59 pm
דורך מעסטערמיינד
ס'איז שוידערליך, אין מילים.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 12, 2007 9:51 am
דורך קרעזי
אוי וויי.

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2007 12:30 am
דורך איך_הער
הרב החסיד ר' יונה פילאפף ז"ל.

די לווי' איז שוין געווען פאר שבת, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע זיינע הונדערטער תלמידים, און ס'זאל שוין זיין בלע מות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, אמן.

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2007 11:56 am
דורך מאשקע
ברוך דיין האמת.
גאר א חשוב'ער איד געווען, כ'האב אים געקענט פון די נאנט.

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2007 12:11 pm
דורך צייטליך
ברוך דיין האמת,

געווען מיין מגיד שיעור, גאר א חשובער איד געווען, נאך פונעם אלטן דור, דער זכות פון אויפשטעלן אזויפיל תלמידים הגינים וועט אים זיכער ביישטיין.

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2007 2:51 pm
דורך קרעמער
יא ליידער, אבד חסיד מן הארץ. א ריכטיגער אדם כשר. העמיד תלמידים הגונים, ודורות ישרים ומבורכים בליעה"ר.

געהאט די זכיה נפטר צו ווערן ערב שבת קודש און קומען לקבורה לעת ערב (כמבואר בזוה"ק די געוואלדיגע סגולה דערפון).

געשריבן: זונטאג אפריל 22, 2007 4:29 pm
דורך איך_הער
אינטערעסאנט צו צולייגן, אז אין צוואה שרייבט ער, אז מ'זאל נישט לייגן קיין צעטלעך פון זיין לווי', און ווי אויך זאל מען עס מאכן זייער שנעל, אזוי ווי ס'וואלט ווען געווען ערב שבת נאנט צום זמן.

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2007 2:11 pm
דורך abimlaibt
יא איך הער, כ'אב עס געהערט פאר די מקוה זונטאג, און דו?

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2007 2:26 pm
דורך סאכדעס
ברוך דיין האמת.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 07, 2007 10:48 pm
דורך קרעמער
א ביטערע בשורה צושפרייט זיך יעצט אין וויליאמסבורג, מיטן פלוצלינגדיגן פטירה פון א גאון וצדיק, א ת"ח עצום ישב באהלי תורה יומם ולילה, כל רז לא אניס ליה, הרה"ג רבי שניאור זלמן בערנבלוט זצ"ל, וועלכער איז געפונען געווארן שלא בין החיים ל"ע היינט אויפדערנאכט.

דער חשוב'ער נפטר איז געווען אן איידעם ביי הרה"ג אב"ד מאנטעווידעא שליט"א.

די לוי' וועט פארקומען מארגן עש"ק אום 10:30 אינדערפרי, פארענט פון ביהמ"ד מאנטעווידעא אין וויליאמסבורג.

ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

געשריבן: פרייטאג יוני 08, 2007 11:04 am
דורך צייטליך
א ביטערער אימגליק נעבעך, ער האט זיך אראפגעלייגט שלאפן נעכטען נאכמיטאג, נאכדעם וואס ער איז אהיים געקימען פון מסדר זיין א גט, זיין ווייב האט אים פראבירט צו דערוועקן אבער אן ערפאלג, די חברה הצלה האט געארבייט ביי זיין הויז אויף ראטלידזש ביי ווייט איבער א שעה, און מ'האט געזעהן אז עס שוין ליידער נישט דא וואס צוטוען, ער האט צירוק געגעבן זיין נשמה ליוצרה אין יונגען עלטער פון 52 יאר,

די לווייה קומט יעצט פאר פארט פון מאנטעווידעא ביהמ"ד,

געשריבן: פרייטאג יוני 08, 2007 2:58 pm
דורך קרעמער
דיין חתימה הרג'ט די גאנצע זאך...

--
עס האבן מספיד געווען: דער עלטסטער שוואגער הרב חיים יוסף לייטנער שליט"א, א שוואגער הרב מ'סענדזשארדזש שליט"א, א שוואגער הרב נפתלי דוד לייטנער שליט"א, א ידיד נאמן מנעוריו הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, א קרוב הרב גאלדמאן מנייפעסט שליט"א, א שוואגער הרב פערלמוטער, צוויי פארהייראטע זוהן פונעם נפטר ז"ל, דער איידעם הרב יונגער, א שכן טוב הרב הערשל אויש שליט"א.

אלע ווי איינס האבן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם נפטר, וועלכער האט זיך כמעט נישט ארויסגערירט פון די ד' אמות של הלכה, אדורכגעטאן אלע חלקי התורה מיט א קלארקייט, חריפות און בקיאות, מדקדק געווען בקלה כבחמורה, און מחנך געווען דורות ישרים ומבורכים.

יהא זכרו ברוך, ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל בב"א.

געשריבן: פרייטאג יוני 08, 2007 6:10 pm
דורך לאקשען ברעט
ברוך דיין האמת

געשריבן: זונטאג יוני 10, 2007 12:36 pm
דורך מאשקע
אן עלטערע פרוי וועלכע איז דאנערשטאג נאכט אראפגעקלאפט געווארן דורך א סקול-באס אין וויליאמסבורג, איז נעבעך אומגעקומען אין שפיטאל.
קרעדיט: קול מבשר.

געשריבן: זונטאג יוני 10, 2007 3:45 pm
דורך קרעמער
ברוך דיין האמת. די אויבנדערמאנטע איז די פרוי פון הרב חיים ברוך פינק מחסידי בעלזא (קרעדיט: הנ"ל)

געשריבן: זונטאג יוני 10, 2007 4:16 pm
דורך צייטליך
איך זעה אז די פאליס (ען.וויי.פי.די.) האט אראפגעשטעלט אן עלעקטעראנישער סיין אויף וומסב"ג סט. פארן אריינגאנג צום בי.קיא.אי. ווי זיי מעלדן אז עס איז פארגעקימען אויף דעם פלאץ א 'היט-ענד-ראן', און זיי בעטן פאר אינפארמאציע פון ווער עס ווייסט,

ס'קוקט אויס אז זיי נעמען עס זייער סיריעס.


ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו.

געשריבן: מיטוואך יולי 04, 2007 11:57 am
דורך abimlaibt
הגה"צ מנאראל זצ"ל איז נפטר געווארען און עלטער פון 99 יאר,
ת.נ.צ.ב.ה. און זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע .