געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2019 1:37 pm
יישר כח יליד מאנסי
דברים כדרבונות ודברי אמת!
דברים כדרבונות ודברי אמת!
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
https://www.ivelt.com/forum/
מאך א ברכה האט געשריבן:הילד רפאל שמואל גאלדבערג ע"ה זיין ברודער האט נעכטן געגעבן א אינטערוויא אויף ק"מ
shimon7323 האט געשריבן:הרב יליד, איך פארשטיי אז די האסט עס געברענגט פון ערגעץ אנדערש אהער, אבער איך קוק דא צירוק און פרוביר צי זעהן צי איינער האט דאס דעבאטירט דא, איך מיין אז נישט.
shimon7323 האט געשריבן:ברוך דיין האמת:
האברך אברהם שמעון בן מוה"ר אליעזר האס. מאנסי
יליד מאנסי האט געשריבן:דאס איז - אין מיינע אויגן - א שרעקליכע טעות און - אויב איך מעג זאגן - עוולה, אז ווען א מענטש געזעגנט זיך, און נאכדערצו ווען מען רעדט פון א אינגע, לאזן זיך מענטשן אריין דעבאטירן וויאזוי עס האט פאסירט, און פון וואס ער האט געליטן. עס איז נישט מער ווי אז די מח פארנעמט עס נישט, און וויל זיך אליינס בארואיגן אז "נעה.... עס מאכט סענס וואס ס'האט פאסירט, ער האט דאך געהאט דאס, זי האט דאך געהאט יענץ".... און אזוי ארום בארואיגט זיך די מח אז "נעה..... איך בין דאך דערווייל געזונט.... איך בין אקעי....", און מען שטופט בידיים אוועק דעם "והחי יתן אל לבו"....
די הייליגע רמב"ם שרייבט אז ווען עס פאסירט א טראגעדיע, און מען פאר'טבע'ט עס, און מען ווערט נישט צןבראכן און אויפגעשוידערט ( יא, צובראכן און אויפגעשוידערט... די הייליגע רמב"ם האט נישט געהאלטן אז מען זאל ווערן דערפרעסט, אבער ער האט אויך נישט געהאלטן אז צו ווערן צובראכן און אויפגעשוידערט וועט גורם זיין טראומה..... און ער איז אויך געווען א דאקטער....) איז מען א רוצח, ווייל מען איז גורם אז עס זאל געשעהן נאך א טראגעדיע, ווייל די טראגעדיע'ס קומען אויף אונז מעורר זיין צו תשובה!!! יא, תשובה מיראה אז עס קען פאסירן צו יעדן איינעם, און תשובה מאהבה אז דו האסט ברוך השם יא פון אלעם גוטן. אבער תשובה מוז מען טוהן, והחי יתן אל לבו מוז זיין. אל לבו, לאז דיינע געפילן ברויזן, יא עס איז שרעקעדיג!!!!!
הערשט נישט לאנג איז געזעצן שבעה א משפחה פון וויזשניץ נאך די מאמע, א אינגע פרוי, טאקע שוין אויסגעגעבן עטליכע פון שטוב, אבער נאך נישט אלע, עס איז געווען ווייטאגליך צו צוזעהן די לויה, אבער די עולם האט געהאט חשבונות, דעי מעשה, יענע מעשה, שוין נישט געזונט געווען א וויילע. און יעצט?? יעצט טרעפן מענטשן אויך הסברים.
טייערע אידן!! עד מתי??? השי"ת וויל עפעס פון אונז!!!! מת אחד מבני החבורה ידאגו כל החבורה!!!! און ווי די רבי זצ"ל פלעגט זאגן אין אזעלכע צייטן, "יעדער זאל זיך מתקן זיין אין וואס ער ברויך זיך מתקן זיין", לב יודע מרת נפשו, פראביר נישט צו טרעפן איינער וואס זאל דיר זאגן עפעס א זייטיגע זאך מתקן צו זיין - פשוט ווייל ער קען דיר נישט גענוג גוט. זיי זיך מתקן אין אטא דאס וואס דו ווילסט נישט טראכטן, ווייל השי"ת מאכט אונז לעצטנס טראכטן אויף גאר שווערע אופנים....
אז מען קומט אריין צו א שבעה ר"ל, פרעג נישט אויס די באקאנטע (רשעות'דיגע) ליסטע פון שאלות, דער אבל עקלט זיך פון דעם, דאס איז אים בכלל נישט מנחם!!! אדער שווייג!! אדער אויב קענסטו, רעד איבער די מעלות און מידות והתנהגות פון דעם נפטר, לערן דער עפעס, נעם דעם והחי יתן אל לבו צו אן העכערן דרגה.
אידן!!!!! וועקט אייך אויף!!! די רבוש"ע שטייט און וועקט!!! פארטעמפט נישט אייערע געפילן!!! לאמיר דערהערן דעם למען ישמעו וייראו פאר עס קאסט נאך א טייערע פרייז.
זאלן מיינע ווערטער זיין לע"נ די צוויי קרבנות ציבור חנה עטיא בת שמואל זצ"ל און לע"נ אברהם שמעון ז"ל בן להבל"ח אליעזר ליטמן שליט"א.
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
א זעכצן יעריגער בחור איז ל״ע אומגעקומען נאכן ווערן אראפגעקלאפט פארענדיג אויף א ביציקל אין בארא פארק.
דער בחור איז געפארן מיט זיין ביציקל אויף דער 17׳טע עוועני ביי די 53׳סטע גאס ווען א קאר האט האט אים שווער אראפגעקלאפט. הצלה האט אים אין איילעניש אפגעפירט צום מיימאנעדיס שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד ווי ער איז יעצט ליידער אומגעקומען.
בשורות טובות.
moishy56 האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
א זעכצן יעריגער בחור איז ל״ע אומגעקומען נאכן ווערן אראפגעקלאפט פארענדיג אויף א ביציקל אין בארא פארק.
דער בחור איז געפארן מיט זיין ביציקל אויף דער 17׳טע עוועני ביי די 53׳סטע גאס ווען א קאר האט האט אים שווער אראפגעקלאפט. הצלה האט אים אין איילעניש אפגעפירט צום מיימאנעדיס שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד ווי ער איז יעצט ליידער אומגעקומען.
בשורות טובות.
הבה״ח יעקב משה בן מרים יהודית
יליד מאנסי האט געשריבן:moishy56 האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת.
א זעכצן יעריגער בחור איז ל״ע אומגעקומען נאכן ווערן אראפגעקלאפט פארענדיג אויף א ביציקל אין בארא פארק.
דער בחור איז געפארן מיט זיין ביציקל אויף דער 17׳טע עוועני ביי די 53׳סטע גאס ווען א קאר האט האט אים שווער אראפגעקלאפט. הצלה האט אים אין איילעניש אפגעפירט צום מיימאנעדיס שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד ווי ער איז יעצט ליידער אומגעקומען.
בשורות טובות.
הבה״ח יעקב משה בן מרים יהודית
זיין טאטע'נס נאמען ביטע??
אבן יקרה האט געשריבן:יליד מאנסי האט געשריבן:moishy56 האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

זיין שיך נאמבער ביטע???

אילו זכינו האט געשריבן:רבותי ס'איז נישט קיין ווערטלעך, ס'איז נאכנישט קיין חודש זינט פסח און דא אליינס אויפן וועלטל איז שוין געמאלדן געווארן אזויפיל טראגעדיעס רח"ל ה"י, פון אלע יארגענג ל"ע.
אנשים, נשים, וטף, מסלתה ומשמנה פון די חשובסטע און טייערסטע, און אויף אזאלעכע אומגעווענליכע וועגן.
ס'איז קלאר אז מען רופט פון הימל, מען וויל עפעס פון אונז, לאמיר זיך אויפוועקן יעצט און תשובה טון. מיר זאלן חלילה נישט דארפן באקומען נאך א דערמאנונג.
מרת בריינדל לאנדא ע"ה וומסב"ג 60
הילד ברוך אייזיקאוויטש ע"ה מאנסי 3 פתאום ע"י אסון
מרת חנה עטיא פעלבערבוים ע"ה מאנסי 55
מרת דבורה גליק ע"ה וומס"ב 42 פתאום
האברך ר' יצחק פקשר ע"ה א"י 24
האברך ר' אהרן אייזנבלאט ע"ה א"י 40 פתאום
האברך ר' פנחס מנחם פאשוועזמאן ע"ה הי"ד א"י 22 פתאום ע"י אסון
ר' ראובן ארי' סאנדערס ע"ה ב"פ 60
הרבנית יוכבד מינדל הורוויץ ע"ה מאנסי 59
הרבנית פרומט רחל וואלדמאן ע"ה 52
הב' שמואל פישמאן ע"ה 23 פתאום ע"י אסון
האברך ר' אברהם שמעון האס ע"ה מאנסי 37 פתאום
הילד גאלדענבערג ע"ה מאנטריאל 9
הב' יעקב משה שווארץ ב"פ 16 פתאום ע"י אסון
איך ווייס אז ס'איז זייער אומבאטעמט דאס צו זען,
אבער ליידער פאטשט דאס ביטערע מציאות אין פנים אריין,
והחי יתן אל לבו.
בבל האט געשריבן:רח'' ל די 2 בחור אין בארא פארק די וואך
יליד מאנסי האט געשריבן:באשעפער.
לע"נ הבה"ח יעקב משה ע"ה בן הרב דוב שליט"א
אילו זכינו האט געשריבן:רבותי ס'איז נישט קיין ווערטלעך, ס'איז נאכנישט קיין חודש זינט פסח און דא אליינס אויפן וועלטל איז שוין געמאלדן געווארן אזויפיל טראגעדיעס רח"ל ה"י, פון אלע יארגענג ל"ע.
אנשים, נשים, וטף, מסלתה ומשמנה פון די חשובסטע און טייערסטע, און אויף אזאלעכע אומגעווענליכע וועגן.
ס'איז קלאר אז מען רופט פון הימל, מען וויל עפעס פון אונז, לאמיר זיך אויפוועקן יעצט און תשובה טון. מיר זאלן חלילה נישט דארפן באקומען נאך א דערמאנונג.
הילד ברוך אייזיקאוויטש ע"ה מאנסי 3 פתאום ע"י אסון.
הבעש''ט האט געשריבן:בבל האט געשריבן:רח'' ל די 2 בחור אין בארא פארק די וואך
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם
יידישע קהילות האט געשריבן:יליד מאנסי האט געשריבן:באשעפער.
לע"נ הבה"ח יעקב משה ע"ה בן הרב דוב שליט"א
מ'טאר נישט אזוי רעדן אדער שרייבן כלפי מעלה.
אויב דו גלייבסט מיר נישט רעד זיך אדורך מיט א תלמיד חכם אדער רוף א דיין אן א נאמען.
"דיין האמת" מיינט אז ער ווייסט וואס ער טוט און ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט. ווילסט? ווער נתעורר צו תשובה. ווילסט נישט? איז נישט. אזוי צו אזוי זיץ איינגעלייגט און שווייג שטיל.
let's talk האט געשריבן:הבעש''ט האט געשריבן:בבל האט געשריבן:רח'' ל די 2 בחור אין בארא פארק די וואך
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם
קען איר ביטע דערקלערן?