ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טובי' מאיר ניימאנן
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

הספד על ג' אנ"ש שנפטרו פ' פקודי

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 8:45 pm

בס"ד
א' שנת פקודי תשע"ט, אלה פקודי (חסרון) המשכן משכן (שנתמשכנו עיי' מס' שבת – ל"ט מלאכות - אלה הדברים, כ"כ כאן – ה'משכן משכן רמז על ג' משכונות)
הרב ר' שמאול מרדכי ב"ר אברהם דוד ע"ה
הרב ר' אלימלך ב"ר עזריאל ע"ה
הרב ר' אברהם שמחה ניסן ע"ה ב"ר ליפא הכהן נ"י

ליידער החוט המשולש במהרה ינתק, דריי טייערע אידען, דריי ערליכע אידען, דריי יונגע אידען, אוי מה נאמר ומה נדבר, קען מען דען מיט ווערטער אויסדריקען דעם ווייטאג, ניין און ניין און נאל אמאל ניין, אלע דריי זענען דאך געוועהן עוסקים בצרכי צבור באמונה, און נישט סתם באמונה נאר מיט א געשמאק – א חן, אלע דריי אידען זענען געוועהן צבורישע מענשען, זיי זענען געוועהן מעורב בין הבריות און מעורב עם הבריות, אמת'דיגע נוח לשמים ונוח לבריות, אוי חבל על דאבדין ולא משתכחין.

דער נביא זאגט "בת עמי חגרי שק והתפלשי באפר אבל יחיד עשי לך מספד תמרורים כי פתאם יבא השדד וגו'", האב איך מדייק געוועהן, קודם רעדט דער נביא צום פאלק "בת עמי" און נאך דעם זאגט ער "אבל יחיד עשו לך", יתכן אז פשט איז, אז דער גאנצער צבור זאל קלאגען, און אויסער דעם זאל יעדער איינער פאר זיך מאכען אן אבל יחיד, דאס הייסט אזוי, אמאל איז דא מענטש וואס טוט צבורישע זאכען וויא למשל א שמש אין א ריזיגען ביהמ"ד, ער טוט זיין ארבעט באמונה, אבער ער איז נישט פארמישט מיט יחידים, לעומת זה איז דא למשל עסקנים וואס טוען פאר'ן צבור און זיי זענען עוסק מיט יעדען לויט זיין מצב, די דריי אידען זענען געוועהן עוסקין בצרכי צבור, און אויך פאר יעדען עקסטער געטאן יותר מכפי יכולתם, והאמת הוא אז אפילו ווער עס האט נישט געברויכט עפעס ספעציעל האט אויך נהנה געוועהן פון זיי, זייערס א שמייכעל – א גוט ווארט – אפילו א בליק נאר – דעם עין טוב, איי איז דאס געוועהן זיס, אוי באשעפער מה היה לנו.

די מעשה איז אזוי, ר' שמואל מרדכי ע"ה איז מיין'ס אן ערשטע קאזין, די צווייא מאמעס זענען געוועהן שוועסטערס, בין איך דאך אויפגעוואקסען מיט אים, א זעלטענע דמות פון אן איש טוב וחסד "שאין דוגמתו", שוין לאנגע יארען וואס ער און זיין בני בית יבדל לחיים טובים ארוכים ולשלום העלפען אונז צו ביי חסדי טובים מאורות מיט א געוואלדיגע געטריישאפט.

ר' מיליך גליק ע"ה –איך קעם אים שוין יארען – מיר זענען דאך אינאיינעם אויפגעוואקסען, אויך איז אויסגעקומען אז די לעצטע יארען האבען מיר זיך צוזאם געטראפען ביי עסקנות, גאר שווערע קעיסעס, וואס זאל איך זאגען, וויאזוי זאל איך עס ארויסברענגען, וויפיל איך וועל נאר זאגען וועט מען עס נישט פארשטיין, זיין שכל הישר – זיין געטריישאפט – זיין איבערגעבענקייט – זיין ישרות, ועוד.

ר' אברהם שמחה ניסן ע"ה האב איך נישט געהאט אן עקסטערע שייכות, אבער הערענדיג וויאזוי מען רעדט וועגען אים ארט עס מיך טאקע אז איך איך האב נישט געהאט א נאנטען קשר מיט אים, אבער למעשה א איד וואס טוט אזויפיל פאר כבוד שמים איז יעדער נהנה פון אים, און יעדער האט שייכות מיט אים.

באמת קלער איך אריין וואס איס דער ענין פון מספיד זיין, וועם איז מען מספיד – ווער איז דא וועמען מען באוויינט, דעם נפטר אדער די לעבעדיגע, אדער גאר קלאגט מען מיט'ן רבוש"ע, (אין גמרא שפראך הייסט עס יקרא דחיי אדער יקרא דמותא, בערך אזוי), לאמיר עס מסביר זיין, אז א איד גייט אוועק פון די וועלט זקן ושבע ימים, אגעלעבט א לעבען פיל מיט תורה ומצות, איבערגעלאזט דורות ישרים ומבורכים, אנגעזעטיגט מיט זכותים און מיט יסורים, איז דאך לכאורה נישטא וואס צו קלאגען, אדרבה וואויל איז אים אז ער האט זוכה געוועהן דערצו, דאס איז דאך דער תכלית, דער עולם הזה איז דאך נאר א פרוזדור, אלא מאי דער קלאג איז אונז האמיר פארלוירען א צדיק, די ווייטאג איז אז מיר וועלען נישט האבען מער דעם דמות פון אן ערליכער איד פאר אונז,.

אבער למעשה איז דא נאך א שרעקליכער ווייטאג, דער תנא זאגט יפה שעה אחת בעוה"ב מכל חיי עוה"ז ויפה שעה אחת בתשובה ומע"ט בעוה"ז מכל חיי עוה"ב, ד מ אז איין שעה עבודת השם בעוה"ז איז מער וויא "כל חיי עוה"ב", עס איז דאך נורא נוראות, חיי עוה"ב איז דאך נצחיות בלי שיעור וגבול, טריליאנען יארען און נאך מער, איז איין שעה דינען דעם אייבירשטען בעולם הזה מער ווערט – מער חשובער, איז אז א איד אן עובד השם גייט פון דער וועלט איז עס א שרעקלכער פארלוסט פאר'ן רבוש"ע, זאגט דער הייליגער מהרי"ל אז פאר דעם זאגט מען קדיש "יתגדל ויתקדש שמי' רבא", דער חלל זאל נתמלא ווערען.

קומט אויס אז ערליכע אידען וועלכע זענען מקדש שם שמים מיט זייער אנוועזעהייט, איז א שרעקליכער פארלוסט פאר'ן רבוש"ע און פאר די לעבעדיגע – און פאר זיי אליינס אויך, ווייל למתים חפשי און זיי קענען מער נישט מהנה זיין דעם בורא עולם.

זאגען אבער די הייליגע חז"ל "מה זרעו בחיים אף הוא בחיים" און דא וועלען די טייערע קינדער בע"ה ממשיך זיין די עבודת הקודש – די מצות ומע"ט, איז עס כאילו ער איז בחיים, אבער פאר אונז איז עס בכל אופן א מעכטיגער קלאפ, די דמות דיוקנו של אביו איז נישטא, ועל דא קא בכינא.

עס איז נאך דא אזויפיל צו שרייבען יכלה הזמן והם לא יכלו, ועוד חזון למועד, העיקר הוא "והחי יתן אל לבו", בשעת פטירתו של אדם אין מלוין לו לא כסף וזהב וכו', נאר מצות ומע"ט, נישט קיין בילדונגס, נישט קיין אורח הכבוד, וכו' אפילו נישט די ריזיגע בתי מדרשים און ישיבות וואס זיי האבען אויפגעבויט אויב זיי האבען עס אפגענומען בעוה"ז מיט כבוד און קלאטשערייען, נאר די מצות ומע"ט וואס מען טוט אגאנץ לעבען מיט באשיידנהייט און צניעות, דאס באגלייט ארויף, וויא אויך, עס איז די "אייכות נישט די כמות" והבן כי קצרתי, אדרבה קוקט אייך אום וויא דער צבור באוויינט די דריי אידען, יעדער וואס האט זיי געקענט שפירט פערזענליך דעם ווייטאג, און קלאגט אויף זיי, מען זעהט אז עס איז אן אינערליכע צער היוצא מן הלב, טוב שם טוב משמן טוב.

וועלען מיר מסיים זיין מיט א ווארט מענינא דיומא, עס איז ימי שמחה, וויא קען מען דאס באווייזען אז מען איז צוריסען פון ווייטאג, נאר אז דאס איז דער רצון השם טוט מען עס, מען לייגט אוועק אלע געפילען פאר'ן רבוש"ע, אמת עס איז זייער שווער, אבער דאס איז א איד, דאס האט דער נפטר אונז אויסגעלערנט און דאס וועלען מיר טאן, עס מיינט נישט אז מיר זענען מסיח דעת פון'ם צער, נאר אז מיר לייגען עס אין דער זייט אויף דערווייל, און בקרוב וועלען מיר זוכה זיין צו תחיית המתים, ובלע המות לנצח ומחה ד' דמעה מעל כל פנים אמן,

טובי' מאיר ניימאנן
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » פרייטאג מארטש 08, 2019 10:26 am

ר טובי מאיר הערליך יישר כח

ישראל לוי הכהן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 10:59 am

בד''ה

תגובהדורך ישראל לוי הכהן » מוצ"ש מארטש 09, 2019 2:52 pm

און אנטווערפן איז דעם ערב שב''ק ביים הדלקת הנרות נפטר געווארען האשה מרת ווייסבוים אשת הר''ר שלום ווייסבוים ע''ה און עלטער פון 74 יאר אלט.
זי האט ליידער אסאך מיט געמאכט , 2 קינדער מיט א מאן אוועק בחייו ד' ישמרינו.

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מוצ"ש מארטש 09, 2019 5:48 pm

ישראל לוי הכהן האט געשריבן:און אנטווערפן איז דעם ערב שב''ק ביים הדלקת הנרות נפטר געווארען האשה מרת ווייסבוים אשת הר''ר שלום ווייסבוים ע''ה און עלטער פון 74 יאר אלט.
זי האט ליידער אסאך מיט געמאכט , 2 קינדער מיט א מאן אוועק בחייו ד' ישמרינו.

ברוך דיין האמת: באנטורפן שבבלגיה נפטרה בין השמשות של כניסת השבת בגיל 75, האישה הצדקנית מרת שושנה ווייסבוים ע"ה, אלמנת הרה"ח רבי יחזקאל שלום ווייסבוים ז"ל, מנכבדי וחשובי חסידי גור באנטוורפן, שבבלגיה שנפטר בחודש אלול תש"ע.

ביום ראשון האחרון, כאשר מצבה כבר היה קשה מאוד, ביקשה שיכינו לה את נרות השבת, בערב שבת הביאו לה את נרות השבת להדליק והיא איחלה 'גוט שאבעס' והשיבה את נשמתה ליוצרה במעמד מנין שהיה בביתה. רק ביום שישי שעבר נכנס אליה האדמו"ר מויז'ניץ שהגיע לביקור בבלגיה והשאיר לה את הספר 'רזיאל המלאך'.

המנוחה ע"ה, נולדה לאביה הרב דב בעריש קיין ז"ל מתל אביב. בחייה נפרד ממנה למנוחת עולמים - בעלה הרה"ח רבי יחזקאל שלום ויסבום ז"ל, מנכבדי וחשובי חסידי גור שבבלגיה ומהדמויות הבולטות בקהילה החרדית באנטוורפן.

לפני כעשרים שנה איבדה את בנה ר' אברהם מרדכי ז"ל ורעייתו ע"ה, שנהרגו באסון המסוק ב'גרנד קניון' באריזונה במהלך טיול. באסון אז נהרגו שני יהודים נוספים.

בחודש ניסן תשע"ז נחתה עליה צרה נוספת, כאשר בתה האישה הצעירה מרת טאבה מרים ריכטר ע"ה, נפטרה לאחר המחלה הקשה בגיל 47.

שכניה בבלגיה מספרים ל'בחדרי חרדים', כי למרות ייסוריה הרבים לא נתנה לעצמה להיחלש באמונה. ובגבורה שאין כדוגמתה המשיכה בחייה בתפילותיה הזכות ובאמירת התהילים שהיו לשם דבר באנטוורפן.

הותירה אחריה את בניה, רבי משה ויסבום מטורונטו שבקנדה, בתה הנשואה לרב צבי פלדמן, ואחיה הרב קיין מלוס אנג'לס ואחות נוספת בארה"ב.

הלוויתה תיערך מחר, יום ראשון, בקהילת 'מחזיקי הדת' באנטוורפן והיא תיקבר בבית החיים בפיטא שבהולנד.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מוצ"ש מארטש 09, 2019 7:27 pm

ר' טובי' מאיר, איר האט מיר צונימען

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מוצ"ש מארטש 09, 2019 8:24 pm

בילדער האט געשריבן:ר' טובי' מאיר, איר האט מיר צונימען


גא"מ

שמערלער
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » זונטאג מארטש 10, 2019 5:58 am

בד"ה
הרה"ח ר' שלמה קיקין ע"ה
אנטווערפן 71 יאר

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג מארטש 10, 2019 10:05 am

שמערלער האט געשריבן:בד"ה
הרה"ח ר' שלמה קיקין ע"ה
אנטווערפן 71 יאר

א טייערע איד געווען ר' שלמה ע"ה א ריכטיקע ערליכע בעה"ב
פלעגט אייביג לערנען ווען נאר ער האט געהאט צייט, געווען א גרויסע תלמיד חכם
צוגעלייגטע
IMG-20190310-WA0009.jpg
IMG-20190310-WA0009.jpg (80.94 KiB) געזעהן 4092 מאל

אוועטאר
הבעש''ט
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

תגובהדורך הבעש''ט » זונטאג מארטש 10, 2019 11:42 am

שמערלער האט געשריבן:בד"ה
הרה"ח ר' שלמה קיקין ע"ה
אנטווערפן 71 יאר

אוי בד"ה!
א זעלטענער איידעלער איד, א מורם מעם, שייף עייל שייף נפיק, וגריס באורייתא תדירא, נעבעך אדורך אסאך יסורים די לעצטע פאר יאר וואס ער האט מקבל געווען באהבה ובדומי', ס'איז א פארלוסט פאר אנטווערפען און פאר די סאטמארער קהילה בפרט וואס ער איז געווען מחשובי ופארי הקהילה, יהא זכרו ברוך.
AntThilimChmp'78-09.JPG
AntThilimChmp'78-09.JPG (100.94 KiB) געזעהן 3809 מאל

Beis Ruchel Antwerp Dinner1.JPG
Beis Ruchel Antwerp Dinner1.JPG (179.84 KiB) געזעהן 3809 מאל

Ant'75-Day1-P2-11.JPG
Ant'75-Day1-P2-11.JPG (175.51 KiB) געזעהן 3809 מאל

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג מארטש 10, 2019 1:11 pm

און זיין שמייכל, סבר פנים יפות.....
. . . . . . .

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 1:01 pm

תגובהדורך yes yes » זונטאג מארטש 10, 2019 8:10 pm

.

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:16 pm

ויציב ונכון האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
רוצה בעילום האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:און דאס איז נישט נאר געווען מיט שפיגליצקי, נאר ווער ס'האט געדארפט צוקומען צו אים, האט מען יא געהאט געלט האט ער גענומען, נישט געווען קיין פרייז, וויפיל דער געבער האט פארשטאנען צו געבן, האט מען נישט געהאט געלט האט ער געארבעט אומזיסט, אלעס צו מחי' זיין און אויפרעכטן אידישע שטיבער.


אמת ויציב בלי שום גוזמא כלל. ביודעי ומכירי וואס האבן נהנה געווען פון דעם איש צדיק געבנדיג שעות על גבי שעות ביז טיף אין די נאכט אריין אויפצורעכטן יודישע שטובער און וועלנדיג וויסען וויפיל ער נעמט פאר זיין ארבעט האט מען קיינמאל קיין ענטפער נישט באקומען און ער האט קיינמאל נישט געמאנט אפילו איין פרוטה. נאר אויב מען האט אים צוגעווארפן עפעס האט ער עס גענומען.
אוי אוי אוי!

פון וועם איז די רעדע? (כ'טרעף נישט די אריגינעלע תגובה אויף וואס דו באציהסט זיך)

ר אלימלך גליק

הימל און ערד און א חלום
איינער מיט מער פרטים?
Amazon Daily Deals
https://amzn.to/2RFPDUV

Ebay Daily Deals
https://goo.gl/Rrje39
יש"כ

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:30 pm

זזה האט געשריבן:
ויציב ונכון האט געשריבן:
אייער_קיכל האט געשריבן:
רוצה בעילום האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:און דאס איז נישט נאר געווען מיט שפיגליצקי, נאר ווער ס'האט געדארפט צוקומען צו אים, האט מען יא געהאט געלט האט ער גענומען, נישט געווען קיין פרייז, וויפיל דער געבער האט פארשטאנען צו געבן, האט מען נישט געהאט געלט האט ער געארבעט אומזיסט, אלעס צו מחי' זיין און אויפרעכטן אידישע שטיבער.


אמת ויציב בלי שום גוזמא כלל. ביודעי ומכירי וואס האבן נהנה געווען פון דעם איש צדיק געבנדיג שעות על גבי שעות ביז טיף אין די נאכט אריין אויפצורעכטן יודישע שטובער און וועלנדיג וויסען וויפיל ער נעמט פאר זיין ארבעט האט מען קיינמאל קיין ענטפער נישט באקומען און ער האט קיינמאל נישט געמאנט אפילו איין פרוטה. נאר אויב מען האט אים צוגעווארפן עפעס האט ער עס גענומען.
אוי אוי אוי!

פון וועם איז די רעדע? (כ'טרעף נישט די אריגינעלע תגובה אויף וואס דו באציהסט זיך)

ר אלימלך גליק

הימל און ערד און א חלום
איינער מיט מער פרטים?

דערצייל קודם בערך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:34 pm

געהערט דערוועגן, פחד פחדים!

בערך, ער איז געקומען צו איינעם אין חלום אז ער האט שוין באמת געדארפט גיין פריער פון די וועלט, נאר ער האט זוכה געווען דא צו בלייבן אין חתונה מאכן אלע קינדער פאר דריי סיבות, 1) ווייל ער איז געווען כסדר פארנומען מיט אין עוד מלבדו 2)וויל ער האט ארויסגעהאלפן אסאך אידן, 3 געדענק איך נישט

דאס איז בערך די חלום

פני תם
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 4:23 pm

תגובהדורך פני תם » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:38 pm

ר' אלימלך (ב''ר עזריאל) גליק ע''ה איז געקומען און חלום צו זיין חברותא און געזאגט אז ער זאל איבער געבן 3 זאכן פאר זיינע קינדער,
1) איך האב אייביג געחזרט ''אין עוד מלבדו'' אזוי האט קיינער נישט געקענט האבן א שליטה אויף אים און הימל.
2) עכט האב איך געדארפט אוועק גיין פון די וועלט פריער, נאר צוליב מיינע מעשים טובים, אין ארויס העלפן הונדערטע אידען מיט שלום בית, און עניני קדושה, האב איך זוכה געווען צו דערלעבן מיין אינגסטער זון'ס חתונה.
3) זיין שטענדיג בשמחה.
דער חבר האט נישט איבער געגעבן פאר די משפחה ווייל עס האט אויסגעזען ווי סתם א חלום, איז ר'אלימלך געקומען נאכאמאל פרעגן פאַרוואס ער האט נישט איבערגעגעבן האט ער געבעטן א סימן, ר' אלימלך האט אים גענטפערט אז ער האט א ירושה בעכער און געזאגט פינקטליך ווי ס'ליגט.
האט ער דערציילט פאר די משפחה די גענויע מעשה און עס האט זיך אויסגעשטעלט אז יא ס'איז אמת.
דערנאך איז ר' אלימלך נאך אמאל געקומען זאגן ש'כח.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:38 pm

אזא חלום דארף איך אבער הערן פון זיין חברותא אליינס.
לעצט פאראכטן דורך שפיגליצקי אום מאנטאג מארטש 11, 2019 3:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

בד"ה

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:09 am

נעכטן איז נפטר הרה"ח הישיש ר' ישעי' מרדכי קליין ז"ל ממונטריאל
93 האלב יאהר

ער איז נפטר געווארן אין אר''י - וואס ער איז געבליבן פין ימנ''ר

איינע פין זיינע קינדער איז הרב נחום קליין מב''פ מנהל בית שרה ב''פ
参考专家

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:55 am

ער איז געווען פון פאקש. ניין?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:59 am

מומחה יוחס האט געשריבן:נעכטן איז נפטר הרה"ח הישיש ר' ישעי' מרדכי קליין ז"ל ממונטריאל
93 האלב יאהר
איינע פין זיינע קינדער איז הרב נחום קליין מב''פ מנהל בית שרה ב''פ

א זון פון ר' חיים קליין דער מייסד פון תולעת יעקב באסעס?

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:10 am

מומחה יוחס האט געשריבן:נעכטן איז נפטר הרה"ח הישיש ר' ישעי' מרדכי קליין ז"ל ממונטריאל
93 האלב יאהר

ער איז נפטר געווארן אין אר''י - וואס ער איז געבליבן פין ימנ''ר

איינע פין זיינע קינדער איז הרב נחום קליין מב''פ מנהל בית שרה ב''פ

מחסידי בעלזא?

yalah
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:14 am

משהלע האט געשריבן:ער איז געווען פון פאקש. ניין?

יא
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

yalah
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:15 am

9
moishy56 האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:נעכטן איז נפטר הרה"ח הישיש ר' ישעי' מרדכי קליין ז"ל ממונטריאל
93 האלב יאהר

ער איז נפטר געווארן אין אר''י - וואס ער איז געבליבן פין ימנ''ר

איינע פין זיינע קינדער איז הרב נחום קליין מב''פ מנהל בית שרה ב''פ

מחסידי בעלזא?

יא
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:27 am

ליפא קליין (גראסערי) איז אויך א זון?

yalah
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:30 am

ידעתי האט געשריבן:ליפא קליין (גראסערי) איז אויך א זון?

ר' ישעי' איז געווען זיין עלטער פעטער.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:36 am

ידעתי האט געשריבן:ליפא קליין (גראסערי) איז אויך א זון?


ר' ישעי'קליין האט געהאט די גראסערי פאר ליפא קליין אויף st viateur ווער ס' געדענקט נאָך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, tech yid, ברעחדך קאפ, גיט, הויעך, משהלע, נא_שכל און 63 געסט