ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

ברוך דיין האמת

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יולי 17, 2006 11:04 am

דער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר אזעלכע אומשטענדן.

געקומען די ביטערע בשורה, אז הרה"ג ר' נתן יוסף מייזעלס, זצ"ל, החזיר נשמתו ליוצרו.
יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

ווער עס ווייסט מערערער פרטים איבער די לוי' זאל ביטע פאוסטן.

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » מאנטאג יולי 17, 2006 11:41 am

ברוך דיין האמת
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יולי 18, 2006 12:56 am

ברוך דיין האמת, די לוי' איז פארגעקומען פארנט פון זיין בית המדרש אין מאנסי (כפי הודעת קול מבשר) אום פינעף אזייגער היינט נאכמיטאג.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג יולי 25, 2006 10:46 am

די ווענט וויינען פון הערן אזויפיל צרות ישראל, ליידער איז אוועקגעריסן געווארן די רביצין פון אדמו"ר ספינקא שליט"א, אוי גאט האב שוין רחמנות.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דינסטאג יולי 25, 2006 9:45 pm

אז מען שרייבט שוין יא, פארוואס זאל נישט שטיין פינקטליכער?

מען רעדט דא פון אשת הרב ישכר דוב בעריש בן אסתר רחל לרפו"ש

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יולי 27, 2006 10:55 pm

איך בין היינט געווען מנחם אבל זיין ביי ספינקא רבי הרה"צ ר' בעריש שליט"א, וועלכער זיצט שבעה ל"ע נאך זיין רעבעצין ע"ה, ביי זיך אין בית המדרש (ווי גוט האט ער זיך אויסגעדרוקט ביי די לויה: די בית המדרש איז געווען איר דיינונג רום, דערפאר מאכט מען דארט די לויה און מען זיצט דארט שבעה). הגם דער רבי שליט"א איז נישט געווען אין ביהמ"ד ווען איך בין אנגעקומען צוליב זיין חולשה ל"ע, האב איך אבער מנחם געווען די קינדער זיינע, און די ברידער פון די נפטרת ע"ה להבחל"ח הרבנים שליט"א.

עס איז געווען א הארצרייסנדע סצענע צו זעהן יונגעלייטלעך אויסגע'שורה'ט אויף די שווארצע מתעסקים בענקלעך (די מתעסקים חברה וועלן זיכער באקומען א שטוהל אין גן עדן, זיי שטעלן אהער א מעכטיגע אפאראט ביי יעדע ניחום אבלים ל"ע, פון עירקאנדישן מיט סטיעם ביז קאלטע וואסער און באקוועמע בענקלעך, א זאך וואס פלעגט אמאל קאסטן שווערע געלטער געבן זיי אוועק לשם מצוה, תהא משכורתם שלימה, און קיינער זאל צו זיי נישט דארפן צוקומען), ברודערלעך וואס האבן יעצט פארלוירן א מאמע, אזוי פלוצלינג אזוי אומגעראכטן, בעת זיי זענען עוסק די לעצטע האלב יאר מיט תהלים זאגן פארן געזונט פון זייער פאטער, איז די ביטערע גזירה גאר געווען אויף די מוטער ע"ה. איך האב שוין לאנג נישט געזען אזעלכע פארוויינטע אייגעלעך ווי דארטן, עלטערע אינגעלייט וועלכע מאכן שוין באלד חתונה קינדער זענען געזיצן נעבן זייערע אינגערע ברודער, איינער פון זיי א אינגער חתן, אלע האבן זיי נעבעך געהאט אזעלכע אויפגעשוואלענע אויגן פון פול געוויין. זאל השי"ת זיי מנחם זיין, צוזאמען מיט ציון וירושלים, מיטן אנקום פון משיח צדקינו בב"א.

איך פרוביר
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:32 pm

תגובהדורך איך פרוביר » פרייטאג יולי 28, 2006 11:44 am

אוי זאל שוין זיך דער פון אויבן מרחם זיין, אמן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוגוסט 06, 2006 9:26 am

א בחור פון 18 יאר היינט ל"ע נעדר געווארן אברהם בנימין ביינוש כ"ץ נאכן דאווענען וותיקין, און לערנען א שעה פארן דאווענען.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 06, 2006 11:06 am

ר' ניסן לעווי ז"ל

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2006 7:45 pm

היינט איז נפטר געווארן א חשוב'ער איד ר' בערל גאטעסמאן, אין אינגן עלטער פון 43 יאר בערך.

ר' בערל פלעגט ארבייטן - איך שרייב ארבייטן, אבער דאס איז אזא סארט ארבעט וואס מען קען נישט באצאלן, עס איז געווען מער לשם מצות ביקור חולים - אין "אשל אברהם" היים אין וויליאמסבורג, וואו ער פלעגט זיך ארומדרייען און מחזק זיין די עלטערע אידן, זיי ארויסהעלפן מיט אלע זייערע באדערפענישן, און פרובירן לייכטער צו מאכן זייער מצב מיט אלעס וואס נאר מעגליך.

די שמייכל פון ר' בערל, באגלייט מיט זיין גוט ווארט, וועלן מיר געדענקן אויף לאנגע צייטן. יהא זכרו ברוך, און די זכות פון מצות ביקור חולים זאל אים ביישטיין שתהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ובלע ה' מות לנצח ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים בב"א.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג אוגוסט 18, 2006 1:56 pm

ברוך דיין האמת

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » זונטאג אוגוסט 20, 2006 1:15 am

נעכטן נאכט אוועק א טייערער איד פון ק"י ר' גבריאל הכהן ווייס ע"ה.

די וואך חתונה געמאכט א טאכטער (נישט דאס יונגסטע).

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוגוסט 20, 2006 1:09 pm

ברוך דיין האמת, די הארץ וויינט צו הערן אזעלכע ביטערע צרות, היינט אוועק א טאכטער פון ר' אלימלך איך מיין אז טירנויער אדער לייפער איז זיין לעצטע נאמען.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 21, 2006 3:10 pm

אוי רבוש"ע וואס וועט זיין דא? ברוך דיין האמת ר' מנחם קאהן איבערגעלאזט א שטוב מיט 12 קינדערליך, ירחם ה' על עמו ועל ארצו.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוגוסט 21, 2006 5:17 pm

סאכדעס האט געשריבן:אוי רבוש"ע וואס וועט זיין דא? ברוך דיין האמת ר' מנחם קאהן איבערגעלאזט א שטוב מיט 12 קינדערליך, ירחם ה' על עמו ועל ארצו.

ווער איז דאס?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 21, 2006 5:51 pm

איך ווייס נישט פונקטליך אבער וואס איז דען א חילוק?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 22, 2006 12:36 am

סאכדעס האט געשריבן:אוי רבוש"ע וואס וועט זיין דא? ברוך דיין האמת ר' מנחם קאהן איבערגעלאזט א שטוב מיט 12 קינדערליך, ירחם ה' על עמו ועל ארצו.

דער איד וואוינט אין קליוולאנד אהייא, אבער איז אומגעקומען ביי א קאר עקסידענט אין די מאונטענס, ער פארמאגט 9 קינדער (נישט ווי געמאלדן דורך וואס-איז-נייעס).

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוגוסט 22, 2006 8:36 am

איך האב געהערט פון זיינס א קרוב אז ער האט פארמאגט 'אכט' קינדערלעך, אלע נאך אין שטוב.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוגוסט 22, 2006 9:58 am

איך האב אויך גערעדט מיט זיינס א קרוב, יענער האט מיר געגעבן דעם ציפער 9.

אזוי צו אזוי, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

אגב, אור ליום כ"ז אב העעל"ט האב איך געדאווענט מעריב אינעם פרוזדור פון ביהמ"ד הגדול בקרית יואל, נאך מעריב איז מיין - מיט נאך אנדערע אידן'ס - הארץ צוגאנגען הערנדיג א קליין יונגל, ער האט נישט אויסגעזען מער ווי 6 יאר בערך, זאגען דעם קדיש יתום מיט זיין דינעם זיסן קול, שטייערנע ווענט האבן געקענט צוגיין פאר מיטלייד, השם ירחם.

אוועטאר
פענסטער
שר חמש מאות
תגובות: 597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 02, 2006 3:03 pm

תגובהדורך פענסטער » מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:11 pm

ברוך דיין האמת, ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה האט אויסגעהויעכט זיין נשמה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2006 11:07 pm

יעצט קומט די ביטערע בשורה אז דער תלמיד חכם און מגיד שיעור הרה"ח ר' מענדל הענדלער ע"ה פון קרית יואל האט ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה אינמיטן רעוא דרעוין אין ביהמ"ד קומץ המנחה.

ברוך דיין האמת.

ניק
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2006 3:00 am

תגובהדורך ניק » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2006 5:52 pm

דער וואס פלעגט גיין צו אלע ברית'ן אין מאנרא?

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2006 5:58 pm

יא.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 11:53 am

ר' דוד לייפער ע"ה. פון קרית יואל.

מיט אים איז געשען די עקסידענט כ"א כסלו, אויפן 17.

ת.נ.צ.ב.ה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 12:01 pm

ברוך דיין האמת. ס'איז שרעקליך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט