ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

הגה"צ ר' עמרם ז"ל איז געווען א בא"ב פונעם הייליגען רבי'ן הרה"צ ר' אהרן צבי טויב ז"ל מבריד וועלכער ליגט דאכצוך אין מונקאטש. ער איז געווען א מוסטער פון אן אמאליגען רב און ער האט איבערגעלאזט א זעלטן שיינער שטוב מיט יראים ושלמים.
לויט ווי איך ווייס האט ער מיט אפאר יאר צוריק מכתיר געווען זיין זוהן הגה"צ חו"פ מוהר"ר ר' שמואל דוד שליט"א באדמורו"ת בריד, וואס זייענדיג א זעלטענער דחיל חטאין און ירא שמים איז ער אוודאי ראוי לאותו איצטלא, נא זאל דער אייבירשטער אוודאי מנחם זיין די חשוב'ע משפחה בתוך שאר אבלי ציון וירושלים יעצט בימי בין המצרים ווען כלל ישראל איז מתאבל על חורבן בית מקדשינו בביאת גו"צ במהרה דידן אמן.

- יגרסהדותא
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3686
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
- לאקאציע: קאר וואש
א טרער לכבודו, וויל איך דא אריינלייגן, ס'וויינט זיך פון זיך אליינס, זיך דערמאנענדיג פון דעם צדיק, זיין חן'ליכע שמועסן פון דער אלטער היים, זיין באנעמונג צו יעדן איד וואס איז געקומען נאנט צו זיינע ד' אמות, זיין אמן, זיין קדוש קדוש קדוש יעדן טאג, מלא אהבה וגעגועים צום טאטען אין הימל, אוי שקולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו.
מיטגעמאכט א שווער לעבן, פארלוירן דאס ווייב און קינדער, 6 קינדערלעך, און די תלמידים זיינע, געווען א דיין אינדערהיים, זיך נישט געלאזט צוברעכן, זיך נישט געלאזט פאלן, נאר ווייטער אנגעהויבן דאס לעבן, מיט א תפלה צום באשעפער, און מלא תקווה אז ס'וועט ווייטער פון היינט און אלעמאל פארן גוט.
נו, מ'הייבט אן איינצופלאנצן א נייעם דור על אדמת די טריפה'נע אמעריקא, האט מען פארלוירן דאס ווייב נאכן האבן א שטוב מיט ניין קינדער!! ווער וואלט זיך אין אזא מאמענט געקענט זיך אפשטעלן און שרייבן אויף א פאפיר, וויאזוי ער האט געטון. מ'האט יעצט געטראפן/מפרסם געווען א בריוועלע וואס ער האט געשריבן אין יענע טעג: איך האב פארלוירן אינדערהיים אלעס, און יעצט דאס ווייב פארלוירן, די יתומים זיצן אינדערהיים, פרנסה איז אויך יעצט אפגעשטארבן - שרייבט ער ווייטער דארט, ווען אויפן זייגער צייכענט ער צו אינמיטן די אשמורת הבוקר שעה'ן - אבער מיינט איר איך וועל אינטערברעכן און אויפגעבן? ניין!
און פינעף אזייגער דעם נעקסטן טאג איז ער געזיצן און געלערנט, געדאווענט און געשמועסט צו מענטשן מיט אזא שמייכל און פארגעניגן.
און אזא איד, מיט אזויפיל אמונה מיט אזויפיל בטחון, האבן מיר אונז פארלוירן. איך וויין אין די טרערן רינען מיר, אוי אבידה שאין לה תמורה.

- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די....
א שוידער נעמט אלעמען ארום, לייענענדיג די שרעקליכע נייעס איבער פיר אומגעקומענע בחורים אין נגב אין ארץ ישראל.
ומחה ה' דמעה מעל כל פנים.
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2257739

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!