ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2007 11:13 pm

אוי אוי אוי דאס האנט ציטערט פאר שרעק,
א איד וואס איז א מרביץ תורה געווען אסאך יארען, איז ל"ע פארכאפט געןןארען אין א שריפה אין ב"פ,
וואו נעמט די כח דאס דורף צו טראגען אוי רבוש"ע זיי אונז מוחל אין שיק א גוט געבעהטשט יאר אויף אונז,
דער איד האט געהייסען הרב הגאון ר' ........ ווינטרויב ז"ל
ער האט איבערגעלאזט קינדער חשובע מרביצי תורה, זאל דער נפטר זיין א גוטע צליץ יושר פאר זיי משפחה און די זכות הרבצת תורה פאר כלל ישראל, (שכר ר' חייא)
ת.נ.צ.ב.ה.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג אוקטובער 01, 2007 11:16 am

ס'הארץ ווייטאגט, אז דער יו"ט איז ליידער צושטערט געווארן, מיט די פטירה פון הרה"צ ר' בעריש ספינקער זצ"ל, נאכןזיך אוועק מוטשענען מיט יסורי איוב, און נאכן פארלירן זיין געטרייע רעבעצין, און נאכן אניאגן צו מאכן די גרויסע מצוה פון הכנסת ספר תורה, האט ער נעכטן ביינאכט צוריק געגעבן זיין אויסגעלייטערטע נשמה ליוצרו, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר זיינע קינדער, חסידים, און אלע אידישע קינדער. די לווי' האט געהייסן אויף היינט צען אזייגער.
ת.נ.צב.ה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוקטובער 01, 2007 2:14 pm

ברוך דיין האמת.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

שוידערליכע עקסידענט

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג אוקטובער 02, 2007 4:49 pm

א שוידערליכע עקסידענט, האט פאסירט היינט מיטאג צייט, אויפן סעווענטין, אראפ פון די מאונטענס קיין ברוקלין צו, ווען דער דרייווער, ר' אברהם חיים מאשקאוויטש ע"ה, 24, פון בארא פארק, האט פארלוירן קאנטראל, און איז אריבער געפלויגן צו די אנדערע זייט, און פראבירענדיג צו ברענגען די קאר אונטער קאנטראל, האט אן אנדער קאר אריין געהאקט אין זיין זייט, און די קאר האט זיך איבער געדרייט, וואס פון דעם איז ער אומגעקומען אויפן פלאץ ל"ע, און זיין ווייב האט אין אנפאנג נאך יא עפעס ריספאנדעט, אבער ליידער איז זי אויסגעגאנגען נאכן פארלירן ים'ען מיט בלוט, א פיר חדשים'דיג קינד, איז אוועק געפירט געווארן מיט נישט קיין ערענסטע וואונדען צום שפיטאל. ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

זאל דער פון אויבן, רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה, און צו זיצן בקרוב אין סוכת עורו של לויתן, אמן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוקטובער 07, 2007 4:55 pm

שרעקליך שרעקליך.

דעם יו"ט האבן מיר געהערט צופיל טראגעדיעס.

אין ארץ ישראל זענען א טאטע, מאמע, און 18 יעריג מיידל ל"ע נפטר געווארן אין א קאר עקסידענט.

אויפן זיבעצענער אין ניו יארק איז א היימיש פארפאלק אומגעקומען, איבערלאזנדיג א פיצל שעפעלע.

השם ירחם!!!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג אוקטובער 07, 2007 5:01 pm

אין בארא פארק איז א קליינטשיגס אוועק אין א שריפה דעם שמיני עצרת.
השם ירחם ויאמר לצרותינו די!!!
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אוקטובער 30, 2007 3:56 pm

היינט האט דאס יהדות החרדית ארויסבאגלייט למנוחת עולמים די גוף קדוש פון הגאון הצדיק רבי חנינה אברהם לייטנער זצ"ל אב"ד מאנטעווידעא, וועלכער האט יארן לאנג מרביץ תורה געווען, און געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירת נפש. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג דעצמבער 24, 2007 1:46 pm

דא האט מאשקע מפרסם געווען אן הודעה אום: שני דצמ' 17, 2007 6:42 pm דאס איז די סקריפט:

נפטר געווארן דער בארימטער בעל תפלה און מחנך פון שיכון סקווירא, הרה"ח ר' ברוך אייזענבערג ע"ה.

צווישן אנדערן האט ער ארויסגעגעבן דעם קינדער-טעיפ "עוד יוסף חי", וואס איז פון די אמאליגע 'נארמאלע' קינדער-טעיפס, פול מיט אמונה.

אינטערעסאנט אז ער איז נפטר געווארן פונקט אין די וואכן וואס ווערט באהאנדלט אין זיין טעיפ! מסתמא וועט אים דער זכות ביישטיין.

יהא זכרו "ברוך".

אריבערגעפירט די גאנצע שמועס צו א באזונדערן אשכול אין היימישע קרעטשמע.
http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?t=3297

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 4:34 pm

נעכטען איז נפטר געווארען די לאנגיעריגע גבאי אין גור הרב חנינא שיף ז"ל.

ער איז געווען די גבאי פון 4 אדמורי גור,
1)בית ישראל
2)לב שמחה
3)פני מנחם
4)די היינטיגע רבי שליט"א

(אנדערע טענה'ן אז ער איז שוין געווען די הויז בחור פון די אמרי אמת, אבער לכאורה איז דאס נישט אמת)

ווער עס האט אים געזען אמאל האט געזען אז ער איז געווען א געבוירענער גבאי. זיין מהות האט געשריגען גור (מיט די גאנצע שארפקייט).

ער איז א אונגארישער פון דערהיים (איך ווייס ישט ווי אזוי ער איז אנגעקומען קיין גור.

ער איז געווען אן איידעם ביי יבדל"ח הרב וועלוועל אייזענבאך שליט"א מיקירי מאה שערים, ירושלים.

ער האט געטון אלעס אין גור אנהייבענדיג פון זיין די רבי'ס גבאי און כותב, געווען גבאי אין בית המדרש און איז געשטאנען בראש איחוד מוסדות גור.

איך האב איך געזען אסאך מאל , ער האט געהאט אן אצילות,דיגער דמות.
צוגעלייגטע
shif.jpg
shif.jpg (35.58 KiB) געזעהן 3532 מאל
לעצט פאראכטן דורך אנדי פעטיט אום דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 5:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 4:42 pm

זיין שווער לעבט נאך???????

ער האט געדארפט צו זיין היבש אלט, נישטאזוי?
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 4:47 pm

ער איז אלט געווען 79

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 4:49 pm

זיין שווער איז דאכצעך די זיידע פון אלע ירושלימער אייזענבאךס.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 5:19 pm

אייזענבערג אדער אייזענבאך ??
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 5:24 pm

אייזענבאך.

איך האב עס שוין פארראכטען
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2007 8:20 pm

וואס איז געווען מיט אים? נישט געזונט געווען?

איך האב געכאפט א שאק הערנדיג איבער זיין פטירה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 1:27 am

א גאר טייערער איד געוועזן, ווער ס'האט אים געקאנט.

יז"ב
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 9:15 am

איינער ווייסט וואס ר' וועלוול מאכט היינט?

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23799
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 9:27 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:נעכטען איז נפטר געווארען די לאנגיעריגע גבאי אין גור הרב חנינא שיף ז"ל.

ער איז א אונגארישער פון דערהיים (איך ווייס נישט ווי אזוי ער איז אנגעקומען קיין גור.)


לויט ווי איך האב געלייענט ערגעץ אנדערשוואו, איז ער געבוירן אין שטאט קאלאשיץ וועלכע איז לפי ידיעתי אין גאליציע.

ייש"כ אנדי פאר די נייעס מיטן בילד, ויה"ר שיבלע המוות לנצח.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 9:36 am

מיללער האט געשריבן:
אנדי פעטיט האט געשריבן:נעכטען איז נפטר געווארען די לאנגיעריגע גבאי אין גור הרב חנינא שיף ז"ל.

ער איז א אונגארישער פון דערהיים (איך ווייס נישט ווי אזוי ער איז אנגעקומען קיין גור.)


לויט ווי איך האב געלייענט ערגעץ אנדערשוואו, איז ער געבוירן אין שטאט קאלאשיץ וועלכע איז לפי ידיעתי אין גאליציע.

ייש"כ אנדי פאר די נייעס מיטן בילד, ויה"ר שיבלע המוות לנצח.
איך האב אלץ געוואוסט אז ער איז אן אונגארישער אבער קען זיין אז איך בין זיך טועה.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 11:49 am

האסט אים אמאל געהערט רעדן? ער האט נישט גערעדט ווי אן אונגארישער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 11:56 am

ער איז געווען במקורו א גאליציאנער, ממשפחת ר' איציקל מפשעווארסקער זצ"ל, זיינע עלטערן האבן אויסגעוואנדערט קיין אונגערן ביים ערשטן וועלט קריג. יהא זכרו ברוך, ותנצב"ה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23799
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 12:44 pm

זארעכפעפער האט געשריבן:ער איז געווען במקורו א גאליציאנער, ממשפחת ר' איציקל מפשעווארסקער זצ"ל, זיינע עלטערן האבן אויסגעוואנדערט קיין אונגערן ביים ערשטן וועלט קריג. יהא זכרו ברוך, ותנצב"ה.


אשריך ר' זרח, האסט פארענטפערט די סתירה.

א גוט שבת.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 12:52 pm

בא הכתוב השלישי והכריע ביניהם

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 1:22 pm

האסט אים אמאל געהערט רעדן? ער האט נישט גערעדט ווי אן אונגארישער


ער האט גערעדט געוואקט און געקוקט ווי מיסטער "גור" אליינס, מיט א שארפקייט און א שנעלקייט!


ער איז געווען במקורו א גאליציאנער, ממשפחת ר' איציקל מפשעווארסקער זצ"ל, זיינע עלטערן האבן אויסגעוואנדערט קיין אונגערן ביים ערשטן וועלט קריג. יהא זכרו ברוך, ותנצב"ה.


עס ליגט מיר אין קאפ עפעס (כ'בין נישט זיכער) אז ער איז געווען א דור תשיעי פון די הייליגע רבי ר' אלימלך זצ"ל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » פרייטאג דעצמבער 28, 2007 1:31 pm

מיט רשות וויל איך צולייגען נאך איין בילד פונעם חשוב'ען נפטר ז"ל וואס איך האב געטראפען אויף ה"פ
צוגעלייגטע
shi.jpg
shi.jpg (33.1 KiB) געזעהן 3397 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט