ברוך דיין האמת

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 12:26 pm

ברוך דיין האמת.

אוי רבותי אדם כשר שמת.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 4:51 pm

יא, נעבעך, ר' דוד יוסף לייפער ע"ה. כ'בין נעכטן געווען ביי אים אין שפיטאל (צוויי טעג האט מען געהאט מנין ביי אים, אבער נעכטן האט זיך דאס מצב עטוואס סטאביליזירט האט מען זיך באגעניגט מיט 2 שומרים על כל צרה שלא תבא).

פאר 3-4 וואכן צוריק האב איך געלייגט טלית ותפילין מיט אים אין שפיטאל, אבער ליידער א וואך דערויף (פורים ביינאכט) האט ער געכאפט א הארץ אטאקע און אריינגעפאלן אין א קאומא ל"ע.

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 4:56 pm

איז אפשר געהאנגען צעטלעך פורים אין ביהמ"ד אין קרית יואל אז מ'זאל גיים צו אים ? מיט א טעלעפון נומער ?
האט ער אפשר געוואוינט אויף סטראפקאוו רד. ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9144
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 5:02 pm

צייטליך האט געשריבן:האט ער אפשר געוואוינט אויף סטראפקאוו רד. ?

יא.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 5:04 pm

אויסצוקלארן א פרט אין מיין פריערדיגע תגובה: די מעשה וואס איך האב באשריבן איבער צוזאמלייגן די תפילין פון א חולה (אין די קרעטשמע גופא - ביטע שטעלן א לינק, ייש"כ למפרע) האט גארנישט צוטאן מיט דעם נפטר ע"ה, איך האב - ליידער - די זכיה צו לייגן תפילין פאר מערערע חולי ישראל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 5:57 pm


אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » זונטאג אפריל 01, 2007 11:17 am

שרעקליכע טראגעדיע אין קרית יואל. א 9 יעריג מיידעלע איז אומגעקומען פארגאנגענעם שבת הגדול נאכדעם וואס אן אויטא האט איר אראפגעקלאפט ערב שבת. די לוי' איז פארגעקומען נעכטן נאכט אין פארנט פון ביהמ"ד הגדול דסאטמאר בקרית יואל. נישט געווען קיין הספדים צוליב חודש ניסן. אבער די עלטערן דארפן יעצט פראווען א סדר מיט שמחה... רבש"ע, נאר דו קענסט טרייסטן די אידעלעך! האב שון רחמנות!
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אפריל 01, 2007 3:15 pm

די טרערן הערן נישט אויף רינען, דער רמז איז א פילפאכיגער. רבונו של עולם תקע בשופר גדול לחרותינו, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » זונטאג אפריל 01, 2007 11:59 pm

ס'איז שוידערליך, אין מילים.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דאנארשטאג אפריל 12, 2007 9:51 am

אוי וויי.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 22, 2007 12:30 am

הרב החסיד ר' יונה פילאפף ז"ל.

די לווי' איז שוין געווען פאר שבת, זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אלע זיינע הונדערטער תלמידים, און ס'זאל שוין זיין בלע מות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, אמן.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אפריל 22, 2007 11:56 am

ברוך דיין האמת.
גאר א חשוב'ער איד געווען, כ'האב אים געקענט פון די נאנט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג אפריל 22, 2007 12:11 pm

ברוך דיין האמת,

געווען מיין מגיד שיעור, גאר א חשובער איד געווען, נאך פונעם אלטן דור, דער זכות פון אויפשטעלן אזויפיל תלמידים הגינים וועט אים זיכער ביישטיין.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אפריל 22, 2007 2:51 pm

יא ליידער, אבד חסיד מן הארץ. א ריכטיגער אדם כשר. העמיד תלמידים הגונים, ודורות ישרים ומבורכים בליעה"ר.

געהאט די זכיה נפטר צו ווערן ערב שבת קודש און קומען לקבורה לעת ערב (כמבואר בזוה"ק די געוואלדיגע סגולה דערפון).

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18572
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג אפריל 22, 2007 4:29 pm

אינטערעסאנט צו צולייגן, אז אין צוואה שרייבט ער, אז מ'זאל נישט לייגן קיין צעטלעך פון זיין לווי', און ווי אויך זאל מען עס מאכן זייער שנעל, אזוי ווי ס'וואלט ווען געווען ערב שבת נאנט צום זמן.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג אפריל 23, 2007 2:11 pm

יא איך הער, כ'אב עס געהערט פאר די מקוה זונטאג, און דו?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אפריל 23, 2007 2:26 pm

ברוך דיין האמת.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג יוני 07, 2007 10:48 pm

א ביטערע בשורה צושפרייט זיך יעצט אין וויליאמסבורג, מיטן פלוצלינגדיגן פטירה פון א גאון וצדיק, א ת"ח עצום ישב באהלי תורה יומם ולילה, כל רז לא אניס ליה, הרה"ג רבי שניאור זלמן בערנבלוט זצ"ל, וועלכער איז געפונען געווארן שלא בין החיים ל"ע היינט אויפדערנאכט.

דער חשוב'ער נפטר איז געווען אן איידעם ביי הרה"ג אב"ד מאנטעווידעא שליט"א.

די לוי' וועט פארקומען מארגן עש"ק אום 10:30 אינדערפרי, פארענט פון ביהמ"ד מאנטעווידעא אין וויליאמסבורג.

ויהי רצון שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג יוני 08, 2007 11:04 am

א ביטערער אימגליק נעבעך, ער האט זיך אראפגעלייגט שלאפן נעכטען נאכמיטאג, נאכדעם וואס ער איז אהיים געקימען פון מסדר זיין א גט, זיין ווייב האט אים פראבירט צו דערוועקן אבער אן ערפאלג, די חברה הצלה האט געארבייט ביי זיין הויז אויף ראטלידזש ביי ווייט איבער א שעה, און מ'האט געזעהן אז עס שוין ליידער נישט דא וואס צוטוען, ער האט צירוק געגעבן זיין נשמה ליוצרה אין יונגען עלטער פון 52 יאר,

די לווייה קומט יעצט פאר פארט פון מאנטעווידעא ביהמ"ד,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג יוני 08, 2007 2:58 pm

דיין חתימה הרג'ט די גאנצע זאך...

--
עס האבן מספיד געווען: דער עלטסטער שוואגער הרב חיים יוסף לייטנער שליט"א, א שוואגער הרב מ'סענדזשארדזש שליט"א, א שוואגער הרב נפתלי דוד לייטנער שליט"א, א ידיד נאמן מנעוריו הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א, א קרוב הרב גאלדמאן מנייפעסט שליט"א, א שוואגער הרב פערלמוטער, צוויי פארהייראטע זוהן פונעם נפטר ז"ל, דער איידעם הרב יונגער, א שכן טוב הרב הערשל אויש שליט"א.

אלע ווי איינס האבן ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התמדת התורה פונעם נפטר, וועלכער האט זיך כמעט נישט ארויסגערירט פון די ד' אמות של הלכה, אדורכגעטאן אלע חלקי התורה מיט א קלארקייט, חריפות און בקיאות, מדקדק געווען בקלה כבחמורה, און מחנך געווען דורות ישרים ומבורכים.

יהא זכרו ברוך, ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל בב"א.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » פרייטאג יוני 08, 2007 6:10 pm

ברוך דיין האמת

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12548
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג יוני 10, 2007 12:36 pm

אן עלטערע פרוי וועלכע איז דאנערשטאג נאכט אראפגעקלאפט געווארן דורך א סקול-באס אין וויליאמסבורג, איז נעבעך אומגעקומען אין שפיטאל.
קרעדיט: קול מבשר.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג יוני 10, 2007 3:45 pm

ברוך דיין האמת. די אויבנדערמאנטע איז די פרוי פון הרב חיים ברוך פינק מחסידי בעלזא (קרעדיט: הנ"ל)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג יוני 10, 2007 4:16 pm

איך זעה אז די פאליס (ען.וויי.פי.די.) האט אראפגעשטעלט אן עלעקטעראנישער סיין אויף וומסב"ג סט. פארן אריינגאנג צום בי.קיא.אי. ווי זיי מעלדן אז עס איז פארגעקימען אויף דעם פלאץ א 'היט-ענד-ראן', און זיי בעטן פאר אינפארמאציע פון ווער עס ווייסט,

ס'קוקט אויס אז זיי נעמען עס זייער סיריעס.


ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מיטוואך יולי 04, 2007 11:57 am

הגה"צ מנאראל זצ"ל איז נפטר געווארען און עלטער פון 99 יאר,
ת.נ.צ.ב.ה. און זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע .
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: sholom88, yid101, אבן יקרה, יואל שווארטץ, מטעמים, נא_שכל, נאטרוליסט, ענוותן און 41 געסט