ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:גם אני בחלומי, כ'געדענק פון שמועסן מיט נייטרא תלמידים דער נאמען ר' אלי' קאהן האט עפעס געברענגט א גרויס רעספעקט, ליידער נישט זוכה געווען אים צו קענען, אויף דעם לאנגען הספד דא פרעג איך: א. וואס איז געשען מיט זיין געלט, ער האט עס אוועק געטיילט פאר נצרכים? ב. ווער זענען זיינע קינדער?


אויפגעשטעלט א הערליך שטוב דור ישרים יבורך ת"ח ובעלי צדקה


אויב מ'מעג אויב מ'קען ענטפערן: ער האט צוטיילט זיין גאנצע געלט פאר צדקה?
קינדער און עטליכע אייניקלעך קען איך פון זען, חשוב'ע חשוב'ע אידן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובה דורך שה אחד »

אין ארץ ישראל איז נפטר געווארן די וואך הרה"ח ר' ישראל צבי הכהן פראנצויז ז"ל
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובה דורך אוהב ציון »

לכאורה האט געשריבן:באקומען א הספד בריוועלע אויף ר' אלי' קאהן ז"ל פון "לכתחילה אריבער":

ר' אלי' איז נישטא! ר' אלי' קאהן... ז"ל! וויאזוי עס מען דאס??
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט שוין מיט צענדליגער יארן צוריק געהאט א ביזנעס וואס האט אריינגענומען צענדליגער מיליאנען א יאר, און איז אוועק פון די וועלט אן קיין געלט אין זיין באנק קאנטע?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען א "פשוט'ע בעל הבית" און איז אויפגעווען יעדע נאכט אין די פריע פארטאגס שטונדן און געלערנט מיט זיין חברותה לאנגע שעות תורה בעפאר'ן דאווענען?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט געפירט א גרויסע ביזנעס, און זיין איינציגסטע דאגה איז נישט געווען די ביזנעס, נאר אז "די תלמוד תורה זאל זיין געדעקט"?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז יעדן טאג געפארן אויפפיקן ברויט פאר די ישיבה תלמוד תורה און אנדערע אידן אין ישוב, פאר לאנגע צענדליגער יארן, ניטאמאל..... "שלא על מנת לקבל פרס" אויב דאס איז מעגליך?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען א "פשוט'ע בעל הבית" און האט יעדן איינציגסטן טאג געדאווענט ווי אידן האפן צו דאווענען כאטש אין די הייליגע טעג?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז געווען נישט געזונט און איז ענדליך אהיים געקומען פון שפיטאל האט ער די ערשטע זאך געבעטן די "טשעק ביכל" ווייל "מען דארף זיכער מאכן אז די תלמוד תורה איז געדעקט"?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט נישט נאר נישט געווארט אויף "כבוד" פאר וואס ער האט געטאן, נאר האט מיט אן אמת פארשטאנען אז עס קומט אים נישט אפילו קיין "ישר כח", ווייל "ער טוט פשוט וואס ער דארף צו טאן"?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז געווארן קראנק האט ער מיט א רואיגע געמיט געזאגט פאר זיין אייניקל אז "עס איז אוקעי, איים רעדי"!?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען קראנק עטליכע יאר, און איז אלס ארום געגאנגען מיט א שמייכל, נישט ווייל ער "האט זיך מחזק געווען" נאר ווייל ער האט באמת פארשטאנען מיט א פשטות אז "עס איז אוקעי"!?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט אויסער זיין חברותא פארטאגס געהאט נאך חברותות איבער'ן טאג, און פארשטייט זיך אז זונטאג אז מען ארבעט נישט.... מיינט דאס אז מען זיצט און מען לערנט א גאנצן טאג?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס איז געווען א עלטערער איד, א אוד מוצל מאש, א מיטגעמאכטער איד, א איד א גביר, וואס האט נישט געהאט עפעס אנדערש ווי א שמייכל און א גוט ווארט פאר "יעדעם איינעם" אפגעזען פון די יארגאנג, און פאזיציע?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז שוין נישט געווען געזונט און האט שוין נישט געקענט גיין אין די ביזנעס, אבער גיין צוזאמעננעמען געלט פאר די תלמוד תורה איז נישט געווען אפילו קיין שמועס אפצושטעלן?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט זיך שווער געשלעפט, מיט א וואלקער, און "נישט גיין אין שול, ווייל "ס'איז שווער" איז בכלל נישט געווען אין זיין ווערטער-בוך?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס ווען ער איז געגאנגען נאך געלט פאר די תלמוד תורה, און איד האט אים געזאגט "איך האב יעצט נישט, איך דארף אצינד חתונה מאכן צוויי קינדער", האט ער אוועק געלייגט די "רעסיט ביכל" און ארויסגענומען די "טשעק ביכל", געפרעגט דעם אידן "וויפיל פעלט דיר" און אויסגעשריבן א טשעק'ל מיט טערמינען צו באצאלן וואס איז געווען ממש א געלעכטער יעדע מאנאט?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט געהאט א פורניטשור ביזנעס וואס האט צווישן אנדערע זאכן פארקויפט קאוטשעס און "ריקליינערס" און ביי זיך אינדערהיים האט ער נישט געהאט קיין ריקליינער! נישט ווייל ער האט געקארגט, נאר ווייל ער האט נישט פארשטאנען "פארוואס מען דארף דאס האבן"!?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט אנגעפירט און זיך געזארגט פאר די גראסערי אין ישוב און די געלט וואס איז אריינגעקומען מיט א פשוטות אוועקגעגעבן פאר די תלמוד תורה?
וויאזוי עסט מען די פטירה פון א איד וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין "תורה", "עבודה" און אין "גמילת חסדים" פשוטו כמשמעו אויף א גאר דערהויבענע פארנעם?
אזוי קען מען שרייבן און שרייבן און שווער קומען צו א ענדע, און די פראגע וועט ווייטער זיין "וויאזוי עסט מען די פטירה פון אזא איד"?
און די צווייטע פראגע וועט זיין "מי יתן תמורתו?
און די דריטע פראגע וועט זיין "וואס וועט מען ווייזן פאר די קינדער"? "וויאזוי וועט מען זיי פארשטיין געבן וואס מיינט "אן אמאליגע "בעל הבית"?
און אזוי ווייטער פראגע נאך פראגע!
עס וועט אפשר זיין שווער פאר איינעם וואס איז נישט קיין נייטרא תלמוד צו פארשטיין, אבער פאר א נייטרא תלמוד איז גענוג צו זאגן אויף ר' אלי' ז"ל עטליכע ווערטער וואס ברענגט ארויס די גאנצע בילד, און די גאנצע פארלוסט:
"ווידער האבן מיר פארלוירן איינע פון די לעצט פארבליבענע טיילן פון מרן רחמ"ד זצ"ל"! "נעכטן איז מרן רחמ"ד זצ"ל ווידעראמאל נפטר געווארן"!
ר' אלי' איר זענען געווען א מוסטער פון א "תלמוד פון רבי מיכאל בער"!
ר' אלי' איז זענט געווען א מוסטער פון א איד וואס מרן זצ"ל האט געוואלט אהערשטעלן!
ר' אלי' איר זענען געווען א מוסטער פאר אייערע קינדער, אייניקלעך און איר אייניקלעך, איר זענען געווען א מוסטער פאר אלע אייערע ארומיגע, איר זענט געווען א מוסטער פאר גאנץ כלל ישראל!!
איי איי ר' אלי' ר' אלי'! "אבד חסיד מן הארץ"! "חבל על דאבדין ולא משתכחין"!
זאל דער אויבערשטער טרייסטן דיין חשוב'ע אלמנה פונאנדערגעשיידט, וואס איז דיר אזוי געשטאנען געטריי צו די רעכטע האנט, און אזוי געטריי געשטאנען אין די גראסערי שלא על מנת לקבל פרס.
זאל דער אויבערשטער טרייסטן דיין חשוב'ע לאנגיעריגע חברותא ר' בנימין זאב לעווי זז"ג פונאנדערגעשיידט, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו, בבריאות השלימות.
זאל דער אויבערשטער טרייסטן דיין חשוב'ע משפחה פון קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך וואס האבן באמת פארלוירן אן פערזענליכע אוצר.
זאל דער אויבערשטער טרייסטן אונז אלע תלמידי נייטרא בפרט און כלל ישראל בכלל וואס האבן פארלוירן אזא וויכטיגע "מוסטער".
און זאל דער אויבערשטער שוין בקרוב טרייסטן זיין פאלק מיט די אמת'דיגע אייביגער און פולקאמער טרייסט פון יקיצו וירננו שוכני עפר בביאת גואל צדק בב"א.


איך האב געהערט פון איינער אז סהאט זיך געדרייט קאפיס פון דיין הספד ביי די שבעה די משפחה האט זייער הנאה געהאט
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובה דורך משה ישר »

שה אחד האט געשריבן:אין ארץ ישראל איז נפטר געווארן די וואך הרה"ח ר' ישראל צבי הכהן פראנצויז ז"ל

בד"ה.
משפחה מיט ר' משה פראנצויז ז"ל פין וומסב"ג?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובה דורך פעפערקארן »

ברוך דיין האמת ר' משה ווייס פון מאנטריאל סופר סת"ם
אוועטאר
רעדנער
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

תגובה דורך רעדנער »

שוואגער פון הגה''צ מקארלסבורג שליט''א?
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

יא יא. בד"ה. גאר א זיסער איד געווען, זיך נעבעך אפגעמוטשעט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
רעדנער
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

תגובה דורך רעדנער »

איידעם פון הרה''צ רבי חיים מענדל כהן זצ''ל שוואגער פון ר' עמרם כהן בתים מאכער, און ר' דוד כהן פון קרית יואל ע''ה און ר' יעקב אקער און נאך.
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5442
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

ר יעקב אקער אין ר עמרם כהן האלטן יעצט אינמיטן שבע ברכות פון איינקליך בשותפות
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

בקנאו את קנאתי .

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מאן דאמר האט געשריבן:בד״ה ר׳ משה ווייס פון מאנטריאל, דער סופר

ברודער פונעם באקאנטן קנאי לוחם מלחמת ה' ר' מאטל ווייס ע"ה וואס איז נעבעך פלוצלינג אוועק אונטערוועגענס אין לאנדאן הבירה, און די רעשאנטע קאראנער ימ"ש האט אויפגעהאלטן די קערפער פאר מער פון א וואך ל"ע.
השמש
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 18, 2015 11:23 am

תגובה דורך השמש »

רעדנער האט געשריבן:שוואגער פון הגה''צ מקארלסבורג שליט''א?

יא , ער איז געווען א פארצייטישע איד, אייביג האט ער געהאט א גוט ווארט, אייביג געהאט א שמייכל
א זיסער איד געווען
יהי זכרו ברוך
וואס איז געשעהן ?ווי אלט ?
לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך והיה לך ד' לאור עולם ואלקיך לתפארתך.
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובה דורך שטיגליץ »

השמש האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:שוואגער פון הגה''צ מקארלסבורג שליט''א?

יא , ער איז געווען א פארצייטישע איד, אייביג האט ער געהאט א גוט ווארט, אייביג געהאט א שמייכל
א זיסער איד געווען
יהי זכרו ברוך
וואס איז געשעהן ?ווי אלט ?

יענע מחלה ל"ע די לעצטע פאר חדשים, דאכצעך ער איז געווען אין די פריע זיבעציגער יארן
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

השמש האט געשריבן:
רעדנער האט געשריבן:שוואגער פון הגה''צ מקארלסבורג שליט''א?


וואס איז געשעהן ?ווי אלט ?

צוויי און זיבעציג יאר אלט.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

תגובה דורך moishy56 »

ברוך דיין האמת.

מרת ראזענבערג ע״ה פון מאנטשעסטער
אלמנת הרה״ח ר' משה דוד ראזענברג ז״ל פין זענטא / מאנטשעסטער,
מחסידי בעלזא.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
יערסלוב
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובה דורך יערסלוב »

moishy56 האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

מרת מלכה ראזענבערג ע״ה פון מאנטשעסטער בת הרה"ח ר' אהרן צבי ווייס ע"ה
אלמנת הרה״ח ר' משה דוד ראזענברג ז״ל פין זענטא / מאנטשעסטער,
מחסידי בעלזא.
Montrealtosh
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 11:40 pm

תגובה דורך Montrealtosh »

ר משה ווייס ע״ה איז געווען א טייערער איד, מאנטריאל האט פארלוירן א פני הקהילה, א איד וואס האט מדקדק געווען אויף יעדען הלכה
ער איז געגאנגען יעדען פרייטאג נאך געלט פאר אידן אויף שבת
אסאך אידן האבן מדקדק געווען צו קויפן דווקא זיין תפילין און מזוזות
פארציילט סיפורי צדיקים מיט א טעם זקינים
אכטונג געגעבען אויף קדושת בית מדרש שטול געמאכט די וואס רעדען ביים ליינען און ביים חזרת הש״ץ
מאנטריאל סאטמאר אבידה שאין לה תמורה
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובה דורך מענטשאלע »

אין בני ברק איז נפטר געווארן אין די לעצטע מינוטן הרב החסיד רבי אברהם קאליש ז"ל, מחשובי מתפללי ביהמ"ד דושינסקיא אין שטאט
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

בד''ה

הרה''ג ר' גרשון מענדל פעלדמאן ז''ל
ר''מ בישיבה מהרי''ט קרית יואל
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:בד''ה

הרה''ג ר' גרשון מענדל פעלדמאן ז''ל
ר''מ בישיבה מהרי''ט קרית יואל

בד"ה. גאר א חשוב'ער איד געווען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובה דורך צולייגער »

בד"ה! גאר חשוב'ער איד געווען.

נישט געזונט געווען?
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פעפערקארן האט געשריבן:ברוך דיין האמת ר' משה ווייס פון מאנטריאל סופר סת"ם

מלפנים מחסידי ויזניץ, וואו האט מען אים באערדיגט?.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובה דורך עכט היימיש »

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:בד''ה

הרה''ג ר' גרשון מענדל פעלדמאן ז''ל
ר''מ בישיבה מהרי''ט קרית יואל

בילד?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
פעפערקארן האט געשריבן:ברוך דיין האמת ר' משה ווייס פון מאנטריאל סופר סת"ם

מלפנים מחסידי ויזניץ, וואו האט מען אים באערדיגט?.

קר"י.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובה דורך צו געזונט »

צולייגער האט געשריבן:בד"ה! גאר חשוב'ער איד געווען.

נישט געזונט געווען?

יא. געווען אין א שפיטאל ווייט אוועק שוין פאר א שטיק צייט. די משפחה האצעך שוין מיט אים געזעגנט עטליכע וואכען צוריק
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

עכט היימיש האט געשריבן:
ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:בד''ה

הרה''ג ר' גרשון מענדל פעלדמאן ז''ל
ר''מ בישיבה מהרי''ט קרית יואל

בילד?

האט זיין פאטער אמאל געוואוינט אין סיגעעט ?( שווער פון הרב מערץ פון תולעת יעקב מאנרא)
משפחה מיטן שמש פון סאטמאר ראדני?.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”