בלאט 1 פון 1015

ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2006 11:04 am
דורך סאכדעס
דער אשכול וועט זיין געווידמעט פאר אזעלכע אומשטענדן.

געקומען די ביטערע בשורה, אז הרה"ג ר' נתן יוסף מייזעלס, זצ"ל, החזיר נשמתו ליוצרו.
יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

ווער עס ווייסט מערערער פרטים איבער די לוי' זאל ביטע פאוסטן.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2006 11:41 am
דורך Jewboy
ברוך דיין האמת

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2006 12:56 am
דורך קרעמער
ברוך דיין האמת, די לוי' איז פארגעקומען פארנט פון זיין בית המדרש אין מאנסי (כפי הודעת קול מבשר) אום פינעף אזייגער היינט נאכמיטאג.

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2006 10:46 am
דורך סאכדעס
די ווענט וויינען פון הערן אזויפיל צרות ישראל, ליידער איז אוועקגעריסן געווארן די רביצין פון אדמו"ר ספינקא שליט"א, אוי גאט האב שוין רחמנות.

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2006 9:45 pm
דורך 3x0
אז מען שרייבט שוין יא, פארוואס זאל נישט שטיין פינקטליכער?

מען רעדט דא פון אשת הרב ישכר דוב בעריש בן אסתר רחל לרפו"ש

געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2006 10:55 pm
דורך קרעמער
איך בין היינט געווען מנחם אבל זיין ביי ספינקא רבי הרה"צ ר' בעריש שליט"א, וועלכער זיצט שבעה ל"ע נאך זיין רעבעצין ע"ה, ביי זיך אין בית המדרש (ווי גוט האט ער זיך אויסגעדרוקט ביי די לויה: די בית המדרש איז געווען איר דיינונג רום, דערפאר מאכט מען דארט די לויה און מען זיצט דארט שבעה). הגם דער רבי שליט"א איז נישט געווען אין ביהמ"ד ווען איך בין אנגעקומען צוליב זיין חולשה ל"ע, האב איך אבער מנחם געווען די קינדער זיינע, און די ברידער פון די נפטרת ע"ה להבחל"ח הרבנים שליט"א.

עס איז געווען א הארצרייסנדע סצענע צו זעהן יונגעלייטלעך אויסגע'שורה'ט אויף די שווארצע מתעסקים בענקלעך (די מתעסקים חברה וועלן זיכער באקומען א שטוהל אין גן עדן, זיי שטעלן אהער א מעכטיגע אפאראט ביי יעדע ניחום אבלים ל"ע, פון עירקאנדישן מיט סטיעם ביז קאלטע וואסער און באקוועמע בענקלעך, א זאך וואס פלעגט אמאל קאסטן שווערע געלטער געבן זיי אוועק לשם מצוה, תהא משכורתם שלימה, און קיינער זאל צו זיי נישט דארפן צוקומען), ברודערלעך וואס האבן יעצט פארלוירן א מאמע, אזוי פלוצלינג אזוי אומגעראכטן, בעת זיי זענען עוסק די לעצטע האלב יאר מיט תהלים זאגן פארן געזונט פון זייער פאטער, איז די ביטערע גזירה גאר געווען אויף די מוטער ע"ה. איך האב שוין לאנג נישט געזען אזעלכע פארוויינטע אייגעלעך ווי דארטן, עלטערע אינגעלייט וועלכע מאכן שוין באלד חתונה קינדער זענען געזיצן נעבן זייערע אינגערע ברודער, איינער פון זיי א אינגער חתן, אלע האבן זיי נעבעך געהאט אזעלכע אויפגעשוואלענע אויגן פון פול געוויין. זאל השי"ת זיי מנחם זיין, צוזאמען מיט ציון וירושלים, מיטן אנקום פון משיח צדקינו בב"א.

געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2006 11:44 am
דורך איך פרוביר
אוי זאל שוין זיך דער פון אויבן מרחם זיין, אמן.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2006 9:26 am
דורך סאכדעס
א בחור פון 18 יאר היינט ל"ע נעדר געווארן אברהם בנימין ביינוש כ"ץ נאכן דאווענען וותיקין, און לערנען א שעה פארן דאווענען.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2006 11:06 am
דורך יאנאש
ר' ניסן לעווי ז"ל

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 7:45 pm
דורך קרעמער
היינט איז נפטר געווארן א חשוב'ער איד ר' בערל גאטעסמאן, אין אינגן עלטער פון 43 יאר בערך.

ר' בערל פלעגט ארבייטן - איך שרייב ארבייטן, אבער דאס איז אזא סארט ארבעט וואס מען קען נישט באצאלן, עס איז געווען מער לשם מצות ביקור חולים - אין "אשל אברהם" היים אין וויליאמסבורג, וואו ער פלעגט זיך ארומדרייען און מחזק זיין די עלטערע אידן, זיי ארויסהעלפן מיט אלע זייערע באדערפענישן, און פרובירן לייכטער צו מאכן זייער מצב מיט אלעס וואס נאר מעגליך.

די שמייכל פון ר' בערל, באגלייט מיט זיין גוט ווארט, וועלן מיר געדענקן אויף לאנגע צייטן. יהא זכרו ברוך, און די זכות פון מצות ביקור חולים זאל אים ביישטיין שתהא נשמתו צרורה בצרור החיים, ובלע ה' מות לנצח ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים בב"א.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 1:56 pm
דורך סאכדעס
ברוך דיין האמת

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2006 1:15 am
דורך יאנאש
נעכטן נאכט אוועק א טייערער איד פון ק"י ר' גבריאל הכהן ווייס ע"ה.

די וואך חתונה געמאכט א טאכטער (נישט דאס יונגסטע).

געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2006 1:09 pm
דורך סאכדעס
ברוך דיין האמת, די הארץ וויינט צו הערן אזעלכע ביטערע צרות, היינט אוועק א טאכטער פון ר' אלימלך איך מיין אז טירנויער אדער לייפער איז זיין לעצטע נאמען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2006 3:10 pm
דורך סאכדעס
אוי רבוש"ע וואס וועט זיין דא? ברוך דיין האמת ר' מנחם קאהן איבערגעלאזט א שטוב מיט 12 קינדערליך, ירחם ה' על עמו ועל ארצו.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2006 5:17 pm
דורך 3x0
סאכדעס האט געשריבן:אוי רבוש"ע וואס וועט זיין דא? ברוך דיין האמת ר' מנחם קאהן איבערגעלאזט א שטוב מיט 12 קינדערליך, ירחם ה' על עמו ועל ארצו.

ווער איז דאס?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2006 5:51 pm
דורך סאכדעס
איך ווייס נישט פונקטליך אבער וואס איז דען א חילוק?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 12:36 am
דורך קרעמער
סאכדעס האט געשריבן:אוי רבוש"ע וואס וועט זיין דא? ברוך דיין האמת ר' מנחם קאהן איבערגעלאזט א שטוב מיט 12 קינדערליך, ירחם ה' על עמו ועל ארצו.

דער איד וואוינט אין קליוולאנד אהייא, אבער איז אומגעקומען ביי א קאר עקסידענט אין די מאונטענס, ער פארמאגט 9 קינדער (נישט ווי געמאלדן דורך וואס-איז-נייעס).

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 8:36 am
דורך יאנאש
איך האב געהערט פון זיינס א קרוב אז ער האט פארמאגט 'אכט' קינדערלעך, אלע נאך אין שטוב.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2006 9:58 am
דורך קרעמער
איך האב אויך גערעדט מיט זיינס א קרוב, יענער האט מיר געגעבן דעם ציפער 9.

אזוי צו אזוי, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות.

אגב, אור ליום כ"ז אב העעל"ט האב איך געדאווענט מעריב אינעם פרוזדור פון ביהמ"ד הגדול בקרית יואל, נאך מעריב איז מיין - מיט נאך אנדערע אידן'ס - הארץ צוגאנגען הערנדיג א קליין יונגל, ער האט נישט אויסגעזען מער ווי 6 יאר בערך, זאגען דעם קדיש יתום מיט זיין דינעם זיסן קול, שטייערנע ווענט האבן געקענט צוגיין פאר מיטלייד, השם ירחם.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2006 2:11 pm
דורך פענסטער
ברוך דיין האמת, ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה האט אויסגעהויעכט זיין נשמה.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2006 11:07 pm
דורך קרעמער
יעצט קומט די ביטערע בשורה אז דער תלמיד חכם און מגיד שיעור הרה"ח ר' מענדל הענדלער ע"ה פון קרית יואל האט ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה אינמיטן רעוא דרעוין אין ביהמ"ד קומץ המנחה.

ברוך דיין האמת.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2006 5:52 pm
דורך ניק
דער וואס פלעגט גיין צו אלע ברית'ן אין מאנרא?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 19, 2006 5:58 pm
דורך איך_הער
יא.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 11:53 am
דורך איך_הער
ר' דוד לייפער ע"ה. פון קרית יואל.

מיט אים איז געשען די עקסידענט כ"א כסלו, אויפן 17.

ת.נ.צ.ב.ה.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2007 12:01 pm
דורך מאשקע
ברוך דיין האמת. ס'איז שרעקליך.