ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

אריין געכאפט און אויסגעטיילט דעי פורים אסאך צדקה מיט צינעמען אויף יענע וועלט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

א בילד פון ר' בנציון ע"ה מיט הרמ"ד שליט"א מבאבוב.
אטעטשמענטס
450mach-unger.jpg
450mach-unger.jpg (31.02 KiB) געזען 3421 מאל
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

יעצט הער איך איבער די טראגישע אומקום פון א בחור, וואס איז ליידער נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי אין בארא פארק.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובה דורך אלעקסיי »

נעבאך
דעטאלען נישט געהערט?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
John McCain

תגובה דורך John McCain »

בד"ה יעצט גאקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון אשת ר' אברהם ציממערמאן נ"י פון ב"פ
חתונה געמאכט אפאר וואכן צוריק א קינד
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

קרעמער האט געשריבן:יעצט הער איך איבער די טראגישע אומקום פון א בחור, וואס איז ליידער נישט אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי אין בארא פארק.


אויפן אנפראגע פון אלעקסיי: דער בחור ע"ה האט געלערנט אין היימישע ישיבות (אמת יאסל?), אבער האט ליידער שטארק געגליטשט, ער איז שוין פארעלטערט געווארן און מען זאגט אז די מכה בפטיש איז געקומען אלס רעזולטאט פון א דראג באנוץ, השם ירחם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דעי מעשה איז שוין געשען נעכטן,

ער קומט פון א משפחה בעלי תשובה, וואס א חלק פון זיי זענען נעבעך צירוקגעפאלן
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובה דורך קרעמער »

נעכטן? איך האב עס שוין געשריבן מאנטאג.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובה דורך יאסל »

יא נעבעך אזוי דרייט זיך די וועלט ה"י
אנטשולדיגט

תגובה דורך אנטשולדיגט »

ר' בערל חנון זצ"ל. ממקובלי י-ם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

אנטשולדיגט האט געשריבן:ר' בערל חנון זצ"ל. ממקובלי י-ם


מער פרטים ביטע
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובה דורך 3x0 »

ער האט עפעס מיט ר' יעקב?
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך salads »

אוי נעבעך, ס'רייסט ביים הארץ, ווי קען מען עס איבערטרוגן, י.ל ע"ה דער עלטערער בחור וואס האט אזוי פיל מיט געמאכט איז שוין נישטא.

דאס איז דאך געווען א גאלדענע נשמה. כ'האב מיט אים געלערנט אין איינע פון די היימישע ישובות. א פיין קעפל געהאט, גיט געלערנט, ארויסגעהאט א ענין שנעל אין גיט, זיך גערעכנט פון די פיינע בחורים אין ישובה. (איינע פון די בעסטע ישובות אין זיינער צייט) ס'גייט שוין צוריק א שיינע פאר יאהר.

א סענס אוו יומער, אזא פרייליכער, נישטא זיינס גלייכן. אבער קיינמאל קיינמאל נישט אויף יענעמ'ס חשבון. (נישט ווייל ער האט געדארפט אבאכט געבן נישט צו בארירן יענעמ'ס געפילן ביים אינטערהאלטן די אימיגע, נאר ס'האט אינגאנצן נישט אויסגעפעלט, ער האט געהאט געניג אין נאך, אפי' אן אריינמישן מענטשן דערין,) ס'איז שווער געווען צו שטיין נעבן אים אין נישט ווערן פארפלייצט מיט אויפגעלייגטע געפילן.

א גיטער באטעם'טער שמיסער, אייביג האט ער געהאט נאך א סובדזשעקט וואס נאך ארויף צו ברענגען. זיין ווערטער אוצר איז קיינמאל נישט שטיין געבליבן. נישט קיין חילוק מיט וועם ער האט פארברענגט, אפי' מיט גאר קנאפע שמיסער, איז עס געווען לעבעדיג אין מיט זאפט. ער איז קיינמאל נישט געווען פון די וואס מאכן אפ, מיט דעם וועל כ'יא רעדן אין מיט דעם נישט, די שוואכסטע אין כיתה. ס'האט געמעגט זיין אזעלעכע וואס זיינען אפי' כמעט געווען איזולירט פינעם נארמאלן מענטשהייט (מ'זאל נישט וויסן) אבער ער האט געפינען א וועג ווי מיט יענעם צו פארברענגען, אין אים פרייעליך מאכן.

גאוה האט ביי אים נישט עקזיסטירט, ווי אויבן דערמאנט איז ביי אים יעדער געווען גלייך. דער מלך פינעם כיתה, אין דער וואס קוים קיקט איינער אויף אים, זיינען ביי אים געווען גלייך-בארעכטיגט. ער האט קיינמאל נישט געטראכט ס'פאסט מיר נישט... אדער ענליכעס.. נו אוואדאי נישט, ער איז געווען געבויעט מיט א ספעציעלע פערסונאליטי טייג, זיין שטארקע פערסונאליטי האט קיינמאל נישט געקענט געבראכן ווערן דארך זייטיגע נישטיגע אדער איינגערעדטע כמו בושה'לעך , מ'זאל מיך נישט אראפ קוקן. זיין כאראקטער איז געווען סאך שטערקער דערפון, ס'האט אים נישט געפאסט צו טראכטן ס'פאסט מיר נישט.

א בחור מיט א שיין הויך'ן געבויטער געשטעל. דורשניטליך געקרייזעלטע פאות האבן אים באצייכנט דאס פנים. אין א היבש פילער אומבארירטער בערדל, נאך פון די פריע בחורישע יאהרן. זיין אויסקוק האט ארויסגעברענגט רעספעקט. אין יעדער האט ליעב געהאט צו זיין גיט מיט אים, א בחור ממש צו גאט אין צו לייט. די מגידי שיעור פלעיגן שטאלצירן מיט אים. אין ס'איז אינז געווען א פראכט אין שיינקייט אז אזא בחור באלאנגט אין אינזער כיתה.

ס'פלעיגט זיך מיר טאקע אסאך וואונדערן, אין די לעצטעריגע 7-10 יאהר, וואס מיט אים איז געווארן. ווי ער וואוינט, ווי ער האט חתונה געהאט, וויפיל קינדער ער האט, א.א.וו. אבער ס'איז געווען נארמאל, ווייל אסאך אין מיין כיתה האב כ'שוין נישט געטראפן יאהרן. כ'פלעיג זיך פארשטעלן אז אלעס גייט ביי אים מסתם די בעסטע מעיגליך.(פארוואס נישט!)



היינט צופרי אין בהמ"ד פארן דאווענען, ווער כ'פארכאפט אין א שאקליכע איבעראשונג, ווען מיינס א אלטער ידיד דערציילט מיר מיט א קענטליכער ביטערניש, אז ער האט מיר זייער געזיכט לעצטע וואך מאנטוג. ווייל ער האט מיר געוואלט ריפן צו די לווי'..
ער דערציילט מיר אז י.ל.ע"ה איז שוין נישט דא, אין איבער זיינע טראגישע לעצטעריגע איבערלעבענישן. דאס הארץ האט געצאפלט פאר ווייטוג, ס'האט געטוליעט פאר שרעק, וואס פון אזא געלונגען בחור קען אלס פארוואנדלט ווערן, וואס צרות אין מיטמאכענישן קען אלס מיט א מענטש מאכן. ס'שניידט דאך ביים הארץ. ווער האט זיך געקענט אמאל פארשטעלן אז אזא בחור קען גליטשן. נישט אלס זיין פרומקייט וואס קען אמאל אויסוועפן אין זאל נישט ברענגען א פארקערטע ריעקשן, נאר זיין פעסטער כאראקטער זיין אטאריטעט אויף זיך, זיין גאנצער געדאנקן-גאנג. ס'איז נישט צום באשרייבן, אין זיכער נישט צום גלייבן, אז "ער" זאל צוקומען צו אזא שפל המצב.


ס'איז זייער שווער זיך צו טרייסטן, ס'איז ליידער נישטא מיט וואס, ער האט נעבעך גארנישט איבערגעלאזט. ס'רוב פון זיין יאהר-גאנג וואס האבן שוין אויפגעשטעלט א שטוב מיט חדר-קינדער. אין ער האט זיך נאך נעבעך געוואלגערט אין די גאסן. א שאדט אז ווען ער האט געלעבט האבן מיט נישט געוויסט דערפון, אינז האבן זיך אזוי טראגיש דערוויסט ווען ס'איז שוין נישט געווען וואס צו טיען. אויב אויף איינעם אנצייגן די שילד איז עס נאר אויף אינז, אינז האבן אים געקענט פון יוגנט אן, אינז האבן מיט אים מיטגעלעבט, אינז האבן געהאט געוואלדיגע געפילן צי אים. אבער וואס קען מען טיען, יעצט איז שוין לאחר המעשה.

אבער פון יעצט אין ווייטער לאמיר אים נישט פארלאזן, לאמיר לערנען א משנה'לע, אין צינדן א ליכט, כאפן א טבילה לעי"נ. וויפיל ס'ליגט נאך אין אינזערע הענט לאמיר נישט יעצט פארפאסן. לאמיר אים יעצט כאטש נישט פארגעסן אינגאנצן.


נ.ב.
כ'ווייס נישט זיין טאטע'ס נאמען, אויב איינער קען ציקומען דערצו, מצוה לפרסמו.
מ'קען עס דא אראפברענגען.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

סאלאדס:

הערנדיג דעם הספד דיין
בין איך פלעין געקומען צו געוויין

ארום קוקנדיג אין מיין עידזש
זע איך מיך אן די סעים פעידזש

איך האב געלערנט אין ישיבה אין די יונגע יארן
מיט א בחור מיט א קאפ א קלארן

געלערנט גמרא תוס' א מחי'
פארשטאנען גוט רבא מיט אביי

לוסטיג און לעבעדיג און א בעל מידות אלעמאל
אייביג געפאלגט די רול

מיט די צייט האב מיר זיך צוטיילט
איך האב אין אן אנדערע ישיבה געוויילט

די צייט איז שנעל אריבער געלאפן
הערשט נאך מיין חתונה האב איך אים געטראפן

איך קוק אים אזוי אן
איך ווייס נישט וואס מיט אים האט זיך אלץ געטאן

איך טרעף אים א יעדע וויילע
ער זעהט אויס ווי א שבר כלי

ער פרובירט זיך פרייליך צו מאכן
אבער איך זע אז ס'איז נאר געמאכטע זאכן

א גוט ווארט איך ווארף אריין
אויף זיין פנים זעהט זיך א שיין

אבער מיט וואס קען איך אים העלפן ארויס
ער האט נאך נישט אויפגעשטעלט קיין אייגן הויז

א תפילה טאן נאר איך קען
א ישועה ער זאל שוין זען

זוכה זיין צו אן אייגענעם בית
און צו בנים כשתולי זית
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובה דורך יגרסהדותא »

סאלאט און פארשלאפן; איך ליין און ליין, און איך וויין מיט. מי שאמר לעולמו די, יאמר לכל צרות ישראל די. עס קומען טעג וואס חז"ל זאגן אונז בניסן נגאלו ובניסן עתידין להגאל, זאל שוין זיין די גאולה, ויקיצו וירננו כל שוכני עפר. ומחה ד"א דמעה מעל כל פנים, אמן.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך דארפסמאן »

איך ליין און ליין
און עס וערט ממש א געוויין

אבער איך ווייס נישט פון וועם מען רעדט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובה דורך צייטליך »

ס'איז ממש הארצרייסענד.

איך האב עטליכע חברים וואס קענען אום גוט פון בעלגיע, (מיסתמא פון ישיבה) און איך האב שוין געהערט ענליכע הספדים די לעצטע וואך, אבער גארנישט קומט נישט צו צו אייער באשרייבונג.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גם אני מצטרף, כ'האבעים גראדע געקענט, ס'הארץ גייט אויס.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

תגובה דורך פוילישער »

איך האב אים אויך גוט געקענט, דער הספד איז זייער ריכטיג.

אונזער תשובת המשקל איז אויף די וואס לעבן נאך ב"ה יא און מיט א גוט ווארט קען מען אסאך אויפטון.

אדרבה זאג וואס מען דארף זאגן אדער טון ווען מען טרעפט אזא איינעם, די שטימע ווערט געווענדליך שטים, ווייל מען ווייסט נישט וואס יא און וואס נישט. און זאל עס זיין לעילו נשמתו יואל ע"ה בן בנימין ני"ו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

פאר די וואס האבן מיך נישט פארשטאנען
איך רעד טאקע פון אנדערע וואס זענען פארהאנען
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובה דורך אלעקסיי »

איך האב אים נישט געקענט העמיר כאטש לערנען א משנה לעילוי נשמתו.

(איך האב נאר עפעס געהערט פון נחום איש האטליי"ן רעדן דערפון)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך salads »

צייטליך
זיינע עלטערן האבן געוואוינט אין בעלגיע.
אלס יונג בחור האט ער געלערנט אין ווינער ישובה (אין עסטרייך). דערנאך האט ער געלערנט אין נייטרא. אינטער הרה"ג ר' אברהם שאהר שליט"א דיכט זיך אז ער האט אויך געלערנט אינטער הרב בצ"ג שליט"א. אין אינטער הרב אהרן ווייס שליט"א, אבער דאן איז די פיינע ישובה געווען א פארגאנגנהייט, אין כ'ווייס נישט וואס מיט אים איז געווארן.
(דאן איז נאך נאר געווען איין נייטרא)


פארשלופן.
ס'האט ריכטיג אויסגעקוקט אז די גראמסט אויס יואלי ע"ה. האסט נישט ליגנט געזאגט אפי' איין ווארט. אבער זעיט אויס אז נאך פיל אנדערע געפונען זיך צווישן אינז.

די ווייטוג גייט נאך ווייטער.
נאך זיין גאנצע מיט-מאכעניש, רעדט ניטאמאל קיינער מיט רחמנות געפיל אויף אים, אין קיינער האט אפי' איין ווארט נישט געשריבן פון אים,(מ'רעדט פון די צייטונגען)
וואלט ער געווען א ליטוואק, וואלט מען שוין געמאכט צימעס פון אים, אבער אז ס'האט זיך אזוי אויסגעשטעלט קען מען נאר זאגן אז ס'איז נעבעך שבר על שבר...


יגר סעיד תא.
די האסט אזוי שנעל געענדיגט דיין קליינעם הספד'ל.
איך האב נאך נישט געענדיגט. ווי קען איך ענדיגן, כ'וויין אין כ'וויין אין כ'וויין נאך אלס, ווי קען מען ענדיגן..
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובה דורך איך_הער »

בר מינן, איי עם סארי פארן די אויסדרוק, אבער ביסט גוט צו.......
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובה דורך salads »

יא ברמינן, גיט ארויסגעברענגט, אין טאקע דערפאר וויין איך...

אבער ס'איז קיינמאל נישט צו שפעיט. ווי זאגט די וועלט, בעסער שפעיטער ווי איידער קיינמאל.
אזויווי כ'האב יעצט געזעין ווי הרב פוילישער שרייבט זיין נאמען "יואל בן בנימין ע"ה " האב כ'שוין געצינדן א ליכט'ל צוויי אויך לעי"נ.

אגב.
קיין קינדער האט ער נישט איבערגעלאזט וואס זאלן אים נאך-שיקן פעקלעך אויף יענער וועלט, דעריבער זענען אינז די איינציגסטע, טא ווערן אלע באקאנטע געבעיטן צו טאן עפעס רעגלמעיסיג לעי"נ.
ות.נ.צ.ב.ה.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובה דורך cano »

בר מנן האסט א פוינט, אבער מען דארף נאך אלץ טיען וואס מען קען, און יעצט איז די איינציגסטע זאך, מצות ומעשים טובים לעילו נשמתו.

און פארשטייט זיך מען זאל ארויסנעמען א מוסר השכל, אז וואס מען קען זאל מען אויפטיען "היינט" ווייל מארגען ווייסט מען נישט וואס עס וועט זיין.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”