dont care האט געשריבן:דער דאקטאר קען נישט אוועקנעמען דעם מענטשעס לעבען א סקונדע בעפאר דער אייבשטער לאט פיריעט סוף פסוק
ס'איס דא א ענין אז א בעל בחירה קען יא, כמבואר בספה"ק אז וועגן דעם האט ראובן געזאגט אריינצואווארפן יוסף אין גרוב ווייל ער האט אים געוואלט ראטעווען פון בעלי בחירה.
א בעל בחירה קען נאר בוחר זיין צי שאדען מאכען פאר א צווייטען ווען יעמעם איז עניוועיס אנגשריבען די שאדען, אדער אז ער גלייבט נישט אז אין עוד מלבדו.
מחלוקת ראשונים ובנוגע דאס וואס @ספרים שטוב ברענגט, זעה אורחה"ק פרשת וישב
ויצילהו מידם. פי' לפי שהאדם בעל בחירה ורצון ויכול להרוג מי שלא נתחייב מיתה משא''כ חיות רעות לא יפגעו באדם אם לא יתחייב מיתה לשמים, והוא אומרו ויצילהו מידם פי' מיד הבחירי
ולענינינו, אין ארץ צבי פון קאז'יקלובע רב פר' תצא שטייט אז בזמן שניתן רשות למשחית איז לכו"ע מעגליך שאדן מאכן פאר א צווייטן אפילו ס'נישט אפגעשריבן
פשט איז אז בעת מגיפה דארף מען מערערע זכותים צי ניצל ווערן, און איינא פון די סארט עונשים וואס השי"ת ניצט איז אפילו אויב עס איז איהם נישט נגזר געווארן באופן פרטי צי שטארבן, דאך וועט דער אייבישטער נישט מציל זיין פון מגיפות ומקרים, און דאס גופא איז א עונש (מאירי) אבער חלילה צי קלערן פאר הא האלבע רגע אז דער באשעפער חלילה פארלירט קאנטראל, חס מלהזכיר.

די שמועס באלאנגט נישט דא. טאמער וועט מען אריבערפירן די שמועס ערגעץ אנדערש וועל איך מסביר זיין פארוואס ביסט נישט גערעכט
א דמות פון א ערליכע פארצייטישע בעה"ב מיט א פלאקער'דיגן קאך!
געזיצן און געהארעוועט אויף תורה טראץ זיינע ביזנעס פארנומענע שעות!
ער האט גע'ספאנסאר'ט די ארטיקעל אין טיימס, וואס רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געבעטן ר' אביגדור מילער ז"ל צו שרייבן בשנת תשי"ז ווען עס איז אנגעגאנגען דעמאלטס א מערכה אקעגן די מדינה הטמאה, עס האט אפגעקאסט - אויב מיין זכרון ארבעט גוט - 700 דאללער.
שוין מקען רעדן און רעדן אבער יכלו הזמן סייווי..
לעצטן זוממער האט ער געמופט פון ב"פ קיין וומסב"ג, צו זיין נאענט צו די קינדער, אבער יעצט איז ער געפאלן א קרבן צום קאראנא מגיפה, רח"ל.
די קינדער יבלחט"א זענען: ר' נטע זאב - חבר הנהלת ישיבה גדולה און מוסדות סאטמאר וומסב"ג (מהרי"י) ר' אברהם משה - גבאי צדקה איש החסד פון די בארימטע 'תומכי ישראל' שבת פעקלעך ר' עקיבא - מעסקני מרכז עזרה ויעוץ נגד גיוס ר' מרדכי אלעזר - חבר הנהלת מוסדות סאטמאר וומסב"ג (מהר"א) אשת ר' שמואל קעסטענבוים - קאשוי אשת ר' הערשל האלפערט אשת ר' יחיאל אלי' פאזען מרת שטיין אשת ר' יודא אברהם ע"ה - ב"פ
ישראל_הלוי האט געשריבן:מליקווד שבארה"ב מגיע הבשורה המרה על פטירת רבי מיכאל דוב פטמן בן 39 שנפטר מהקורונה והשאיר אחריו 9 יתומים. (הקו החרדי).
IMG_20200330_160223_875.jpg
נאך געשריבן פאר שבת
וואס שטייט דא?
צו אלע מיינע שכנים לאמיר מקבל שבת זיין בשמחה רבה לאמיר ווייזען איינער פארן צווייטען און ווייזען פאר אונזערע קינדער אז מיר גלייבן אז דער באשעפער טוט אלעס וואס געשעהט אויף די וועלט פאר א גוטע סיבה און פאר אונזער ריווח אפילו אונז פארשטיין נישט
לאמיר אלע ארויסגעקומען אויף די פארטשעס און זינגען קבלת שבת ווי קיינמאל פריער.
פארשטייסט? האט געשריבן:אויב וויל מען ריינוואשן די דאקטוירים ווייל א מענטש שטארבט נישט א סעקונדע בעפאר דער אייבשטער לאט, זייט וויסן אז איעדע רוצח קען ניצען די תירוץ
דער גאנצע שמועס פון דאקטוירים האט זיך אנגעהויבען פון איינעמ'ס "לבי אומר לי" אהן קיין שום ראיות א.ד.ג.
א מענטש קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף) די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
אוי וויי געוואלד!!! ס'איז א פחד וואס קומט דא פאר משמנה ומסלתה פון כלל ישראל פאלט נעבעך קרבנות איינס נאכ'ן צווייטן, רבי יעקב שמואל ז"ל עס קומט נישט אן גרינג צו זאגן [שרייבן] ז"ל ער האט זיך נעבעך לעצטענס געמוטשעט מיט פארקענסאנס מחנך געוועהן די צאן קדשים מיט אזא געטריישאפט. א זעלטן איידלקייט פון א איד. דו וואונד איז נאך צו אפען צו קענען ממשיך זיין!