לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:22 pm

ראספשע האט געשריבן:ווען קרעמער איז געווען אין די הנהלה איז געווען סאך געשמאקער און לופטיגער דא.


גארנישט מיט קרעמער, נאר אמאל איז געווען א קלענערע ציבור מיט מער יושב הדעת, און מען האט דערהויהן חילוקי דיעות, היינט איז א שוואכע דור, און יעדע בלאז צומישט די קארטען.

גיי אין בעיסמעינט, וועסט טרעפן תגובות וואס היינט טראכט מען ניטאמאל פון שרייבען.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:24 pm

אין בעלזא אינדערהיים פלעגט מען זאגן א בדיחותא, בחורים האבן נישט געטארט זאגן דאס ווארט 'קאפיקע', ווייל א קאפיקע מאכט מען פון קופער, און פון קופער מאכט מען א טאפ, און אין א טאפ קאכט מען פיש פאר א חתונה

דא גייט שוין אויך באלד אויף דעם נוסח
מען טאר נישט רעדן פון די נושא פון א פראבלעם וואס יונגעלייט קענען נישט קיין ענגליש, [וואס גראדע א טעמע באלד אזוי וויכטיג און אזוי הייס ווי חתונה תקנות און דירות קריזיס'ן]
ווייל דעמאלט גייט מען דאך רעדן אויך פון כיתה ז'
און א געוויסע מוסד לערנט בכלל נישט קיין ענגליש
וועט מען דאך חלילה קומען עובר זיין אויף די העיליגע תקנות פון אייוועלט.....

ווער לאכט?
טפשות איז נישט דאס ווארט!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:27 pm

למעלה, תחזקנה ידיכם פאר'ן משתדל זיין צו האלטן די פלאץ אויף א העכערע ניווא. כה לחי!

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:32 pm

למעלה איז געווען מער סאראקאסטיש ווי הנהלה ביים שרייבען די תגובה:

למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.


אבער וויבאלד זיין ניק איז רויט האט מען אים אטאקירט, האט ער זיך שוין געמוזט פארענטפערן,

#לאז-לויפן-מאכטס-נישט-פון-יעדע-טישו-א-אישו

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:37 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:למעלה איז געווען מער סאראקאסטיש ווי הנהלה ביים שרייבען די תגובה:

למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.


אבער וויבאלד זיין ניק איז רויט האט מען אים אטאקירט, האט ער זיך שוין געמוזט פארענטפערן,

#לאז-לויפן-מאכטס-נישט-פון-יעדע-טישו-א-אישו

שוין גארנישט קיין טישו
ער האט מיך שוין שיער ארויס געווארפן פון דא....

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:38 pm

יאך זעה אז איגערקע קלאגט אויף אייוועלט. מה אעשה יאך האב אויכעט א קינה.
אוי אייוועלט אייוועלט דו פלעגסט זיין די איינציגסטע מקום על טהרת הקודש אויף די טריפהנעם געוועב.
איצטערט דרייען זיך דא שועלים קטנים מחבלים כרמים אשר בסודן אל תבוא נפשי
אוי אייוועלט אייוועלט
ווי קען קומען א איד וואס לייענט און שרייבט דא און געבען חיזוק אין שטיצע פאר א כופר הכל ר"ל וואס איז מלשין אויף אחינו בני ישראל
ווי קען קומען א איד און שטריימעל בעקיטשע און געבען גערעכט פאר א גויאישע רעגירונג וואס וויל כופה זיין אויף אונס גזירות קשות כהמן
ווי אזוי???? זעהט איר נישט אז מיר זענען איצטערט אין א עת מלחמה. יעצט איז נישט די צייט פאר קאמפראמיסן! מיר ברויכען יעצט קעמפען ווי לייבען!
אוי אייוועלט אייוועלט
אמאל וואלט דאס געווען א פשיטותא... היינט ביניך א קול קורא במדבר...
אוי אייוועלט אייוועלט

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:49 pm

און יעצט צו אלע אנגעקלערטע אויבערחכם חכמים וועל איך זאגען איין זאך.
די הייליגע דברי חיים פון סאנז זיעועכי"א האט געזאגט אז ווען ער האט זיך געמוזט לערנען אינטערשרייבען זיין נאמען אויף די גויאישע שפראך האט עס אים געשאדט,
מיר זענען נישט אויף די מדריגה פון דעם הייליגען רב אבער מיר גלויבען באמונה שלמה אז יעדע גויאישע בוכשטאב איז מטמא די אויגען. סאיז דא אביסעלע וואס ממוז לערנען, נישטא קיין ברירה. דאס איבעריגע איז פשוט מטמטמם די מוח, סאיז א רעה בזה ובבא.
איר ווילט אייער בחורים זאלען זיך פארהערען מסכתות הש"ס אדער להבדיל אלף הבדלות סייענס ביכער אנגעפילט מיט כפירה ומינות פון ארגסטן קאליבער??
איר ווילט אייער קינדער זאלען קענען סימנים אין שו"ע אויף אויסענווייניג אדער ער זאל ליינען שמוציגע ביכער פון דארווין ימ"ש?
איר ווילט ער זאל לערנען הייליגע חסידישע ספרים אדער לייענען טריפהנע נאוועלס וועגען די ג'ויאישע לעבען?
ווילט איהר אויפצוען ערליכע יודישע קינדער אדער חלילה די היפך???
געוואלד! די עתיד פון די דורות איז און אונזערע הענט. וועקט אייך אויף!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:52 pm

גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:54 pm

ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק

איהר כאפט נישט אז איינמאל מלאזט אריין די רעגירונג און איינמאל מווייזט אז משרעקט זיך פון זיי פארלירען מיר די בעלות!

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:56 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק

איהר כאפט נישט אז איינמאל מלאזט אריין די רעגירונג און איינמאל מווייזט אז משרעקט זיך פון זיי פארלירען מיר די בעלות!

וואו און ווען האט 'איגערקע' דען בכלל גערעדט פון אריינלאזן רעגירונג????
ליינט ביטע איבער מיט ישוב הדעת וואס ער האט געשריבן,

צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...

ווען ס'יז געווען די פרשה פון מציצה בפה, אוי האט מען פון דעמאלט אן אנגעהויבן אינגרויסן קעיר צו נעמען פון מוהלים,

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:59 pm

ראספשע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק

איהר כאפט נישט אז איינמאל מלאזט אריין די רעגירונג און איינמאל מווייזט אז משרעקט זיך פון זיי פארלירען מיר די בעלות!

וואו און ווען האט 'איגערקע' דען בכלל גערעדט פון אריינלאזן רעגירונג????
ליינט ביטע איבער מיט ישוב הדעת וואס ער האט געשריבן,

מיר קענען ב"ה פיין לייענען, און ישוב הדעת פארמאגען מיר גענוג און איבעריג.
איר פארשטייט נישט, צ'י איר ווילט נישט פארשטיין, אז מיר זענען איצטערט אין א עת מלחמה. אין אזא פאל מוז יעדע צד שרייען כולה שלי ווייל אז נישט פארלירסטו דעם קריג
איינמאל די קריג איז פאריבער קאנען מיר מאכען א דיון פונקטליך וואס פעלט פון אונדזערע ישיבה פירות אז מיר זאלען מוזען טוישען די גאנצע עינגליש

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 12:09 am

אקעי, כ'הער
אבער פלעין..., ס'האט גארניש מיט אייוועלט תקנות.... [כ'קום יעצט גראדע פון די מיליאן דאלער אין 60 שעה אשכול, דארט איז מען בכלל נישט אזוי מקפיד אויף די 'תקנות'.....]
סתם....

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 12:30 am

רבי ראספשע טייערע
איך פארטרעט נישט אייוועלט אבער איך רעדט פשוט אלץ פריוואטע אייוועלט שרייבער וואס האט שוין ב"ה א סאך צוגעגעבען צו אייוועלט ועוד ידינו נטויה בעז"ה
אזוי ווי די חרדישע וועלט איז איצטערט אין א מלחמה מיט שונאים מבית ומחוץ וואס ווילען משנה זיין דרך אבותינו, במילה אלץ א חסידישע יוד וואס געפינט זיך אויף א חסידישע וועבזייטעל וויל איך נישט ליינען די רייד פון אזאלכע וואס שטיצען אינזערע שונאים, במחשבה או בדיבור וכש"כ במעשה
איני אומר קבלו דעתי, אבער יאך בעט ווער סשטייט מיט מיר זאל מגלה זיין אז זיי ווילען אויכעט נישט לייענען דברי שמץ וואס גרעניצען זיך מיט שינוי מדרך התורה והמסורה.

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 12:34 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:למעלה, תחזקנה ידיכם פאר'ן משתדל זיין צו האלטן די פלאץ אויף א העכערע ניווא. כה לחי!

RT

איגערקע
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 9:56 am

ס'איז א שאד יעדע טראפעלע טינט פונעם פעדער. וואס אמאל איז געווען א דבר פשוט מאד. ווערט היינט אפיקורסיס. איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן "דאס איז נישט אידישקייט" ווי אויף דער וועלט האב איך איך מחזק געווען די רשעים. געוואלד און געשריגן ווי האלטן מיר אויף דער וועלט?

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 10:18 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:למעלה, תחזקנה ידיכם פאר'ן משתדל זיין צו האלטן די פלאץ אויף א העכערע ניווא. כה לחי!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

איגערקע
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 10:37 am

אויף דעם איז געזאגט געווארען
שווארץ אדער ווייס נישט גרויעלעך
הייס אדער קאלט נישט לוילעך
א איד אדער א גוי אבער נישט קיין ציוני

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 10:46 am

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.


פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?


אן דערמאנען א נאמען פונעם מוסד וואס איז די פראבלעם?

איר מאכט זיך? זאגט ווילאנג גייט אייך נעמען געוואויר צו ווערן פון א "סאטמאר" מוסד, כיתה ז' וואס האט נאך "בכלל נישט" אנגעהויבן לערנען ענגליש? ממש א בן בלי שם, וואס?

;l;p-

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 10:51 am

ראספשע האט געשריבן:אין בעלזא אינדערהיים פלעגט מען זאגן א בדיחותא, בחורים האבן נישט געטארט זאגן דאס ווארט 'קאפיקע', ווייל א קאפיקע מאכט מען פון קופער, און פון קופער מאכט מען א טאפ, און אין א טאפ קאכט מען פיש פאר א חתונה



;l;p- ;l;p-

metsboy
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 11:08 am

איגערקע האט געשריבן:ס'איז א שאד יעדע טראפעלע טינט פונעם פעדער. וואס אמאל איז געווען א דבר פשוט מאד. ווערט היינט אפיקורסיס. איך ווייס אייך נישט וואס צו זאגן "דאס איז נישט אידישקייט" ווי אויף דער וועלט האב איך איך מחזק געווען די רשעים. געוואלד און געשריגן ווי האלטן מיר אויף דער וועלט?

ביסט אזוי גערעכט! א שאד וואס קען מען טוהן

אוועטאר
ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:50 am
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך ווייזער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 3:25 pm

ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...


מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.

בבל
שר האלף
תגובות: 1800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 3:31 pm

ווייזער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...


מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.

מיין טאטע זז' ג זאגט די זעלבע 2 שעה בערך אין די ערשטע כ' יארן סוף י'יארן ר' הערץ פרענקיל איז געווען מנהל
ווי אויך אנדערע מקומות סאטמארע ת'ת סאטמאר קראן הייטס מאנטרעאל ועוד

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 3:40 pm

בבל האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...


מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.

מיין טאטע זז' ג זאגט די זעלבע 2 שעה בערך אין די ערשטע כ' יארן סוף י'יארן ר' הערץ פרענקיל איז געווען מנהל
ווי אויך אנדערע מקומות סאטמארע ת'ת סאטמאר קראן הייטס מאנטרעאל ועוד

שוין געהערט די (פאלטשע) טענה פון אסאך אויבער חכמים.
און כהאב זיי אלעמען אפגעווענדעט מיט א פשוטע פירכא. נעמלעך, די מציאות איז אז א היינטיגע 25 יעריגע אינגערמאן קען געווענדלעך בעסער ענגליש ווי א פופציג יעריגע איד. איז א סימן אז וואס ווייניגער ענגליש מען לערענט אלץ בעסער קען מען...

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13143
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 5:14 pm

איך מיין אז דער פריערדיגער דור קען בעסער ענגליש, זיי רעדן אבער מיט א העווי עקסענט, אבער דאס איזס בימים ההם געווען די עקסענט דא, להבדיל בנימין סאנדערס רעדט אויך אזוי.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דינסטאג דעצמבער 11, 2018 6:03 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
ווייזער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:גולם איינער, ווער האט דען דא געוואלט די אלע זאכן?
וואס דרייסטו א קאפ?
הה"ד 'שווארץ אדער ווייס'.... ודוק
צווישן ווארפן טענזשערין שאלעכץ אויפן טיטשער, ביז ליינען דארווינ'ס ביכער, איז נאך עפעס דא אינצווישן...


מיין טאטע זז"ג האט מיר געזאגט אז בימיו - אין די ערשטע כ' יארן - האט מען אין סאטמאר חדרים געלערנט 2 שעה ענגליש יעדן טאג.

מ'קען קיין ווארט נישט זאגן, ווייל דו ווערסט זאפארט אפגעסטעמפלט.

מיין טאטע זז' ג זאגט די זעלבע 2 שעה בערך אין די ערשטע כ' יארן סוף י'יארן ר' הערץ פרענקיל איז געווען מנהל
ווי אויך אנדערע מקומות סאטמארע ת'ת סאטמאר קראן הייטס מאנטרעאל ועוד

שוין געהערט די (פאלטשע) טענה פון אסאך אויבער חכמים.
און כהאב זיי אלעמען אפגעווענדעט מיט א פשוטע פירכא. נעמלעך, די מציאות איז אז א היינטיגע 25 יעריגע אינגערמאן קען געווענדלעך בעסער ענגליש ווי א פופציג יעריגע איד. איז א סימן אז וואס ווייניגער ענגליש מען לערענט אלץ בעסער קען מען...


נישט ריכטיג. זיי האבן א שווערער אקצענט אבער זיי קענען סאך א בעסערע ענגליש און גרעממער.

איך האלט אבער אז דו ביסט גערעכט מיט דעם אז בשעת מלחמה, ווען רשעים האבן זיך פארלייגט אויף אונז, זענען די אלע וואס פארפירן אז מ׳דארף רעפארמירן אונזער סיסטעם גורם א שרעקליכע חורבן, ווייל דאס האקט אונטער די עסקנים׳ס הארעוואניע און עס ווייזט די גוים אז פון אונזער קאמיוניטי שטעלט מען זיך קעגן די עסקנים וואס ארבעטן ביטער שווער זיי אויפציווייזן אז אונז געבן יא אונזערע קינדער א גוטע עדיוקעשין. ס׳איז בלי ספק אז די אלע וואס מאכן חרוב וועלן דארפן אפפגעבן דין וחשבון פאר זייער חורבן וואס זיי האבן אנגעמאכט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, איפכא מיסתבר, יאנקי און 35 געסט