לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג דעצמבער 09, 2018 3:34 pm

http://www.ditzeitung.com/3212a/mobile/index.html#p=5
Capture.PNG
Capture.PNG (80.5 KiB) געזעהן 1905 מאל

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » זונטאג דעצמבער 09, 2018 10:26 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:געהאט אמאל א לאנגע שמועס מיט הרה''ג יצחק לעבאוויטש וועגן לימודי חול אין זיינע צייטן אין סאטמארע חדר, זאגט ער אז ער אליין און אויך זיין עידש קענען א גוטן ענגליש. (איך האב אים נישט פאהערט)
ער טענה'ט אז פון דעים האט מען אויך פארמינערט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די וואס האבן טענות אזוי ווי @נו שוין האבן זיך נישט אויסגעלערנט קיין מילה ענגליש אין חדר, במילה האט ער טענות, און מיט רעכט.
(איך בארעכטיג זיין טענה נאר אויב די חדר האט נישט ציגעשטעלט די מינומום, אבער אויב ער האט געווארפן טענדשערינס אינטערן טיש, קען ער קיינע טענות האבן, ער איז זיך אליין שולדיג)

איי קענט סטרעס אינאף, איך רעדט אויסדרוקליך פון א מוסד וואס לערנט "בכלל נישט" קיין ענגליש.

האסט גראדע א נקודה מיט אנדערע מוסדות וואס זענען געפאלן עשר דרגות אחורנית אין די לעצטערע יארן, מנעמט מלמדים פאר טיטשערס און די מעטה איז ממש א ליצנות, ווער רעדט נאך פון ענגליש, אבער דאס איז נישט מיין טענה.

נאכאמאל און נאכאמאל, מיר פארלאנגן להחזיר עטרה ליושנה,גארנישט מער, איך פארשטיי באמת נישט די רעסיסטענס דא.

אז דו רעדסט פון א חדר וואס לערנט בכלל נישט קיין ענגליש, טא וואס האסטו טענות אויפן חדר? קענסט אפשר האבן טענות אויף די עלטערן וואס שיקן דארט.

איך פערסאנעל האלט אז די גאנצע ענגליש אין חדר דארף מען בטל מאכן, רוב קינדער האבן נישט קיין נערווען, מען האלט נאך א דיסעפלינט טאג פון דאווענען און לערנען, און ס'קומט סוף טאג איז מען שוין אויסגעפלאגט. וזאת ועוד אז במשך די ישיבה יאר לערנט מען עס עניוועי נישט, און ס'רוב פארגעסט מען, און ס'בכלל נישט וויכטיג פאר א בחור צי קענען ענגליש.

וואס יא? די רגע וואס מען ווערט א חתן זאל מען גיין צי א גוטע ענגליש קלאס, און ליינען אסאך ענגליש, אז אויף די חתונה זאל מען קענען א פערפעקט ענגליש. דאס איז א ריכטיגע מלמדו אומנות.

100% פארוואס איז נאך נישט דא קיין געהערגע קלאסן די אלע בחינם איז פאר בחינם באקמט מען כנים . איך רעד פון עקספרענס
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

איגערקע
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

תגובהדורך איגערקע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:17 pm

א שטיקל דיסקלעימער פאר איך ברענג ארויס מיין נקודה!!!

"איך בין א חסידישע אינגערמאן, וואס איז אויפגעוואקסן אין א היימישע פרומע שטוב, און געלערענט אין סאטמאר אדער סאטמאר געשטימט מסודות. איך שטערבט אויף ציען מיינע קינדער אויף די זעלבע וועג ווי מ'האט מיר אויפגעצויגען. אויף דעם אלטען אויסגעטרעטנעם ווועג וואס רבינו ז"ל האט אונז געלערענט, אן זיך אוועק רירן קיין זיז כל שהוא וואס איז מקובל פון אבתינו ורבתינו."

מיין זון ני"ו גייט אין כתה ז' אין איינע פון די סאטאמארע חדרים. אצינד חודש טבת, האט מען נאכנישט אנגעפאנגען צו לערנען ענגליש בכלל, און פאריאר ווען ס'איז יא געווען ענגלישע למודים איז עס געווען אויף גאר א שוואכע פארמאט, אן קיין שום קאריקעלאם, קיין שום אויפזיכט. אומערפארנע אינגעלייט האבן פארברענגט מיט די קינדער פאר די לעצטע שעה פון טאג אן אויפטוהן קיין סאך.

טייערע אידן. איך וויל אויף קיין שום וועג נישט אז מיין זוהן אדער טאכטער זאל גיין אין collage ווערן א פראפעסער אדער דאס גלייכן. איך זוך אויך נישט אז זיי זאלן וויסן וויפל טערמינען יעדע אמעריקאנע פרעזידענט האט געדינט. אדער ווען די ערשטע מאלפע האט געלאנדעט אויף די לבנה.

וואס איך וויל יא. און וואס חכמינו ז"ל האבן אונז באפוילן אין די תורה של בעל פה וואס איז נתינתן מסיני, חייב אדם ללמד בנו אומנות. פארוואס איז דאס ווייניגער חיוב, ווי אסרן שייגץ ביצקלעך אדער שפילען באל?

דאס איז עפעס א וויץ, אז איך אדער רוב פון מיינע חברים גייען ארויס אויף די גרויסע וועלט, צו ערפילן דעם רצון השם. און איינהאלטן וואס זיי האבן זיך אינטער גענומען אינטער די חופה. צו שפייזען זייער ווייב און קינדער. אן קענען דאס מינדעסטע וואס א נארמאלע מענטש ברויך קענען? פארוואס טאר נישט א בחור וואס האט חתונה קענען. לעזען שרייבן און רעכענען?

איז דאס א חיוב וואס רבינו זי"ע האט געהאלטן אז מ'דארף אויסלערנען? אדער איז דאס א יוצא דופן וואס מ'טוט געצוויגענערהייט ווייל די שטאט פארלאנגט? איז א התחייבות וואס א טאטע האט האט אויף זיין קינד אדער איז דאס א ווילד פרעמדע ענין וואס די מאדערענע קרייזן טוהן ל"ע

וואס איז די איסור אז יעדעס קינד זאל קענען א געהעריגע ענגליש, אן זיך צוברעכן די ציין? איז טאקע א מצוה אז פילע אינגעלייט שרייבן witch ווען מ'דארף שרייבען which?

איך ווייס נישט וואס טוט זיך איבעראל. אבער אין אסאך היימישע מוסדות ברויך די ענגלישע למודים א גרויסע תיקון, דער פארבלעם איז אויב זאגט מען א ווארט, אין עס א גאנצע זשאק. און די ענטפער אי ווי למשל: ר' געציל בערגער האט אויך נישט געקענט אויסשרייבן א טשעק. . .

ס'איז קלאר פאר יעדער וואס וויל וויסן דעם אמת אז רצון הרבי מסאטמאר איז געווען אז יעדע תלמיד וואס קומט ארויס פון זיינע מוסדות זאל קענען א נארמאלע ענגליש רעדן, ליינען און שרייבן.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:24 pm

איגערקע,

עמו אנכי בצרה, אבער דא אויף אייוועלט רוב רובו פון די שרייבערס זעהן אלעס שווארץ אדער ווייס, סאיז בכלל זייער שווער אנצוהייבן א דייעלאג. במילא סאיז באמת א שלעכט מקום דא ארויסצוגעבן די ערגבענישן, ווייל לא די מזוכט נישט צו פארשטיין, מטוט נאך קלאפן פון אלע זייטן. נו שוין.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:25 pm

ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:26 pm

נו שוין האט געשריבן:איגערקע,

עמו אנכי בצרה, אבער דא אויף אייוועלט רוב רובו פון די שרייבערס זעהן אלעס שווארץ אדער ווייס, סאיז בכלל זייער שווער אנצוהייבן א דייעלאג. במילא סאיז באמת א שלעכט מקום דא ארויסצוגעבן די ערגבענישן, ווייל לא די מזוכט נישט צו פארשטיין, מטוט נאך קלאפן פון אלע זייטן. נו שוין.

ביידע גערעכט!!
איגערקע, נו שוין!

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2449
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:38 pm

ב.ד.וו. "חייב ללמדו אומנות" מיינט דער 'טאטע' נישט דער מוסד, דער מוסד דארף זיך פירן לויט די רבנים זאגן, און דער טאטע דארף אליןן צולערנען וואס ער האלט פאר וויכטיג.

אבער ביי אונזער פאל איז עס לכאורה סתם א נאכלעסיגקייט פון דער מוסד, און עס קומט זיך זיי א פסק דערפאר.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 8:58 pm

מחשב האט געשריבן:ב.ד.וו. "חייב ללמדו אומנות" מיינט דער 'טאטע' נישט דער מוסד, דער מוסד דארף זיך פירן לויט די רבנים זאגן, און דער טאטע דארף אליןן צולערנען וואס ער האלט פאר וויכטיג.

אבער ביי אונזער פאל איז עס לכאורה סתם א נאכלעסיגקייט פון דער מוסד, און עס קומט זיך זיי א פסק דערפאר.



אויסער די נאכלעסיגקייט איז עס קלאר א אפנויגונג פון וואס טאקע די רבי זי"ע האט אונז געלערנט. ער האט איינגעשטעלט ענגליש. וחכם עדיף מנביא.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 9:26 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.



אנטשולדיגט מיר אבער אייער תגובה איז זייער נישט אין פלאץ

ער ברענגט ארויס א וואלידע טענה,

איך האלט גראדע נישט אז די לעק פון קענען ענגליש שטערט פון אריינגיין אין ביזנעס אויף סיי וועלכע וועג אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר די מוסד צו זיין אזוי נאכלעסיג

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 9:46 pm

מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.



אנטשולדיגט מיר אבער אייער תגובה איז זייער נישט אין פלאץ

ער ברענגט ארויס א וואלידע טענה,

איך האלט גראדע נישט אז די לעק פון קענען ענגליש שטערט פון אריינגיין אין ביזנעס אויף סיי וועלכע וועג אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר די מוסד צו זיין אזוי נאכלעסיג

א וואלידע טענה קעגן וועם? קעגן איינע פון די שרייבער'ס דא? אויב וויל ער עפעס אויפטון, זאל ער ווענדן זיינע טענות צו די ריכטיגע אויערן, אדער טוישן מוסד. דאס שרייבן דא קעגן א מוסד האט נישט קיין הענט און פיס חוץ פון ברענגן היץ, און אויב איז דאס איז מעיקרא זיין פלאן, דארף ער קלאר וויסן אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 9:58 pm

למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:13 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.



אנטשולדיגט מיר אבער אייער תגובה איז זייער נישט אין פלאץ

ער ברענגט ארויס א וואלידע טענה,

איך האלט גראדע נישט אז די לעק פון קענען ענגליש שטערט פון אריינגיין אין ביזנעס אויף סיי וועלכע וועג אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר די מוסד צו זיין אזוי נאכלעסיג

א וואלידע טענה קעגן וועם? קעגן איינע פון די שרייבער'ס דא? אויב וויל ער עפעס אויפטון, זאל ער ווענדן זיינע טענות צו די ריכטיגע אויערן, אדער טוישן מוסד. דאס שרייבן דא קעגן א מוסד האט נישט קיין הענט און פיס חוץ פון ברענגן היץ, און אויב איז דאס איז מעיקרא זיין פלאן, דארף ער קלאר וויסן אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר.

ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:35 pm

נו שוין האט געשריבן:איגערקע,

עמו אנכי בצרה, אבער דא אויף אייוועלט רוב רובו פון די שרייבערס זעהן אלעס שווארץ אדער ווייס, סאיז בכלל זייער שווער אנצוהייבן א דייעלאג. במילא סאיז באמת א שלעכט מקום דא ארויסצוגעבן די ערגבענישן, ווייל לא די מזוכט נישט צו פארשטיין, מטוט נאך קלאפן פון אלע זייטן. נו שוין.


.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:44 pm

נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.


פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:48 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:ביטע אנטשולדיגט, אייער בריוו איז אנגעקומען אין עראר צום נישט ריכטיגן אדרעס, איר וועט עס מוזן איבערשיקן דעם בריוול, איר דארפט זיכער מאכן צו שרייבן אויפן ענוועלאופ די נומער גאס שטאט זיפ פונעם מוסד כדי עס זאל אנקומען צום ריכטיגן אדרעס.



אנטשולדיגט מיר אבער אייער תגובה איז זייער נישט אין פלאץ

ער ברענגט ארויס א וואלידע טענה,

איך האלט גראדע נישט אז די לעק פון קענען ענגליש שטערט פון אריינגיין אין ביזנעס אויף סיי וועלכע וועג אבער דאס איז נישט קיין תירוץ פאר די מוסד צו זיין אזוי נאכלעסיג

א וואלידע טענה קעגן וועם? קעגן איינע פון די שרייבער'ס דא? אויב וויל ער עפעס אויפטון, זאל ער ווענדן זיינע טענות צו די ריכטיגע אויערן, אדער טוישן מוסד. דאס שרייבן דא קעגן א מוסד האט נישט קיין הענט און פיס חוץ פון ברענגן היץ, און אויב איז דאס איז מעיקרא זיין פלאן, דארף ער קלאר וויסן אז דא איז נישט די פלאץ דערפאר.


שרייבן קעגן א מוסד אן א נאמען איז א מהלך פון ארויסברענגען ווייטאג וואס איז א נארמאלע זאך ווילאנג מען רעדט נארמאל

וואס איז דאס אנדערש ווי הונדערט אנדערע נושאים וואס מענטשן שרייבן דא אויס זייער ווייטאג אומגעשטערט

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:52 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.


פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?


אן דערמאנען א נאמען פונעם מוסד וואס איז די פראבלעם?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:53 pm

ארויסגעבן ווייטאג כדי צו באקומען אן עצה איז איין זאך, ארויסברענגן א ווייטאג מיטן ציל צו טוישן א מוסד/קהילה/וכו' וכדו' איז אינגאנצן אן אנדער דערהער. ווען זיין ציל זאל זיין צו באקומען ראט ווי אזוי עס צוצולערנען אין אייגענע צייט, איז איין זאך, די ציל דא איז דאך אבער צו לייגן פרעשער אויף יענעם ספעציפישן מוסד, דא איז נישט די פלאץ דערפאר.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 10:55 pm

מצב כללי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:למעלה,

ווי שוין ערווענט כמה פעמים, סהאט דייקא יא צוטוהן מיט די ציבור, די הנהלת המוסדות איז נישט מחייוב זיך אונטער צוברעכן ווען 90% ציבור שטייט אין די זייט גלייכגילטיג, די גאנצע ענגליש דעפ. איז א געוואלדיגע עול און זיי זעען נישט פארוואס זיך איבערצורייסן ווען קיינער פארלאנגט עס נישט.

איז געקומען איגערקע (ואני הקטן) און פראבירט צו מאכן א אויפוואכונג, אז די ציבור זאל יא פארלאנגן די מינימום וואס מהאט צוגעשטעלט אין די בראשית יארן, אבער מהאמיר שנעל איינגעזעהן ווער די ליינער בעיס זענען, סוי וועלמיר מוזן גיין א אנדערע ראוט.


פאראויס האט געשריבן:ווייסט וואס פובליק פרעשור מיינט? קענסט פרובירן עס צו גוגלען.

מיין פריינד אידיש קענט איר אויך נישט? איך שרייב עס ברחל בתך הקטנה, ניץ נישט די פלאטפארמע צו באשאפן פובליק פרעשור קעגן א מוסד. פארשטאנען?


אן דערמאנען א נאמען פונעם מוסד וואס איז די פראבלעם?

איר מאכט זיך? זאגט ווילאנג גייט אייך נעמען געוואויר צו ווערן פון א "סאטמאר" מוסד, כיתה ז' וואס האט נאך "בכלל נישט" אנגעהויבן לערנען ענגליש? ממש א בן בלי שם, וואס?

איגערקע
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

אייוועלט אייוועלט

תגובהדורך איגערקע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:02 pm

אייוועלט אייוועלט, מיין טייערע אייוועלט כ'וואלט כאפן א שמועס מיט אייך ר' אייוועלט.

שוין א פאר יאר וואס איך האב זיך מיט אייך באקענט, כ'בין זייער דאנקבאר פאר אייך אייוועלט איר זענט א ריינע און אויסגעהאלטענע פלאץ. נקי מחשש לשון הרע וכל דבר אסור. איר זענט גאר א געשמאקע פלאץ רייך מיט אוצרות, פיל מיט תוכן. איך בין דאנקבאר אז איר שטייט אויף גלייכע שיניעס. כן יתן וכן יוסף בעזרת השם יתברך.

מיין קליינע שכל וויל פארשטיין ר' אייוועלט פארוואס איר קענט זיין דעם שופר פאר יעדע אידישע זאך וואס איז נאר פארהאנען. אנגעפאנגען פון ווילדע דרייווערס אין ק"י ביז דעם גרויסארטיגען בינגא געשעפט אין ברוקלין. פון נתניה ביז טראפ'ן און אלעס אינדערמיט.

אבער מעורר זיין א פראבלעם. וואס איז עומד על הפרק מיט אונזערע קינדער. אן ענין וואס ערבערט טאטעס פון צאן קדשים וואס זיכן דאס בעסטע פאר זייער קינד . ביסטו נישט די פלאץ מיין טייערע אייוועלט?

ווי זאל איך שרייבן מיינע ארימע שורות אייוועלט? אויף די טריפענע סאשיעל מידא זייטן? ווי זאל איך אויסשרייען מיין וויי געשריי ר' אייוועלט?

מיינע טייערע ברודער, וואס ליינען מיינע ווערטער. ביטע נעמט די מיה און שטימט מיט מיר. נאר דורך לייגן דרוק וועט זיך זאכן טוישן. די חדר וועט זיך נישט אנשטרענגען אויב מיר לאזן זיך נישט הערן קיין פיפס

און צו דיר מיין ליבע אייוועלט, יא און יא דו ביסט דער פלאץ, ווי איך קען מיין קול לאזן הערן
לעצט פאראכטן דורך איגערקע אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:03 pm

גם אני בחלומי
ממש כ'פארשטיי ממש נישט וואס דער 'למעלה' וויל דא......

אקעי, ביטע ווען מען וויל ארויס ברענגען די טענות זאל מען ספעציפיש דרוקן דעם ווארט 'מוסדות' בלשון רבים, און למהדרין מן המהדרין זאל מען ארויס שרייבן 'מער ווי פיר מוסדות', כדאי למעלה זאל ניש האבן טענות....

פאני אשכול דעיס....
א גאנצע 'אייוועלט' מלא וגדוש, פול ביז אויבן מיט כל'ערליי טענות ומענות קעגן דעם און יענעם, 'פונקט' ביי די טענה פון חסרון ענגליש, ווערט די רויטע הנהלה דא רויטער פון רויט.... אתמהה

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:07 pm

איגערקע האט געשריבן:אייוועלט אייוועלט, מיין טייערע אייוועלט כ'וואלט כאפן א שמועס מיט אייך ר' אייוועלט.

שוין א פאר יאר וואס איך האב זיך מיט אייך באקענט, כ'בין זייער דאנקבאר פאר אייך אייוועלט איר זענט א ריינע און אויסגעהאלטענע פלאץ. נקי מחשש לשון הרע וכל דבר אסור. איר זענט גאר א געשמאקע פלאץ רייך מיט אוצרות, פיל מיט תוכן. איך בין דאנקבאר אז איר שטייט אויף גלייכע שיניעס. כן יתן וכן יוסף בעזרת השם יתברך.

מיין קליינע שכל וויל פארשטיין ר' אייוועלט פארוואס איר קענט זיין דעם שופר פאר יעדע אידישע זאך וואס איז נאר פארהאנען. אנגעפאנגען פון ווילדע דרייווערס אין ק"י ביז דעם גרויסארטיגען בינגא געשעפט אין ברוקלין. פון נתניה ביז טראפ'ן און אלעס אינדערמיט.

אבער מעורר זיין א פראבלעם. וואס איז עומד על הפרק מיט אונזערע קינדער. אן ענין וואס ערבערט טאטאעס פון צאן קדשים וואס זיכן דאס בעסטע פאר זייער קינד . ביסטו נישט די פלאץ מיין טייערע אייוועלט?

ווי זאל שרייבן מיינע ארימע שורות אויף די טריפענע סאשיעל מידא זייטן? ווי זאל איך אויסשרייען מיין וויי געשריי ר' אייוועלט?

מיינע טייערע ברודער, וואס ליינען מיינע ווערטער. ביטע נעמט די מיה און שטימט מיט מיר. נאר דורך לייגן דרוק וועט זיך זאכן טוישן. די חדר וועט זיך נישט אנשטרענגען אויב מיר לאזן זיך נישט הערן קיין פיפס

און צו דיר מיין ליבע אייוועלט, יא און יא דו ביסט דער פלאץ, ווי איך קען מיין קול לאזן הערן

איר האט אמאל גענומען די מיה צו אפליינען די תקנות המקום? איר געדענקט לדוגמא די ווערטער?

קרעטשמער האט געשריבן:ג. אייוועלט צילט ארויפצוברענגן א שמייכל אויף אידישע לעפצן, דערפאר איז פארבאטן אויסצוניצן די פלאטפארמע אויף אויסצודרוקן מחאות אויף סיי וואספארא עוולה אדער פירצה בחומת הדת. אן אשכול וואס איז געווידמעט מוחה צו זיין אויף סיי וואס פאר אן עוולה אדער פירצה במחנינו, וועט תיכף פארמעקט ווערן.

אויב דער ארטיקל ווערט געשריבן בהשכל ובדעת – לויט די שאצונג פון די הנהלה – און ברענגט ארויס א דעת תורה קעגן א פירצה, איז דאס יא ערלויבט.


כ'זע נישט וואס איז נישטא צו פארשטיין.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:08 pm

ראספשע האט געשריבן:גם אני בחלומי
ממש כ'פארשטיי ממש נישט וואס דער 'למעלה' וויל דא......

אקעי, ביטע ווען מען וויל ארויס ברענגען די טענות זאל מען ספעציפיש דרוקן דעם ווארט 'מוסדות' בלשון רבים, און למהדרין מן המהדרין זאל מען ארויס שרייבן 'מער ווי פיר מוסדות', כדאי למעלה זאל ניש האבן טענות....

פאני אשכול דעיס....
א גאנצע 'אייוועלט' מלא וגדוש, פול ביז אויבן מיט כל'ערליי טענות ומענות קעגן דעם און יענעם, 'פונקט' ביי די טענה פון חסרון ענגליש, ווערט די רויטע הנהלה דא רויטער פון רויט.... אתמהה

פאר אייך האב איך אן אנדערע סעיף דארט, סעיף ז'.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:11 pm

גיי פארשטיי
פארוואס אליעזר קרויס'עס אשכול וואס איז ריין לשם מחאה, איז יא קיימא וקאי,
און פארוואס דער אשכול עקזיסטירט? viewtopic.php?f=3&t=38576
און דער אנטי וואקסינען אשכול, איז דאך ממש בלתי לה' לבדו
און ווער ס'געדענקט נאך,
דא זענען שוין געווען אשכולות, איבער הויכע שכר לימוד, [וואס האט געהאט א גאר ווייט גרייכנדער אפקלאנג ב"ה]
אשכולות איבער קאנטרי
קנסות אין ישיבות
ועוד ועוד ועוד
......
גיי פארשטיי....
[און א ווינדער אז צעדליגער געלונגענע שרייבערס האבן שוין אפגעפוצט פון דאנעט..?]
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:13 pm

יא כ'ווייס, דער וואס וויל נישט ליינען תקנות המקום און וויל דערפון נישט וויסן, וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין. דער וואס ליינט אפ די פאר שורות פריער געברענגט פארשטייט זייער גוט וואס די חילוקים זענען.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:17 pm

ווען קרעמער איז געווען אין די הנהלה איז געווען סאך געשמאקער און לופטיגער דא
הוי, מי יתן לנו תמורתו

היינט גייט עס דא מער ווייניגער נוסח קעי דזשי בי....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], great, maybeeynot, Newegg, אחד הרבנים, בן הצעיר, געוואלטיג, היכי תמצא, מטעמים, שתקן און 43 געסט