לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4899
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 12:22 am

חכמים וואס עטס זענטס - ער פרובירט דאך נאר צו מאכן אז די רעגירונג זאל פארלאנגען מער...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 9:30 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איז נישט דא א דרשה געדרוקט וואס סאטמאר רב זי׳ע האט געזאגט בשעת אן אסיפת מלמדים וואו ער שרייבט/זאגט קלאר זיין מיינונג אין דעם נושא ?

א ב"פ דינער תורה.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג נובעמבער 09, 2018 9:41 am

אומאפיציעל האט געשריבן:איך ווייס אז אין כולל ענינים וואס דער רבי ז"ל האט מגיה געווען שרייבט ר' בנימין הערש אז ענגליש לערנט מען "נאר" צוליב גזירת המלכות.

.

אין כולל ענינים שטייט גראדע פארקערט, אז ענגליש און רעכענען דארף מען סתם אזוי לערנען, די איבריגע זאל מען נאר לערנען וואס די רעגירונג פארלאנגט.

פון דעם איז אגב אויך א ראי' אז מען האט געלערנט מער ענגליש דעמאלט, היינט לערנט מען קוים די צוויי זאכן און עפעס מער איז אוודאי נישט דא. אין

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 869
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 6:55 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:איך ווייס אז אין כולל ענינים וואס דער רבי ז"ל האט מגיה געווען שרייבט ר' בנימין הערש אז ענגליש לערנט מען "נאר" צוליב גזירת המלכות.

.

אין כולל ענינים שטייט גראדע פארקערט, אז ענגליש און רעכענען דארף מען סתם אזוי לערנען, די איבריגע זאל מען נאר לערנען וואס די רעגירונג פארלאנגט.

פון דעם איז אגב אויך א ראי' אז מען האט געלערנט מער ענגליש דעמאלט, היינט לערנט מען קוים די צוויי זאכן און עפעס מער איז אוודאי נישט דא. אין

אינטערסאנט, קענסט אפשר ברענגען א מראי מקום?

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 7:42 pm

לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 8:41 pm

נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.


אויף ענגליש זאגט מען
coward

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 8:47 pm

נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

געב מיר א ביפ ווען עס ווערט געטוישט "א דאנק די דעמאקראטישע קאנדידאטן"...

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 9:02 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

געב מיר א ביפ ווען עס ווערט געטוישט "א דאנק די דעמאקראטישע קאנדידאטן"...

מהאט דאך מיך אפגעשראקן "ביז טויט" דא אויף אייוועלט אויב די "ליבעראלע ראדיקאלן" קומען אריין אין די סענאט, סאיז נאר געווען א וויץ?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 9:08 pm

נו שוין האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.

געב מיר א ביפ ווען עס ווערט געטוישט "א דאנק די דעמאקראטישע קאנדידאטן"...

מהאט דאך מיך אפגעשראקן "ביז טויט" דא אויף אייוועלט אויב די "ליבעראלע ראדיקאלן" קומען אריין אין די סענאט, סאיז נאר געווען א וויץ?

פונקט פארקערט, אויב גייען זיי פראבירן עפעס צו טוישן, גייט די מוסד פייטן דערקעגן מיט ציין און נעגל, דאס מיינט אז דאס האט אויפגעטון פונקט די פארקערטע...

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 10:20 pm

@נו שוין , מאכט אביסל ריסערטש וואס די רעגירונג וויל פון דיינע קינדער און נאכער קומט צוריק.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 10:44 pm

ישוב הדעת האט געשריבן:@נו שוין , מאכט אביסל ריסערטש וואס די רעגירונג וויל פון דיינע קינדער און נאכער קומט צוריק.

איך ווייס וואס זיי ווילן, די פראבלעם איז אז געוויסע מוסדות שטעלן זיך נישט צו צו די מינמאלע לימודים וואס סאיז געווען צוגעשטעלט 20 און 30 יאר צוריק, לימודים וואס 95% קענען באשטיין ווערט אויך נישט צוגעשטעלט, און ווען די רעגירונג וועט זיך אריינמישן וועט מען אוטאמאטיש זיין א בחינה ווי meet in middle.

למשל pearls דארף שטארק באגריסט ווערן, לאמיר זיך נישט נארן, ווען נישט די גאנצע למודי חול סאמעטוכע וואלט קיין pearls נישט עקזיסטירט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מוצ"ש נובעמבער 10, 2018 10:47 pm

נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.


שעפעלע, גרעסערע חכמים ווי דיר זענען דורכגעפאלן. אל תדאג.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 11, 2018 12:09 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.


שעפעלע, גרעסערע חכמים ווי דיר זענען דורכגעפאלן. אל תדאג.

איך בין נישט עשיו אויך נישט לבן, מקעמיר זיך נאך משדך זיין :smile:

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג נובעמבער 11, 2018 12:40 am

נו שוין האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:לאמיר האפן מיט די נייע סענאט וועט זיך זאכן טוישן למוטב, א ישר כח אלע וואס זענען ארויסגעקומען פאר די דעמאקראטישע קאנדידאטן, אין אייער זכות וועט מען בעזר השם צוריקשטעלן די מסורה על מכונה, מיטן לערנן צוויי שעה למודי חול.


שעפעלע, גרעסערע חכמים ווי דיר זענען דורכגעפאלן. אל תדאג.

איך בין נישט עשיו אויך נישט לבן, מקעמיר זיך נאך משדך זיין :smile:

.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:12 am

געהאט אמאל א לאנגע שמועס מיט הרה''ג יצחק לעבאוויטש וועגן לימודי חול אין זיינע צייטן אין סאטמארע חדר, זאגט ער אז ער אליין און אויך זיין עידש קענען א גוטן ענגליש. (איך האב אים נישט פאהערט)
ער טענה'ט אז פון דעים האט מען אויך פארמינערט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די וואס האבן טענות אזוי ווי @נו שוין האבן זיך נישט אויסגעלערנט קיין מילה ענגליש אין חדר, במילה האט ער טענות, און מיט רעכט.
(איך בארעכטיג זיין טענה נאר אויב די חדר האט נישט ציגעשטעלט די מינומום, אבער אויב ער האט געווארפן טענדשערינס אינטערן טיש, קען ער קיינע טענות האבן, ער איז זיך אליין שולדיג)
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:21 am

צולייגער האט געשריבן:עס איז יא דא, און ער האט געזאגט ברבים אז עס איז נאר ווייל - און וויפיל - די רעגירונג פארלאנגט.

געדרוקט אין חיד"ת לדינערס.


איך וויל נישט עכט אנטייל נעמען אין די וויכוח אשכול, בפרט אין די לעצטע עטליכע בלעטער.

איך וועל נאר רעאגירען צו די תגובה וואב איך האב דא גע'קוואט, און פרעגן דערויף:
ווען - וועלכע יאר - האט עקספייערט דעם רבי'ן באפעל אז מען זאל לערנען "וויפיל" די רעגירונג פארלאנגט?!

דא קריגט מען זיך אין "סיבת הדבר" פארוואס די רבי האט געוואלט מען זאל לערנען ענגליש, איינער זאגט אז די סיבה איז געווען בכפיה צילוב פחד פון די רעגירנוג, א צווייטער זאגט צו די סיבה איז געווען די גמרא פון "לעולם ילמד אדם בנו אומנות" וואס דאס אינקלאד לערנען ענגליש, אבער יעדער איז מודה אז מען האט פעסט געלערענט ענגליש "באיזה סיבה שיהא" - ווי תלמידים פון יענע יארען זאגן עדות אז מען האט עס געלערענט אנדערהאלבן שעה, אנדערע זאגן אז מען האט גאר געלערענט צוויי גאנצע שעה.

וועלכע יאר האט מען איינגעזען אז די רבי האט געמאכט א טעות - אדער וועלכע יאר האט די רעגרינוג געמאלדן אז זיי פארלאנגן עס מער נישט - אדער וועלכע יאר האט מען איינגעזען מיט א סטאדי אז ענגליש פעלט מער נישט אויס צו האבן א פרנסה קלה ונקיה?!

אולי אז מען וועט צירוקגיין בדרכי אבותינו צו לערנען א פעסטן ענגלעש וועלן זיך די רעגירנוג רדיפות אויפהערן, ווער ווייסט דען חשבונת מן השמים פאר וואס מיר האבן די ניסיון פון די רעגרינוג.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 11, 2018 1:59 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:געהאט אמאל א לאנגע שמועס מיט הרה''ג יצחק לעבאוויטש וועגן לימודי חול אין זיינע צייטן אין סאטמארע חדר, זאגט ער אז ער אליין און אויך זיין עידש קענען א גוטן ענגליש. (איך האב אים נישט פאהערט)
ער טענה'ט אז פון דעים האט מען אויך פארמינערט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די וואס האבן טענות אזוי ווי @נו שוין האבן זיך נישט אויסגעלערנט קיין מילה ענגליש אין חדר, במילה האט ער טענות, און מיט רעכט.
(איך בארעכטיג זיין טענה נאר אויב די חדר האט נישט ציגעשטעלט די מינומום, אבער אויב ער האט געווארפן טענדשערינס אינטערן טיש, קען ער קיינע טענות האבן, ער איז זיך אליין שולדיג)

איי קענט סטרעס אינאף, איך רעדט אויסדרוקליך פון א מוסד וואס לערנט "בכלל נישט" קיין ענגליש.

האסט גראדע א נקודה מיט אנדערע מוסדות וואס זענען געפאלן עשר דרגות אחורנית אין די לעצטערע יארן, מנעמט מלמדים פאר טיטשערס און די מעטה איז ממש א ליצנות, ווער רעדט נאך פון ענגליש, אבער דאס איז נישט מיין טענה.

נאכאמאל און נאכאמאל, מיר פארלאנגן להחזיר עטרה ליושנה,גארנישט מער, איך פארשטיי באמת נישט די רעסיסטענס דא.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 11, 2018 10:06 am

גאדע פון מיינע מלמדים-טעיטשערס האב איך נאך די מערסטע זיך דערלערנט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג נובעמבער 11, 2018 2:34 pm

נו שוין האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:געהאט אמאל א לאנגע שמועס מיט הרה''ג יצחק לעבאוויטש וועגן לימודי חול אין זיינע צייטן אין סאטמארע חדר, זאגט ער אז ער אליין און אויך זיין עידש קענען א גוטן ענגליש. (איך האב אים נישט פאהערט)
ער טענה'ט אז פון דעים האט מען אויך פארמינערט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די וואס האבן טענות אזוי ווי @נו שוין האבן זיך נישט אויסגעלערנט קיין מילה ענגליש אין חדר, במילה האט ער טענות, און מיט רעכט.
(איך בארעכטיג זיין טענה נאר אויב די חדר האט נישט ציגעשטעלט די מינומום, אבער אויב ער האט געווארפן טענדשערינס אינטערן טיש, קען ער קיינע טענות האבן, ער איז זיך אליין שולדיג)

איי קענט סטרעס אינאף, איך רעדט אויסדרוקליך פון א מוסד וואס לערנט "בכלל נישט" קיין ענגליש.

האסט גראדע א נקודה מיט אנדערע מוסדות וואס זענען געפאלן עשר דרגות אחורנית אין די לעצטערע יארן, מנעמט מלמדים פאר טיטשערס און די מעטה איז ממש א ליצנות, ווער רעדט נאך פון ענגליש, אבער דאס איז נישט מיין טענה.

נאכאמאל און נאכאמאל, מיר פארלאנגן להחזיר עטרה ליושנה,גארנישט מער, איך פארשטיי באמת נישט די רעסיסטענס דא.

אז דו רעדסט פון א חדר וואס לערנט בכלל נישט קיין ענגליש, טא וואס האסטו טענות אויפן חדר? קענסט אפשר האבן טענות אויף די עלטערן וואס שיקן דארט.

איך פערסאנעל האלט אז די גאנצע ענגליש אין חדר דארף מען בטל מאכן, רוב קינדער האבן נישט קיין נערווען, מען האלט נאך א דיסעפלינט טאג פון דאווענען און לערנען, און ס'קומט סוף טאג איז מען שוין אויסגעפלאגט. וזאת ועוד אז במשך די ישיבה יאר לערנט מען עס עניוועי נישט, און ס'רוב פארגעסט מען, און ס'בכלל נישט וויכטיג פאר א בחור צי קענען ענגליש.

וואס יא? די רגע וואס מען ווערט א חתן זאל מען גיין צי א גוטע ענגליש קלאס, און ליינען אסאך ענגליש, אז אויף די חתונה זאל מען קענען א פערפעקט ענגליש. דאס איז א ריכטיגע מלמדו אומנות.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג נובעמבער 11, 2018 3:21 pm

dim האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:איך ווייס אז אין כולל ענינים וואס דער רבי ז"ל האט מגיה געווען שרייבט ר' בנימין הערש אז ענגליש לערנט מען "נאר" צוליב גזירת המלכות.

.

אין כולל ענינים שטייט גראדע פארקערט, אז ענגליש און רעכענען דארף מען סתם אזוי לערנען, די איבריגע זאל מען נאר לערנען וואס די רעגירונג פארלאנגט.

פון דעם איז אגב אויך א ראי' אז מען האט געלערנט מער ענגליש דעמאלט, היינט לערנט מען קוים די צוויי זאכן און עפעס מער איז אוודאי נישט דא. אין

אינטערסאנט, קענסט אפשר ברענגען א מראי מקום?


איך טו באשטעטיגן וואס יואל שרייבער זאגט, אין כולל ענינים שטייט טאקע ביידע, און אין מיינע אויגן זעהט עס טאקע אויס אביסל ווי א סתירה, בכל אופן אזוי ווי דער רבי האט דאך קלאר געזאגט אז מען לערנט "נאר" צוליב גזירת המלכות, און אויך ווי איך האב שוין געשריבן איז דאס גע'אסר'ט געווארן דורך חכז"ל, און דער איסור איז נתחזק געווארן דורך אסאך פון די גדולי ישראל אין אלע דורות, דעריבער וועל איך זיך מדחיק זיין און פארענטפערן אז די כוונה איז נישט געווען צו זאגן אז "מען דארף לערנען" וויבאלד "מען דארף קענען ענגליש", נאר די כונה איז געווען צו מסביר זיין אז באשר ובכן די רעגירונג פארלאנגט צו לערנען ענגליש, און זייער ציל איז דאך נאר אז מען זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, דעריבער לערנט מען נאר דאס וואס איז וויכטיג צו קענען זיך אן עצה געבן ביים ארויסקומען אויף די גאס. כן יש ליישב בדוחק, ואין הלשון לפני להעמיס אותו בדיוק.

גם ידוע שאמר שאם הי' יודע שיוכל לעשות כמו שעשו ה"מלאכים" לפניו, שלא למדו ענגליש בכלל, והעלימו עין מהם, אז הי' עושה כן. אבל רביה"ק סבר שממנו לא יעלימו עין מחמת כמה סיבות. וכהיום שהממשלה אכן מעלמת עין מאותן המוסדות שלומדים או לא לומדים השפה, אין שום חיוב ומצוה דוקא לקיים גזירת המלכות. אולי להיפך. ויש ע"ז ג"כ מעשה שאין ידוע כ"כ, שפעם קרא לר' בנציון וועבערמאן (אביו של ר' מאיר זצ"ל) שהוא הי' העורך דין של ה"מלאכים" לשמוע ממנו האיך הסתדרו עם הממשלה בענין שפות זרות ולשקול אם אפשר גם למוסדות סאטמאר שיפטרו מחוב הזה, והי' מי שדאג להשתיק אותו.... ואין כאן המקום לפרט.

בכל אופן ואופן, קודם ששום אחד עושה איזה דבר כדי להכריח מוסדות ללמוד איזה לימודי חול שהן, צריך שיקבל הסכמה "גמורה" מרב חשוב המקובל על הורי המוסד שהוא רוצה לעשות שם שינוי, שאכן דעתו הוא נכון ולא משובשת... ואם הרבנים של המוסד ההוא אין מסכימים אתו, אז אין לו פתחון פה כלל להכריח ההנהלת המוסד שמתנהלים ע"פ דעת תורה.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 11, 2018 4:05 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:געהאט אמאל א לאנגע שמועס מיט הרה''ג יצחק לעבאוויטש וועגן לימודי חול אין זיינע צייטן אין סאטמארע חדר, זאגט ער אז ער אליין און אויך זיין עידש קענען א גוטן ענגליש. (איך האב אים נישט פאהערט)
ער טענה'ט אז פון דעים האט מען אויך פארמינערט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די וואס האבן טענות אזוי ווי @נו שוין האבן זיך נישט אויסגעלערנט קיין מילה ענגליש אין חדר, במילה האט ער טענות, און מיט רעכט.
(איך בארעכטיג זיין טענה נאר אויב די חדר האט נישט ציגעשטעלט די מינומום, אבער אויב ער האט געווארפן טענדשערינס אינטערן טיש, קען ער קיינע טענות האבן, ער איז זיך אליין שולדיג)

איי קענט סטרעס אינאף, איך רעדט אויסדרוקליך פון א מוסד וואס לערנט "בכלל נישט" קיין ענגליש.

האסט גראדע א נקודה מיט אנדערע מוסדות וואס זענען געפאלן עשר דרגות אחורנית אין די לעצטערע יארן, מנעמט מלמדים פאר טיטשערס און די מעטה איז ממש א ליצנות, ווער רעדט נאך פון ענגליש, אבער דאס איז נישט מיין טענה.

נאכאמאל און נאכאמאל, מיר פארלאנגן להחזיר עטרה ליושנה,גארנישט מער, איך פארשטיי באמת נישט די רעסיסטענס דא.

אז דו רעדסט פון א חדר וואס לערנט בכלל נישט קיין ענגליש, טא וואס האסטו טענות אויפן חדר? קענסט אפשר האבן טענות אויף די עלטערן וואס שיקן דארט.

איך פערסאנעל האלט אז די גאנצע ענגליש אין חדר דארף מען בטל מאכן, רוב קינדער האבן נישט קיין נערווען, מען האלט נאך א דיסעפלינט טאג פון דאווענען און לערנען, און ס'קומט סוף טאג איז מען שוין אויסגעפלאגט. וזאת ועוד אז במשך די ישיבה יאר לערנט מען עס עניוועי נישט, און ס'רוב פארגעסט מען, און ס'בכלל נישט וויכטיג פאר א בחור צי קענען ענגליש.

וואס יא? די רגע וואס מען ווערט א חתן זאל מען גיין צי א גוטע ענגליש קלאס, און ליינען אסאך ענגליש, אז אויף די חתונה זאל מען קענען א פערפעקט ענגליש. דאס איז א ריכטיגע מלמדו אומנות.

איי געס סאיז געווען גרעסערע חכמים און קדושים מיט א דעת תורה און איינגעשטעלט אז למודי חול זאל זיין פאר אלעמען, מקטן ועד גדול (פרומסטער).

אויב טוישסטו די ענגליש לערנען ווען מווערט א חתן ווערט עס אוטאמטיש א "אפשענאל" לימוד, און סווערט נאך מער אראפגעקוקט, עיין ערך גיין אין קאלעדזש.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג נובעמבער 11, 2018 4:08 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:
dim האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:איך ווייס אז אין כולל ענינים וואס דער רבי ז"ל האט מגיה געווען שרייבט ר' בנימין הערש אז ענגליש לערנט מען "נאר" צוליב גזירת המלכות.

.

אין כולל ענינים שטייט גראדע פארקערט, אז ענגליש און רעכענען דארף מען סתם אזוי לערנען, די איבריגע זאל מען נאר לערנען וואס די רעגירונג פארלאנגט.

פון דעם איז אגב אויך א ראי' אז מען האט געלערנט מער ענגליש דעמאלט, היינט לערנט מען קוים די צוויי זאכן און עפעס מער איז אוודאי נישט דא. אין

אינטערסאנט, קענסט אפשר ברענגען א מראי מקום?


איך טו באשטעטיגן וואס יואל שרייבער זאגט, אין כולל ענינים שטייט טאקע ביידע, און אין מיינע אויגן זעהט עס טאקע אויס אביסל ווי א סתירה, בכל אופן אזוי ווי דער רבי האט דאך קלאר געזאגט אז מען לערנט "נאר" צוליב גזירת המלכות, און אויך ווי איך האב שוין געשריבן איז דאס גע'אסר'ט געווארן דורך חכז"ל, און דער איסור איז נתחזק געווארן דורך אסאך פון די גדולי ישראל אין אלע דורות, דעריבער וועל איך זיך מדחיק זיין און פארענטפערן אז די כוונה איז נישט געווען צו זאגן אז "מען דארף לערנען" וויבאלד "מען דארף קענען ענגליש", נאר די כונה איז געווען צו מסביר זיין אז באשר ובכן די רעגירונג פארלאנגט צו לערנען ענגליש, און זייער ציל איז דאך נאר אז מען זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, דעריבער לערנט מען נאר דאס וואס איז וויכטיג צו קענען זיך אן עצה געבן ביים ארויסקומען אויף די גאס. כן יש ליישב בדוחק, ואין הלשון לפני להעמיס אותו בדיוק.

גם ידוע שאמר שאם הי' יודע שיוכל לעשות כמו שעשו ה"מלאכים" לפניו, שלא למדו ענגליש בכלל, והעלימו עין מהם, אז הי' עושה כן. אבל רביה"ק סבר שממנו לא יעלימו עין מחמת כמה סיבות. וכהיום שהממשלה אכן מעלמת עין מאותן המוסדות שלומדים או לא לומדים השפה, אין שום חיוב ומצוה דוקא לקיים גזירת המלכות. אולי להיפך. ויש ע"ז ג"כ מעשה שאין ידוע כ"כ, שפעם קרא לר' בנציון וועבערמאן (אביו של ר' מאיר זצ"ל) שהוא הי' העורך דין של ה"מלאכים" לשמוע ממנו האיך הסתדרו עם הממשלה בענין שפות זרות ולשקול אם אפשר גם למוסדות סאטמאר שיפטרו מחוב הזה, והי' מי שדאג להשתיק אותו.... ואין כאן המקום לפרט.

בכל אופן ואופן, קודם ששום אחד עושה איזה דבר כדי להכריח מוסדות ללמוד איזה לימודי חול שהן, צריך שיקבל הסכמה "גמורה" מרב חשוב המקובל על הורי המוסד שהוא רוצה לעשות שם שינוי, שאכן דעתו הוא נכון ולא משובשת... ואם הרבנים של המוסד ההוא אין מסכימים אתו, אז אין לו פתחון פה כלל להכריח ההנהלת המוסד שמתנהלים ע"פ דעת תורה.

וויכטיג אונטערצושטרייכן אז אלעס וואס @אומאפציעל שרייבט, איז זיין פריוואטע אפשאצונג נעמענדיג אין באטראכט אז בלויז ''געוויסע'' זענען ערלויבט צו רעדן בשם דעם רבי'ן זי''ע...

הערץ פרענקעל דער לעגענדארער ''אויסערן מיניסטער'' פון סאטמאר אין יענע בראשית יארן און דער איינציגסטער ''נישט היימישער'' וועמען דער רבי זי''ע האט פרעזענליך געשטעלט אלס ''ענגליש פרינציפל'' אין זיין מוסדות, שרייבט קלאר די היפך, ער שרייבט - צווישן אנדערע - אז דער דבי האט דייקה געוואלט אז זיין מוסד זאל דינען פאר די מער ''באלבאטישע'' און פרומע צוגלייך, און דעריבער האט דער רבי איינגעשטעלט א מינימאלע ענגליש קרוקילום צולייגנדיג אז די וועלכע זעען אויך דאס אלס צו מאדערן זאלן זיי ליבערשט שיקן צו די מלאכים...

נאכאמאל, דאס זאגט עדות א איד וועלכע כולי עלמא מודה אז דער רבי זעלבסט האט אים אנפארטרויט מיט די שליחות און דייקה פארלאנגט אז א ''נישט היימישער'' זאל שטיין דערויף. אויב איינער האלט אז דער איד פארדרייט דעם רבינ'ס ווערטער בין איך נייגעריג צו פארשטיין פארוואס דער רבי זעלבסט האט יא געשפירט זיכער מיט אים און אויך געשיקט אויסצופירן אומצאליגע קנאות'דיגע און עסקונאת'דיגע שליחות'ן.

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 11, 2018 4:11 pm

גאר אינטערעסאנט צו ליינען הערץ פרענקל , ווי די רבי האט אים כסדר געשיקט קיין בית יעקב און זעהן וויאזוי די ארטיגע ענגליש חינוך סיסטעם גייט צו, וואס מקען נאכמאכן און וואס נישט, למשל די גאנצע ענין פון גראדועישאן האט די רבי געגעבן א הסכמה.

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג נובעמבער 11, 2018 4:20 pm

איז הערץ פרענקל געווארן באאויפטראגט דורך דעם סאטמאר'ער רבי'ן אליינס צו אריינרעדן אין די לימודי חול ביי די אינגלעך?
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:20 am

איך ווייס נישט וואס ר'הערץ פרענקל איז יא אדער נישט באאויפטראגט געווארן פון רבי'ן, אבער ער איז זיכער נישט באאויפטראגט געווארן איבערצוגעבן דעם רבינ'ס מיינונגען פאר אונז.

כולל ענינים האט דער רבי געהייסן שרייבן כדי צו לערנען מיט די מיידלעך דערין, דאס איז לכאורה זייער א שטארקע ראי' אויף זיין מיינונג.

אויך איז דא די באקאנטע דרשה ביי א דינער, (איך מיין אז עס איז שוין געווען אראפגעברענגט אין דעם אשכול) ווי מען זעהט אויך אויס אז ער האט געהאלטן אז מען דארף לערנען וויפיל די רעגירונג הייסט, נישט נאר ווייל דער געזעץ איז אזוי, נאר אויך ווייל עס גייט אריין אין כלל פון השתדלות פאר פרנסה.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אב של שלמה, בן הצעיר, דברים אלו, שרייב און 34 געסט