לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 1:14 pm

און די עמי די וואך זייער שיין באשריבן די גאנצע זאך
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

PEARLS@

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 3:02 pm

Need a home loan? Mr. Fuks of FM Home Loans is ready and waiting for you!
Dk1QazvVsAENxm8.jpg
Dk1QazvVsAENxm8.jpg (146.3 KiB) געזעהן 844 מאל


Selling or buying a home? Mr. Leiby Moster of Almost Realty is standing by ready and able.
Dk1STk6U8AAM_Hi.jpg
Dk1STk6U8AAM_Hi.jpg (119.75 KiB) געזעהן 844 מאל


Or meet the largest multi neighborhood #Yiddish #English free flyer distribution team, under the leadership of Mr Shmuel Hecht!
Dk1TT9mU4AEvaEy.jpg
Dk1TT9mU4AEvaEy.jpg (148.65 KiB) געזעהן 844 מאל

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

PEARLS@

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 3:02 pm

In the heart of #Brooklyn hundreds attended a recent B2B Business Expo organized by the #Jewish #Orthodox #Chasidic community of Belz, featuring dozens of #Yeshiva graduates in individual booths, ranging from pest control to high tech, from banking to real estate. #BelzExpo
Dk1MSMBX0AAa5xA.jpg
Dk1MSMBX0AAa5xA.jpg (144.48 KiB) געזעהן 844 מאל


Caught on camera our dear friend @AronWieder himself a proud Belz #Yeshiva grad
Dk1OFxaVsAEsbpT.jpg
Dk1OFxaVsAEsbpT.jpg (118.14 KiB) געזעהן 844 מאל


Need Tech support? call SM TECH service
Dk1OjVPV4AA0f4L.jpg
Dk1OjVPV4AA0f4L.jpg (132.85 KiB) געזעהן 844 מאל

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:32 am

עס קומט יעצט נאכאמאל ארויף אויפן אויבן פלאך די ענין פון חינוך, אלע צעטליך אין בהמ"ד איז אנגעפירקלט מיט די שרעקעדיגע "אנארכיסטישע ליבעראלן" (א נייע שלאג ווארט) , וואס ווילן אונז מאכן פאר גוים, בקיצור סאיז טישן און בענק און חינוך און וואלן.

איך טו געווענדליך וואס די הנהלה הייבט, אן קיין שאלות נעמיך די סעמפל בעלאט און מקאלירט גענוי וויאזוי די טיטשער הייסט...

היי יאר גייט זיין אנדערש, די למודי חול פון מיינע קינדער זענען אויף א וואגשאל. בעת הזאת בשעת די שורות ווערן געשריבן האבן מיינע קינדער נאך נישט קיין ענגליש, אזוי שמעקענדיג די לופט איז נישטא קיין שום פלאן אנצוהייבן ענגליש אין די נאנטע צוקופנט, אין אנדערע ווערטער די סכנה שוועבט אין די לופט סקען גאר זיין אז זיי גייען בכלל נישט האבן קיין למודי חול היי יאר אזוי ווי פאר צוויי יאר צוריק.

במילא גיימיר היי יאר שטימען פאר אלע קאנדידאטן וואס שטיצן א בעסערע למודי חול פאר אונזערע קינדער, וחפץ השם בידינו תצליח.
צוגעלייגטע
IMG-20181104-WA0014.jpg
IMG-20181104-WA0014.jpg (152.98 KiB) געזעהן 682 מאל

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:38 am

שנאה מקלקלת את השורה.

דיין האס גייט דיר באגראבן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2570
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:39 am

אוי וויי, די קינדער קאנען טרינקען קאקא קאלא... זיי ברויכען לייגען דעם מיטל וועג, ווייל ענגליש אויף די בעיסיק שטאפעל איז נישט א סך הכל פון בעיסבאלל, קאקא קאלא, און ביר
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:42 am

ס׳האט קיינער נישט געזאגט אז מען זאל נישט לערנען ענגליש.

זיין שנאה וואס טרייבט אים יעצט צו טוהן וואס ער טוט, גייט אים באגראבן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 04, 2018 10:59 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:ס׳האט קיינער נישט געזאגט אז מען זאל נישט לערנען ענגליש.

זיין שנאה וואס טרייבט אים יעצט צו טוהן וואס ער טוט, גייט אים באגראבן.

מיינע קינדער לערנען אין א מוסד וואס שטייט בנשיאות "נישט משנה א זיז כל שהוא" שליט"א, מרעדט און קאכט 16 מאל א טאג אין די ענין בו בעת ווען די שינוי איז אסאך גרעסער ווי א זיז, די נישט לערנען ענגליש מיט די קינדער איז איין שטיק שיניו.

סאיז א פראבלעם וואס קיינער פון די עלטערן קען נישט אדרעסירן די מוסד פערזענדליך, במילא וועלן מוזן ליידער די רעגירונג קער נעמן אז מזאל טאקע נישט משנה זיין ווי די פארגאנגעהייט, ווען סאיז געווען צוויי שעה א טאג למודי חול.

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:04 am

עפעס מאכט נישט קיין סענס דא, פארוואס זאל מען נישט לערנען קיין ענגליש?! איך גלייב נישט אז עס איז ריכטיג אז מ'פלאנט טאקע נישט צו לערנען בכלל.

און איך מיין טאקע אז אויב דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן לערנען ענגליש ,זאלסטו טאקע אפגעבן דיין 'איין איינציגסטע' שטימע פאר דער קעגנער פון יהדות החרדית, אזוי האסטו טאקע מער שאנסן אז דיינע קינדער זאלן לערנען ענגליש... ווי איידער צו גיין רעדן מיט די הנהלה.

המממ... בתפארתה!
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:05 am

א וועד ההורים איז די סולושען נישט פטליטישענס וואס מיינען נישט דיין גיטס בכלל

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:07 am

נו שוין האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:ס׳האט קיינער נישט געזאגט אז מען זאל נישט לערנען ענגליש.

זיין שנאה וואס טרייבט אים יעצט צו טוהן וואס ער טוט, גייט אים באגראבן.

מיינע קינדער לערנען אין א מוסד וואס שטייט בנשיאות "נישט משנה א זיז כל שהוא" שליט"א, מרעדט און קאכט 16 מאל א טאג אין די ענין בו בעת ווען די שינוי איז אסאך גרעסער ווי א זיז, די נישט לערנען ענגליש מיט די קינדער איז איין שטיק שיניו.

סאיז א פראבלעם וואס קיינער פון די עלטערן קען נישט אדרעסירן די מוסד פערזענדליך, במילא וועלן מוזן ליידער די רעגירונג קער נעמן אז מזאל טאקע נישט משנה זיין ווי די פארגאנגעהייט, ווען סאיז געווען צוויי שעה א טאג למודי חול.


איך האב גרויס מיטלייד מיט אייך, און דו ביסט כשר גערעכט מיט דיינע טענות. דיין אויספיר אבער קומט פון א כעס׳גע איבערגעאיילטע באשלוס וואס קאסט שפעטער א טייערע פרייז.

יעך קען אידן וואס האבן געוואוט פאר די רשע עד דעי אין ראקלענד ווייל זיי האבן געוואלט צופיקסן די עסקנים. און יעך קען ליידער איבער א מנין קעיסעס פון היימישע אינגעלייט וואס זענען אנדער אינוועסטיגעישען פון זיין אפיס.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:09 am

גערעכט מיט זיינע טענות?! איך מיין אז נישט מיט די טענה פון 'זיז כל שהוא'.. המביא לידי גיחוך.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:12 am

מחשב האט געשריבן:גערעכט מיט זיינע טענות?! איך מיין אז נישט מיט די טענה פון 'זיז כל שהוא'.. המביא לידי גיחוך.


אויב לערנט ער אין די מוסד וואס לערנען גארנישט קיין ענגליש האט ער א גערעכטע טענה. די זענען פרומער פונעם רבי׳ן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:19 am

מחשב האט געשריבן:עפעס מאכט נישט קיין סענס דא, פארוואס זאל מען נישט לערנען קיין ענגליש?! איך גלייב נישט אז עס איז ריכטיג אז מ'פלאנט טאקע נישט צו לערנען בכלל.

און איך מיין טאקע אז אויב דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן לערנען ענגליש ,זאלסטו טאקע אפגעבן דיין 'איין איינציגסטע' שטימע פאר דער קעגנער פון יהדות החרדית, אזוי האסטו טאקע מער שאנסן אז דיינע קינדער זאלן לערנען ענגליש... ווי איידער צו גיין רעדן מיט די הנהלה.

המממ... בתפארתה!

פאר צוויי יאר צוריק, תשע"ז טו בי פריסייז, האט מען בכלל נישט געלערנט קיין ענגליש אין די מוסד, 0 זילטש, טאקע אינטערעסאנט סאיז געווען א שווייגעניש.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:40 am

יענע חברה ווילן דיינע קינדער זאלן לערנען גאר עפעס אנדערש ווי ענגליש. 'לימודי חול' איז די איידעלע ווארט דערפאר.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:50 am

(איך ברענג דא א תגובה, געשריבען דורך א ניק אינעם חצי שיעור אשכול. איך לייגט צו בלויז דריי ווערטער ''גם אני בחלומי'')

[ געשריבען דורך דאווענט ערליך]

ווייסעך נישט פונקטליך וואו מייסטנס פון אייך האבן פארבראכט זייערע קינדערישע יארן, לאמיר אייך פארציילן מיין פריוואטע עקספיריענס, אני הקטן האב פארבראכט מיינע יארן אין uta of kj, והנה;

מ'האט דארט בכלל נישט געלערענט קיין אנגלית.
אלס טיטשערס האט מען געטוישט מלמדים וואס טייל פון זיי זענען געווען יוזראעליס.
כ'געדענק נישט מ'זאל לערנען קיין לימודי חול ווי היסטאריע מאטעמאטיק וכדומה דורכאויס די קנאפע שעה וואס מ'האט גערופן ''ענגליש''.

איך בין פארט שטאלץ מיט מיין חינוך, איך האלט אז טראץ די מינימום נאלעדש וואס מ'לערנט איז אבער ''אונזער'' ריינע חינוך סיסטעם ווערט בלויז צוליב איר ריינקייט מאראלישקייט און פשטות מיט וועלכע אירע יוצאים צייכענען זיך אויס.

איך וויל אבער באמת אז דאס לערנען ענגליש זאל זיין באמת 'געלערענט', איך וויל אז מיינע קינדער זאלן נישט דארפן דורכגיין אזויפיל עגמת נפש און דמים תרתי משמע כדי זיך צו דערלערנען דעם לשון המדינה, וואס פארלאנג איך דען, נישט קיין שום כפירה אדער געמיינע באגריפן, אחת שאלתי, לערנט ''באמת'' ענגליש בעת די לעצטע שעה פונעם טאג וואס מ'רופט ''ענגליש''. הערט ביטע אויף מיט די ליצנות, הערט אויף אויפצונעמען מלמדים וואס קענען קוים ענגליש אלס ''ענגליש טיטשער'ס''...

עס טיט מיר באמת וויי, מ'האט גענומען דעם לעצטן שעה פונעם איבערגעפילטן חדר טאג, מ'האט צוגעשטעלט איבערבייס וועלכע זענען מייסטנס געניצט געווארן צו ווארפן אויף די אזוי-גערופענע ''טיטשער'ס'', מ'האט זיך געשלאגן און געפראסקעט, ארויסגעווארפן פון קלאס, אראפגערופן עלטערן, גע'רודפט די עלטערן חלילה נישט צולאזן די קינדער פארפאסן די גאר וויכטיגע ''ענגליש שטודיעס''... אבער געלערענט האט מען דארט זילטש...

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג נובעמבער 04, 2018 11:54 am


אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:36 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:יענע חברה ווילן דיינע קינדער זאלן לערנען גאר עפעס אנדערש ווי ענגליש. 'לימודי חול' איז די איידעלע ווארט דערפאר.

האסט עפעס א אנדערע לייטישע עצה? פארציילט מיר א אינגעמאן ער איז געגאנגן אנקלאפן די טירן ביי א געוויסע מוסד איבער פארבעסערן דאס לערנען ענגליש , די אנווארט פון הנהלה איז געווען "ווער האט דיר געהייסן שיקן אין די מוסד, קענסט דיך גיין".

בקיצור סאיז נישט אזוי סימפל, די סיילענט מעדזשאריטי קען נישט עפענן קיין קול ווייל מוועט דערשטיקן נאך איידער מהייבט אן רעדן, איז די איינציגע וועג צו גיין וועלן דעם דינסטאג פאר די למודי חול אינדארסיטע קאנדידאטן.
לעצט פאראכטן דורך נו שוין אום זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:37 pm

.
לעצט פאראכטן דורך נו שוין אום זונטאג נובעמבער 04, 2018 1:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג נובעמבער 04, 2018 2:46 pm

נו שוין האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:יענע חברה ווילן דיינע קינדער זאלן לערנען גאר עפעס אנדערש ווי ענגליש. 'לימודי חול' איז די איידעלע ווארט דערפאר.

האסט עפעס א אנדערע לייטישע עצה? פארציילט מיר א אינגעמאן ער איז געגאנגן אנקלאפן די טירן ביי א געוויסע מוסד איבער פארבעסערן דאס לערנען ענגליש , די אנווארט פון הנהלה איז געווען "ווער האט דיר געהייסן שיקן אין די מוסד, קענסט דיך גיין".

בקיצור סאיז נישט אזוי סימפל, די סיילענט מעדזשאריטי קען נישט עפענן קיין קול ווייל מוועט דערשטיקן נאך איידער מהייבט אן רעדן, איז די איינציגע וועג צו גיין וועלן דעם דינסטאג פאר די למודי חול אינדארסיטע קאנדידאטן.


זענען די הנהלה אין יענע מוסד דען נישט גערעכט?

איז דען נישטא קיין אנדערע מוסדות וואו דו קענסט שיקן וואס זענען יא משנה זיז כל שהוא (אדער נישט משנה - וויאזוי דו גלייכסט עס בעסער צו רופן) און לערנען יא געהעריג ענגליש ? פארוואס עפעס שיקסטו פונקט אין דעם שלעכטן מוסד וואס דיין שנאה צו דעם מוסד און איר הנהלה (נישט נאר בנוגע ענגליש) רינט ארויס פון אלע זייטן פון דיינע ווערטער ?

און איך וויל דיר זאגן נאך א זאך, אז פון די צעטלעך וואס "קהל" לייגט קענסטו קיינמאל נישט וויסן ווער עס איז לטובת ערליכע חינוך און ווער עס וויל דוקא געבן פאר אונזערע חינוך אזא "הויכע חינוך" אזוי ווי די גוים האבן... עס קען גאר זיין אז מיט דיין אויבערחכמה וועסטו גאר שטימען פאר דעם קאנדידאט וואס שטיצט נישט אזוי די לימודי חול....

און איך וויל זאגן נאך א זאך פאר דיר און דיינס גלייכן, אז די מוסדות וועלכע רירן זיך נישט אוועק קיין זיז כל שהוא וועלן זיך בעז"ה אן עצה געבן מיט די רעגירונג בכל אופן, אזוי אז עס וועט דיר קיין סאך נישט העלפן פאר וועם דו וועסט שטימען (איין זאך קען זיין אז דיין שכר לימוד וועט ארויפגיין, ווייל מען וועט מוזן אויפהערן נעמען פארשידענע געלטער פון די שטאט...)

פרידן
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג נובעמבער 04, 2018 2:56 pm

נו שוין האט געשריבן:עס קומט יעצט נאכאמאל ארויף אויפן אויבן פלאך די ענין פון חינוך, אלע צעטליך אין בהמ"ד איז אנגעפירקלט מיט די שרעקעדיגע "אנארכיסטישע ליבעראלן" (א נייע שלאג ווארט) , וואס ווילן אונז מאכן פאר גוים, בקיצור סאיז טישן און בענק און חינוך און וואלן.

איך טו געווענדליך וואס די הנהלה הייבט, אן קיין שאלות נעמיך די סעמפל בעלאט און מקאלירט גענוי וויאזוי די טיטשער הייסט...

היי יאר גייט זיין אנדערש, די למודי חול פון מיינע קינדער זענען אויף א וואגשאל. בעת הזאת בשעת די שורות ווערן געשריבן האבן מיינע קינדער נאך נישט קיין ענגליש, אזוי שמעקענדיג די לופט איז נישטא קיין שום פלאן אנצוהייבן ענגליש אין די נאנטע צוקופנט, אין אנדערע ווערטער די סכנה שוועבט אין די לופט סקען גאר זיין אז זיי גייען בכלל נישט האבן קיין למודי חול היי יאר אזוי ווי פאר צוויי יאר צוריק.

במילא גיימיר היי יאר שטימען פאר אלע קאנדידאטן וואס שטיצן א בעסערע למודי חול פאר אונזערע קינדער, וחפץ השם בידינו תצליח.

פין צווישן די שורות ליין איך אז נישט די ענגליש באדערט דיך די שעה א האלב בעביסיטינג שטערט דיך עס וואלט דיר פיל גרינגער געווען אז ווען זיי קומען אהיים שפעטער איך פארשטיי דיך, אפשר קענסטי זיי איינשרייבן אין א עפטער סקול פראגראם, אדער א מתמידים

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:31 pm

איך זעה די עולם כאפט נישט געהעריג וואס דא גייט פאר, נאכאמאל, אין מיינע קינדערס מוסד לערנט מען "בכלל נישט" קיין ענגליש און "בכלל נישט" קיין רעכענן, און סאיז נישטא צו וועמען צו רעדן, האט איינער א עצה?

און צו הרב אומאפיציעל. איך האב באמת נישט געוואוסט פאר 10 יאר צוריק אז מוועט אנגעקומען צו אזא אומבאלומפעטע מצב פון נישט קענען צושטעלן עפעס למודי חול, כוועל מלמד זכות זיין אויף די הנהלה אז סאיז מסתמה די פינאנציעלע מצב וואס דרוקט, און צוגאב אז די הנהלה פילט נישט אז עלטערן דארפן למודי חול אזוי וויכטיג, במילא איז עס א אינגרידענט פאר דיזעסטער.

איך זעה וואס איך פארלאנגט דא איז אזוי שרעקליך, זייער א איינשטענדיגע פארלאנג.
לעצט פאראכטן דורך נו שוין אום זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:34 pm

טויש מוסד.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:34 pm

נו שוין האט געשריבן:איך זעה די עולם כאפט נישט געהעריג וואס דא גייט פאר, נאכאמאל, אין מיינע קינדערס מוסד לערנט מען "בכלל נישט" קיין ענגליש און "בכלל נישט" קיין רעכענן, און סאיז נישטא צו וועמען צו רעדן, האט איינער א עצה?

אין וועלכע מוסד לערנט מען בכלל נישט קיין ענגליש?

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1917
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג נובעמבער 04, 2018 3:35 pm

אזוי וויל איך האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:איך זעה די עולם כאפט נישט געהעריג וואס דא גייט פאר, נאכאמאל, אין מיינע קינדערס מוסד לערנט מען "בכלל נישט" קיין ענגליש און "בכלל נישט" קיין רעכענן, און סאיז נישטא צו וועמען צו רעדן, האט איינער א עצה?

אין וועלכע מוסד לערנט מען בכלל נישט קיין ענגליש?

מסתמא דארט ווי מען וואקסינירט נישט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], נודניק, שתקן און 16 געסט