לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 6:23 am

יוד דעילי האט געשריבן:זארג אין ניו יארק
איבער ערליכן חינוך

ניו יארק – גרויס זארג הערשט ביי אידישע מוסדות לענגאויס ניו יארק, נאכדעם וואס דער ניו יארק סטעיט ערציאונגס קאמישאנער איז ארויסגעקומען מיט א מעלדונג, אז די סטעיט וועט טוישן אירע ערציאונג פארשריפטן און וועט אננעמען א שטרענגערן צוגאנג מיט'ן אינפארסירן די פארשידענע פארלאנגען צו לערנען סעקולערע לימודי חול אין פריוואטע שולעס. קאמישאנער מעריעלען עליא זאגט אז אויב וועט די סטעיט הערן אז א מוסד פאלגט נישט אויס אלע פארשריפטן, וועלן זיי נישט נאר אויסשטיין צו פארלירן סיי וועלכע פינאנציעלע שטיצע פון די סטעיט רעגירונג, נאר וועלן אויך מעגליך אנקלאגן דעם מוסד אין געריכט און די עלטערן וועלן באשולדיגט ווערן פאר'ן נישט געבן קיין חינוך פאר די קינדער. ניו יארקער אידן זענען מתפלל, לא ירעו ולא ישחיתו, די רעגולאציעס זאלן חלילה נישט שאטן פאר'ן ריינעם חינוך פון די צאן קדשים אין די מוסדות התורה והחינוך אין ניו יארק.
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

א בריוו קעגן יאפעד - פראפעסער הרב אהרן טווערסקי

תגובהדורך שמן » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 1:19 pm

image001 (1).png
image001 (1).png (169.54 KiB) געזעהן 1478 מאל
image002.png
image002.png (115.82 KiB) געזעהן 1478 מאל

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 1:57 pm

בינעך זייער נייגעריג אויב די אפ-עד איז געווארן איבערגעקוקט פארדעם ביי די Pearls ארגענעזאציע ? אדער ארייגעלייגט אויף די אייגענע האנט ?
סיי וויאזוי איז די בריוו אין מיינע אויגן איין גרויסע טעות אין בעסטן פאל, און כ׳וויל נישט טראכטן פונעם ערגסטן פאל.

די גאנצע ערשטע זייט וואס ברענגט ארויס ווי מעכטיג אונז זענען, און בעיקר די סטעיטמענט “ I would challenge any secular educational system “ איז אזוי נישט אין פלאץ אז נאר.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 5:09 pm

אויב א מיינונג, נו קען איך דאך אויך.

א ריזן שטיקל געשריבן, צוזאמגעשטעלט אויפ'ן געבוי וויזוי מ'האט געענטפערט אין דער אלטער היים, די מציאות האט ביז היינט געוויזן אז נאר די גערעדעכט'ס ארבעט.

וואס וועט דא ארבעטן ווייסט איין באשעפער, איין זאך ווייסעך, זאת התורה לא תהא מוחלפת.

כאטש איך וואלט נישט געשריבן אז ישיבה סטודענט'ס זענען "מער" ווי אנדערע אלס לא תתראו, ענדערש גענוצט "פונקט אזוי" אדער "נאך אזוי גוט".

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:27 pm

גאר א שטארקע ארטיקעל!

חוץ פון מאכען דער פוינט (וואס מיר האבען דא שוין געמאכט) אז דער עיקר פון עדיוקעישאן איז א אויסגעשארפטע קאפ (און יעדער קען זיך צו לערענע אויב עס פעלט אים עפעס אויס ידיעות פון סעקיולארע עדיוקעישען); שטעלט ער אויך יאטעד אויפען פלאץ און זייער מטרה מיט די שורות:
What they really seek to take issue with, is our value system, one that is in dissonance with that of the secular society that surrounds us.

On that we broach no compromise. We will continue to improve our schools, but we have no reason to apologize for them. ... for its excellence in teaching the most important of all skills; how to reason, analyze problems, and construct a moral and ethical framework for life.

Whatever the profession or endeavor, those who possess these vital skills are the best educated.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:36 pm

דער קוטשער האט געשריבן:אויב א מיינונג, נו קען איך דאך אויך.

א ריזן שטיקל געשריבן, צוזאמגעשטעלט אויפ'ן געבוי וויזוי מ'האט געענטפערט אין דער אלטער היים, די מציאות האט ביז היינט געוויזן אז נאר די גערעדעכט'ס ארבעט.

וואס וועט דא ארבעטן ווייסט איין באשעפער, איין זאך ווייסעך, זאת התורה לא תהא מוחלפת.

כאטש איך וואלט נישט געשריבן אז ישיבה סטודענט'ס זענען "מער" ווי אנדערע אלס לא תתראו, ענדערש גענוצט "פונקט אזוי" אדער "נאך אזוי גוט".

ריכטיג; ער ברענגט טאקע ארויס דער נקודה אז זאת התורה לא תהא מוחלפת און אז אויף דער האקעלע נקודה וואס יאפעד וויל עוקר זיין קען קיין פשרות נישט זיין.

און וועגען למה תתראו; איז דאך דאס אבער אמת אז מיר זענען מער מוצלח אין דזענערעל ווי דער המון עם; און אז מען וויל עוקר זיין דעם אימפרעשען וואס יאפעד האט אנגעמאכט אין די צייטונגען און אין די אינסטאנצען; מוז מען קומען מיט די שטערקסטע אמת'ן ענטפער אז מיר זענען נישט קיין אכזרים אויף אונזערע קינדער, און אין א מלחמה קען מען יעצט נישט קוקען אויפען למה תתראו.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 6:49 pm

לדעתי איז דאס א שטארקער ארטיקל. הרב טווערסקי האט צוריקגעענפערט כדבאי; עלעקוואנט און מיט באק ציין.

איך בין נישט באזארגט אז זיינע אויפרייסערישע סטעיטמענטס איבער די מערערע חרדישע סוקסעס סטאריס וועלן אויפרייצן די גוים. די מאסן, וועלכע קוקן כסדר אויף אונזער זייט מיט איינגעווארצלטע שנאה וקנאה (ליינט די פולע קאמענטירער אויף די נייעס זייטלעך. מ'קען ברעכן.), האבן אונז פיינט ריגארדלעס. לאמיר זיך נישט נארן, די איינציגע סיבה די גוי'שע גאס איז אנגעדרייט איבער אונזער עדיוקעישן סיסטעם איז צוליב די פארדרבענע חבלי הכרם, וועלכע שימלען אין די טעלעוויזיע ביוראען און הויערן אויף די סיטי האל טרעפן. קיינער פון זיי - נישט די אומה"ע און נישט די משכילים - קוקן ארויס פארן וואולזיין פונעם סאטמארן יואלי, אדער פארן קאריערע פונעם באבוב'ן שלמה'ע. דער מציאות איז אז די רגע יאפפעד איז GONE, פארט די גאנצע אישו אראפ פון באלעמער כהרף עין. ומציצה בפה ופרשת ... יוכיח.

אבער מען קען נישט זיגן א קאמף ווען מען איז כסדר אויף די דעפענסיווע, און דאס איז וואס הרב טווערסקי און הרב נידערמאן האבן דא געטוהן מיט זייערע אפ-עד ארטיקלען -- זיי האבן געכאפט דעם נאדל אין איר אויסגעדרייט אין די פארקערטע ריכטונג; געשטעלט די יאפפעד חברה אויף די דיפענסיווע! אנשטאט וואס מיר האבן ביז היינט זיך געברויכט פארענטעפרן אויף דעם וואס מאסטער וחבריו זענען נעבעך אומסוקסעספול, ברויכן זיי זיך יעצט ספראווענען מיט אונזערע סוקסעסן!

יא, מיר חסידישע אידן האבן געבויעט א שטייגער ווי B&H, די גרעסטע פאטאו געשעפט אין די וועלט! האסט א פראבלעם דערמיט?!
יא, מיר געוועזענע ישיבה בחורים זיינען ריעל איסטעיט מאגנאטן וואס באגיטן האלב קווינס און דריי-פערטל ברוקלין. היש לך סוסקסעס גדולה מזו?!
יא, אונזער סיטסעם האט ארויסגעגעבן טויזנטער אקאונטענטס און ביזנעסלייט; קאנטראקטערס און פלאמבערס; פרעימערס און פעינטערס; רופערס און פרינטערס. איר - יאפפעד - זאלט זיין שטאלץ מיט אונזער רעקארד!
יא, מיר פארמאגן ב"ה גרויסע פאמיליעס, גרויסע עקספענסעס, צאלן אליין Tuition, און זענען בארעכטיגט צו געוויסע פראגראמען. אבער טויזנטער פון אונזערע אינגע ביזנעסלייט זענען אויך שותפים צו מיליאנען עמעזאן דעליוועריס! פארוואס רעדט איר נישט פון דעם?!
פארוואס רעדט איר נישט פון אונזערע Entrepreneurs, פון אונזערע פילאנטראפיסטן, פון אונזער הצלה-אמביולאנס אפאראט, וכו' וכו' וכו'?!

אין אמת'ן גערעדט, מעסטן מיר נישט "סוסקסעס" מיט ווי רייך אדער פעימוס מיר זענען; מיר צילן פאר א העכערע לעבן פון תורה ומצוות. אבער ועם עקש תתפתל. כאפ דעם פארדארבענעם ביים קאריג און רעדט צו אים זיין שפראך! זאל "ער" זיך פארענטפערן!
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:21 pm

ספוזמאן, איך וואלט געדארפט איינרינגלען מיין למה תתראו פוינט, נאר געווען א זייטיג נאטה.

ס'איז א גוטע שטיקל און איך וואלט געזאגט נאר צו גיין אויף דעם וועג, איך מיין אז פערל גייט נישט אזוי.

עניוועי, נישט מיינע ביזנעס.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:27 pm

מונאוויטש האט געשריבן:ומציצה בפה ופרשת ... יוכיח.

איך וויל נישט דא פארדרייען דעם ספאדיק, אבער די ערשטע, ווילאנג מ'האט גערעדט מיט באק ציינער ווי דער רב (לרפו"ש) האט זיך אנגערופן האט עס געארבעט, איינמאל מ'האט זיך פארגעסן און פארהאנדעלט... אממ.. איך וואלט נישט געזאגט ס'איז אראפ פון טיש.

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:36 pm

דאס אז ״די מאסן האבן אונז פיינט ריגארדלעס״ איז נישט קיין גרינע ליכט צו שרייבן אלעס.
און די אפ-עד איז לא קרב זה אל זה צו דאס וואס ר׳ משה דוד האט געשריבן, זעהט אליין דעם חילוק:

Students obtain critical thinking, analytical, comprehension and literacy skills that are no different from those of successful students everywhere. Our teachers employ a Socratic method of instruction, in which students are required to analyze passages and defend their interpretations. You would be hard-pressed to find sixth-grade classrooms elsewhere that so resemble law school.

We are proud of our graduates. Some become entrepreneurs, teachers and shopkeepers; others become electricians and plumbers. Many tend to the religious life and needs of our growing community. None are afraid of hard work.

און איך בין שטארק מסופק אויב ס׳איז אין אונזער אינטערעסע אז זיי זאלן דארפן ענטפערן עפעס איבער אונזערע סוקסעסן.

אבער קען נאך אלץ זיין אז איר זענט גערעכט אז בשעת מלחמה שיסט מען אלעס צוריק, און מען קוקט נישט אויף קיין פראבלעמען וואס קען ארויסקומען פון למה תתראו, פארדעם האב איך געפרעגט אויב איימיצער האט עס איבערגעקוקט בעפארן ארויסשטעלן.

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:38 pm

דער קוטשער האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:ומציצה בפה ופרשת ... יוכיח.

איך וויל נישט דא פארדרייען דעם ספאדיק, אבער די ערשטע, ווילאנג מ'האט גערעדט מיט באק ציינער ווי דער רב (לרפו"ש) האט זיך אנגערופן האט עס געארבעט, איינמאל מ'האט זיך פארגעסן און פארהאנדעלט... אממ.. איך וואלט נישט געזאגט ס'איז אראפ פון טיש.

מיין פונקט איבער מציצה (לייג מיין גאנצע פאראגראף!) איז אז עס איז נישט דער גוי וואס קעירט. די מינוט וואס דער אידישער העצער איז אינדרויסן פון בילד -- וואטערווער די ריעזאן, פארט די סקאנדאל אראפ פון טיש.

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:50 pm

דער קוטשער האט געשריבן:ספוזמאן, איך וואלט געדארפט איינרינגלען מיין למה תתראו פוינט, נאר געווען א זייטיג נאטה.

ס'איז א גוטע שטיקל און איך וואלט געזאגט נאר צו גיין אויף דעם וועג, איך מיין אז פערל גייט נישט אזוי.

עניוועי, נישט מיינע ביזנעס.

און איך האלט אז רעדן פון אונזערע סוקסעסן אויף אזא פארנעם איז א גרעי עריע וואס קיינער ווייסט נישט וואו אהין עס קען פירן.
אבער אזוי ווי איר זאגט, ״עניוועי, נישט מיינע ביזנעס.״
סיי וויאזוי זאל דער אויבערשטער האלטן די רעכטע האנט.

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 12:52 pm

נפתלי מאסטער האט דערקלערט קאנדידאטור פאר סטעיט סענאטער
איך האלט גראדע אז עס איז א גוטע זאך ווייל איין מאל ער מישט אריין פאלטיק איז זיין הענט מער געבינדען

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:00 pm

פארוואס זאל מען אים בינדן? האלטסט אז מען וועט אים טרעפן ביי אזעלכע עבירות עד כדי כך אים צו בינדן....?

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:26 pm

milech fried האט געשריבן:נפתלי מאסטער האט דערקלערט קאנדידאטור פאר סטעיט סענאטער
איך האלט גראדע אז עס איז א גוטע זאך ווייל איין מאל ער מישט אריין פאלטיק איז זיין הענט מער געבינדען

איך כאפ נישט ער טאנעט אז ער קען נישט ליינען, שרייבען, ער האט נישט קיין עדשוקעישין, סא ווי אזוי קען ער לויפען????

ער גייט רעדען יודיש אין סטעיט סענאט?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:28 pm

milech fried האט געשריבן:נפתלי מאסטער האט דערקלערט קאנדידאטור פאר סטעיט סענאטער
איך האלט גראדע אז עס איז א גוטע זאך ווייל איין מאל ער מישט אריין פאלטיק איז זיין הענט מער געבינדען

38'סטע דיסטריקט, ראקלענד קאונטי, דאס שליסט איין היימישע געגענטער?

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:35 pm

לא לנו האט געשריבן:
milech fried האט געשריבן:נפתלי מאסטער האט דערקלערט קאנדידאטור פאר סטעיט סענאטער
איך האלט גראדע אז עס איז א גוטע זאך ווייל איין מאל ער מישט אריין פאלטיק איז זיין הענט מער געבינדען

38'סטע דיסטריקט, ראקלענד קאונטי, דאס שליסט איין היימישע געגענטער?
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (232.56 KiB) געזעהן 1023 מאל

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:07 pm

milech fried האט געשריבן:נפתלי מאסטער האט דערקלערט קאנדידאטור פאר סטעיט סענאטער
איך האלט גראדע אז עס איז א גוטע זאך ווייל איין מאל ער מישט אריין פאלטיק איז זיין הענט מער געבינדען

מיט וואס האט ער זיך באשעפטיגט ביז יעצט? (חוץ אראפרייסן מוסדות...)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:09 pm

ער האט געארבעט ביי זיין ברודער וואס זוכט א דזשאב...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
milech fried
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am

תגובהדורך milech fried » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:36 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:פארוואס זאל מען אים בינדן? האלטסט אז מען וועט אים טרעפן ביי אזעלכע עבירות עד כדי כך אים צו בינדן....?

הער אויס מדארף אסאך רחמים פטור צו ווערן פון דעם אנשיקעניש אבער ביז יעצט איז ער געגאנגען מיטן געריכט סיסטעם
יעצט גייט ער מיטן פאליטישן סיסטעם, די צוויי זאכן גייען נישט אינאיינעם
אזוי צו אזוי וועט מען נאך אסאך ליידן פון אים, דאס ווארענען אסאך וואס זענען באקאנט

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2575
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:53 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:ער האט געארבעט ביי זיין ברודער וואס זוכט א דזשאב...

:lol: :lol: :lol:
משה, עס פאסט גארנישט פאר דיר...

oh vei
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » מאנטאג ינואר 15, 2018 6:26 am

איך קום אריין דא ווי א גאסט איך האב אביסעל אדורכגעבלעטערט די אשכול,
איך וויל צולייגען איין נקודה וואס איך זעע נישט נישט מזאל רעדן דא דערוועגען.
מיין יונגעלע פלעגט לערנען און איינער פון די גאר חשובע חסידישע מוסדות און בארא פארק,די ענגליש דארט איז געווען זייער נאכגעלאזט ,גאר א שוואכע קירוקולום ,די טיטשערס זענען געווען די אויסגעמוטשעטע מלמדים פון די אנדערע קלאסען,וואס האבען געלעכצעט צו כאפען נאך א דאללער צווישען די ווענט פון די מוסדות,
מיין צדיק׳ל א לעבעדיג געריבען יונגעל ב״ד פיין געלערענט און ביהעווד און די חדר שעהן ,ביז סאיז געקומען צו די לימודי חול ,דארט איז ער יעדן טאג אהיים געקומען מיט א פרישע קנס וכ״ו וכ״ו
פארשטייט זיך איינמאל ספאנגט זיך אהן די קייט פון האבען צוטאהן מיט די מלמדים,און אזוי גערופענע פרינציבעל ,כאפט זיך אריבער דעם פראבלעם אויף די לימודי קודש אוכט.
צו קומען צום פוינט די מצב כמות שהוא איז א חורבן !!
האלטען קינדער איינגעשפארט אנדערהאלבען שעה און טוהן בעיסיקלי גארנישט,ברענגט אריין פוסטקייט און מיסביהעיווער און אונזער קינדער,אונזערע קינדער דארשטען צו לערנען ,הערן ,און אנפילען זייער קעיפ,דיע שעה אנדערהאלב בטילה איז א דיזעיסטער מילד גערעדט.
איך האב געהאט פארשידענע ארגומענטען מיט די מנהל המוסדות וועלכע ווערט פארעכענט פון די גאר חשובע מנהלים ,און טרעיטען אויף ביי פארשידענע חינוך עווענטס.
איך האב עם געפרעיגט פארוואס האט מען בכלל ענגליש ,קיינער קען נישט גארנישט ,מטוט נישט גארנישט און דיע צייט ,(און ארויסנעמען מיין יונגעל פאר ענגליש האט ער אוכט נישט געלאזט)
איז וואס האלט מען נאך בכלל אויף דעים פראגרעם ,
קיין קלארען ענטפער האב איך קיינמאל נישט באקומען
סהאט מיר אויסגעזען ווי דער מנהל ווייסט אוכט נישט פונקטליך פארוואס מהאלט נאך אויף דעם פראגראם.
צווישען די פילע ארגומענטען מיט די מנהל ,האט ער זיך ארויסגעכאפט ,אז די רבי פון די חסידות האט עם אוכט אמאל פארגעהאלטען פארוואס מנעמט נישט מער ערענסט די לימודי חול.
וואס איך וויל ארויסברענגען בעיסיקלי איז ,דיע אלע וואס האלטען אז ספעילט נישט אויס ,אויב דאס איז די הנחה זאל מען קלאוזען שאפ קאמפליטלי,אדער רעדאוסון צו האלבע שעה א טאג ,כמות שהוא איז א חורבן .
לגופו של ענין אני הצעיר בין געווען און א ביזנעס וואס און ארדער צו גיין צו די נעקסטע לעיוועל האט זיך אויסגעפעילט גאר אסאך פראפעסנעיל כוחות,סאיז געווען א גאווערמענט ביזנעס און אין ארדער צוטוהן זאכען ריכטיג האט זיך אויסגעפעלט אסאך בעיסיק וויסענשאפט,און האבענדיג א משפחה האב איך געזעען אז איך האב נישט צייט דערצו,האב איך געטוהן וואס אחב״י טוהן מהאט זיך אריינגעלאזט קויפען הייזער.
איך האב און יענע ביזנעס געמאכט מער און סאיז געווען מער יוניק ווייניגער קאמפעטישען,מער גלייכער.
סאו בעיסיקלי פאר מיר שפיר איך אז ווען איך האב וועין א גוטע ענגליש,און א בעיסיק עדזשוקעישין ,וואלט איך געהאט מער אפפורטונוטי.
אוודאי איז טווערסקי גערעכט אז די כלים וואס לערנען גמרא געט פאר די מענטש איז אסאך שטערקער וואו סעקולער עדזשויקעשין ספרעגט אבער נישט אפ די טענה אז מיטען נישט האבען א בעיסיק עדזשוקעישין איז די אפפורטוניטיס לימיטעד פאר אסאך מענטשען.
ועל דא וודאי קא בכינא פארוואס עקסטרימוזום באהערשט אונזער קהילות,און זאכען רוקען זיך נישט ביז מענטשען פון אינדרויסען פליקען שטיקער פון אונז.
וואו איז פערלס געווען ביז יעצט???
וואו איז UJO געווען ביז יעצט ??

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג ינואר 15, 2018 7:51 am

oh vei האט געשריבן:איך קום אריין דא ווי א גאסט איך האב אביסעל אדורכגעבלעטערט די אשכול,

יישר כח פאר דיינע הארציגע ווערטער וואס ממש די זעלבע איז געווען מיט מיינע קינדער, און ממש די זעלבע זע איך אין מיין ליין אוו ביזנעס וואס איז אויך געבויט אויף וויסענשאפט.
איך בין מסכים מיט דיר אז עס איז געקומען די צייט צו האבן א קלארע מהלך פאר אונזערע מוסדות וועגן לימודי חול;
זענען מיר דערפאר אדער דערקעגן?
אויב דערפאר, לאמיר מאכן סדר; אויב דערקעגן, לאמיר דאס קלארשטעלן (אין חב''ד איז נישטא קיין לימודי חול , אין ת''ת תשב''ר אין מאנסי איז נישטא קיין לימודי חול ).
און הגם עס איז א ווייטאג אז עס קומט באופן וואס אן אינדערויסנדיגער מחריב צווינגט אונז, איז דאס נישט מגרע די נחיצות הענין.
די שאלה איז נאר, ווער גייט דאס טון? מיר דארפן גדולי ישראל וואס זאלן נעמען די זאך אין די האנט און אונז ווייזן א וועג דא. אין א שטיקל בחינה איז עס א נייע זאך.

oh vei
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » מאנטאג ינואר 15, 2018 8:32 am

סאיז ליידער א וועלט ווי אויב א רב וועט זיך ארויסשטעלן מאכען סדר וועלען די עקסטרימיסטען עם באטיטלען וואו אן אויפגעקלערטער ,די רבנים ציטירען פון די עקסטרימיסטען , און ליידער האבען זיי פון וואס צו ציטירען.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג ינואר 15, 2018 8:55 am

oh vei האט געשריבן:איך וויל צולייגען איין נקודה וואס איך זעע נישט נישט מזאל רעדן דא דערוועגען.

איך מוז אגריען אז דאס איז גאר א וויכטיגע נקודה, און איר האט זייער גוט געשריבן דערוועגן!

איך געדענק נאך אלץ קינד ווי כמעט יעדן טאג זענען די מלמדים געווען ביזי מיט נעכטיגע ענגליש מחוצפים, ס'איז אייביג געווען אזא פילינג מה לי ולצרה הזאת.
זוכט איר דוי?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מים שלנו, עם הארץ, פארקלאצט, קהלס נאר און 38 געסט