יואב בן צרויה האט געשריבן:אלט מאנרא האט געשריבן:אפ-עד פון רבי משה דוד נידערמאן אינעם ״דעילי ניוז״ האט שטארקע אפקלאנג
רבי משה דוד טוט אפווארפן די קריטיק וועלכע שונאי הדת מבית ומבחוץ זוכן צו ווארפן קעגן די היימישע ישיבות אז זי טוט נישט נאכקומען די לעגאלע פאדערונגען און אז די תלמידים באקומען נישט די נויטיגע וויסנשאפט אין ענגליש און אין סעקולארע בילדונג.
רבי משה דוד ווייזט אן אז די ישיבות האבן זיך פאראייניגטע אין א מולטי מיליאן דאלערדיגע פראיעקט צו פארבעסערן די ענגליש לימודים אין די מוסדות דורך ארויסגעבן ״טעקסט בוכער״ וועלכע זענען אויסגעהאלטן פאר אונזערע קינדער, און אז די מוסדות לייגן אריין שטארק באמיאונגען צו כסדר פארבעסערן די צושטאנד פון לימודי חול, און מען טוט אלעס אין די ראמען פון וואס עס איז ערלויבט על פי תורה ומסורה.
עס איז קלאר אז דער מאסטער ודעימיה פון יאפעד באדערט נישט אז מען לערנט נישט ענגליש און ער וויל עפעס פיל טיפער און שעדליכער, די פאקט איז אבער אז די PEARLS ארגעניזאציע און די נייע שינויים ביי די לימודי חול זענען נולד געווארן נאר צוליב די דרוק וואס זיי האבן געלייגט.
א שטיק צייט צוריק איז די דעבאטע געווען אז אלעס איז אקעי, אונז האבן אייגענע רייכע ביזנעסלייט און סוקסעספולע יונגעלייט, אונז קען מיר פונקט אזוי גוט, וכו׳ וכו׳ גיי ליין נאר איבער די אשכול. יעצט איז עס אבער ״קוק, אונז האבן אפי׳ זיך צוזאמגענומען מיט א גרופע נישט חסידישע פראפעסארן און געמאכט נייע טעקסט בוקס!״ העי! כאגעמיינט אז אלעס איז אקעי?!
איך בין צופרידן אז מ׳טוט און זאל דער מאסטער נישט מצליח זיין צו שאדן מאכן, אבער עס ציפט אז אונז דארף מיר ווארטן פאר אזא תולעת צו קומען און אונז דערקוטשן די יארן און באזאלצן אין די גאסן אז מיר זאלן טוישן דאס וואס יעדער האט אלץ געוויסט איז שוואך.
וכן היה בענין מציצה לענ״ד. פארוואס נישט זיין פראועקטיוו? וואטעווער..
איך פארשטיי נישט פונקלעך ווי מען שטעלט צוזאם א דעבאטע וואס מען שמועס אויס צווישען זיך ביי היימישע שמועסן, מיט וואס מען שרייבט אין טוט פארן גוי,
עס קעןן וויטער זיין אז עס פעלט אונז ב"ה גארנישט אין מען זאל ספענדן מיליאנען צו פארבעסערן די לימוד כלפי די רעגורונג