לימודי חול בבתי חינוך

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 10:57 pm

געפרעגט יעצט א איד וואס האט בר מצוה געהאט בערך תשכ"ו. ער געדענק נישט אזא מעשה פין זינגען דעים פליעזש, און בכלל זאגט ער האט דעמאלטס געלערנט קוים א שעה, און קיינמאל נישט געמאכט א מציאת פין דיעם

מען מיז זאגען אז די עקסטרעמיסטען זענען שוין איבער 50 יאר שולט נישט ווי אינזער @מחותן וויל נאר געבען 20 יאר
לאמיר האפען אז דער גואל צדק זאל אינז בקרוב אויסלייזען, ווייל טאמער נישט ווער ווייסט נאך וואס פארא גזירות די עקסטרעמיסטען וועלן נאך גוזר זיין אויף אינז
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:15 pm

איך פארשטיי נישט פאר וואס מען מוז זיך דא ארומטענה'ן אויף א זאך וואס מען קען זייער לייכט געוואויר ווערן, מען דארף פשוט צוגיין צו די עלטערע אידן אין סאטמאר, די וואס דארפן זיין 60-70 און הערן וואס זיי זאגן, ווען און ווי אזוי עס האט זיך געטוישט.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:42 pm

פרידן האט געשריבן:אין הכי נמי אז מען זעט אז ער האט געהאלטן מען דארף לערנען ענגליש קוקט אבער נישט אויס אז אזוי שטרענג ווי עטץ לייגט עס אראפ די לשון איז מער משמע ווי ער האט עס געטון ווייל מען מוז דאסאיז נישט קיין מעשיות דאס איז וואס ער האט אליין געזאגט ביי א דינער אין בארא פארק

די ציטאט פון רבין, איז פארבינדן מיט די איש מהימן וכו' וואס האבן געוואלט דעמאלט צוריק כאפן די רעכטן וואס מ'גנבט פון אונז (ווי יאפעד רופט עס און אויך מחותן דא.)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4442
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:44 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אזוי אויך מיט געאגרעפי און היסטאריע וואס איך זעה נאכנישט פונקטליך ווי דאס העלפט צו פרנסה.

ס'מער מסתבר אז ס'געקומען פאר די סיבה וואס די רבי דערמאנט ביי די דינער דרשה. (און דעמאלט האט מען געמיינט אז מ'מוז דאס אלעס לערנען, אזוי ווי אינדערהיים האט מען געמוזט)

ס'האט לכאורה נישט קיין סאך מיט פרנסה, נאר יעדער נארמאלער מענטש האט אמאל געקענט די מאפע דורך און אדורך, און געהאט אביסל כלליות'דיגע היסטארישע ידיעות.

ווייז היינט פאר א עוורידזש בחור'ל א גלאוב אדער פרעג עם אביסל וואו לענדער זענען און קום צוריק מיט די תשובות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:28 am

נא_שכל האט געשריבן:

אזוי? חורבן הדת דער עולם קען נישט דער גלאוב

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4442
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:04 am

איינער האט געזאגט ס'איז א חורבן הדת?

ס'איז אבער א חסרון אין שלימות פון כלליות'דיגע וויסנשאפט וואס ס'פעלט זיך אויס פאר א מענטש.

דער רבי זי"ע און רוב אנדערע גדולים האבן געקענט די וועלט, און אזוי האבן זיי ריכטיג פארשטאנען די היסטארישע געשענישען אויף די וועלט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:14 am

ווי זעהט מען אזא זאך אז מ'דארף האבן 'שלימות'דיגע וויסנשאפט פון די וועלט'?

אויף ווי ווייט איך ווייס, האב איך נאר געהערט און געזעהן פון צדיקים פונקט דאס פארקערטע.

און אפילו סתם צו לערנען די שפראך איז דא אסאך מעשיות ווי למשל די באקאנטע מעשה מיט ר' משה מאנטיפיורי וואס האט געטענה'ט מיט איינע פון די צדיקים (כ'געדענק נישט ווער) אז מ'דארף לערנען די שפראך אזוי ווי מרדכי הצדיק האט געקענט תרסיש און אזוי ארום געראטעוועט די יודן, און ער האט אים גענטפערט אז פאר דעם האמער שוין ר' משה וואס קען די שפראך..

אויך איז באקאנט אז דער הייליגער בעלזא'ער רב האט נישט געקענט אונטערשרייבן זיין נאמען, און ווען ער האט געמוזט מאכן א פאספארט האט איינער אים געוואלט אויסלערנען, אבער גלייך ווען יענער האט אראפ געשריבן די אות B (פאר בער) איז ער אויפגעשפרינגען און געשריגן 'דו זעהסט נישט די טומאה וואס ליגט אויף דעם?! ' און ער האט בשום אופן נישט געוואלט זיך אויסלערנען צו אונטער שרייבן דעם נאמען.

למעשה פעלט אויס צו קענען די שפראך און מאטעמאטיקס פאר פרנסה. אבער סתם לערנען פאר 'וויסענשאפטליכע ידיעות'?!

איך ווייס נישט אויב מ'קען טרעפן א היתר אויף ביטול תורה. (חוץ אויב מ'קען עס לערנען בזמן וואס איז לא יום ולא לילה ווי די גמרא זאגט)
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4442
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:37 am

דאס איז געווען איינע פון די חילוקים פונעם רבי'ן זי"ע און אנדערע צדיקים וואס האבן נישט ארויסגעהאט די וועלט און תכסיסי מדינות.

למשל ביי די מלחמות אין א"י אנדערע האבן געזען ניסים, אבער דער רבי ז"ל האט געוויסט וואס טוט זיך אויף די וועלט און האט ארויסגעהאט די תכסיסי המדינות, און האט געזאגט זיין פראקטישע מיינונג.

דיינע ראיות פון שפראך, איז נישט קיין ראיה, ווייל אין דעם האבן זיי געזען א טומאה, אבער סתם וויסן אז כלליות'דיגע ידיעה פון די וועלט איז נישט דא די חששות. און אפילו לגבי שפראך, קיינער איז נישט היינט בעלזער רב זי"ע.

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב מ'קען טרעפן א היתר אויף ביטול תורה. (חוץ אויב מ'קען עס לערנען בזמן וואס איז לא יום ולא לילה ווי די גמרא זאגט)

גראדע ווייס איך פון גאר א חשובע רבי, וואס האט געהאט אין בית הכבוד א גרויסן גלאוב און געלערנט דארט די זאכן. אבער די נקודה איז אז דו פארשטייסט אפילו נישט אז ס'וויכטיג צו וויסן די ענינים.

***

באמת האב איך בכלל נישט מסביר געווען פארוואס ס'וויכטיג צו האבן א כלליות'דיגע ידיעה פון די וועלט, איך ביך יעצט נישט דערביי. אפשר איז דא אנדערע וואס קענען עס בעסער מסביר זיין.

כ'קען כמעט נישט גלייבן אז ס'דא היינט אינגעלייט וואס פארשטייען נישט דעי בעסיק קאנצעפט, און דאס האט גארנישט מיט "וויסנשאפט" אדער מיט זיין אויפגעקלערט.
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:10 pm

איך קען פארשטיין די קאנסעפט, און ממילא עס לערנען אין ביה"כ אזוי ווי איך קען טאקע אויך ערליכע יודן וואס טוען אזוי. אבער דאס מיינט נאכנישט אז מ'דארף דאס לערנען אין חדר מיט די קינדער

ווייטער דאס וואס דו ביזט פארנומען מיט די רבי זי"ע, איז במח"כ אביסל א נארישע ראיה. דו האלטסט טאקע אז דער רבי האט אלס יונגל געלערנט מיט די קדויו"ט די תכסיסי מלחמה?! דעמאלט איז ער געזיצן 24 שעה און געלערנט גמרא תוס', די רבי איז פשוט געווען א חכם מחוכם און האט דאס אליינס ארויס געהאט און די גרעסטע ראיה איז טאקע דאס אז אנדערע גדולים האבן עס נישט געקענט.

חוץ מזה, איז נישט יעדער א גדול בישראל וואס דארף קענען פירן די וועלט
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:37 pm

פרידן האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אזוי אויך מיט געאגרעפי און היסטאריע וואס איך זעה נאכנישט פונקטליך ווי דאס העלפט צו פרנסה.

ס'מער מסתבר אז ס'געקומען פאר די סיבה וואס די רבי דערמאנט ביי די דינער דרשה. (און דעמאלט האט מען געמיינט אז מ'מוז דאס אלעס לערנען, אזוי ווי אינדערהיים האט מען געמוזט)

ס'האט לכאורה נישט קיין סאך מיט פרנסה, נאר יעדער נארמאלער מענטש האט אמאל געקענט די מאפע דורך און אדורך, און געהאט אביסל כלליות'דיגע היסטארישע ידיעות.

ווייז היינט פאר א עוורידזש בחור'ל א גלאוב אדער פרעג עם אביסל וואו לענדער זענען און קום צוריק מיט די תשובות.

אזוי? חורבן הדת דער עולם קען נישט דער גלאוב

די חורבן איז אז די מח איז ליידיג, מען פלעגט עס אנפילן מיט ידיעות כללית, והאידנא לאזט מען עס ווערן ראסטיג

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:44 pm

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אזוי אויך מיט געאגרעפי און היסטאריע וואס איך זעה נאכנישט פונקטליך ווי דאס העלפט צו פרנסה.

ס'מער מסתבר אז ס'געקומען פאר די סיבה וואס די רבי דערמאנט ביי די דינער דרשה. (און דעמאלט האט מען געמיינט אז מ'מוז דאס אלעס לערנען, אזוי ווי אינדערהיים האט מען געמוזט)

ס'האט לכאורה נישט קיין סאך מיט פרנסה, נאר יעדער נארמאלער מענטש האט אמאל געקענט די מאפע דורך און אדורך, און געהאט אביסל כלליות'דיגע היסטארישע ידיעות.

ווייז היינט פאר א עוורידזש בחור'ל א גלאוב אדער פרעג עם אביסל וואו לענדער זענען און קום צוריק מיט די תשובות.

אזוי? חורבן הדת דער עולם קען נישט דער גלאוב

די חורבן איז אז די מח איז ליידיג, מען פלעגט עס אנפילן מיט ידיעות כללית, והאידנא לאזט מען עס ווערן ראסטיג

איך קען נישט דעי פולע מוחות די געלערנטע פין 25 יאר צירוק אפשר האבן זיי אלעס פארגעסן
(נישט אז עס איז נישט דא אבער נישט מער פין היינט אפשר ווייניגער ווייל היינט קען מען אסאך וועלטליכע ידיעות קענען פינעם ר' גוגל)

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:47 pm

מען קען פון גוגל אדער מען קען זען?

ווי עס קוקט מיר אויס קען מען נישט נאר ווען מען דארף קענען עפעס איז דא דערפאר גוגל

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:52 pm

גוגל האב איך נאר געשריבן איינגערינגעלט
דאס איז וואס איך האב דיר גענפערט
איך קען נישט דעי פולע מוחות די געלערנטע פין 25 יאר צירוק אפשר האבן זיי אלעס פארגעסן

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:52 pm

רוב פון די דעבאטעס ענדיגט זיך געווענליך ווי איינער אדער עטליכע שרייבן אז: קוק מיר זענענן מסודר אן דעם, מיר האבן אייגענע עשירים טראץ אז בלא בלא בלא

להוי יודע אז די ארגומענט איז שקר, מיר זענענן ווייט פון מסודר צו וואס מער קענענן ווען צוקימען, נישט אומזינסט איז קר"י the poorest village in the usa מיט אלע תירוצים אינאיינעם צו עס איז יא אמת אדער נישט, איז עס א חרפה און א בושה ווי ווייניג אינגעלייט קענענן, קיין שום תירוץ שבעולם אז די בעסטע האפאנוג פון בערך פופציג פארצענט אינגעלייט פונעם עם חכם ונבון איז אז דער פעטער וועט זיי אויסהאלטען מיט אלעם.

אמת, מען קען מעגליך, אפשר - נישט זיכער - זיך אויסלערנען ספעלן ווען מען זיכט שוין ארבייט, אבער עס איז הונדערט פארצענט זיכער אז אויב קען מען שוין פון אלץ קינד קען מען אסאך גרינגער און שנעלער טרעפן א פרנסה קלה ונקיה, און עס איז א מצווה עס זיך עס צו לערנען, די חז"ל האבן נאך געהייסן זיך לערנען.. אבער אונזערע פרומאקעס פארשטייען בעסער.

א בושה אז אינגעלייט קענענן ניטאמאל סיינען די נאמען אויף ענגליש, יא עס זענענן דא בחורים אין ישיבה און אין כולל וואס קענן נישט חתמנ'ן זייער נאמען.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:53 pm

קרית יואל שאני עס האט נישט מיט ענגליש, די היימישע מארקעט איז קלענער עס איז דא וויניגער אפערטאנעטיס
וויליאמסבורג איז נישט אזוי

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:55 pm

וומסב"ג שטייט נישט בעסער ווי קר"י, נאר די סטאטיסטיק איז דא אויף קר"י וויבאלד עס איז א עקסטערע ווילידש

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:57 pm

שטיט יא בעסער 100%
א עווריטש יונגערמאן וואס הייבט אן זוכן פרנסה טרעפט סיי א בעסערע דזשאב אין סיי בעסער באצאלט אין וויליאמסבורג ווי אין קרית יואל
עס איז דא מער הוצאות אבער אין א עווריטש מער הכנסות (טאקע נישט גענוג מער ווי די הוצאות)
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:00 pm

הגע בעצמך, די גאנצע חינוך אזוי מען לערענט אין חדר היינט צוטאגס איז א נייע זאך, שון אפגערעדט אז גייט ניש מיט די משנה פון בן חמש למקרא אא"וו,

אבער אלע אונזערע זיידעס זענן געגאנגען אין פובליק סקול, קיין שום אינגעל בעפאר די מלחמה האט נישט געלערענט קיין צוועלף שעה תורה.

דו מושג פון ארויסרייסען די אינגליך פון בעט זיבן דרייסיג, לענען ביז פיר אזוייגער, דערנאך צירוק לויפן פאר מתמידים לערנען נאך גמרא איז בסך הכל אלט דרייסיג יאר, און עס איז א דירעקטע שינו פון ווי אזוי מען האט געטיען אלע יארען, און אמאל וווען מען געלערענט ווייניגער איז טאקע די פירות געווען היבש בעסער.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:07 pm

ב"ה ענדליך קומסטו ארויס מיט די דיינע ריכטיגע פארבן
ר' איד איינס היינט איז א אנדערע וועלט חוץ דעם אמאל איז נישט די מצב געווען אזוי גוט ווי די מאכסט עס, אין מען האט עס נישט אזוי געטון ווייל מען האט געוואלט נאר ווייל מען האט געמוזט
אין דעי סיסטעם פין היינט האבן נישט אפאר בעלי בתים געמאכט נאר גדולים וקדושים אין אז סגעפעלט דיך נישט קענסטי צירוק פארן קויפן א דירה אין די נייע דינובער שטעטל

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5652
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:11 pm

hyper האט געשריבן:איך קען נישט קיין איין יונגערמאן וואס וואלט געקענט פארדינן מער ווען ער קען בעסער ענגליש

אבי גערעדט, איך ווייס כמה וכמה אינגעלייט וואס האבן זיך געוואלט זיך אריינלייגן אין אנליין ביזנעסער, און דאס נישט קענען ענגליש האט אסאך געשטערט, יא ס'איז דא קלעסעס, זיי האבן אבער נישט קיין צייט ווען מ'ארבעט א גאנצן טאג נאך צו גיין צו קלעסעס אויך
וויפיל געלעכטער רוף מיר אונז אויס ביי די אוה"ע ווען מ'קומט אריין אין סיי וועלכע אפיס און מ'פרובירט זיך צו פארקראצן די ציין ארויסצוזגן א ענגליש ווארט, יו קנאו...
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1727
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:13 pm

אזוי סאך געלעכטער ווי איך לאך פין דע שווארצער וואס זיצט ביים דעסטק אין וויס נישט בחייכהון אין האט א קאלדזש דעגרי פאר דע גרויסע דזשאב צו רעדן מיט מיר

אין פארוועם ענגליש איז א פראבלעם צוטון א אנליין ביזנעס (איך רעד נישט פין א אייגענע סייד) האט א אנדערע פראבלעם פארדעם ווייל מען דארף נישט צופיל קענען יעדע בהמה קען עס כאפן אין 2 טעג מען דארף פשוט אפי ווען מען קען ענגליש זעהן איינמאל צוויימאל ווי אזוי מען מאכט עס
רוב מאל איז די פראבלעם צייט ווי יענער האט געזאגט ער ארבייט סא ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט, ער איז אין כולל סא ער האט נישט קיין צייט צו לערנען

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:18 pm

מחותן האט געשריבן:רוב פון די דעבאטעס ענדיגט זיך געווענליך ווי איינער אדער עטליכע שרייבן אז: קוק מיר זענענן מסודר אן דעם, מיר האבן אייגענע עשירים טראץ אז בלא בלא בלא

להוי יודע אז די ארגומענט איז שקר, מיר זענענן ווייט פון מסודר צו וואס מער קענענן ווען צוקימען, נישט אומזינסט איז קר"י the poorest village in the usa מיט אלע תירוצים אינאיינעם צו עס איז יא אמת אדער נישט, איז עס א חרפה און א בושה ווי ווייניג אינגעלייט קענענן, קיין שום תירוץ שבעולם אז די בעסטע האפאנוג פון בערך פופציג פארצענט אינגעלייט פונעם עם חכם ונבון איז אז דער פעטער וועט זיי אויסהאלטען מיט אלעם.

אמת, מען קען מעגליך, אפשר - נישט זיכער - זיך אויסלערנען ספעלן ווען מען זיכט שוין ארבייט, אבער עס איז הונדערט פארצענט זיכער אז אויב קען מען שוין פון אלץ קינד קען מען אסאך גרינגער און שנעלער טרעפן א פרנסה קלה ונקיה, און עס איז א מצווה עס זיך עס צו לערנען, די חז"ל האבן נאך געהייסן זיך לערנען.. אבער אונזערע פרומאקעס פארשטייען בעסער.

א בושה אז אינגעלייט קענענן ניטאמאל סיינען די נאמען אויף ענגליש, יא עס זענענן דא בחורים אין ישיבה און אין כולל וואס קענן נישט חתמנ'ן זייער נאמען.

מ'האלט דא אינמיטן רעדן פון געאגרעפי און היסטערי ווי קומט אריין אז יונגעלייט קענען נישט אונטערשרייבן די נאמען? איה"נ מ'דארף לערנען ענגליש
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19069
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:19 pm

מחותן האט געשריבן:די מושג פון ארויסרייסען די אינגליך פון בעט זיבן דרייסיג, לענען ביז פיר אזוייגער, דערנאך צירוק לויפן פאר מתמידים לערנען נאך גמרא איז בסך הכל אלט דרייסיג יאר, און עס איז א דירעקטע שינו פון ווי אזוי מען האט געטיען אלע יארען, און אמאל וווען מען געלערענט ווייניגער איז טאקע די פירות געווען היבש בעסער.

מר. מחותן, [ווער? וועלכע ווינטעלע האט אים דא אריינגעבלאזן?] זייטזשע מוחל, קוקט איבער אייערע מקורות.

30 יאר צוריק? איר רעדט ערנסט? כ'מיין אז איך געדענק נאך דעם סדר היום אין חדר פון יענע יארן, ס'איז כלל נישט געוועזן לייכטער ווי היינט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:23 pm

עס איז א גרויסע חילוק פון אמאל און היינט.

אמאל האט מען טאקע געקענט די מאפע, מעטעמאטיק און די שפראך. אבער דארט האט זיך עס אפגעשטעלט, כמעט קיינער איז נישט געגאנגען שטודירן אדער געווארן א פראפעסאר (צו ווייל מ'האט געוואוינט אין שטעטל און ס'נישט געווען אזעלכע השגות אדער ווייל ס'איז פשוט נישט געווען די מעגליכקייט).

היינט איז אבער אנדערש, איינמאל מ'קען די שפראך איז גאר לייכט צו גיין שטודירן אין קאלעדזש אדער אוניווערזיטעט וכו' און די תוצאות דערפון זענען נישט גוט.

ביי די ליטוואקעס און מאדערנע גרייט מען זיך צו פון יוגנט אן (זיי זענען מער אפן צו די וועלט און פילע נושאים וואס ביי חסידים דערמאנט מען נישט, ווערן ביי זיי געהעריג אויסגעשמועסט פון א דעת תורה פערספעקטיוו), און דורכדעם ווייסט מען ווי איין און ווי אויס, און עס איז זיי לייכטער זיך צו האלטן.

(נישט אז זיי גייען לכתחילה שטודירן, נאר עס איז זיי לייכטער ווייל זיי קענען זי שפראך, איז פראצענטואל מאכט זיך מער שטודירטע)

קומט אויס אז ס'איז נישט א מחלוקת צו מ'זאל לערנען אדער נישט. די גאנצע חינוך מוז זיך טוישן אויב לערנט מען געהעריג די לימודי חול, און אויף אזא טויש זענען רוב חסידישע מוסדות און הויפן נישט גרייט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 1:25 pm

פרידן האט געשריבן:שטיט יא בעסער 100%
א עווריטש יונגערמאן וואס הייבט אן זוכן פרנסה טרעפט סיי א בעסערע דזשאב אין סיי בעסער באצאלט אין וויליאמסבורג ווי אין קרית יואל
עס איז דא מער הוצאות אבער אין א עווריטש מער הכנסות (טאקע נישט גענוג מער ווי די הוצאות)

איך האב אבאנטש וויליאמסבורגע חברים וואס קענען נישט קיין עי בי סי'ס. עס איז נישט צום גלויבן, ווער רעדט נאך פון חתם'נען די נאמען, און ווער רעדט פון פארשטיין א ענגלישע ווארט! איך האב געעפנט א באנק אקאונט אין שנה ראשונה און נישט געקענט סיינען מיין נאמען. און פון אלע מיינע חברים בין איך נאך געשטאנען די בעסטע...

דער אינגערמאן וויל אנהויבן אמעזאן, ער קען נישט ליינען די רעזאלטס פון זיין ערשטע גוגל סוירטש, זיי זיצן אין כולל און ווארטן אז גוגל טרענסעלעיט זאל זיך אויסלערנען אידיש...

איך געדענק עס נאך ווי היינט ווען מיין חבר א נארמאלער געשמאקער אינגערמאן האט חתונה געהאט האט באקומען טעקסט אויפן טעלעפאון, זיין ערשטע מעסעדש האט אויסגעקוקט בערך אזוי yvs tyt zuiesh, ווען איך האב צוריקגעשיקט א קוועסטשאן מארק האט ער מיר געקאלט פרעגן פארוואס איך ענטפער נישט ווי א נארמאלער מענטש. ער האט געמיינט צו שרייבן "וואס טוט זיך" נאר ער האט נישט געקענט די "סאונדס" וואס די עי בי סי'ס מאכן, עראטצעך פארמישט.... שפעטער האט ער אויפגעגיבן טעקסט מיט א תירוץ אז די רבנים האלטן נישט דערפון, דער עולם האט זיך געראולט פאר געלעכטער...

מ'קען רעדן און רעדן....

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט