פסול'ע רצועות אויפן מארקעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11028
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 3:22 pm

הרב וואזנער ז"ל וואלטן מיר געדארפט האבן היינט.. חבל על דאבדין!

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 4:12 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:הרב וואזנער ז"ל וואלטן מיר געדארפט האבן היינט.. חבל על דאבדין!

אמת, א שאד יעדע גאון וצדיק וואס לאזט אונז איבער. אבער פארוואס ספעסיפיקלי פאר דעי פרשה? וואס מיינסטו וואלט ער געטון וואס אונזערע היינטיגע טויגן ניש?
Definition of perfect: as good as it is possible to be

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 4:23 pm

אין אמעריקא איז אויך פארשפרייט געווארן די רצועות?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:17 am

אינטערעסאנט, ווי ס'ווייזט זיך ארויס איינמאל און נאכאמאל אז צו צאלן טייערער צו קריגן די בעסטע תפילין לפי המצב איז נישט קיין לוקסוס, חבל אז ביים קויפן קוקט אסאך אידן צוערשט אויף די קעשענע, אדער אפי' אויף באקוועמליכקייט (ביי רצועות לדוגמא) וכדו', אין דער צייט ווען דער כלל "וואס ביליג איז טייער" האט דא א טיפ'ן ווייטאגליכ'ן באדייט (די רצועות וואס האבן לכה"פ א גוטן הכשר, זענען נישט געווען צווישן די פראבלעמאטישע) ואין איש שם על לב, מענטשן זוכן נאך אלץ ביליג, אפי' דאס קומט מיט א פרייז פין שוואכער, און יא אפי' נאר א טראפקעלע שוואכער ביי סת"ם - ווי יעדע קוץ מאכט אויס - קען מאכן א גרויסן חילוק.

גראדע איז כדאי אנצומערקן, אז אין עולם הסת"ם, זענען די מהודר'דיגסטע (און געווענליך טייערסטע) סחורה, די וואס דארפן לכתחילה נישט קיין הכשר, א שטייגער ביי רצועות, זוננפעלד וכדו', וואס ארבעטן אליינס און זענען באוואוסט מיט זייער ערליכקייט, אלעס וואס איז קאמערציאל אין דעם ליין, איז אסאאך מער אויסגעשטעלט צו פראבלעמען, ואכמ"ל.
לעצט פאראכטן דורך אַבּערוואַס אום מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:35 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6913
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:30 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:די רצועות וואס האבן לכה"פ א גוטן הכשר, זענען נישט געווען צווישן די פראבלעמאטישע

רמש"ק'ס הכשר‎ איז נישט גענוג א גוטע הכשר‎?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:43 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:די רצועות וואס האבן לכה"פ א גוטן הכשר, זענען נישט געווען צווישן די פראבלעמאטישע

רמש"ק'ס הכשר‎ איז נישט גענוג א גוטע הכשר‎?

וואס זאגט איר דא? דאס איז דאך געווען א זיוף! מיר רעדן ווען ס'האט באמת א הכשר! זיופים אויף א היימיש'ן הכשר מאכן זיך נישט יעדן טאג! (און למען האמת לאזט זיך זאגן אז ביי א קערפערשאפט - עכ"פ די גאר היימישע - וואס גיבט א השגחה, בפרט די וואס גיבן זיך אפ - אדער האבן אן אפטיילונג וואס גיבט זיך אפ - אינגאנצן נאר מיט השגחה, איז נאך שווערער אזאנס זאל פאסירן).

קוק אבער וואס כ'האב צוגעשריבן (בשעת אייער ליינען לכאו') אין מיין תגובה וועגן השגחות בכלל אין דעם פעלד.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6913
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:07 am

איר האט ארויסגעברענגט א ווייטאג אז אידן קוקן אויף די פרייז ענדערש ווי אויף א גוטן הכשר, און דערפאר קומט מען צו צו מכשולות.
האב איך אויף דעם געפרעגט אז די מכשול איז דאך געווען ביי אידן וואס האבן דייקא געקויפט רצועות מיט א פיינעם הכשר און דאך איז עס געשעהן וויבאלד עס איז געווען א זיוף, אלזא איז אייער הנחה אביסל רעוע.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 11:33 am

ביידע זענען ריכטיג! דאס האב איך בעיקר געשריבן בכלליות לאוו דווקא אויפ'ן איצטיגן מכשול, אז מענטשן זענען נישט גענוג אפן צום מציאות אינעם ערשטן פלאץ אז די מכשולות זענען זייער דקות'דיג און הארב, און ס'איז נישט ווערט זיך צו שפילן דערמיט.

והשנית, אז איר זאגט אז דער מכשול איז געווען מיט א היימיש'ן הכשר, זענען די פסול'ע רצועות יעצט טאקע געווען "נאר" מיט די השגחה? און ווילאנג האט טאקע גענומען ביז דער בעל מכשיר האט עס געכאפט און מוסר מודעה געווען דערוועגן? אלעס איז א חלק פינעם בילד.

ווי פריער געשמועסט, איז א זיוף ביי א שטארקע היימישע הכשר בריש גלי, א דבר רחוק מאוד, און ס'לאזט זיך שפעקולירן אויב מ'דארף חושש זיין דערויף בכלל, אמת.

מיין הנחה איז בעיקר געווען אז אין דעם פעלד בפרט (באמת דארף ווען זיין אזוי - און אמאל איז טאקע אזוי געווען - ביי אלע הכשרים) איז די אלטימעיט נישט דער הכשר, ס'דא בעסער פין דעם (א גוטער עוסק במלאכה "מיט" א הכשר איז נאכאלץ דער עיקר זיין נאמנות), איז א שאלה צו דא איז אויך דא דער פטור. עכ"פ די וואס ווילן דווקא יא זיך פארלאזן אויף א הכשר, זאל זיך אליינס גוט נאכפרעגן וועלכע הכשרים זענען גוט אין דעם פעלד, ואכמ"ל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:10 pm

רמש"ק הייסט זייער א פיינע היימישע הכשר, און זיי האבן פראבירט צו ניצען זיין נאמען.

די פראבלעם וואלט פינקט אזוי געקענט פאסירען מיט סיי וועלכע הכשר, למשל ער וואלט געקענט פארקויפן אין מדנ"י מיט א פאלטשע הכשר פון הרב וואזנער פון דאהי, און ער וואלט דא געקענט פארקויפן מיט א פאלטשע הכשר פון די עדה פון מדנ"י.

פראבלעמען און טעותים פאסירען אייניג בח יעדעם.

געלט וואקסט נישט אויפן בוים און מען דארף קיקען אויף די פרייז און אויף די הכשר ביים קויפן סיי וואס. זיין א לוה רשע ולא ישלם איז אויך נישט קיין הידור מצווה, בדרך כלל זענענן די "היימישע ברענד נעים" טייערער און עס מוז נישט זיין אז עס האט אייביג א סיבה.

עס זענענן דא סופרים וואס בעטען היינט איבער צוויי אלפים פאר פרשיות, מען דארף וויסען נישט אריינצופאלען אינעם נעץ און צאלען די פרייז, עס איז נישט מער הידור מצווה אויב מען צאלט אזוי טייער.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:38 pm

אנטשולדיגט ר' מחותן אבער אייער תגובה איז ריין פארפירעריש.

איר האט א השגה וואס דאס מיינט פאר א סופר צו מאכן א טעות אין בלויז איין קוץ ביים סוף פון שרייבן די ארבע פרשיות.

איך וועל אייך מסביר זיין וואס דאס מיינט.

אויב איז ער זייער א ערליכער היימישער סופר דאהי, דאן מיינט דאס אוועקווארפן די גאנצע מעשה - טייערע כשר'סטע פארמעט - א 'גאנצע' טאג ארבעט - אין שמות אריין. פארוואס? ווייל ער איז א ערליכער, און ער ווייסט אז דער קונה איז א ערליכער, און וויל זיך נישט פארלאזן אויף קיינע קולות וכדו'.
און אויב איז ער נישט אזא היימישער סופר, וועט ער נעמען דעם פרשה, און קראצןו אביסל פון דא און דארט, זיך פארלאזן אויף א שיטה אין די פוסקים וואס זענען מקיל דערין, און געגאנגען ווייטער.

דאס איז די סיבה פארוואס די היימישע סופרים בעטן טייערער. יעדע פאר תפילין דארף דעקן די כסדר'דיגע שאדנס וואס מאכן זיך צוליב די געוואלדיגע חומרות און זהירות.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 12:49 pm

די הלכות זענען אלעס נייע הלכות?
ווייל ביז עטליכע יאר צירוק איז נאך נישט געווען די דאגות, און מען האט געקענט באקימען פון די בעסטע סופרים פאר כמעט א טויזענטער ביליגער, די פרייז האט זיך געהויבן אינאיינעם מיט די עקאנאמישע גיטע יארען פאר 6 - 7 יאר צירוק, און די געפילן האלטען עס ווייטער אזוי הויך.

עס איז נישט דא קיין אמת'ע גיטע סיבה צו צאלען איבער צוויי אלפים, אחוץ פרוי'שענע געפילן.

די זעלבע איז מיט די בתים,

פון די אלע אדווערטייזמענט'ס פון די היינטיגע מהודר'דיג בתים קען זיך נאך פאר איינעם דאכטען אז אונז און אונזערע עלטערן האבן אלע פסול'ע בתים, איך זע נישט פארוואס מען זאל לאזען דערפון און ווערן פארקויפט דערפון, בתים מיט א גיטע הכשר איז פינקט אזוי גוט אפילו עס האט נישט די טייערע מארקעטיניג רינגס און ארום.

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:05 pm

מחותן, פריער האסטו גערעדט פון פרשיות, און יעצט פון בתים. דאס זענען צוויי באזונדערע וועלטן

פרשיות האב איך שוין געשריבן אז עס מאכן זיך כסדר גרויסע שאדנס און מען דארף זיין זייער ערליך דאס אוועקצוווארפן.
בתים איז א אנדערע מעשה, אבער איך וויל נישט אגריען צו דיין פארפירעריי אין פאבליק, דא איז א הייליג וועלטל

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:08 pm

העי, סטאפ מיט די נאון סענעס,

דא איז נישט הייליג, דא איז נישט קיין מקום קדוש, דא איז איז די אינטערנעט וואס איז אגב אויסגעהאלטען די מערסטע וואס שייך,

און איך האב נישט פארפירט...

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:09 pm

:shock:

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:18 pm

מחותן, האסט נישט גענומען אין באטראכט אז היינט דער סופר צאלן דריי מאל די פרייז פאר רענט און גראסערי.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:25 pm

@ סאכדעס, איך האב נישט קיין טענות אויף די סופרים, ח"ו אזוי צו טראכטען.

איך האב געוואלט ארויסברענגן א נקודה, אז היינט צוטאגס קען מען באקימען פרשיות אין די פרייז פון צווישען $1500 און $2500 דאלער, ודעתי נוטה אז מען זאל זיך נישט לאזען פארפירען פון געפילן כאילו די טייערע איז בעסער.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:27 pm

מחותן האט געשריבן:די הלכות זענען אלעס נייע הלכות?
ווייל ביז עטליכע יאר צירוק איז נאך נישט געווען די דאגות, און מען האט געקענט באקימען פון די בעסטע סופרים פאר כמעט א טויזענטער ביליגער, די פרייז האט זיך געהויבן אינאיינעם מיט די עקאנאמישע גיטע יארען פאר 6 - 7 יאר צירוק, און די געפילן האלטען עס ווייטער אזוי הויך.

עס איז נישט דא קיין אמת'ע גיטע סיבה צו צאלען איבער צוויי אלפים, אחוץ פרוי'שענע געפילן.

די זעלבע איז מיט די בתים,

פון די אלע אדווערטייזמענט'ס פון די היינטיגע מהודר'דיג בתים קען זיך נאך פאר איינעם דאכטען אז אונז און אונזערע עלטערן האבן אלע פסול'ע בתים, איך זע נישט פארוואס מען זאל לאזען דערפון און ווערן פארקויפט דערפון, בתים מיט א גיטע הכשר איז פינקט אזוי גוט אפילו עס האט נישט די טייערע מארקעטיניג רינגס און ארום.

ווער רעדט פון פסול? מען רעדט אז מען קומט כסדר אויף מיט פאטענטן פון נאכקומען נאך און נאך הידורים. דאס איז אלס געווען ביי יעדע זאך. און מאכען אסאך פון די נייע הידורים איז פשוט טייערער.

איין פלעינע משל, וואס יעדער קען זעהן, געב א קוק ביי די עלטערע אידן, וויפיל האבן גידים וואס גייען אריין צווישן די בתים. דאס גראדע גלייב איך קאסט נשיט צו טייער צו מאכען, באט אמאל האט דען יעדער געהאט מעור אחת און פון א גסה?

איז ווען איינער ערצייגט יא אזא הידור און ער בעהט טייערער, איז ער נישט בארעכטיגט?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:34 pm

זיכער איז ער בארעכטיגט, אבער דער עמך איד דארף וויסען אז וואס איז גוט געווען פאר צוואנציג יאר צירוק און פאר הונדערט יאר צירוק איז אויך גוט היינט צוטאגס.

איך בין נישט סובל ווען מען טוט מארקעטען די אלע נייע הידורים מיט א נעגאטיוועטי כאילו אן דעם פעלט עפעס.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:45 pm

מחותן האט געשריבן:זיכער איז ער בארעכטיגט, אבער דער עמך איד דארף וויסען אז וואס איז גוט געווען פאר צוואנציג יאר צירוק און פאר הונדערט יאר צירוק איז אויך גוט היינט צוטאגס.

איך בין נישט סובל ווען מען טוט מארקעטען די אלע נייע הידורים מיט א נעגאטיוועטי כאילו אן דעם פעלט עפעס.

ואם אינו ענין ל'רצועות' תנהו ענין ל'מצות'....

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 1:51 pm

מיט דעם ביסטו אויך גערעכט

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 2:01 pm

ר' מחותן איר קריכט אריין אין א פרט וואס כ'מיין איר האט א חסרון ידיעה. קודם, ס'איז היינט אנאנדער וועלט ווי אמאל אין יעדן אספעקט, איז ברענג נישט קיין "לא ראינו" ראיות, והשנית די אידן פין אמאל האבן אסאך מער מחשיב געווען די חומרות און הידורים ווי איר פראבירט עס אראפלייגן, ס'נאר נישט שייך געווען במציאות, און ווען יא האט מען באמת געדארפט קענען באצאלן ס'געלט, היינט לפי ערך איז דאס ווייט נישט אזוי, דו"ק ותשכח.

לגבי די עצם הויכע פרייזן (אויך מיר הויך, כ'הער זאגן.. ווי ואוינט איר?) ווי באקלאגן זיך די שדכנים? אלעס איז ארויף א חוץ שדכנות געלט! איז ווי אנדערע האבן בארירט, אלעס איז היינט ארויף!

צווייטנס, ס'איז דא ווייניגער ערליכע יונגעלייט וואס קענען און האלטן ביים נעמען דעם עול און אחריות פין זיצן און שרייבן סת"ם אדער מאכן בתים עבודת יד (יא, ס'איז זייער א שווערער עול, אויסער די עצם מלאכה), דער עולם זוכט היינט "גרינגערע" פרנסות, פארפאלן דאס איז ריכטיגע נערוון ארבעט, ממילא אפי' נאר אלס סופליי ענד דעמענד האלט עס אויס (אויב ס'איז אסאך ביליגער איז עס אויך שוואכער, ס'נישט דא אנדערש! שוואכער מיט וואס? ווענצעך שוין ווי אמאל).

דריטנס, יא, ס'דא אסאך מאל געלט שאדן, ווי אנדערע האבן דערמאנט.

פערטנס, על כולם איז דאס נישט קיין פול טיים דזשאב! מ'קען נישט זיצן און שרייבן יעדן טאג אכט שעה! אפשר 5-6 און אויך נישט 6 טאג א וואך יעדע וואך (עכ"פ חוץ געציילטע יחידים ממש), און אמאל אויב שפורט מען נישט גוט אדער די האנט טוט וויי, קען מען דאס אויך נישט.

אונטערשטע שורה, כ'קען נישט דעם פלייסיגן סופר וואס איז געווארן אן עושר, געווענליך איז עס גאאאר ווייט דערפין, פינטל.

און נאר לסיומא, ווי וויכי וואלט געפרעגט, איר ווייסט אפשר ווילאנג עס דויערט פאר א סופר אפצושרייבן א פאר פרשיות פ"וו מ'בעט לאמיר זאגן 2,000 דאלער (2,500 איז א גוזמא, כ'מיין אז ס'כמעט נישט דא אזא פרייז פאר פרשיות, רוב לויפן אונטער 2,000)? וויפיל די מאטעריאל קאסט? און וויפיל מאל ס'געלונגט נישט עפעס פונקטליך און מ'האט א שאדן וואס מ'דארף אליינס עסן? טשעק איט אוט, איר וועט זיין סורפרייזד.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:10 pm

יישר כוח אבערוואס פאר'ן אזוי שיין צולייגן ס'ענין. בפרט ס'לעצטע פונקט. יאך האב געקויפט לעצטענס פרשיות, ס'רוב היימישע פרומע סופרים בעטן צווישן טויזנט און 1,500. ווער רעדט פון צוויי אלפים אדער מער? ס'איז אמת אמאל האט עס געקאסט צווישן 500 און 800, נו א פינף רומיגע דירה האט זיך שוין העכער געהויבן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:18 pm

מחותן האט געשריבן:זיכער איז ער בארעכטיגט, אבער דער עמך איד דארף וויסען אז וואס איז גוט געווען פאר צוואנציג יאר צירוק און פאר הונדערט יאר צירוק איז אויך גוט היינט צוטאגס.

איך בין נישט סובל ווען מען טוט מארקעטען די אלע נייע הידורים מיט א נעגאטיוועטי כאילו אן דעם פעלט עפעס.

סא מעג מען נישט "מארקעטען" "עור אחת"? מען מען נישט זאגן אז דאס איז א שטארקע הידור?

איך האב נישט געזעהן אז - צום ביישפיל - יענער וואס מארקעט שטארק די בתים אן קיינע קנייטשען זאל עפעס זאגן נעגעטיוו קעגן די אנדערע. ער ברענגט נאר גאר שטארק ארויס די מעלה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:20 pm

מחותן האט געשריבן:זיכער איז ער בארעכטיגט, אבער דער עמך איד דארף וויסען אז וואס איז גוט געווען פאר צוואנציג יאר צירוק און פאר הונדערט יאר צירוק איז אויך גוט היינט צוטאגס.

איך בין נישט סובל ווען מען טוט מארקעטען די אלע נייע הידורים מיט א נעגאטיוועטי כאילו אן דעם פעלט עפעס.

גערעכט 100 יאר צוריק איז נישט געווען די הידורים פון היינט, אבער אויך נישט די קולות.
מ'קען היינט אויך באקומען די אמאליגע מהודר'דיגע בתים אבער פאר א טייערן פרייז. 500 דאלאר'דיגע בתים פון היינט האט אסאך קולות וואס די אמאליגע האבן נישט געהאט. ממילא זאג נישט וואס איז גוט געווען אמאל איז היינט אויך גוט ווען די קויפסט נישט די אמאליגע!

און יא, איך בין מסכים אז מארקעטינג איז בלאף!
פרעג זיך נאך ביי מומחים וואס קענען זיך גוט אויס אין דעם פעלד די חילוקים, הידורים און שוואכקייטן פון אלע סארטן בתים וועסטו וויסן וואס צו קויפן. אבער קויף נישט בלינדערהייט בלויז ווייל עס איז ביליג און האט אן הכשר, אפי' מיט א גוטע הכשר מיינט נישט ס'איז מהודר!

לגבי פרשיות: יא, געווענדליך גייט די פרייז לויט די שיינקייט, און ווען ס'איז שענער מיינט דאס אז דער סופר האט א בעסערע האנט און קען בעסער ארויסברענגן הידורים וואס זענען טאקע ווערט מער, מ'דארף אבער זיכער מאכן אז די געלט צאלט מען טאקע פאר הידור נישט נאר פאר שיינקייט.
אין הכי טאקע, א מענטש וואס קען נישט איז נישט מחוייב צו נעמען אזא טייערע כתב. אבער איינער וואס צאלט פאר אלעם (קאר, קליידונג וכו') טאפ פרייז, פ"וו זאל ער נישט קויפן די מהודר'דיגסטע?
איי א וועלט!

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 3:54 pm

ר' אויך מיר, פין וועלכע מהודר'דיגע תפילין פין הונדערט יאר צוריק רעדט איר? דוכט זיך אחוץ הרב תפילינסקי'ס פאר עשרות אלפים איז נישט פארהאן עכט מהודר'דיגע, תפילין פין עור דקות גלייב איך נישט האט מער הידורים ווי אונזערע היינטיגע גוטע (עכ"פ מצד די עצם בית, פארשטייט זיך אז מצד דעם סופר/בתים מאכער'ס יר"ש איז אוודאי א חילוק).

אויך האב איך אלעמאל געוואוסט אז שיינקייט אליינס איז אויך א מעלה אלס "זה קלי ואנוהו", וואס ווערט גע'דרש'נט אויף די זאכן. אמת, דער עיקר איז טאקע די "אומנות" הכתיבה, והיינו ארויסברענגן יעדן צורת האות, קוץ ותג כתיקונה, אבער כ'מיין אז צאלן פאר שיינקייט איז עכ"פ א הידור.

אויסערדעם, ע"פ רוב איינער וואס שרייבט שיין, פשט ער לייגט אריין מער כוחות און מחשבה און איז געווענליך אויך מער מדוקדק, פאררעכט מיך אויב כ'בין נישט ריכטיג.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 22 געסט