מעקסיקאנער "דראג-לארד" גוזמאן אנטלאפן פון תפיסה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » זונטאג ינואר 10, 2016 1:04 pm

און אנדערע ווערטער, ער איז נישט געווען גענוג פארזיכטיג. ווי פאסט עס טאקע פאר אים?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » זונטאג ינואר 10, 2016 2:31 pm

טראמפ האט נעכטען ביי איינע פון זיינע רעדע'ס דערמאנט אז מעקסיקאו האט געכאפט על קאפאו, ער האט דערמאנט פון די טונעל מיט וואס עס איז אנטלאפען.... ער זאגט אז מען דארף אים האלטען אויפען פערטען שטאק....

טראמפ נאדיר א גרינע ;l;p-

ווען די געווינסט הילערי באקומסטע נאך א גרינע...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2541
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג ינואר 10, 2016 3:16 pm

ווען מ׳כאפט אים ווען נישט וואלט ער מן הסתם געהאט סימפאטיע צו גוזמאן א שטייגער ווי ער פילט צו פוטין און קים יאנג און, נאר אזוי ווי מ׳האט אים געכאפט באלאנגט ער אין מעקעין׳ס קאטאגאריע

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג ינואר 12, 2016 9:52 am

שיסעריי אויסטויש ביים פארכאפן גוזמאן
https://copy.com/daYsO0ErdzdR9PbE

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג ינואר 12, 2016 10:00 am

wow

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5437
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 12, 2016 10:04 am

אינטערסאנט!

קוקט אויס היפש אומפראפעסאנעל. עס איז אבער אומקלאר.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דינסטאג ינואר 12, 2016 8:03 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:קוקט אויס היפש אומפראפעסאנעל. עס איז אבער אומקלאר.


שרעקליך אומפראפעסיאנאל!!!
קוקט אויס ווי קליינע אינגלעך וואס שפילן פאליס...
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג ינואר 12, 2016 8:05 pm

מען זעט נישט גארנישט און איך בין נישט קיין קאמאנדא צו קענען זאגן וואס פראפעשענעל מיינט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג ינואר 12, 2016 8:12 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:ווען מ׳כאפט אים ווען נישט וואלט ער מן הסתם געהאט סימפאטיע צו גוזמאן א שטייגער ווי ער פילט צו פוטין און קים יאנג און, נאר אזוי ווי מ׳האט אים געכאפט באלאנגט ער אין מעקעין׳ס קאטאגאריע

פיין פיין.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג ינואר 12, 2016 10:12 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:מען זעט נישט גארנישט און איך בין נישט קיין קאמאנדא צו קענען זאגן וואס פראפעשענעל מיינט

דיע קאמאנדיר שרייט אלעס הויעך יעצט דא און יעצט ארויף א שטאק פארוואס דארף אלעס גוזמאן הערן ער זאל וויסען צוריק צושיסען ווען מקמוט ארויף די סטעפס????
דאס קומט פון זייער צוריקגעשטאנענקייט און מהערט ווי משרייט איינער איז געשאסען געווארען דאס ווארפט אהן א מוארדיגע פחד אויף די איבריגע חברה.
דאס דארף אלעס ג'יין אויף מייקרפאון.
..

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך ינואר 13, 2016 12:49 am

נאר איינע פון די קליינע פראבלעמען, יעצט ווען מען קומט אריין אין א צימער דארף די גאנצע צימער זיין געקאווערט דורך ביידע חברה, זיי דאקפן קענען רעאגירן אין מילי סעקונדעס!
משא"כ אין די קליפ, לויפן זיי צום עק צימער... קאממאן! עכ"פ, סאיז אזוי נאריש אז עס ניטאמאל ווערט צו שרייבן דערוועגן... יעצט פרעג איבער פארוואס ער איז אנטלאפן פון די תפיסה ביי זיי....
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 2:37 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ...

תגובהדורך מענטשעלע » מיטוואך ינואר 13, 2016 9:28 am

ווי אזוי איז ער אנטלויפן ?
האט ער געהאט help פין inside ?
החותם בדמע...
א געוועזענע טראמפ שטיצער.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך ינואר 13, 2016 10:50 am

די גאנצע ווידיא איז זייער אומקלאר אבער טאקע יא דארט ווי זיי גייען אריין אין א רום איינער קודם דער צווייטער נאכדעם זעט טאקע אויס ווי זיי שפילען פאליס
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » פרייטאג ינואר 22, 2016 11:28 am

ווי שוין דערמאנט איז על טשאפא צוריק פארכאפט געווארן לעצטענס, און זיצט אפ דערווייל אין מעקסיקאנע תפיסה, זיי האבן געזאגט אז מ'וועט אים טוישן צעל יעדן חודש כדי ער זאל נישט קענען אנטלויפן.

היינט האט דער מעקסיקאנע פרעזידענט געזאגט אז זיין גאווערמענט פארשנעלערט זייער מעגליכקייטן צו ארויסגעבן על טשאפא צו די פאראייניגטע שטאטן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » פרייטאג ינואר 22, 2016 2:06 pm

איך מיין מען קען טוישן די קעפל פון די אשכול
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג ינואר 24, 2016 10:12 pm

שטייגען האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:מען זעט נישט גארנישט און איך בין נישט קיין קאמאנדא צו קענען זאגן וואס פראפעשענעל מיינט

דיע קאמאנדיר שרייט אלעס הויעך יעצט דא און יעצט ארויף א שטאק פארוואס דארף אלעס גוזמאן הערן ער זאל וויסען צוריק צושיסען ווען מקמוט ארויף די סטעפס????
דאס קומט פון זייער צוריקגעשטאנענקייט און מהערט ווי משרייט איינער איז געשאסען געווארען דאס ווארפט אהן א מוארדיגע פחד אויף די איבריגע חברה.
דאס דארף אלעס ג'יין אויף מייקרפאון.

כ'בין נישט אזוי זיכער אז דאס איז געהערט געווארן הויעך, גאנץ מעגליך אז די ווידעאו איז צוגעטשעפעט צו די מייק.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » זונטאג מאי 08, 2016 1:04 pm

על טשאפא איז שבת געטרענספערט געווארן צו א תפיסה נעבן די אמעריקאנע גרעניץ.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2656
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג מאי 08, 2016 2:45 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:שיסעריי אויסטויש ביים פארכאפן גוזמאן
https://copy.com/daYsO0ErdzdR9PbE

קען איינער איבערלייגן ביטע
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג מאי 08, 2016 10:34 pm

נייעסלעך האט געשריבן:על טשאפא איז שבת געטרענספערט געווארן צו א תפיסה נעבן די אמעריקאנע גרעניץ.

ק.מ. באריכטעט איבער שפעקולאציעס אז מען האלט אט אט ביים טראנספערירן גוזמאן צו די פאראייניגטע שטאטן
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג מאי 09, 2016 10:06 am

וואס איז שלעכט אז ער בלייבט דארט?

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » מאנטאג מאי 09, 2016 11:07 am

בן נון האט געשריבן:וואס איז שלעכט אז ער בלייבט דארט?


פון צייט צו צייט עפענען זיך לעכער אין די פלארס אין די דארטיגע תפיסות, אין אמעריקע פאסירט עס ווייניגער, סאו..
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג מאי 09, 2016 12:16 pm

דער געריכט האט היינט באשלאסן צו אריבער פירן גוזמאן קיין אמעריקע
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » מאנטאג מאי 09, 2016 12:46 pm

מעקסיקא'ס פארעין מיניסטער מוז נאך באשטעטיגן אז מ'זאל קענען אריבערפירן אל טשאפא קיין אמעריקא, און די דיפענס קען נאך אפילען.

אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

תגובהדורך נייעסלעך » פרייטאג מאי 20, 2016 2:42 pm

מעקסיקאס פארעין מיניסטרי האט געגעבן רשות צו ארויסגעבן דעם דראג לארד "טשאפא" גוזמאן פאר אמעריקא.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » פרייטאג יולי 08, 2016 2:43 pm

באריכטן: טרויעריג בארימטער דראג באנדע פירער על טשאפא גוזמאן איז אנטלאפן פון טורמע אין מעקסיקא! דאס איז שוין די דריטע מאל וואס ער האט באוויזן צו אנטלויפן. ער איז געזיצן אין טורמע ערווארטנדיג צו ווערן אויסגעליפערט קיין אמעריקע פאר א פראצעס.
קול העולם.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט