בלאט 1 פון 7

מעקסיקאנער "דראג-לארד" גוזמאן אנטלאפן פון תפיסה

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 7:38 am
דורך איךביןשויןגרויס
ער איז אנטלאפן פון תפיסה
אין א אנדערע אשכול private האט געשריבן:מעקסיקא האט געכאפט היינט וואס זיי זאגען איז די וועלטס מאסט וואנטעד דראג לארד.

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 8:08 am
דורך private
איךביןשויןגרויס האט געשריבן:ער איז אנטלאפן פון תפיסה
private האט געשריבן:מעקסיקא האט געכאפט היינט וואס זיי זאגען איז די וועלטס מאסט וואנטעד דראג לארד.

בין איך נייגעריג אויב זיי וועלן זיך מעלדן צי גאווענער קאומא פאר אדווייז.

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 10:13 am
דורך private
private האט געשריבן:
איךביןשויןגרויס האט געשריבן:ער איז אנטלאפן פון תפיסה
private האט געשריבן:מעקסיקא האט געכאפט היינט וואס זיי זאגען איז די וועלטס מאסט וואנטעד דראג לארד.

בין איך נייגעריג אויב זיי וועלן זיך מעלדן צי גאווענער קאומא פאר אדווייז.

@cnnbrk: Hole in jail cell of escaped drug lord Joaquin Guzman led to tunnel nearly 1 mile long, Mexican official says. http://t.co/eYfUjHdzqK
דרך אגב ער אנטלויפט שוין די צווייטע מאל.

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 10:59 am
דורך ווישוואש
Fox News
Earlier this year, former Mexican Attorney General Jesus Murillo Karam told The Associated Press that sending Guzman to the United States, where he is wanted, would save Mexico a lot of money, but keeping him in Mexico was a question of national sovereignty.

He dismissed concerns that Guzman could escape a second time. That risk "does not exist," Murillo Karam said. He has since been replaced by Arely Gomez as attorney general.

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 11:36 pm
דורך צייטליך
אין די סעריע פון תפיסה ראן-עוועיס איז די גרעסטע דראג קארטעל פירער אין מעקסיקאו, על טשאפאו גוזמאן אנטלאפן דעם פארגאנגענעם שבת פון זיין טורמע צעל דורך א לעכל אין זיין שויער צו א מייל לאנגער טוננעל אינדרויסן פון תפיסה.

די טוננעל האט זיך געצויגן פון א הייזקע א מייל אינדרויסן פונעם טוננעל און איז געווען געבויעט פון PVC פייפס, מיט עלעקציריעט און א ווענטילאציע סיסטעם. גוזמאן וועלעכע איז שוין אנטלאפן אים יארע 2001 פון א מאקסימום זיכערהייט תפיסה אין מעקסיקאו דורך זיך באהאלטן אין א לאנדרי באקס מיט די הילף פון די וועכטער איז געכאפט געווארן הערשט אין יאר 2014 אויף א ביטש רעזארט אין מעקסיקאו און יעצט איז ער צום צווייטן מאל אנטלאפן.

ער פירט אן די סיניאלאו קארטעל און ווערט געשאצט פון די גרעסטע עשירים אין די וועלט מיט א יערליכע איינקנופט פון אריבער 3 ביליון (ב דגושה) דאללער פון דראגס.

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 11:39 pm
דורך גערעכטער
אמעריקע האט געהאט געבעטן מעקסיקא איהם אויסצוליפערן קיין אמעריקע אבער מעקסיקא האט זיך אנטזאגט נאכצוגעבן דעם פארלאנג.
נעקסט טיים פאלגט מען..

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 11:40 pm
דורך צייטליך
גערעכטער האט געשריבן:אמעריקע האט געהאט געבעטן מעקסיקא איהם אויסצוליפערן קיין אמעריקע אבער מעקסיקא האט זיך אנטזאגט נאכצוגעבן דעם פארלאנג.
נעקסט טיים פאלגט מען..

נישט אז זיי זענען אסאך בעסער אין דעם פעלד, אבער עס נעמט זיי בלויז 3 וואכן צו כאפן אנטלאפענע אנשטאט 12 יאר..

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 11:53 pm
דורך גערעכטער
אמעריקע האט אנגעטראגן פאר מעקסיקא ארויצוהעלפן מיט די זוכעריי פאר דער געפארפולע פארברעכער.
(סא מ'גייט מען איהם שוין כאפן נאך דריי וואכן..)

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 11:54 pm
דורך גליטשעדיג
אויך נאר איינער וואס דרייט זיך אין וועלדער איינזאם. ווען די צוויי האבן עכט צו באצאלן וואלט מען זיי נישט אזוי שנעל געכאפט.

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 11:55 pm
דורך מיסטעריעז
גערעכטער האט געשריבן:אמעריקע האט אנגעטראגן פאר מעקסיקא ארויצוהעלפן מיט די זוכעריי פאר דער געפארפולע פארברעכער.

ער איז געפארפול?

געשריבן: זונטאג יולי 12, 2015 11:56 pm
דורך גערעכטער
מיסטעריעז האט געשריבן:ער איז געפארפול?

ניין.. קענסט איהם איינליידענען פאר א בראנטש..

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:07 am
דורך צייטליך
מיסטעריעז האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:אמעריקע האט אנגעטראגן פאר מעקסיקא ארויצוהעלפן מיט די זוכעריי פאר דער געפארפולע פארברעכער.

ער איז געפארפול?

ווארשיינליך נישט פארהאן צופוהל געפארפולע מענטשן אויפן כדור העולם ווי אים.

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:09 am
דורך פלטיאל
מיסטעריעז האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:אמעריקע האט אנגעטראגן פאר מעקסיקא ארויצוהעלפן מיט די זוכעריי פאר דער געפארפולע פארברעכער.

ער איז געפארפול?

פארוואסזשע פאלטער ביי ער זאל זיין געפארפול? סך הכל א אומשולדיגע דראג לארד...

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:12 am
דורך מיסטעריעז
וועל איך מסביר זיין וואס איך האב געמיינט צו פרעגן; מעטט (רעסט אין פיעס) און סוועט (זיץ אין פיעס) זענען געווען מערדערס, פשוט א געפאר פאר די מענטשהייט.
ער איז א דראג דילער, "מיר" גייט ער גארנישט טוהן ווייל איך טשעפע איהם נישט, זיין קאמפאני פארבריצירט דראגס צו ער זיצט צו נישט, סוי פארוואס פונקטליך איז ער א געפארפולע מענטש?

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:14 am
דורך פלטיאל
העלעך דיר מסביר זיין, סיז דא געוויסע מאל.. נאר געציילטע.. וואס דראגס און מערדעריי גייען בענעזאם..

פארשטאנטא?

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:15 am
דורך גערעכטער
מיסטעריעז האט געשריבן:וועל איך מסביר זיין וואס איך האב געמיינט צו פרעגן; מעטט (רעסט אין פיעס) און סוועט (זיץ אין פיעס) זענען געווען מערדערס, פשוט א געפאר פאר די מענטשהייט.
ער איז א דראג דילער, "מיר" גייט ער גארנישט טוהן ווייל איך טשעפע איהם נישט, זיין קאמפאני פארבריצירט דראגס צו ער זיצט צו נישט, סוי פארוואס פונקטליך איז ער א געפארפולע מענטש?

דער האט מער בלוט אויף זיין הענט ווי מעט און סוועט צוזאמען פלאס.

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:17 am
דורך צייטליך
חוץ א מליטער פון א גרויסע לאנד קען זיך קיינער פארמעסטן מיט וויפיל מענטשן זיין קארטעל הרג'ט א יאר.

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:19 am
דורך מיסטעריעז
אבער זיין זיין אינדרויסן פון תפיסה מאכט איהם א גרעסערע סכנה?! דאס האב איך געפרעגט
מעטט און סוועט זענען געפארפול נאר אז זיי זענען אינדרויסן, אבער ער?!

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:20 am
דורך פלטיאל
מיסטעריעז האט געשריבן:אבער זיין זיין אינדרויסן פון תפיסה מאכט איהם א גרעסערע סכנה?! דאס האב איך געפרעגט

נאופס, זיין אינדרויסן מאכט אים נישט פאר א "גרעסערע" סכנה, סע מאכט אים פאר א סכנה

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:21 am
דורך גערעכטער
מיסטעריעז האט געשריבן:אבער זיין זיין אינדרויסן פון תפיסה מאכט איהם א גרעסערע סכנה?! דאס האב איך געפרעגט

פון תפיסה איז מען שטארק לימעטעד ווי ווייט מ'קען אנפירן מיט די אקטיוויטעטן פונעם קארטעל משא"כ אויף דער פריי.

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:32 am
דורך געלאסן
גערעכטער האט געשריבן:אמעריקע האט אנגעטראגן פאר מעקסיקא ארויצוהעלפן מיט די זוכעריי פאר דער געפארפולע פארברעכער.

אלס הכרת הטוב אז מעקסיקא האט נישט אריינגענומען מעט און סוועט

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:39 am
דורך גליטשעדיג
אויסערדעם חיזוק פאר די באנדיטן איז זייער סכנה׳דיג דאס גיט פאר זיי א כח צו טאן אסאך מער

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 12:50 am
דורך אפטימיסט
געלאסן האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:אמעריקע האט אנגעטראגן פאר מעקסיקא ארויצוהעלפן מיט די זוכעריי פאר דער געפארפולע פארברעכער.

אלס הכרת הטוב אז מעקסיקא האט נישט אריינגענומען מעט און סוועט

אמעריקע אליין וויל אים אנקלאגן פאר פארברעכנס וואס ער איז באגאנגען אדער אין וואס ער איז שולדיג דא אין אמעריקע.

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 11:56 am
דורך משיח
מר.-יעז פרעגט זייער א פארשטענדליכע קשיא, ער איז ווייזט אויס נישט באקאנט מיט די פרטים פון דעם ריזיגן דראג האנדל,
ער ברויך פשוט א קלארע ביאור,
בקיצור נצרץ, דער על טשאפא פירט אם א ריייייייייייייזיגן (א חיריק דגושה) ביזנעס פון דראג שמאגלעריי, און ער דרייט אדורך יערליך ביליאנע דאלארן,
ער האט אויפגעשטעלט ממש א מלוכה פאר זיך, און ער האט הונדערטע אדער טויזענטע אנדערקאווערדס וועלכע ווישן אראפ טעגליך מענטשן פון מאפע,
ער האט איינגעפלאנצען מענטשן ביי די פאליציי און ביי אנדערע שטאטישע אגענטורן, אזוי אז ער ווייסט פונקטלעך וואס מ'ווייסט וועגן אים און דעריבער האט דאס געמאכט זייער שווער אים צו כאפן,
מ'האט אים איינמאל געכאפט און אריינגעשליידערט און טורמע, ער האט זיך פון דארט ארויסגעזען,
און היות ער פארמאגט גאנצע געגענטער וואס זענען אינטער זיין הערשאפט האט ער זיך געקענט ארויסדרייען פון זיי פאר 12 יאר,
פאר 2 יאר צוריק האט מען אים נאכאמאל געכאפט, און יעצט אודך הילד איננו.

יעצט די אמת איז, אז די בלוט פארגיסעריי פון זיין קאמפעני גייט נאך אלס אן אין גרויסן,
אבער היות ער קען עס נישט פירן, צוימ'ס עס איין אביסל,
ווען ער איז אינדרויסן גייט עס אן מער ביד רחבה.

געשריבן: מאנטאג יולי 13, 2015 11:59 am
דורך מיסטעריעז
די ערשטע טייל ווייס איך נישט פארוואס איר טראכט אז איך האב פארזעהן... די צווייטע טייל (תשובה) האט שוין גערעכטער (וואס פלעגט גראדע אויך אמאל מיינען אז מיין ניק איז "מיסטער יעז"...) נעכטן געשריבן. ואם קבלה הוא, נקבל.

עניוועי, שקויעך פאר די דעטאלן איבער איהם און זיין קאמפאני