ניו יארק רענט קאנטראל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג יוני 27, 2019 11:37 am

הודו לשם. די מלחמה קעגן די ריעל עסטעיט רויבער איז געווען סוקסעספול. יעצט קומט דאס. ווער איז נעקסט?


https://skillednursingnews.com/2019/06/ ... -millions/
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:46 pm

אין כל חדש האט געשריבן:איך גיי נישט אריינגיין אין אלע פרטים
אבער דוכט זיך איין גראבער טעות איז זיכער דא לידיעתי
די חלק אז מען קען נישט בעטן מער ווי די פרעפערענשאל איז נאר פאר באנייען א ליעס פארן היצטיגן טענענט
טאמער אבער דער טענענט מופט ארויס, מעג מען יא בעטן די פולי ליגעל רענט פונעם נייעם טענענט


no more

דאס איז איינע פון די זאכן אז פרעפרענשל און ליגעל איז די זעלבע זאך.

ביז יעצט איז טאקע געווען א חילוק.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 27, 2019 4:48 pm

sorry

עטץ זענטס יא גערעכט.

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » דאנארשטאג יוני 27, 2019 5:10 pm

אונז דארף מיר איהם ארוישטויסן.

The Senate Majority held a series of hearings across New York State, led by Chair of the Committee on Housing, Construction and Community Development, Senator Brian Kavanagh, on rent regulation and tenant protections so that the final legislation would reflect the perspectives of a wide range of stakeholders. Hearings were held in Syracuse, New York City, Albany, Newburgh, and Greenburgh. The hearings provided an opportunity for tenants, property owners, stakeholders, and New Yorkers from around the state the opportunity to provide testimony and discuss affordable housing concerns directly with their State Senators.


here's a map of his Brooklyn district

https://www.nysenate.gov/district/26

With Democrats taking the majority in the Senate in 2019, Kavanagh was named Chair of the Committee on Housing, Construction and Community Development

אבערוואז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 2:49 pm

למעשה זע איך אז דער פעלזן איז גערעכט.

תגובהדורך אבערוואז » מיטוואך יולי 03, 2019 8:49 am

די ארימע אנאלפאבעטן דא, באוויינען דעם "ענדע פון דעם ריעל עסטעיט מארקעט"
אנאמתן, דער "ריעל עסטעיט מארקעט" פון וואס מ'רעדט איז געווען א גזירת גירוש אויף כלל ישראל.
טויזנטער מיטל פארדינער קענען זיך מער נישט ערלויבן א וואוין ארט אין ברוקלין.
איך געדענק װען מ'פלעגט אמאל בעטן און פארלאנגען פון פאליטישאנס אפארדעבל האוזינג, און מ'האט פארשריגן די געציילטע וואס האבן פארקויפט פאר, וואס מ'האט דעמאלטס גערופן 'ארטיסטן'
לאיך היגיענו, משרייט היינט אויף די פאליטישאנס פאר'ן פרובירן צו טון עפעס למעשה.
און ווער שרייט די העכסטע?
די רוב רובם פון אונז וואס פלאגן זיך על המחיה, איינער שרייבט זאגאר אז מ'דארף צונעמען מער פון די אכציג פראצענט ארימע, און געבן פאר די רייכע, ווייל די רייכע גייען דערנאך העלפן דעם עולם חתונה מאכ'ן.
ווי אין דער ערד זענען אונז צו זאגן אזא סטעיטמענט.

סאו זאג איך, די ריעל עסטעיט מארקעט איז פארטיג?
הלוואי.
אבער למעשה, נישט נאר האט קיינער נישט אפגעשטעלט קיין פראיעקט, פונקט פארקערט, די מאגנאטן האבן איבער די לעצטע וואך אריינגעגעבן פלענער פאר פרישע וואלקנקראצערס, אין די לעצטע טעג האט א היימישער אריינגעגעבן פלענער פאר צוויי פרישע טורעמעס, וואס ער טענה'ט גייט זיין, די שענסטע פארוויילונג בנין אין וויליאמסבורג (ליידער)
סאו ביזדערווייל האט דער געזעץ נאכנישט געטון איר זייניגע, ס'איז צום האפן אז בקרוב גייען דירות אין ברוקלין צוריק ווערן אפארדעבל, בלייבט איבער צו וואונטשן אז די אכציג פראצענט וואס גייט קענען צאלן ביליג פאר א דירה, גייט קענען אויסהאלטן די צוואנציג פראצענט וואס, לשיטתכם, גייען פארלירן זייער האב און גוטס.

פעלזן קומט אריין זייער קלאר, ער האט געטון זיין היימארבעט, כל הכבוד.

ער זאגט טאקע אז נאר די אלטע בילדינגס פון זעקס יוניטס און העכער, זענען אונטערן געזעץ, ער ברענגט נאר אראפ די ווארט בראַונסטאון אלץ משל ווי דער מארקעט גייט דא באקומען א זעץ, וואס גייט בעזהשי"ת ווערן געפילט איבער די גאנצער מארקעט.
ס'איז דא אין ניו יארק צוויי מיני מארקעטס, ס'איז דא די רייכע און די עפארדעבל, דער געזעץ איז צו מאכן זיכער ס'איז דא סופּליי פון ביליגע דירות, דאס אפעקטירט סטאביליזירטע ווי נישט.
האט איינער אינוועסטירט זיין רעטייערמענט אין א הויז און ער קען נישט רייך ווערן, איך האב נישט קיין מיטלייד מיט אים, זאל ער אינוועסטירן אין אלאבאמא.

נאך א זאך.
ס'איז שקר וכזב אז דער געזעץ לאזט נישט ארויסווארפן קיינע נישט-צאלער, לא מיניה ולא מקצתיה, סתם אן אויסגעזויגן ליגנט

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 03, 2019 9:29 am

אנאלפעבעטן וואס וואוינען אין די 11211 זיפ עריע?

כפרעג סתם.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 03, 2019 10:12 am

איך גלייב אז דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן. ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

עניוועי, די וועלט גייט שוין אט אט אינטער.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יולי 03, 2019 10:21 am

איך ווייס נישט ווי טיעף דיין ידיעה אין די ריעל עסטעיט מארקעט איז, אבער ווער ס'האט נאר סיי וואספארא שייכות דערמיט פארשטייט אז די פרייזן ווערן נישט ארויפגעטריבן פון בוי אונטערנעמער נאר פון די 'לופט' צו אימיגרירן קיין ניו יארק, אז דער לענדלארד האט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און געוואוסט ווי און ווען צו קויפן קומט זיך אים נישט קיין עונש.

אבערוואז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 2:49 pm

תגובהדורך אבערוואז » מיטוואך יולי 03, 2019 10:34 am

בוידעם האט געשריבן:איך גלייב אז דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן. ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

עניוועי, די וועלט גייט שוין אט אט אינטער.


איך ווייס אז דו פארשטייסט נישט, דאס איז וואס איך האב געזאגט.
אנאלפאבעטן
און ניין, די וועלט גייט נאך נישט אונטער גיין אויב מיטלע פארדינער גייען קענען עפארדן א דירה אין ניו יארק.

משה די וויין מבין
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 3:31 pm

תגובהדורך משה די וויין מבין » מיטוואך יולי 03, 2019 10:41 am

אבערוואז האט געשריבן:איך געדענק װען מ'פלעגט אמאל בעטן און פארלאנגען פון פאליטישאנס אפארדעבל האוזינג, און מ'האט פארשריגן די געציילטע וואס האבן פארקויפט פאר, וואס מ'האט דעמאלטס גערופן 'ארטיסטן'
לאיך היגיענו, משרייט היינט אויף די פאליטישאנס פאר'ן פרובירן צו טון עפעס למעשה.
און ווער שרייט די העכסטע?


קיינמאל געבעטן מען זאל עפעס צונעמן אדער רייטען אויף א צווייטען,
בסך הכל געבעטן אז די סיטי זאל בויען ביליגע אויף סיטי לאט'ס
אבערוואז האט געשריבן:
ס'איז שקר וכזב אז דער געזעץ לאזט נישט ארויסווארפן קיינע נישט-צאלער, לא מיניה ולא מקצתיה, סתם אן אויסגעזויגן ליגנט

אוודאי נישט בפירש, אבער מיטן געזעץ געמאכט אז דאס זאל פאסירען!

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך יולי 03, 2019 10:56 am

אבערוואז האט געשריבן:די ארימע אנאלפאבעטן דא, באוויינען דעם "ענדע פון דעם ריעל עסטעיט מארקעט"
אנאמתן, דער "ריעל עסטעיט מארקעט" פון וואס מ'רעדט איז געווען א גזירת גירוש אויף כלל ישראל.
טויזנטער מיטל פארדינער קענען זיך מער נישט ערלויבן א וואוין ארט אין ברוקלין.
איך געדענק װען מ'פלעגט אמאל בעטן און פארלאנגען פון פאליטישאנס אפארדעבל האוזינג, און מ'האט פארשריגן די געציילטע וואס האבן פארקויפט פאר, וואס מ'האט דעמאלטס גערופן 'ארטיסטן'
לאיך היגיענו, משרייט היינט אויף די פאליטישאנס פאר'ן פרובירן צו טון עפעס למעשה.
און ווער שרייט די העכסטע?
די רוב רובם פון אונז וואס פלאגן זיך על המחיה, איינער שרייבט זאגאר אז מ'דארף צונעמען מער פון די אכציג פראצענט ארימע, און געבן פאר די רייכע, ווייל די רייכע גייען דערנאך העלפן דעם עולם חתונה מאכ'ן.
ווי אין דער ערד זענען אונז צו זאגן אזא סטעיטמענט.

סאו זאג איך, די ריעל עסטעיט מארקעט איז פארטיג?
הלוואי.
אבער למעשה, נישט נאר האט קיינער נישט אפגעשטעלט קיין פראיעקט, פונקט פארקערט, די מאגנאטן האבן איבער די לעצטע וואך אריינגעגעבן פלענער פאר פרישע וואלקנקראצערס, אין די לעצטע טעג האט א היימישער אריינגעגעבן פלענער פאר צוויי פרישע טורעמעס, וואס ער טענה'ט גייט זיין, די שענסטע פארוויילונג בנין אין וויליאמסבורג (ליידער)
סאו ביזדערווייל האט דער געזעץ נאכנישט געטון איר זייניגע, ס'איז צום האפן אז בקרוב גייען דירות אין ברוקלין צוריק ווערן אפארדעבל, בלייבט איבער צו וואונטשן אז די אכציג פראצענט וואס גייט קענען צאלן ביליג פאר א דירה, גייט קענען אויסהאלטן די צוואנציג פראצענט וואס, לשיטתכם, גייען פארלירן זייער האב און גוטס.

פעלזן קומט אריין זייער קלאר, ער האט געטון זיין היימארבעט, כל הכבוד.

ער זאגט טאקע אז נאר די אלטע בילדינגס פון זעקס יוניטס און העכער, זענען אונטערן געזעץ, ער ברענגט נאר אראפ די ווארט בראַונסטאון אלץ משל ווי דער מארקעט גייט דא באקומען א זעץ, וואס גייט בעזהשי"ת ווערן געפילט איבער די גאנצער מארקעט.
ס'איז דא אין ניו יארק צוויי מיני מארקעטס, ס'איז דא די רייכע און די עפארדעבל, דער געזעץ איז צו מאכן זיכער ס'איז דא סופּליי פון ביליגע דירות, דאס אפעקטירט סטאביליזירטע ווי נישט.
האט איינער אינוועסטירט זיין רעטייערמענט אין א הויז און ער קען נישט רייך ווערן, איך האב נישט קיין מיטלייד מיט אים, זאל ער אינוועסטירן אין אלאבאמא.

נאך א זאך.
ס'איז שקר וכזב אז דער געזעץ לאזט נישט ארויסווארפן קיינע נישט-צאלער, לא מיניה ולא מקצתיה, סתם אן אויסגעזויגן ליגנט


מתוך דבריך ניכר אז דו האסט נישט די מינדענסטע ידיעה איבער די נייע געזעץ.

די געזעץ באהאנדעלט נישט דאס בויען נייע וואלקענקראצער געביידעס, און דאס קען ווייטער אנגיין ווי ביז יעצט. עס איז בעיקר פאר עלטערע געביידעס ווי די טענענטס וועלן יעצט קענען מאכן א חיים טובים פאר אייביג, און די לענדלארדס וועלן כמעט נישט קענען העכערן קיין רענט אפילו ווען זייער עקספענסעס גייט ארויף פילפאכיג. איינע פון די מעגליכע קאנסעקווענצען וועלן זיין אז די בילידינגס וועלן במשך די יארן ווערן נאכגעלאזט און וועט ביים סוף אנקומען צו א מצב אז עס וועט ווערן פארלאזט און וועט ווערן פארקויפט צו דעוועלאפערס וואס וועלן טאקע בויען לוקסוסריעזע וואלקנקראצערס.

ווען האסטו די לעצטע מאל געזעהן אז א אפארטמענט געביידע איז געווארן אראפגעווארפן און מען האט דארט געבויט א וואלקנקראצער? דאס געשעהט ענדערש ביי אלטע פארלאזטע פעקטאריס, מיט די נייע געזעץ וועלן א טייל פון די אלטע אפארטמענט בילדינגס ביז א צען פופצן יאר אויסזעהן אזויווי די פעקטאריס!

אבערוואז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 2:49 pm

תגובהדורך אבערוואז » מיטוואך יולי 03, 2019 11:07 am

איך האב דורכגעטון דעם געזעץ פיין.
ס'איז ממש א ישועה פאר כלל ישראל.
ווען א בילדינג ווערט אויס רענט סטאביליזירט ווערט עס געווען פארוואנדלט אין א רייכע געביידע פאר ארטיסטן און יאָפּפּיס.
איצט האט דער לענדלארד צוויי ברירות ווען ער קויפט א הויז אין אידישע געגנטער, לאז די דירות פאר די ארימע גוים, אדער פארדינג עס פאר ארימע אידן (און מאך נאך אביסל אונטערן טיש)

די סטראשע אז בילדינגס גייען ווערן פארלאזט איז נאריש.
לעגאל מוז דער לענדלארד אויפהאלטן זיינע הייזער פריש און קלין.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך יולי 03, 2019 11:16 am

אן אריינגיין אין פרטי פרטים:
דער געזעץ איז אן אלטער געזעץ נאר מען האט פארמאכט לופהוילס און צוגעלייגט נאך געזעצן אויף צוצולייגן מער רענט סטאביליזירטע אפארטמענטס.
פרעגט זיך יעצט א סימפל שאלה וואס האט לכאורה א פשוטער יא אדער ניין:
האב די אלטע געזעצן געהאלפן האלטן רענט אין נ.י. סיטי ביליג אדער נישט ?
השנית:
אויב יא, נאר פאר סטאביליזירטע יוניטס אדער אפילו פאר רעגולער יוניטס ?
אויב נאר פאר סטאביליזירטע יוניטס, אין היסטארי, האט עס געהאלפן ארויפצוברענגן קוואליטי אין אפארטמענטס אדער נישט אדער גאר אראפגעברענגט ?

נאך וואס מען קוקט אויף די היסטארי קוק אויף די פיוטשער.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך יולי 03, 2019 11:25 am

#1
לויט די יעצטיגע געזעץ וועט זיין זייער שווער צו פארקויפן א אלטע בילדינג און ארויסגיין מיט ריווח, קיינער וויל נישט קויפן א בילדינג וואס די ווערט גייט נאר אראפ.

#2 בכלל נישט קיין סטראשע, דאס איז במציאות געשעהן מיט יארן צוריק ווען אסאך מענטשן האבן פשוט אוועקגעוואקט פון פראפערטיס
אין ברוקלין ווייל עס האט זיך נישט אויסגעצאהלט.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך יולי 03, 2019 11:33 am

אבערוואז האט געשריבן:איך האב דורכגעטון דעם געזעץ פיין.
ס'איז ממש א ישועה פאר כלל ישראל.
ווען א בילדינג ווערט אויס רענט סטאביליזירט ווערט עס געווען פארוואנדלט אין א רייכע געביידע פאר ארטיסטן און יאָפּפּיס.
איצט האט דער לענדלארד צוויי ברירות ווען ער קויפט א הויז אין אידישע געגנטער, לאז די דירות פאר די ארימע גוים, אדער פארדינג עס פאר ארימע אידן (און מאך נאך אביסל אונטערן טיש)

די סטראשע אז בילדינגס גייען ווערן פארלאזט איז נאריש.
לעגאל מוז דער לענדלארד אויפהאלטן זיינע הייזער פריש און קלין.

דער סטראשע איז מער פון דעם, אז מ'גייט אויפגעבן די בילדינגס פאר פארקלאזשער. די ריוח גייט נאר קלענער ווערן פון יאר צו יאר.

מאך דעם חשבון די הוצאות וואקסן אויטאמאטיש, און די רענט מעג נישט ארויפגיין! פארוואס זאל איינער אויפהאלטן א בילדינג פון וואס זיינע רוחים פאלן יעדע יאר??
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 03, 2019 11:57 am

אבערוואז האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך גלייב אז דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן. ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

עניוועי, די וועלט גייט שוין אט אט אינטער.


איך ווייס אז דו פארשטייסט נישט, דאס איז וואס איך האב געזאגט.
אנאלפאבעטן
און ניין, די וועלט גייט נאך נישט אונטער גיין אויב מיטלע פארדינער גייען קענען עפארדן א דירה אין ניו יארק.


זעה איך אז דו האסט נישט געכאפט וואס איך מיין מיטן וועלט אינטערגאנג און די 11211 זיפ.

וועל איך עס זאגן קלאר. מתוך דבריך, דא און אין די ליבעראלע גלויבן אשכול (קלימטאן טויש), איז שטארק ניכר אז דו האלסט זיך שרעקליך קלוג אנטעקעגן די אומוויסענדע -אנאלפעביט -באקסעדיגע- געקעסטלטע 11211 איינוואוינער.

איז לאמיר דיר טאקע זאגן, ביסט שטוינעד קלוג, ס'גיסט חכמה פון יעדעס ווארט דיינע, מענטשן באוונדערן דיין אויסטערלישע טיפע הבנה אין יעדן נושא.

אין איין ווארט, נעבעך.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אבערוואז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 2:49 pm

תגובהדורך אבערוואז » מיטוואך יולי 03, 2019 12:10 pm

מ'גייט פארקלאוזן, דירות גייען פאלן אין פרייז.
דאס איז דאך עקזעקטלי דער ציל פון דעם געזעץ.

דירה פרייזן זאלן פאלן.

מענטשן וואלטן שוין געמעגט פארשטיין, ס'איז נישטא קיין זיכערער אינוועסטמענט, גייען אפאר אידן פארקלאוזן? געוויס, די גוטע נייעס איז אז אין ריעל עסטעיט שפילט מען זיך מערסטנס מיט די באנק'ס געלט, גיי איך נישט באוויינען אז טשעיס האט שאדן אפאר טאלער.

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » מיטוואך יולי 03, 2019 12:16 pm

אבערוואז האט געשריבן:די סטראשע אז בילדינגס גייען ווערן פארלאזט איז נאריש.
לעגאל מוז דער לענדלארד אויפהאלטן זיינע הייזער פריש און קלין.

אין אנדערע ווערטער די אינוועסטירער גייען ווערן אונזערע צוואנגס ארבעטער...סארי טא לעט יא קנאו...באט על פי רוב זענען זיי גוט פראטעקטעד און די בענק גייען ווערן די לענדלארדס וואס זיי זענען בכלל נישט אין די לענדלארדינג ביזנעס סאו יא...בילדינגס גייען ווערן פארלאזט!

הארמאניע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

תגובהדורך הארמאניע » מיטוואך יולי 03, 2019 12:21 pm

אבערוואז האט געשריבן:מענטשן וואלטן שוין געמעגט פארשטיין, ס'איז נישטא קיין זיכערער אינוועסטמענט, גייען אפאר אידן פארקלאוזן? געוויס, די גוטע נייעס איז אז אין ריעל עסטעיט שפילט מען זיך מערסטנס מיט די באנק'ס געלט, גיי איך נישט באוויינען אז טשעיס האט שאדן אפאר טאלער.

איר זענט רעדי פאר די קאנסעקווענצן פון אזא שפיל? איי דאונט טינק סאו...ארויסטרייבן אינוועסטירער פין א מארקעט האט גארנישט מיט צושטעלן דירות פאר די מידל אינקאם

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך יולי 03, 2019 12:26 pm

אבערוואז האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך גלייב אז דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן. ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

עניוועי, די וועלט גייט שוין אט אט אינטער.


איך ווייס אז דו פארשטייסט נישט, דאס איז וואס איך האב געזאגט.
אנאלפאבעטן
און ניין, די וועלט גייט נאך נישט אונטער גיין אויב מיטלע פארדינער גייען קענען עפארדן א דירה אין ניו יארק.


איך האב מורא אז בוידעם האט שוין איינמאל פארשטאנען די תגובה, ווייל פון א תגובה וואס מ'פארשטייט נישט ווערט מען נישט אזוי ווילד.

ס'איז נאר א שאד אז ער האט זיך אריינגעלייגט אין א מצב אז ער האט א "זייט" ווי ער "באלאנגט", וואס דאס איז גורם אז ער זאל ווילד ווערן ווען איינער טשעלענדזשט א "מיינונג" ווי כאילו יענער האט געטשעלענדזשט אים אדער זיין פערסאנאליטעט.

באמת א שאד.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך יולי 03, 2019 12:42 pm

אבערוואז האט געשריבן:.......


דו ווייסט אפשר צו דו האסט שוין געהאט דיין ברית?!
נא קלאו ווי אזוי האסטיך באוויזען אויפצוסיינען מיט א ניק דא.

טרול אדער מוח'לאז, יו דיסייד.

אבערוואז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 2:49 pm

תגובהדורך אבערוואז » מיטוואך יולי 03, 2019 12:44 pm

הארמאניע האט געשריבן:
אבערוואז האט געשריבן:מענטשן וואלטן שוין געמעגט פארשטיין, ס'איז נישטא קיין זיכערער אינוועסטמענט, גייען אפאר אידן פארקלאוזן? געוויס, די גוטע נייעס איז אז אין ריעל עסטעיט שפילט מען זיך מערסטנס מיט די באנק'ס געלט, גיי איך נישט באוויינען אז טשעיס האט שאדן אפאר טאלער.

איר זענט רעדי פאר די קאנסעקווענצן פון אזא שפיל? איי דאונט טינק סאו...ארויסטרייבן אינוועסטירער פין א מארקעט האט גארנישט מיט צושטעלן דירות פאר די מידל אינקאם


בן איך גרייט דערפאר?
איך ווארט דערפאר בכליון עיניים.

רוב גרויסע געלטער זענען אין די לוקזשורי מארקעט, וואס גייט ווייטער אן, אפשר גאר שטערקער ווי בעפאר, ווייל ס'איז מער נישטא קיין קאמפעטישן פון דעקאנטראלירטע דירות.
די ביליגע דירות מארקעט גייט האפנטליך פאלן, אדער כאטשיג נישט שטייגן אזוי שנעל, ווייל ווייניגער ארימע גייען זוכן נייע דירות נאכן ווערן ארויסגעווארפן פון זייער דעקאנטראלירטע אפארטמענטס.
אויב גייען אפאר LLC's פושט רגל זיין איז נישט עק וועלט.

אבערוואז
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2019 2:49 pm

מ'מוז נישט גיין פערזענליך

תגובהדורך אבערוואז » מיטוואך יולי 03, 2019 12:48 pm

גוטע אידן, נישטא קיין סיבה צו גיין פּערסאנעל
לאמיר זיך אויפפירן ווי ערוואקסענע דא.
אונז שמועסן דורך א נושא, איך זאג איין גאנג, וואס איז געוויס אנדערש פון דער מהלך פון רוב מענטשן דא, אבער דאס מאכט עס אינטערסאנט.
איך רעספעקטיר גאר שטארק אייער מיינונג, מ'קען ווייטער דיסקוסירן מיט כבוד חברו.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 03, 2019 12:52 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
אבערוואז האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:איך גלייב אז דו פארשטייסט וואס דו האסט געשריבן. ווייל איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

עניוועי, די וועלט גייט שוין אט אט אינטער.


איך ווייס אז דו פארשטייסט נישט, דאס איז וואס איך האב געזאגט.
אנאלפאבעטן
און ניין, די וועלט גייט נאך נישט אונטער גיין אויב מיטלע פארדינער גייען קענען עפארדן א דירה אין ניו יארק.


איך האב מורא אז בוידעם האט שוין איינמאל פארשטאנען די תגובה, ווייל פון א תגובה וואס מ'פארשטייט נישט ווערט מען נישט אזוי ווילד.

ס'איז נאר א שאד אז ער האט זיך אריינגעלייגט אין א מצב אז ער האט א "זייט" ווי ער "באלאנגט", וואס דאס איז גורם אז ער זאל ווילד ווערן ווען איינער טשעלענדזשט א "מיינונג" ווי כאילו יענער האט געטשעלענדזשט אים אדער זיין פערסאנאליטעט.

באמת א שאד.

זינט איך האב נישט גענומען א "זייט" אין די נושא, ווי אויך האב איך נישט געזאגט קיין "מיינונג" אין די דעבאטע, איז נישט שייך צו זאגן אז איך בין געווארן ווילד ווען מען האט געטשעלענדזשט מיין מיינונג. נישט אלס א טעאריע, און אודאי נישט אלס פאקט.

איך בין ווילד געווארן פאר'ן זיך אנקלאפן צום צווייטן מאל מיט א חכם וואס יעדע מיינונג אנדערש ווי אים, איז אדער געוואנדן אין א געקסטעלטע זיפ, אדער אין אנאלפעביט. און בלויז אויף דעם האב איך מיר באצויגן, ווייל עס גרוילט.

די חידוש איז אויף דיר, דו באוויינסט מיר אויף א זאך וואס איז נישט געשטויגן, בעת דו פארזעהסט אז צו וועם איך האב מיר באצויגן, ער איז גאר דער וואס ווערט ווילד ווען איינער טשעלענדזשט זיין מיינונג.

דיין מהלך האט האט א אויסדרוק, ליבעראלע טאלעראנץ.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך יולי 03, 2019 12:55 pm

אבערוואז האט געשריבן:גוטע אידן, נישטא קיין סיבה צו גיין פּערסאנעל
לאמיר זיך אויפפירן ווי ערוואקסענע דא.
אונז שמועסן דורך א נושא, איך זאג איין גאנג, וואס איז געוויס אנדערש פון דער מהלך פון רוב מענטשן דא, אבער דאס מאכט עס אינטערסאנט.
איך רעספעקטיר גאר שטארק אייער מיינונג, מ'קען ווייטער דיסקוסירן מיט כבוד חברו.


שקר! דו רעספעקטירסט נישט קיינעמס מיינונג. לעבלען מענטשן וואס האלטן אנדערש פון דיר, איז א מאנגל אין רעספעקט פאר א צווייטענס מיינונג.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט