ניו יארק רענט קאנטראל

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1018
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג יוני 20, 2019 6:10 pm

אבער גראדע איז מיין עיקר פוינט פון שרייבן אין די אשכול נישט געווען צו פארטיידיגן די געזעץ
נאר צו זאגן ווי נאריש עס איז צו מאכן אזא ויצעקו פון די געזעץ, די ריכטיגע ויצעקו איז אויף די אלע וואס האבן נישט ריעל עסטעיט, צו אלס די אויפשאקלונג אין אנליין צו ארבייטער וואס ברעכן אונטער פון רענט

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 20, 2019 11:38 pm

אין כל חדש

במחילת כבודך איז קלאר אז די פארשטייסט נישט די ריפערקאשענס פונעם געזעץ.

היי
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 31, 2017 10:58 pm

תגובהדורך היי » פרייטאג יוני 21, 2019 10:23 am

דא איז א טייל פון די נייע "גזירות"
Rent regulations 1.png
Rent regulations 1.png (248.49 KiB) געזעהן 2253 מאל
rent regulatiions 2.png
rent regulatiions 2.png (39.46 KiB) געזעהן 2253 מאל

Browsing
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

תגובהדורך Browsing » פרייטאג יוני 21, 2019 11:52 am

monroe10950 האט געשריבן:יואלי פעלזן אויף קול מבשר, אייזן!
*
ווילט איר מאכן פרנסה? געזונטערהייט, גייט און בויעט אויף פאבריקן, און שיקט סחורה איבער די גאנצע וועלט. נישט קויפט א בראונסטאון אין ברוקלין און תיכף דערנאך א יאכט שיפל, ווען דער ארעמער פארדינער האט נישט ווי צו וואוינען.

איר ווייסט פארוואס מ'בויעט פאבריקן צו פארקויפן? ווייל מ'מאכט געלט! אויב מאכט מען נישט, קוקט אויף די חורבי הקאר פעקטאריס.

שיינע וואלקנקראצערס אין ניו יארק איז א פארגאנגענהייט.

מ'גייט מאכן פארבריקן און נישט בויען קיין בנינים, העמיר זען ווער עס וועט ליידן די לעצטע.

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » פרייטאג יוני 21, 2019 12:01 pm

Browsing האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן:יואלי פעלזן אויף קול מבשר, אייזן!
*
ווילט איר מאכן פרנסה? געזונטערהייט, גייט און בויעט אויף פאבריקן, און שיקט סחורה איבער די גאנצע וועלט. נישט קויפט א בראונסטאון אין ברוקלין און תיכף דערנאך א יאכט שיפל, ווען דער ארעמער פארדינער האט נישט ווי צו וואוינען.

איר ווייסט פארוואס מ'בויעט פאבריקן צו פארקויפן? ווייל מ'מאכט געלט! אויב מאכט מען נישט, קוקט אויף די חורבי הקאר פעקטאריס.

שיינע וואלקנקראצערס אין ניו יארק איז א פארגאנגענהייט.

מ'גייט מאכן פארבריקן און נישט בויען קיין בנינים, העמיר זען ווער עס וועט ליידן די לעצטע.

כפארשטיי נישט, כגיי בויען א פאבריק, דאן וועלן זיי הייבן דעם אימיגראנטס וועידזשעס הויך ווי וואלקנקראצערס, און שניידן זיינע ארבעטס "חדשים" (נישט טעג, אדער וואכן- דאס האט מען שוין געשניטן).

זיי האבן שוין וואו צו וואוינען פאר ביליג רענט (ווייניגער און ווייניגער)... יעצט זאל איך זיי צושטעלן וועידזשעס (מער און מער)

וואס נעקסט??????

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » פרייטאג יוני 21, 2019 1:40 pm

חיים אלכסנדר האט געשריבן:
Browsing האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן:יואלי פעלזן אויף קול מבשר, אייזן!
*
ווילט איר מאכן פרנסה? געזונטערהייט, גייט און בויעט אויף פאבריקן, און שיקט סחורה איבער די גאנצע וועלט. נישט קויפט א בראונסטאון אין ברוקלין און תיכף דערנאך א יאכט שיפל, ווען דער ארעמער פארדינער האט נישט ווי צו וואוינען.

איר ווייסט פארוואס מ'בויעט פאבריקן צו פארקויפן? ווייל מ'מאכט געלט! אויב מאכט מען נישט, קוקט אויף די חורבי הקאר פעקטאריס.

שיינע וואלקנקראצערס אין ניו יארק איז א פארגאנגענהייט.

מ'גייט מאכן פארבריקן און נישט בויען קיין בנינים, העמיר זען ווער עס וועט ליידן די לעצטע.

כפארשטיי נישט, כגיי בויען א פאבריק, דאן וועלן זיי הייבן דעם אימיגראנטס וועידזשעס הויך ווי וואלקנקראצערס, און שניידן זיינע ארבעטס "חדשים" (נישט טעג, אדער וואכן- דאס האט מען שוין געשניטן).

זיי האבן שוין וואו צו וואוינען פאר ביליג רענט (ווייניגער און ווייניגער)... יעצט זאל איך זיי צושטעלן וועידזשעס (מער און מער)

וואס נעקסט??????

דרייווער לייסענס, און די וועסט מוזן צושטעלן די פארקינג לאטס פאר זייערע קארן...
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » זונטאג יוני 23, 2019 6:01 pm

איך קען נישט די ריעל עסטעיט מארקעט, אבער איך בין נייגעריג, איז דא איינער וואס האט שוין א הויז פאר פינעף יאר און ער קען עס נישט פארקויפן מיט פראפיט? (שוין נאכן געזעץ)

מיר שטערט נאר אז אונז היימישע יודעלעך וועלן זיין קרח מכאן ומכאן, קיין געלט וועט מען נישט קענען מאַכן פון ריעל עסטעיט אבער די לענדלארס וועלן פארלאנגען געהעריג רענט אונטערן טיש.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יוני 23, 2019 7:09 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:איך קען נישט די ריעל עסטעיט מארקעט, אבער איך בין נייגעריג, איז דא איינער וואס האט שוין א הויז פאר פינעף יאר און ער קען עס נישט פארקויפן מיט פראפיט? (שוין נאכן געזעץ)

מיר שטערט נאר אז אונז היימישע יודעלעך וועלן זיין קרח מכאן ומכאן, קיין געלט וועט מען נישט קענען מאַכן פון ריעל עסטעיט אבער די לענדלארס וועלן פארלאנגען געהעריג רענט אונטערן טיש.

נאכן געזעץ גייען די וועליו פון די הייזער מיט טענענטס פאלן,
דאס איז חוץ א מעשה אז די רענט קען נישט ארויפגיין מיט מער ווי 2.5-1.5 פראצענט יערליך משא"כ די פראפערטי טעקס גייט יא ארויפגיין סאאאך מער ווי 2.5 פראצענט...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יוני 23, 2019 8:58 pm

לויט ווי איך פארשטיי בענעפטירן נישט אונז אידן פון די אלע רענט קאנטראל געזעצן פארדעם סימפאטיזיר מיר נישט דעם

ווען די היימישע וויליאמסבורג רענט זאל ווען זיין רעגולירט וואלט רוב עולם דא געווען אין שטיצע פונעם געזעץ

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג יוני 23, 2019 10:46 pm

monroe10950 האט געשריבן:יואלי פעלזן אויף קול מבשר, אייזן!
*
ווילט איר מאכן פרנסה? געזונטערהייט, גייט און בויעט אויף פאבריקן, און שיקט סחורה איבער די גאנצע וועלט. נישט קויפט א בראונסטאון אין ברוקלין און תיכף דערנאך א יאכט שיפל, ווען דער ארעמער פארדינער האט נישט ווי צו וואוינען.

אזאנע שטותים צו רעדן! איינער קען דא איינער וואס האט געקויפט א בראונסטאון און געווארן אן עושר??

״גייט און בויעט אויף פארבריקן.״

ערעב יואל, ווי גייט מען ווי? וויאזוי בויעט מען אויב לאזט מען דיר נישט מאכן קיין געלט?

למשל, אז מען מאכט בטל דאס אז מען קען העכערן רענט נאכן אריינלייגן געלט אין א אפארטמענט גייט נאר די טענענט ליידן. ימים ידברו. (די אלע שווארצע וואס ארבעטן יא נארמאל, און זיצן נישט אויף פעיראל ביים רייכן לענדלארד, און מאכן עפעס געלט גייען בלייבן וואוינען אין חורבות.)

למשל, אויב קען פראפערטי טעקס ארויפגיין און רענט נישט, גייט זיין מארטגעדש גיין קראכן און יעדער גייט ליידן. אפילו די וואס האבן נישט קיין בנינים.

ס׳קען וואוינען א מענטש, נישט צאלן בכלל קיין רענט, די לענדלארד עסט זיך דאס געזונט - ער קען קוים באצאלן זיינע מארגעדש פעימענטס, אבער ארויסזעהן קען מען אים נישט, ״ווייל די רייכע לענדלארדס...״

קאמוניזם בתפארתו.

אוודאי זענען דא שלעכטע לענדלארדס וואס דארפן ווערן באשטראפט פאר זייערע מעשים, אבער איינער וואס טוט נאר אביסעלע אין ריעל עסטעיט און האט געליינט דאס געזעץ ווייסט אז ס׳איז פשוט נישט נארמאל וואס געשעהט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2019 1:13 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:איך קען נישט די ריעל עסטעיט מארקעט, אבער איך בין נייגעריג, איז דא איינער וואס האט שוין א הויז פאר פינעף יאר און ער קען עס נישט פארקויפן מיט פראפיט? (שוין נאכן געזעץ)

מיר שטערט נאר אז אונז היימישע יודעלעך וועלן זיין קרח מכאן ומכאן, קיין געלט וועט מען נישט קענען מאַכן פון ריעל עסטעיט אבער די לענדלארס וועלן פארלאנגען געהעריג רענט אונטערן טיש.

נאכן געזעץ גייען די וועליו פון די הייזער מיט טענענטס פאלן,
דאס איז חוץ א מעשה אז די רענט קען נישט ארויפגיין מיט מער ווי 2.5-1.5 פראצענט יערליך משא"כ די פראפערטי טעקס גייט יא ארויפגיין סאאאך מער ווי 2.5 פראצענט...

איך פארשטיי אז די וועליו גייט פאלן, איך פרעג נאר וויפיל, גייט עס פאלן מער ווי עס איז געשטיגן די לעצטע פינף יאר? אדער נאר דער וואס האט פונקט א יאר צוריק געקויפט א הויז וועט אביסל דערלייגן.

דיין צווייטע נקודה פארשטיי איך נישט, פארוואס זאל די פראפערטי טעקס ארויפגיין, אויב די וועליו פונעם הויז פאלט גייט עס אראפ, ניין?

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2019 1:16 am

מצב כללי האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי בענעפטירן נישט אונז אידן פון די אלע רענט קאנטראל געזעצן פארדעם סימפאטיזיר מיר נישט דעם

ווען די היימישע וויליאמסבורג רענט זאל ווען זיין רעגולירט וואלט רוב עולם דא געווען אין שטיצע פונעם געזעץ

גוט געזאגט.

איך וואוין אין א רענט רעגולעיטעד דירה, און איך פריי מיך זייער וואס קלענער זיי מאכן די רענט אינקריעס.

די אוממענטשליכע געזעצן אבער וועגן טענענטס וואס באצאלן נישט שטערט מיר אבער יא ווייל איך בין נישט גרייט צו זיין א גנב און איך קען נישט נהנה זיין דערפון.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 24, 2019 10:06 am

monroe10950 האט געשריבן:יואלי פעלזן אויף קול מבשר, אייזן!
*
ווילט איר מאכן פרנסה? געזונטערהייט, גייט און בויעט אויף פאבריקן, און שיקט סחורה איבער די גאנצע וועלט. נישט קויפט א בראונסטאון אין ברוקלין און תיכף דערנאך א יאכט שיפל, ווען דער ארעמער פארדינער האט נישט ווי צו וואוינען.

דער זעלבער ארעמער פארדינער װאס האט נעבעך נישט ווי צו וואוינען האט די נײסטע אײפאון מאדעל אין צאהלט אלפים פאר עס, לױט ר׳ יואל׳ס שיטה װאלט מען טאקע געברױכט מאכן רעגאלאציעס אז עפל טאר נישט בעטהן מער װי $50 א פאון כדי די ארעמער פארדינער זאל נישט צאהלן אזױ טײער אין אױב עפל װיל מאכן געלט זאלן זײ בויען פאבריקן, און שיקן סחורה איבער די גאנצע וועלט

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2019 11:38 am

abeg האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן:יואלי פעלזן אויף קול מבשר, אייזן!
*
ווילט איר מאכן פרנסה? געזונטערהייט, גייט און בויעט אויף פאבריקן, און שיקט סחורה איבער די גאנצע וועלט. נישט קויפט א בראונסטאון אין ברוקלין און תיכף דערנאך א יאכט שיפל, ווען דער ארעמער פארדינער האט נישט ווי צו וואוינען.

דער זעלבער ארעמער פארדינער װאס האט נעבעך נישט ווי צו וואוינען האט די נײסטע אײפאון מאדעל אין צאהלט אלפים פאר עס, לױט ר׳ יואל׳ס שיטה װאלט מען טאקע געברױכט מאכן רעגאלאציעס אז עפל טאר נישט בעטהן מער װי $50 א פאון כדי די ארעמער פארדינער זאל נישט צאהלן אזױ טײער אין אױב עפל װיל מאכן געלט זאלן זײ בויען פאבריקן, און שיקן סחורה איבער די גאנצע וועלט

וועגן דעם האט מען טאקע צוגעשטעלט אז מען קען באקומען פיינע דעווייסעס פאר הונדערט צוויי הונדערט דאלער א שטיקל.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 24, 2019 11:51 am

מ׳קען באקימען פײנע דירות אין אפסטעיט פאר אפאהר הונדערט דוללער א חודיש

monroe10950
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » מאנטאג יוני 24, 2019 2:00 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
monroe10950 האט געשריבן:יואלי פעלזן אויף קול מבשר, אייזן!
*
ווילט איר מאכן פרנסה? געזונטערהייט, גייט און בויעט אויף פאבריקן, און שיקט סחורה איבער די גאנצע וועלט. נישט קויפט א בראונסטאון אין ברוקלין און תיכף דערנאך א יאכט שיפל, ווען דער ארעמער פארדינער האט נישט ווי צו וואוינען.

אזאנע שטותים צו רעדן! איינער קען דא איינער וואס האט געקויפט א בראונסטאון און געווארן אן עושר??

״גייט און בויעט אויף פארבריקן.״

ערעב יואל, ווי גייט מען ווי? וויאזוי בויעט מען אויב לאזט מען דיר נישט מאכן קיין געלט?

למשל, אז מען מאכט בטל דאס אז מען קען העכערן רענט נאכן אריינלייגן געלט אין א אפארטמענט גייט נאר די טענענט ליידן. ימים ידברו. (די אלע שווארצע וואס ארבעטן יא נארמאל, און זיצן נישט אויף פעיראל ביים רייכן לענדלארד, און מאכן עפעס געלט גייען בלייבן וואוינען אין חורבות.)

למשל, אויב קען פראפערטי טעקס ארויפגיין און רענט נישט, גייט זיין מארטגעדש גיין קראכן און יעדער גייט ליידן. אפילו די וואס האבן נישט קיין בנינים.

ס׳קען וואוינען א מענטש, נישט צאלן בכלל קיין רענט, די לענדלארד עסט זיך דאס געזונט - ער קען קוים באצאלן זיינע מארגעדש פעימענטס, אבער ארויסזעהן קען מען אים נישט, ״ווייל די רייכע לענדלארדס...״

קאמוניזם בתפארתו.

אוודאי זענען דא שלעכטע לענדלארדס וואס דארפן ווערן באשטראפט פאר זייערע מעשים, אבער איינער וואס טוט נאר אביסעלע אין ריעל עסטעיט און האט געליינט דאס געזעץ ווייסט אז ס׳איז פשוט נישט נארמאל וואס געשעהט.

דיסקלעימער:
מיר האבן נישט נאכגעברענגעט אקוראט די ווערטער פון ר' יואל פעלזן אויף קול מבשר, און ס'שטעלט נישט פאר פונקטליך זיין מיינונג.
אויב איינער וויל הערן פון אים, רופט אן קול מבשר און הערט אויס פון זיין מויל

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מאנטאג יוני 24, 2019 2:28 pm

monroe10950 האט געשריבן:

I heard him,he is putting the facts wrong and building on this, never heard so much shtusim at once

יואל פעלזן
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 30, 2018 7:19 pm

תגובהדורך יואל פעלזן » מאנטאג יוני 24, 2019 3:16 pm

א גוט יאר אייוועלטערס, איך בין זייער פארנומען לעצטנס, איך בין שטארק אין די דיאמאנטן ביזנעס, האב איך נישט קיין צייט דא צו זיין, אבער כ'זע אז איינער האט מיך קאמפלימענטירט דא, ייש"כ, אבער צוגעלייגט נופך משלו כאילו איך זאל האבן געזאגט עפעס א קליינעם סטעיטמענט.

מענטשן שטעלן מיר אפ איך זאל פארענטפערן דעם סטעיטמענט.

געווענליך לאז איך ווער ס'וויל מיך אויסהערן צו גיין אויף מיין קול מבשר טשענעל, איך וועל מאכן דא אן עקסעפשאן און פרובירן צו אפשרייבן דעם תוכן פון מיין שמועס.

זייט מיר מוחל אויב איך קען נישט דא זיין צו צוריק ענטפערן אויף אלע קאמענטארן.

איך בין נישט דא אזוי אפט.

וזה החלי:

איבער די היסטאריע פון כלל ישראל איז געווען איינגעפירט אז די רייכע האבן זיך געזארגט פאר די ארימע, קהילות האבן געלייגט שטייערן אויף די בעסערע פארדינער, צו געבן עסן פאר די שוואכערע פארדינער, יעדע שטאט האט געהאט א הקדש ווי די ארימע ארחי פרחי זענען איינגעשטאנען, באצאלט דורך די פרנסים פון שטאט.

ביי אידן האט מען אייביג געוויסט אז דער אויבערשטער גיבט איינעם רייכטום כדי ער זאל קענען אויסהאלטן די ארימע.

לעצטנס האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע ביי אונז, די ארימעלייט זארגן זיך פאר די רייכע, ממש זיי פארלירן שלאף פאר די וואס דער מזל שפרודלט און שיינט.

אין אמת'ן, וויאזוי סאידישט זיך אזוי גויאישט זיך, דאס איז שוין אן אמעריקאנער משוגעת לעצטנס, מזארגט זיך פאר די רייכע.
למשל, איבער די לעצטע צען יאר איז דא א שפע אין אמעריקע, קארפארעישאנס מאכ'ן רעקארד פראפיטן, איז געקומען דער טראמפ טעקס קאט און געשניטן טעקס פון די באקריוודעטע מיליאנערן און ריזן קארפארעישאנס.

נעם למשל עמעזאן, די רייכסטע קאמפאני, מיטן רייכסטן בעל הבית, זיי נעמען אויף טויזנטער ארבעטער, דעם יאר האבן זיי געצאלט זערא טעקסעס, און האבן נאך באקומען $110 מיליאן, נאכ'ן מאכן פראפיט פון 11 ביליאן טאלער.

דאס יאר האבן קארפארעישאנס געצאלט 30 ביליאן דאלער 'ווייניגער' און אונז פשוט'ע טעקס צאלער האבן געצאלט 'מער'.
עמעזאן נעמט אויף אזויפיל ארבייטערס וויפיל זיי דארפן האבן צו פירן זייער ביזנעס, זיי גייען נישט אויפנעמען איין איבעריגע ארבעטער וואס זיי דארפן נישט, ווייל זיי צאלן נישט קיין טעקס.

אבאמאקעיר, ווי דער עולם היימישע ארימעלייט האבן גע'בוכה'ט איבער דעם אינדיווידועל מאנדאט, ווען ס'האט נאר עפעקטירט רייכערע מענטשן.

אבער לאמיר נישט פארקריכן, פון וואס איך וויל דא רעדן איז פון די האוזינג מארקעט, איבער די לעצטע יאר זענען ברוך השם אויפגעוואקסן א דור פון עשירים, ווי היימישע בעלי בתים בויען אויף בנינים גדולות ובצורות בשמים, די צענדליגער וואלקן קראצערס וואס שפראצן לעצטנס ארויס, א גרויסער טייל איז וואס היימישע גבירים בויען.

פון די אנדערע זייט ווי יעדער ווייסט, רוב מיטל קלאס היימישע אידן קענען זיך מער נישט ערלויבן צו קויפן א דירה אין ברוקלין.
דזשענטריפיקאציע, וואס מיינט ווען רייכע מענטשן נעמען איבער מער און מער פון א געגנט און קוועטשן ארויס די ארימע.

ס'איז דא אין ניו יארק געזעצן וואס פרובירט צו מאכן זיכער אז ארימעלייט און מיטל קלאס פארדינער קענען צוקומען צו א וואין אָרט, אבער ווי יעדער זעט, ארבעט דאס נישט.
איינע פון די געזעצן איז די רענט-קאנטראל געזעץ, וואס מאכט אז בערך האלב דירות אין ניו יארק ווערן רעגולירט, און מ'קען נישט העכערן רענט מער ווי איינס און אהאלב פראצענט.
דער געזעץ דארף מען האלטן און איין איבערנייען, דער געזעץ האט מען יעצט געדארפט עקסטענדן.

דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער מ'גייט נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט, די ארימעלייט וואס זייערע טעג אין וויליאמסבורג זענען געציילטע, אויב ווילן זיי זיך ארויסזען פון זייער לעכל, מוזן זיי שנעל באשטעלן זייער מאָווינג טראקס, אבער נישט פארגעסן צו אנזאגן פאר די טראקס צו פארקירן אנקעגן איבער די גאס, ווייל די בייקערס, וואס האבן שיינע פאלאצן אונטער אונזער נאָז, מיט א שיינע פאנאראמע פון דעם איסט ריווער, ווען אונזער סאב בעיסמענט וויאָ, שוין לאמיר נישט רעדן.

נו, על מה יצא הקצף?

איבער די לעצטע צוואנציג יאר האט מען פארשוואכט די רענט קאנטראל רעגולאציעס מיט מערערע לופּהאולס, וואס ערלויבט פאר לענדלארדס צו אראפנעמען א דירה פון רענט קאנטראל דורך ארויסזען דעם טענענט.

155 טויזנט אפארטמענטס זענען ארויס פון קאנטראל, יא ליטעראללי אוט אוו קאנטראל.

אקעי, איך רוף עס אן רענט-קאנטראל, אבער דער ריכטיגער ווארט פאר רוב דירות איז רענט סטאבליזאציע, דאס גייט ארויף אויף בילדינגס מיט ווייניגסטענס זעקס דירות, וואס זענען געבויעט געווארן צווישען 1947 און 1974, נייע בילדינגס זענען קיינמאל נישט אונטער'ן געזעץ, אויסער אויב סבאקומט רעגירונג סובסידיעס.

די רייכטום וואס ערווארט פאר איינעם וואס ענדיגט רענט קאנטראל איז גאר גרויס, וואס האט געמאכט מענטשן צו טון משוגענע זאכן, טייל אומלעגאל, ווי מענטשן זענען שוין אנגעקומען אין תפיסה און סיי לעגאל.

למשל, אויסער אנטיילן ציפקע צרות אז דער טענענט זאל ארויסגיין, האט מען אויך געקענט זאגן אז מ'האט אריינגעלייגט געלט אינעם הויז, און מ'האט דאס גערעכנט פאר'ן טענענט, איינמאל די רענט איז אנגעקומען צו א ספעציפישער ציפער איז עס ארויס פון רענט קאנטראל, מ'האט דעמאלטס געקענט ארויפשרויפן די רענט צען מאל, און נאכדעם וואס אלע טענענטס זענען געגאנגען איז ארויפגעקומען א נייער ריזן בילדינג ווי יאפיס פון די גאנצע וועלט האבן געקענט שוואילטאגן.

פארשטייט זיך די פאקט אז מ'קען מאכן אזויפול געלט ברענגט ארויף די פרייזן, ס'זענען דא ספעציעלע קאמפאניס וואס ווייסן וויאזוי דאס צו טון, זיי קענען ארויסזען ארימע טענענטס און ווערן רייך איבערנאכט.

אויב דער ציל פון אונזערע פאליטישאנס איז אז ביליאנערן פון כינע, יאפאן, רוסלאנד און תל אביב ביים זאלן קענען רייך ווערן אויף אונזערע בעקיארדס, איז דער שטאטוס קווא זייער גוט, אבער די ביליאנערן פון איבער די וועלט זענען נישט די וואס ברענגען אריין די פאליטישאנס, ס'איז די מיליאנען מיטל קלאס פארדינער וואס שטימען אין ניו יארק, נישט פאר צו לאנג, ווייל ס'וואלט שוין באלד נישט געווען מעגליך צו וואינען אין די שטאט, אויסער אויב ביסטו אין א פראדזשעקט האוזינג.
עפעס האט געדארפט געטון ווערן.

ברוך השם, עפעס איז געטון געווארן.

דער נייער געזעץ נעמט אוועק אלע לעכער אין דעם געזעץ וואס האט ערלויבט צו אראפנעמען רענט קאנטראל.
דעטאלן פון דעם געזעץ.

א) א דירה וואס ווערט ליידיג ווערט נישט אויטאמאטיש ארויס פון קאנטראל.

ב) א דירה וואס ווערט ליידיג קען נישט ארויפשרויפן רענט גאר הויעך פאר'ן קומענדיגן טענענט.

ג) לענדלארדס פלעגן קענען אריינלייגן, אדער זאגן אז זיי האבן אריינגעלייגט, מיליאנען דאלארן און עס רעכענען פון דעם טענענט, ער גייט נאר קענען דאס טון הייס צוויי פראצענט פון די רענט.

ד) מ'קען נישט העכערן רענט ווען מבאנייט דעם ליעס.

ה) אויב א טענענט מאכט מער פון צוויי הונדערט טויזנט ווערט די דירה דירעגולעיטעד, וואס מיינט א לענדלארד האט געקענט מאנעווירן דאס זאל געשען.

ו) דער בעל הבית האט געקענט איינגעבן אז ער אדער פאמיליע וואוינען אין אפאר דירות, און אראפ מיט די רעגולאציעס.

רוב פון היימישע אידן צאלן נישט רענט קאנטראל פרייזן, נאך אלעם קיינער מסרט נישט, אבער אויב ס'גייט מער נישט ווערט זיין צו פארקויפן א בראַונסטאון אין ברוקלין פאר שווערע מיליאנען, ווייל מ'גייט קיינמאל נישט קענען ענדיגן רענט קאנטראל דערפון, גייען אונז אלע פארדינען.

אויב קען א לענדלארד נישט חלומ'ן פון ארויפציען א בנין מיט א סווימינג פול אויפ'ן דאך, און פארוויילונגס ערטער אויפן ערשטן שטאק, נו קען ער דאך פונקט אזוי ארויסרענטן פאר אידן.

די נייע געזעצן האבן נאך אפאר צוקערלעך וואס איז שייך פאר אלע דירות, וואס ווי געשמועסט אויב רענט אין ניו יארק איז צוגענגליך האט דאס אן עפעקט אויף אונז אלע.

א) ווער געדענקט נאך די שליסל געלט טונקעלע עפאכע, היינט רופט זיך דאס סעקיוריטי דעפאזיטס, פון היינט און ווייטער קען מען נאר נעמען אין חודש סעקיוריטי.

ב) אויב האסטו דיך מתחצף געווען צום לענדלארד, האט ער געקענט דיך ארויפלייגן אויף א שווארצע ליסטע פאר אנדערע לענדלארדס, ס'ווערט אומלעגאל.

ג) מ'גייט נישט קענען עוויקטן א טענענט נאר ווייל ער האט זיך געשטעלט אויף זיינע רעכטן.

ד) אויסשפארן א טענענט פון זיין דירע ווערט א קריים.

ה) מ'גייט דארפן געבן 30 טאג נאטיץ בעפאר מהעכערט רענט.

ו) אויב מ'וויל איינעם ארויסזען פון א דירה, גייט יענער קענען בעטן פון דעם דזשאדזש ביז א יאר עקסטענשאן, אויב ער קען נישט טרעפן קיין דירה אין די געגנט פון זיינע קינדערס סקול, פארשטייט זיך אז דער טענענט מוז איינלייגן די גאנצע רענט וואס ער איז שולדיג, און די גאנצע רענט פון פאראויס.

אויסער אויב דער לענדלארד האט שוין פלענער צו איבערבויען די הויז, מוז דער טענענט גראד גיין.

אלעס זענען זאכן וואס איז קאמאן סענס.

ס'איז דא א גוט ווארט פון איינע פון די צדיקים, דער רבוש"ע וואס שפייזט די ארימעלייט, וועט זיכער שפייזן די רייכע.

איך וויל ח"ו נישט לייגן א נאסער ליילעך אויף די היימישע ריעל עסטעיט ביזנעס, רוב דערפון איז לעגיטים און גייט ווייטער וואקסן, איך רעד פון די טונקעלערע זייט וואס איז א קייט פון אומאויפהערנדע חילול השם געשיכטעס, איך וואלט זיך פיין געוואונטשן צו באקומען אן אפפער אויף מיין וויליאמסבורגע דירה, צען מאל וויפל איך האב געצאלט, אבער זיך איינרעדן אז ס'איז די טובה פון רוב רובם אינגעלייט, זיכער נישט.
איך שטעל פאָר די נייעס פון א ליבעראלן-דעמאקראטישער קוק ווינקל!

אידישע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג יוני 24, 2019 3:21 pm

KMW האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:
KMW האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:וואס נאך, כמעט עלימינירן IAI אינקריעסעס?
דאס איז דאך אפגערעדט א געוואלדיגע טובה פאר טענעטס, ווען מיט דעם האט מען דיסטעיבילייזד שווערע טויזענטע דירות די לעצטע פאר יאר, בשעת וואס די ארימע מיטלגאטיגער קלאס האט קיין פראבלעם צו רענטן א שוואכערע סארט דירה פאר 900 דאללער ווי איידער זאלסט אים צושטעלן א היי ענד אפארטמענט פאר 3,500 דאללער

זיי מיר מוחל אבער די רעדסט ווי א COMMUNIST

אין כל חדש האט געשריבן:אבער פאר סתם לופטיגע תגובות האב איך נישט קיין געדולד

איך פרעג נאך איין מאל , די האסט איין שטיקל REAL ESTATE??? עס קוקט נישט אויס

ניין ער האט נישט, אזויווי רוב סיטי איינוואוינער האבן נישט.

און וועגן דעם טאקע איז די געזעץ א טובה פאר רוב סיטי איינוואוינער.

און וואס איז שלעכט צו רעדן ווי א COMMUNIST? ווען דו ביסט מסביר וואס ס'איז שלעכט מיט וואס ער זאגט, איז איין זאך, אויב אבער קענסטו נישט זאגן וואס ס'איז שלעכט דערמיט, איז עס אפשר א ראי' אז COMMUNISM איז א גוטע זאך??? (אויב דאס איז וואס COMMUNISM איז)

KMW
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מאנטאג יוני 24, 2019 3:23 pm

יואל פעלזן האט געשריבן:א גוט יאר אייוועלטערס, איך בין זייער פארנומען לעצטנס, איך בין שטארק אין די דיאמאנטן ביזנעס, האב איך נישט קיין צייט דא צו זיין, אבער כ'זע אז איינער האט מיך קאמפלימענטירט דא, ייש"כ, אבער צוגעלייגט נופך משלו כאילו איך זאל האבן געזאגט עפעס א קליינעם סטעיטמענט.

מענטשן שטעלן מיר אפ איך זאל פארענטפערן דעם סטעיטמענט.

געווענליך לאז איך ווער ס'וויל מיך אויסהערן צו גיין אויף מיין קול מבשר טשענעל, איך וועל מאכן דא אן עקסעפשאן און פרובירן צו אפשרייבן דעם תוכן פון מיין שמועס.

זייט מיר מוחל אויב איך קען נישט דא זיין צו צוריק ענטפערן אויף אלע קאמענטארן.

איך בין נישט דא אזוי אפט.

וזה החלי:

איבער די היסטאריע פון כלל ישראל איז געווען איינגעפירט אז די רייכע האבן זיך געזארגט פאר די ארימע, קהילות האבן געלייגט שטייערן אויף די בעסערע פארדינער, צו געבן עסן פאר די שוואכערע פארדינער, יעדע שטאט האט געהאט א הקדש ווי די ארימע ארחי פרחי זענען איינגעשטאנען, באצאלט דורך די פרנסים פון שטאט.

ביי אידן האט מען אייביג געוויסט אז דער אויבערשטער גיבט איינעם רייכטום כדי ער זאל קענען אויסהאלטן די ארימע.

לעצטנס האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע ביי אונז, די ארימעלייט זארגן זיך פאר די רייכע, ממש זיי פארלירן שלאף פאר די וואס דער מזל שפרודלט און שיינט.

אין אמת'ן, וויאזוי סאידישט זיך אזוי גויאישט זיך, דאס איז שוין אן אמעריקאנער משוגעת לעצטנס, מזארגט זיך פאר די רייכע.
למשל, איבער די לעצטע צען יאר איז דא א שפע אין אמעריקע, קארפארעישאנס מאכ'ן רעקארד פראפיטן, איז געקומען דער טראמפ טעקס קאט און געשניטן טעקס פון די באקריוודעטע מיליאנערן און ריזן קארפארעישאנס.

נעם למשל עמעזאן, די רייכסטע קאמפאני, מיטן רייכסטן בעל הבית, זיי נעמען אויף טויזנטער ארבעטער, דעם יאר האבן זיי געצאלט זערא טעקסעס, און האבן נאך באקומען $110 מיליאן, נאכ'ן מאכן פראפיט פון 11 ביליאן טאלער.

דאס יאר האבן קארפארעישאנס געצאלט 30 ביליאן דאלער 'ווייניגער' און אונז פשוט'ע טעקס צאלער האבן געצאלט 'מער'.
עמעזאן נעמט אויף אזויפיל ארבייטערס וויפיל זיי דארפן האבן צו פירן זייער ביזנעס, זיי גייען נישט אויפנעמען איין איבעריגע ארבעטער וואס זיי דארפן נישט, ווייל זיי צאלן נישט קיין טעקס.

אבאמאקעיר, ווי דער עולם היימישע ארימעלייט האבן גע'בוכה'ט איבער דעם אינדיווידועל מאנדאט, ווען ס'האט נאר עפעקטירט רייכערע מענטשן.

אבער לאמיר נישט פארקריכן, פון וואס איך וויל דא רעדן איז פון די האוזינג מארקעט, איבער די לעצטע יאר זענען ברוך השם אויפגעוואקסן א דור פון עשירים, ווי היימישע בעלי בתים בויען אויף בנינים גדולות ובצורות בשמים, די צענדליגער וואלקן קראצערס וואס שפראצן לעצטנס ארויס, א גרויסער טייל איז וואס היימישע גבירים בויען.

פון די אנדערע זייט ווי יעדער ווייסט, רוב מיטל קלאס היימישע אידן קענען זיך מער נישט ערלויבן צו קויפן א דירה אין ברוקלין.
דזשענטריפיקאציע, וואס מיינט ווען רייכע מענטשן נעמען איבער מער און מער פון א געגנט און קוועטשן ארויס די ארימע.

ס'איז דא אין ניו יארק געזעצן וואס פרובירט צו מאכן זיכער אז ארימעלייט און מיטל קלאס פארדינער קענען צוקומען צו א וואין אָרט, אבער ווי יעדער זעט, ארבעט דאס נישט.
איינע פון די געזעצן איז די רענט-קאנטראל געזעץ, וואס מאכט אז בערך האלב דירות אין ניו יארק ווערן רעגולירט, און מ'קען נישט העכערן רענט מער ווי איינס און אהאלב פראצענט.
דער געזעץ דארף מען האלטן און איין איבערנייען, דער געזעץ האט מען יעצט געדארפט עקסטענדן.

דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער מ'גייט נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט, די ארימעלייט וואס זייערע טעג אין וויליאמסבורג זענען געציילטע, אויב ווילן זיי זיך ארויסזען פון זייער לעכל, מוזן זיי שנעל באשטעלן זייער מאָווינג טראקס, אבער נישט פארגעסן צו אנזאגן פאר די טראקס צו פארקירן אנקעגן איבער די גאס, ווייל די בייקערס, וואס האבן שיינע פאלאצן אונטער אונזער נאָז, מיט א שיינע פאנאראמע פון דעם איסט ריווער, ווען אונזער סאב בעיסמענט וויאָ, שוין לאמיר נישט רעדן.

נו, על מה יצא הקצף?

איבער די לעצטע צוואנציג יאר האט מען פארשוואכט די רענט קאנטראל רעגולאציעס מיט מערערע לופּהאולס, וואס ערלויבט פאר לענדלארדס צו אראפנעמען א דירה פון רענט קאנטראל דורך ארויסזען דעם טענענט.

155 טויזנט אפארטמענטס זענען ארויס פון קאנטראל, יא ליטעראללי אוט אוו קאנטראל.

אקעי, איך רוף עס אן רענט-קאנטראל, אבער דער ריכטיגער ווארט פאר רוב דירות איז רענט סטאבליזאציע, דאס גייט ארויף אויף בילדינגס מיט ווייניגסטענס זעקס דירות, וואס זענען געבויעט געווארן צווישען 1947 און 1974, נייע בילדינגס זענען קיינמאל נישט אונטער'ן געזעץ, אויסער אויב סבאקומט רעגירונג סובסידיעס.

די רייכטום וואס ערווארט פאר איינעם וואס ענדיגט רענט קאנטראל איז גאר גרויס, וואס האט געמאכט מענטשן צו טון משוגענע זאכן, טייל אומלעגאל, ווי מענטשן זענען שוין אנגעקומען אין תפיסה און סיי לעגאל.

למשל, אויסער אנטיילן ציפקע צרות אז דער טענענט זאל ארויסגיין, האט מען אויך געקענט זאגן אז מ'האט אריינגעלייגט געלט אינעם הויז, און מ'האט דאס גערעכנט פאר'ן טענענט, איינמאל די רענט איז אנגעקומען צו א ספעציפישער ציפער איז עס ארויס פון רענט קאנטראל, מ'האט דעמאלטס געקענט ארויפשרויפן די רענט צען מאל, און נאכדעם וואס אלע טענענטס זענען געגאנגען איז ארויפגעקומען א נייער ריזן בילדינג ווי יאפיס פון די גאנצע וועלט האבן געקענט שוואילטאגן.

פארשטייט זיך די פאקט אז מ'קען מאכן אזויפול געלט ברענגט ארויף די פרייזן, ס'זענען דא ספעציעלע קאמפאניס וואס ווייסן וויאזוי דאס צו טון, זיי קענען ארויסזען ארימע טענענטס און ווערן רייך איבערנאכט.

אויב דער ציל פון אונזערע פאליטישאנס איז אז ביליאנערן פון כינע, יאפאן, רוסלאנד און תל אביב ביים זאלן קענען רייך ווערן אויף אונזערע בעקיארדס, איז דער שטאטוס קווא זייער גוט, אבער די ביליאנערן פון איבער די וועלט זענען נישט די וואס ברענגען אריין די פאליטישאנס, ס'איז די מיליאנען מיטל קלאס פארדינער וואס שטימען אין ניו יארק, נישט פאר צו לאנג, ווייל ס'וואלט שוין באלד נישט געווען מעגליך צו וואינען אין די שטאט, אויסער אויב ביסטו אין א פראדזשעקט האוזינג.
עפעס האט געדארפט געטון ווערן.

ברוך השם, עפעס איז געטון געווארן.

דער נייער געזעץ נעמט אוועק אלע לעכער אין דעם געזעץ וואס האט ערלויבט צו אראפנעמען רענט קאנטראל.
דעטאלן פון דעם געזעץ.

א) א דירה וואס ווערט ליידיג ווערט נישט אויטאמאטיש ארויס פון קאנטראל.

WAS NEVER ONLY BY IAI

ב) א דירה וואס ווערט ליידיג קען נישט ארויפשרויפן רענט גאר הויעך פאר'ן קומענדיגן טענענט.

WAS NEVER ONLY BY IAI

ג) לענדלארדס פלעגן קענען אריינלייגן, אדער זאגן אז זיי האבן אריינגעלייגט, מיליאנען דאלארן און עס רעכענען פון דעם טענענט, ער גייט נאר קענען דאס טון הייס צוויי פראצענט פון די רענט.

now only temp

ד) מ'קען נישט העכערן רענט ווען מבאנייט דעם ליעס.

WAS NEVER

ה) אויב א טענענט מאכט מער פון צוויי הונדערט טויזנט ווערט די דירה דירעגולעיטעד, וואס מיינט א לענדלארד האט געקענט מאנעווירן דאס זאל געשען.

DOES IT MAKE SENSE

ו) דער בעל הבית האט געקענט איינגעבן אז ער אדער פאמיליע וואוינען אין אפאר דירות, און אראפ מיט די רעגולאציעס.

WHY SHOULDN'T HE ALLOWED TO MAKE 1 BIG APT TO LIVE FROM SEVERAL APT

רוב פון היימישע אידן צאלן נישט רענט קאנטראל פרייזן, נאך אלעם קיינער מסרט נישט, אבער אויב ס'גייט מער נישט ווערט זיין צו פארקויפן א בראַונסטאון אין ברוקלין פאר שווערע מיליאנען, ווייל מ'גייט קיינמאל נישט קענען ענדיגן רענט קאנטראל דערפון, גייען אונז אלע פארדינען.

BROWNSTONES NOT IN THE LAW

אויב קען א לענדלארד נישט חלומ'ן פון ארויפציען א בנין מיט א סווימינג פול אויפ'ן דאך, און פארוויילונגס ערטער אויפן ערשטן שטאק, נו קען ער דאך פונקט אזוי ארויסרענטן פאר אידן.

ALMOST NO YIDEN IS STABILISED APARTMENTS

די נייע געזעצן האבן נאך אפאר צוקערלעך וואס איז שייך פאר אלע דירות, וואס ווי געשמועסט אויב רענט אין ניו יארק איז צוגענגליך האט דאס אן עפעקט אויף אונז אלע.

א) ווער געדענקט נאך די שליסל געלט טונקעלע עפאכע, היינט רופט זיך דאס סעקיוריטי דעפאזיטס, פון היינט און ווייטער קען מען נאר נעמען אין חודש סעקיוריטי.

WASN'T FOR SECURITY

ב) אויב האסטו דיך מתחצף געווען צום לענדלארד, האט ער געקענט דיך ארויפלייגן אויף א שווארצע ליסטע פאר אנדערע לענדלארדס, ס'ווערט אומלעגאל.

ג) מ'גייט נישט קענען עוויקטן א טענענט נאר ווייל ער האט זיך געשטעלט אויף זיינע רעכטן.

WAS NEVER

ד) אויסשפארן א טענענט פון זיין דירע ווערט א קריים.

ה) מ'גייט דארפן געבן 30 טאג נאטיץ בעפאר מהעכערט רענט.

ו) אויב מ'וויל איינעם ארויסזען פון א דירה, גייט יענער קענען בעטן פון דעם דזשאדזש ביז א יאר עקסטענשאן, אויב ער קען נישט טרעפן קיין דירה אין די געגנט פון זיינע קינדערס סקול, פארשטייט זיך אז דער טענענט מוז איינלייגן די גאנצע רענט וואס ער איז שולדיג, און די גאנצע רענט פון פאראויס.

אויסער אויב דער לענדלארד האט שוין פלענער צו איבערבויען די הויז, מוז דער טענענט גראד גיין.

אלעס זענען זאכן וואס איז קאמאן סענס.

ס'איז דא א גוט ווארט פון איינע פון די צדיקים, דער רבוש"ע וואס שפייזט די ארימעלייט, וועט זיכער שפייזן די רייכע.

איך וויל ח"ו נישט לייגן א נאסער ליילעך אויף די היימישע ריעל עסטעיט ביזנעס, רוב דערפון איז לעגיטים און גייט ווייטער וואקסן, איך רעד פון די טונקעלערע זייט וואס איז א קייט פון אומאויפהערנדע חילול השם געשיכטעס, איך וואלט זיך פיין געוואונטשן צו באקומען אן אפפער אויף מיין וויליאמסבורגע דירה, צען מאל וויפל איך האב געצאלט, אבער זיך איינרעדן אז ס'איז די טובה פון רוב רובם אינגעלייט, זיכער נישט.

SACH HAKOL THEY KILLED THE REAL ESTATE MARKET, 80% YIDEN CANT MAKE CHASENEH ONLY WITH THE HELP OF THE 20% WHO ARE IN REAL ESTATE, NOW THIS IS FINISHED

אידישע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 1:55 pm

תגובהדורך אידישע געדאנקען » מאנטאג יוני 24, 2019 3:31 pm

יואל פעלזן האט געשריבן:לעצטנס האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע ביי אונז, די ארימעלייט זארגן זיך פאר די רייכע, ממש זיי פארלירן שלאף פאר די וואס דער מזל שפרודלט און שיינט.

אין אמת'ן, וויאזוי סאידישט זיך אזוי גויאישט זיך, דאס איז שוין אן אמעריקאנער משוגעת לעצטנס, מזארגט זיך פאר די רייכע.
למשל, איבער די לעצטע צען יאר איז דא א שפע אין אמעריקע, קארפארעישאנס מאכ'ן רעקארד פראפיטן, איז געקומען דער טראמפ טעקס קאט און געשניטן טעקס פון די באקריוודעטע מיליאנערן און ריזן קארפארעישאנס.

נעם למשל עמעזאן, די רייכסטע קאמפאני, מיטן רייכסטן בעל הבית, זיי נעמען אויף טויזנטער ארבעטער, דעם יאר האבן זיי געצאלט זערא טעקסעס, און האבן נאך באקומען $110 מיליאן, נאכ'ן מאכן פראפיט פון 11 ביליאן טאלער.

דאס יאר האבן קארפארעישאנס געצאלט 30 ביליאן דאלער 'ווייניגער' און אונז פשוט'ע טעקס צאלער האבן געצאלט 'מער'.
עמעזאן נעמט אויף אזויפיל ארבייטערס וויפיל זיי דארפן האבן צו פירן זייער ביזנעס, זיי גייען נישט אויפנעמען איין איבעריגע ארבעטער וואס זיי דארפן נישט, ווייל זיי צאלן נישט קיין טעקס.

אבאמאקעיר, ווי דער עולם היימישע ארימעלייט האבן גע'בוכה'ט איבער דעם אינדיווידועל מאנדאט, ווען ס'האט נאר עפעקטירט רייכערע מענטשן.

די סיבה דערפאר איז זייער פשוט.

דאס געלט ליגט ביי די עשירים, און געלט קויפט מוחות.

ויה"ר שילמדו תועים בינה וכו'

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מאנטאג יוני 24, 2019 3:37 pm

ס'איז שווער צו דעבאטירן מיט איינעם וואס הייבט גלייך אן מיט די הנחה אז דער טענעט האט 'רעכטן' צו די דירה, כאילו ער איז א גאנצער שותף דא (היינט איז ער שוין טאקע בעל הבית).

איך וועל איבערלאזן די fairness חלק פון די דעבאטע און עס באטראכטן פון פראקטישן זין.

פוק חזי ווי די טייערסטע דירות זענען, ניו יארק און סאן פראנסיסקא, און ביידע זענען שוין העווי רעגולעיטעד פאר יארן, און אנשטאט צו דערמוטיגן בוי אונטערנעמער צו אינוועסטירן אין נייע הייזער, מאכט מען זיכער אז ס'זאל זיך זיי נישט לוינען צו בויען.

נו? גייען יעצט זיין מער ביליגע דירות אויף די מארקעט? אדער גיין בכלל נישט זיין קיין דירות?

מעגליך אז יואל פעלזן וועט פארשלאגן א געזעץ אין אלבאני וואס וועט קאנפיסקירן פארמעגנס פון די רייכע (מיטן אויסרייד אז דאס האט ער פארדינט דורכ'ן באראבעווען דעם ארימאן...) אויב זיי טרויען זיך צו אפהאלטן פון אינוועסטירן...

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 24, 2019 3:43 pm

KMW האט געשריבן:
יואל פעלזן האט געשריבן:א גוט יאר אייוועלטערס, איך בין זייער פארנומען לעצטנס, איך בין שטארק אין די דיאמאנטן ביזנעס, האב איך נישט קיין צייט דא צו זיין, אבער כ'זע אז איינער האט מיך קאמפלימענטירט דא, ייש"כ, אבער צוגעלייגט נופך משלו כאילו איך זאל האבן געזאגט עפעס א קליינעם סטעיטמענט.

מענטשן שטעלן מיר אפ איך זאל פארענטפערן דעם סטעיטמענט.

געווענליך לאז איך ווער ס'וויל מיך אויסהערן צו גיין אויף מיין קול מבשר טשענעל, איך וועל מאכן דא אן עקסעפשאן און פרובירן צו אפשרייבן דעם תוכן פון מיין שמועס.

זייט מיר מוחל אויב איך קען נישט דא זיין צו צוריק ענטפערן אויף אלע קאמענטארן.

איך בין נישט דא אזוי אפט.

וזה החלי:

איבער די היסטאריע פון כלל ישראל איז געווען איינגעפירט אז די רייכע האבן זיך געזארגט פאר די ארימע, קהילות האבן געלייגט שטייערן אויף די בעסערע פארדינער, צו געבן עסן פאר די שוואכערע פארדינער, יעדע שטאט האט געהאט א הקדש ווי די ארימע ארחי פרחי זענען איינגעשטאנען, באצאלט דורך די פרנסים פון שטאט.

ביי אידן האט מען אייביג געוויסט אז דער אויבערשטער גיבט איינעם רייכטום כדי ער זאל קענען אויסהאלטן די ארימע.

לעצטנס האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע ביי אונז, די ארימעלייט זארגן זיך פאר די רייכע, ממש זיי פארלירן שלאף פאר די וואס דער מזל שפרודלט און שיינט.

אין אמת'ן, וויאזוי סאידישט זיך אזוי גויאישט זיך, דאס איז שוין אן אמעריקאנער משוגעת לעצטנס, מזארגט זיך פאר די רייכע.
למשל, איבער די לעצטע צען יאר איז דא א שפע אין אמעריקע, קארפארעישאנס מאכ'ן רעקארד פראפיטן, איז געקומען דער טראמפ טעקס קאט און געשניטן טעקס פון די באקריוודעטע מיליאנערן און ריזן קארפארעישאנס.

נעם למשל עמעזאן, די רייכסטע קאמפאני, מיטן רייכסטן בעל הבית, זיי נעמען אויף טויזנטער ארבעטער, דעם יאר האבן זיי געצאלט זערא טעקסעס, און האבן נאך באקומען $110 מיליאן, נאכ'ן מאכן פראפיט פון 11 ביליאן טאלער.

דאס יאר האבן קארפארעישאנס געצאלט 30 ביליאן דאלער 'ווייניגער' און אונז פשוט'ע טעקס צאלער האבן געצאלט 'מער'.
עמעזאן נעמט אויף אזויפיל ארבייטערס וויפיל זיי דארפן האבן צו פירן זייער ביזנעס, זיי גייען נישט אויפנעמען איין איבעריגע ארבעטער וואס זיי דארפן נישט, ווייל זיי צאלן נישט קיין טעקס.

אבאמאקעיר, ווי דער עולם היימישע ארימעלייט האבן גע'בוכה'ט איבער דעם אינדיווידועל מאנדאט, ווען ס'האט נאר עפעקטירט רייכערע מענטשן.

אבער לאמיר נישט פארקריכן, פון וואס איך וויל דא רעדן איז פון די האוזינג מארקעט, איבער די לעצטע יאר זענען ברוך השם אויפגעוואקסן א דור פון עשירים, ווי היימישע בעלי בתים בויען אויף בנינים גדולות ובצורות בשמים, די צענדליגער וואלקן קראצערס וואס שפראצן לעצטנס ארויס, א גרויסער טייל איז וואס היימישע גבירים בויען.

פון די אנדערע זייט ווי יעדער ווייסט, רוב מיטל קלאס היימישע אידן קענען זיך מער נישט ערלויבן צו קויפן א דירה אין ברוקלין.
דזשענטריפיקאציע, וואס מיינט ווען רייכע מענטשן נעמען איבער מער און מער פון א געגנט און קוועטשן ארויס די ארימע.

ס'איז דא אין ניו יארק געזעצן וואס פרובירט צו מאכן זיכער אז ארימעלייט און מיטל קלאס פארדינער קענען צוקומען צו א וואין אָרט, אבער ווי יעדער זעט, ארבעט דאס נישט.
איינע פון די געזעצן איז די רענט-קאנטראל געזעץ, וואס מאכט אז בערך האלב דירות אין ניו יארק ווערן רעגולירט, און מ'קען נישט העכערן רענט מער ווי איינס און אהאלב פראצענט.
דער געזעץ דארף מען האלטן און איין איבערנייען, דער געזעץ האט מען יעצט געדארפט עקסטענדן.

דער געזעץ האט ארויסגענומען די היימישע ארימעלייט פון די גלייזן, דער עולם שוימט אין די מקוואות, אמער מ'גייט נישט קענען מאכן מער געלט אין ניו יארקע ריעל עסטעיט, די ארימעלייט וואס זייערע טעג אין וויליאמסבורג זענען געציילטע, אויב ווילן זיי זיך ארויסזען פון זייער לעכל, מוזן זיי שנעל באשטעלן זייער מאָווינג טראקס, אבער נישט פארגעסן צו אנזאגן פאר די טראקס צו פארקירן אנקעגן איבער די גאס, ווייל די בייקערס, וואס האבן שיינע פאלאצן אונטער אונזער נאָז, מיט א שיינע פאנאראמע פון דעם איסט ריווער, ווען אונזער סאב בעיסמענט וויאָ, שוין לאמיר נישט רעדן.

נו, על מה יצא הקצף?

איבער די לעצטע צוואנציג יאר האט מען פארשוואכט די רענט קאנטראל רעגולאציעס מיט מערערע לופּהאולס, וואס ערלויבט פאר לענדלארדס צו אראפנעמען א דירה פון רענט קאנטראל דורך ארויסזען דעם טענענט.

155 טויזנט אפארטמענטס זענען ארויס פון קאנטראל, יא ליטעראללי אוט אוו קאנטראל.

אקעי, איך רוף עס אן רענט-קאנטראל, אבער דער ריכטיגער ווארט פאר רוב דירות איז רענט סטאבליזאציע, דאס גייט ארויף אויף בילדינגס מיט ווייניגסטענס זעקס דירות, וואס זענען געבויעט געווארן צווישען 1947 און 1974, נייע בילדינגס זענען קיינמאל נישט אונטער'ן געזעץ, אויסער אויב סבאקומט רעגירונג סובסידיעס.

די רייכטום וואס ערווארט פאר איינעם וואס ענדיגט רענט קאנטראל איז גאר גרויס, וואס האט געמאכט מענטשן צו טון משוגענע זאכן, טייל אומלעגאל, ווי מענטשן זענען שוין אנגעקומען אין תפיסה און סיי לעגאל.

למשל, אויסער אנטיילן ציפקע צרות אז דער טענענט זאל ארויסגיין, האט מען אויך געקענט זאגן אז מ'האט אריינגעלייגט געלט אינעם הויז, און מ'האט דאס גערעכנט פאר'ן טענענט, איינמאל די רענט איז אנגעקומען צו א ספעציפישער ציפער איז עס ארויס פון רענט קאנטראל, מ'האט דעמאלטס געקענט ארויפשרויפן די רענט צען מאל, און נאכדעם וואס אלע טענענטס זענען געגאנגען איז ארויפגעקומען א נייער ריזן בילדינג ווי יאפיס פון די גאנצע וועלט האבן געקענט שוואילטאגן.

פארשטייט זיך די פאקט אז מ'קען מאכן אזויפול געלט ברענגט ארויף די פרייזן, ס'זענען דא ספעציעלע קאמפאניס וואס ווייסן וויאזוי דאס צו טון, זיי קענען ארויסזען ארימע טענענטס און ווערן רייך איבערנאכט.

אויב דער ציל פון אונזערע פאליטישאנס איז אז ביליאנערן פון כינע, יאפאן, רוסלאנד און תל אביב ביים זאלן קענען רייך ווערן אויף אונזערע בעקיארדס, איז דער שטאטוס קווא זייער גוט, אבער די ביליאנערן פון איבער די וועלט זענען נישט די וואס ברענגען אריין די פאליטישאנס, ס'איז די מיליאנען מיטל קלאס פארדינער וואס שטימען אין ניו יארק, נישט פאר צו לאנג, ווייל ס'וואלט שוין באלד נישט געווען מעגליך צו וואינען אין די שטאט, אויסער אויב ביסטו אין א פראדזשעקט האוזינג.
עפעס האט געדארפט געטון ווערן.

ברוך השם, עפעס איז געטון געווארן.

דער נייער געזעץ נעמט אוועק אלע לעכער אין דעם געזעץ וואס האט ערלויבט צו אראפנעמען רענט קאנטראל.
דעטאלן פון דעם געזעץ.

א) א דירה וואס ווערט ליידיג ווערט נישט אויטאמאטיש ארויס פון קאנטראל.

WAS NEVER ONLY BY IAI

ב) א דירה וואס ווערט ליידיג קען נישט ארויפשרויפן רענט גאר הויעך פאר'ן קומענדיגן טענענט.

WAS NEVER ONLY BY IAI

ג) לענדלארדס פלעגן קענען אריינלייגן, אדער זאגן אז זיי האבן אריינגעלייגט, מיליאנען דאלארן און עס רעכענען פון דעם טענענט, ער גייט נאר קענען דאס טון הייס צוויי פראצענט פון די רענט.

now only temp

ד) מ'קען נישט העכערן רענט ווען מבאנייט דעם ליעס.

WAS NEVER

ה) אויב א טענענט מאכט מער פון צוויי הונדערט טויזנט ווערט די דירה דירעגולעיטעד, וואס מיינט א לענדלארד האט געקענט מאנעווירן דאס זאל געשען.

DOES IT MAKE SENSE

ו) דער בעל הבית האט געקענט איינגעבן אז ער אדער פאמיליע וואוינען אין אפאר דירות, און אראפ מיט די רעגולאציעס.

WHY SHOULDN'T HE ALLOWED TO MAKE 1 BIG APT TO LIVE FROM SEVERAL APT

רוב פון היימישע אידן צאלן נישט רענט קאנטראל פרייזן, נאך אלעם קיינער מסרט נישט, אבער אויב ס'גייט מער נישט ווערט זיין צו פארקויפן א בראַונסטאון אין ברוקלין פאר שווערע מיליאנען, ווייל מ'גייט קיינמאל נישט קענען ענדיגן רענט קאנטראל דערפון, גייען אונז אלע פארדינען.

BROWNSTONES NOT IN THE LAW

אויב קען א לענדלארד נישט חלומ'ן פון ארויפציען א בנין מיט א סווימינג פול אויפ'ן דאך, און פארוויילונגס ערטער אויפן ערשטן שטאק, נו קען ער דאך פונקט אזוי ארויסרענטן פאר אידן.

ALMOST NO YIDEN IS STABILISED APARTMENTS

די נייע געזעצן האבן נאך אפאר צוקערלעך וואס איז שייך פאר אלע דירות, וואס ווי געשמועסט אויב רענט אין ניו יארק איז צוגענגליך האט דאס אן עפעקט אויף אונז אלע.

א) ווער געדענקט נאך די שליסל געלט טונקעלע עפאכע, היינט רופט זיך דאס סעקיוריטי דעפאזיטס, פון היינט און ווייטער קען מען נאר נעמען אין חודש סעקיוריטי.

WASN'T FOR SECURITY

ב) אויב האסטו דיך מתחצף געווען צום לענדלארד, האט ער געקענט דיך ארויפלייגן אויף א שווארצע ליסטע פאר אנדערע לענדלארדס, ס'ווערט אומלעגאל.

ג) מ'גייט נישט קענען עוויקטן א טענענט נאר ווייל ער האט זיך געשטעלט אויף זיינע רעכטן.

WAS NEVER

ד) אויסשפארן א טענענט פון זיין דירע ווערט א קריים.

ה) מ'גייט דארפן געבן 30 טאג נאטיץ בעפאר מהעכערט רענט.

ו) אויב מ'וויל איינעם ארויסזען פון א דירה, גייט יענער קענען בעטן פון דעם דזשאדזש ביז א יאר עקסטענשאן, אויב ער קען נישט טרעפן קיין דירה אין די געגנט פון זיינע קינדערס סקול, פארשטייט זיך אז דער טענענט מוז איינלייגן די גאנצע רענט וואס ער איז שולדיג, און די גאנצע רענט פון פאראויס.

אויסער אויב דער לענדלארד האט שוין פלענער צו איבערבויען די הויז, מוז דער טענענט גראד גיין.

אלעס זענען זאכן וואס איז קאמאן סענס.

ס'איז דא א גוט ווארט פון איינע פון די צדיקים, דער רבוש"ע וואס שפייזט די ארימעלייט, וועט זיכער שפייזן די רייכע.

איך וויל ח"ו נישט לייגן א נאסער ליילעך אויף די היימישע ריעל עסטעיט ביזנעס, רוב דערפון איז לעגיטים און גייט ווייטער וואקסן, איך רעד פון די טונקעלערע זייט וואס איז א קייט פון אומאויפהערנדע חילול השם געשיכטעס, איך וואלט זיך פיין געוואונטשן צו באקומען אן אפפער אויף מיין וויליאמסבורגע דירה, צען מאל וויפל איך האב געצאלט, אבער זיך איינרעדן אז ס'איז די טובה פון רוב רובם אינגעלייט, זיכער נישט.

SACH HAKOL THEY KILLED THE REAL ESTATE MARKET, 80% YIDEN CANT MAKE CHASENEH ONLY WITH THE HELP OF THE 20% WHO ARE IN REAL ESTATE, NOW THIS IS FINISHED

כ'קען נישט אזא פליסיגן ענגליש ווי אייך, העל איך מוזן קאמענטירן אויף אידיש.
לגבי די חתונות זעה איך נישט קיין פראבלעם, אז ס'וועט נישט זיין די 20% וועט יעדער אנפאנגען חתונה מאכן אויף א נארמאלן פארנעם לפי יכלתו.
אריין אין חתונה הוצאות/היכל הקודש/וכו' וכו' אשכול....

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 24, 2019 3:49 pm

מײן בליק אױף דעם איז אז די שטאט גײט יעצט אדורך א געפירליכע קריזיז בײ די שטאטישע הײזער װי פראדשזעקס וכו׳ אין ס׳האלט בײם אינטערברעכן פון די אלע װיעלעשאנס, פון די אנדערע זײט קיקן זי צי װי די אלגעמײנע הײזער זענען הערליך קעיר גענימען געװענדליך אין נערמאלע אמשדענען װאלטן די שטאטישע טאטעס געדערפט פליען פון די חורבן האבן זײ גענימען די מהלך אז לאמיר פושט מאכן אז אלע אלגעמײנע נישט שטאטישע הײזער זאלן אױסקיקען װאזױ די פראדשזעקס קיקט אױס װאזױ טיט מען דאס מ׳דערשטיקט די לענדלארד׳ס מיט רעגאלאציעס אז אינז קענען נישט מאכן די שטאטישע הײזער װאזױ א סטענערד אלגעמײנע הױז לאמער נידערען די סטאנדארט אין אלעס װעט זײן װאױל, זײ װילן װײזען אז זײ זענען פאר די אורעמע פארדינער װען די אורעמע פראדשזעקס אײנװאונער אמשדענטען איז פי כמה ערגער װאס זיי זאגן אז די לענדלאר׳ס טוען (נישט נאר דעס װען זײ װעלן שױן יא װעלן פארעכטען די פראדשזעקס דירות װעלן זײ העכערן טעקס פון די זעלבע רײכע װעם זײ דערשטיקן יעצט מיט רעגעלאציעס כדי זיך צי קענען קאװערן),
לעצט פאראכטן דורך abeg אום מאנטאג יוני 24, 2019 4:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

monroe10950
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » מאנטאג יוני 24, 2019 4:02 pm

פארוואס זאל א בנין ווערט ווערן אין עטליכע יאר, פי שניים וויפיל ס'ווערט געווען 3 יאר פארדעם?
איז פליפיראציע א לעגיטימע אויסעגהאלטענע פאקטאר, אפי' ווי ווייט קאפיטאליסטיש דו זאלסט נאר זיין?
*
די ריכטיגע וועג פון טון ביזנעס, איז ווען ס'מאכט סענס, ווען דו פארקויפסט פראדוקטן א געוואלד, ווערסטו אן עושר ווייל פון אזויפיל פראדוקטן באקומסטו אסאך געלט.
אבער סתם פליפן איז נישט קיין תכלית.
#נישט אויפן ציבור'ס חשבון.

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט