Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יוני 12, 2015 5:35 pm

SPUSMN האט געשריבן:
קאווע באנדל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
קאווע באנדל האט געשריבן:
purple knish האט געשריבן:סתם א קליינע הערה: מזעצט זיך אריין אין א קאר אין נ.י. און מ'פארט 20 שעה קומט מען אן סוף טעקסעס צו א ברידזש וואס פארט אריין גלייך קיין מעקסיקאו. נישטא קיין שום אפשטעל!

סתם א קליינע הערה: ס'זעצט זיך נישט אזוי אריין אין א קאר, צוויי געזיכטע פארברעכער..

זיי האבען דאך שוין געהאט א גאן, וואס זיי האבען באקומען דורך זיך אריין ברעכען אין א הויז, סא האבען זיי שוין יא געקענט גרינגערהייט היידזעקען א קאר און פארען ביזען מעקסיקען בארדער. פארגעס נישט, מען היעט נישט אויף יענער זייט פון די בארדער; מען לאזט ווער עס וויל גיין קיין אמעריקא (איך מיין דער יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקע).

ס'איז דאך נישט באריכטעט קיין שום היידזעקינג, און די גאן איז אויך נישט אזוי זיכער.

ווייל די וואס זענען געווארען געהיידזעקט האבען עס נאך נישט געמאלדען.

אפשר האלט מען זיי האסטעדזעס.
--
און וועגען דער גאן, קען מען דאך מברר זיין צו מען האט יא גע'גנבעט צו נישט. דער בעל הבית פון דער גאן לעבט נאך.

אויב האלט מען זיי האסטעדש וואלסטו שוין געהערט פין missing person

Advertisement

פרייטאג יוני 12, 2015 5:50 pm

joegreen האט געשריבן:א נייע באריכט ווערט איבערגעגעבן אין נ״י דעלי נועס אז די מאן פין מיטשעל האט מעגליך אויכט געהאלפען מיטן ציגרייטען די פלאן און/אדער געצייג פאר די 2 חברה

די מאן האט אויך געארבייט אין טורמע

פרייטאג יוני 12, 2015 6:05 pm

זינגער האט געשריבן:מען האט איר ארעסטירט א שעה צוריק

נקמה נקמה ...
זייער א שוואכע טרייסט נאך 7 טעג זוכען פון אפאר הונדערט לאו אינפארסמעינטס
ובלע המות לנצח ומחה .......

שבת יוני 13, 2015 10:16 pm

עני אפדעיט דורכאויס די וויקענד?

שבת יוני 13, 2015 10:18 pm

נאופ.

די פרוי ארעסטירט, געפליעד נאט גילטי, בעיל 100k.
די אינסטאנצן לייקענען די ריפארטן אז זי האט זיי געגעבן די פאוער טולס.

שבת יוני 13, 2015 10:19 pm

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:עני אפדעיט דורכאויס די וויקענד?

@AP: The latest on New York prison escape: Police say no new leads on 8th day of manhunt for 2 killers

שבת יוני 13, 2015 10:22 pm

אויב זי ווערט געפונען שולדיג באקומט זי 8 יאהר תפיסה

שבת יוני 13, 2015 10:23 pm

בארג האט געשריבן:אברהם הלפרין אויף קולמע זאגט מען גייט זיי כאפען ביז זינטאג זיכער !

זיכער?

שבת יוני 13, 2015 10:23 pm

הרב_שלום האט געשריבן:אויב זי ווערט געפונען שולדיג באקומט זי 8 יאהר תפיסה

פארשטייט זיך נאר אויב זי וועט זיך נישט ארויסשלייכן דורכן סוער סיסטעם אינדערצווישן.

שבת יוני 13, 2015 10:24 pm

הרב_שלום האט געשריבן:אויב זי ווערט געפונען שולדיג באקומט זי 8 יאהר תפיסה

דעדט'ס איט?

שבת יוני 13, 2015 10:25 pm

כתב ולשון האט געשריבן:
בארג האט געשריבן:אברהם הלפרין אויף קולמע זאגט מען גייט זיי כאפען ביז זינטאג זיכער !

זיכער?
עד בכלל אדער לא עד בכלל?
ביטע ענטפערן ווי שנעלער ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן.

שבת יוני 13, 2015 10:40 pm

הרב_שלום האט געשריבן:אויב זי ווערט געפונען שולדיג באקומט זי 8 יאהר תפיסה

וואס זענען די קאונטס?

שבת יוני 13, 2015 10:43 pm

Mitchell, who worked as the prison's tailor supervisor, was arraigned in Plattsburgh for promoting dangerous prison contraband, a felony, and criminal facilitation, a misdemeanor.

If convicted of the felony, Mitchell could face a maximum of 7 years in prison, while the misdemeanor carries a sentence of up to a year in jail.

שבת יוני 13, 2015 10:46 pm

זאכליך האט געשריבן:
כתב ולשון האט געשריבן:
בארג האט געשריבן:אברהם הלפרין אויף קולמע זאגט מען גייט זיי כאפען ביז זינטאג זיכער !

זיכער?
עד בכלל אדער לא עד בכלל?
ביטע ענטפערן ווי שנעלער ס'מיר זייער וויכטיג צו וויסן.

חברה, זאכליך שטייט מיט א קאווע אין איין האנט און א טשיז דעלקעלע א ס׳צווייטע, ער קען נישט אריינבייסן איידער ער באקומט אטנווארט

אידן האטס רחמנות

שבת יוני 13, 2015 10:48 pm

ער האט דאך נישט געזאגט וועלכע וואך זונטאג...

שבת יוני 13, 2015 10:52 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:ברעיקינג!!! וויקי ליעקס איז אויפגעשטאנען פון שלאף!


זיי ווייסן צו פארציילן אז א אגענט וואס איז איינגעפלאנצט צו שפיאנירן פאר אמעריקע אין א אנדערע מדינה האט געברענגט אינפארמאציע אז די לאנד וואו ער שפיאנירט האבן אויספלאנירט א אנטלויף פלאן פאר זייערס א מענטש וואס זיצט אין די קלינטאן תפיסה, לויטן פלאן האט דער ארעסטאנט געדארפט אנטלויפן דעם פארגאנגענעם זונטאג.

די סיי איי עי איז געשטאנען אין א פארלעגענהייט, ווייל מען האט געמוזט גאר שנעל ארבעטן און דאך זיכער מאכן אז דער אגענט'ס אידענטיטעיט ווערט נישט אנטדעקט, דעריבער האבן זיי מחליט געווען אז מען מוז מאכן דעם שפיל.

מען האט גענומען די גענויע פלענער וואס יענער האט געהאט (די העלפערס זיינע האבן אויספלאנירט דעם פלאן און עס איהם אריינגעשווערצט פארשריבן מיט פונקטליכע אינסטרוקציעס) און עס אויפגעשפילט מיט די צוויי עסקעיפיעס...

דאס הייסט אז די גאנצע אנטלויפעריי און זוכעריי איז א שיינער שפיל וואס מען שפילט אונז אויף, אלעס צו אפראטעווען די אנטלויף פון יענעם פארשוין ווייל די פלענער זענען דאך שוין נישט מעגליך איבערצושפילן נאכאמאל און די אידענטיטעיט פונעם אגענט.


דאס פארענטפערט א געוואלד מיט תמיהות וואס דער עולם האט;
וויאזוי קען זיין קיינער האט נישט געהערט די קולות?
וואו האבן זיי געשאפט די מאנסטערישע מאשינען?
וויאזוי האבן זיי געוואוסט פונקטליך די בלופרינט פונעם בילדינג וואס עס טוט זיך הונטער זייער וואנט?
וויאזוי האבן זיי געוויסט פונקטליך וועלכע פייפ אויפצושניידן?
וויאזוי האבן זיי געוויסט פונקטליך ווי ווייט צו קריכן און וואו אויפצושניידן נאכאמאל?
(ווילסט מיר איינרעדן אז א נארישע שניידערקע אין די תפיסה ווייסט די אלע זאכן אזוי פונקטליך, יא? און איך זאל נאך גלייבן אויך?!)
וויאזוי האט מען איר דערשנאפט שוין דעם ערשטן טאג?
אירע באקאנטע טענה'ן אז עס קלעבט נישט אויף איר אזא געשיכטע, דאן וויאזוי קען עס זיין?
פארוואס רעדט זי מיט אזא גלייכגילטיגקייט אן א לויער וואס אלע נייעס אגענטורן באוואונדערן?
וויאזוי איז מעגליך אז מען כאפט זיי טאקע נישט אויב איז זייער קאר נישט אנגעקומען? וואו און ווי האבן זיי געקענט אזוי שנעל און גוט אנטלויפן און זיך אויסבאהאלטן?
מען דערציילט אונז אז די שמעק הונט שפירן זייער גערוך איינמאל דא און נאכאמאל דארט, פלוצלינג גייט די גערוך אוועק?
זיי זענען געווען ביי א געז סטעישן, אויסגעמיטן די קעמרעס...

מען האט אלעס געהערט, מען האט זיי נישט געגעבן קיין זעג, מען האט זיי פונקטליך געזאגט ווי צו גיין, זיי האבן נישט געזויגן זיצענדיג אינעם פייפ, די שניידערין האט גארנישט געטון, דערפאר האט זי נישט מורא פון גארנישט, זיי זענען אוועקגעטראגן געווארן דורך די אינסטאנצן גלייך ביים ארויסקומען פון מענהויל, זיי זענען נישט ווייט און נישט אין וואלד, די שמעק הונט האבן געפילט די גערוך וואס מען האט זיי געהייסן זוכן, זיי זענען נישט געווען ביים געז סטעישן, להד"ם.
עס איז שטותים און לאקשן, די רעגירונג האט אלעס אנגעדרייט און אונז ליינען מיט שפאנונג און ווארטן מען זאל "כאפן" די "אנטלאפענע"...

לאכסט מיר אויס, הא?! כ'בין גוט משוגע, הא?! אבער בוש האט אראפגעווארפן די טווין טאוערס, דאס יא!...

גוט שבת, העמיר זעהן מוצש"ק די אפדעיטס...

viewtopic.php?t=27017

שבת יוני 13, 2015 11:24 pm

private האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:עני אפדעיט דורכאויס די וויקענד?

@AP: The latest on New York prison escape: Police say no new leads on 8th day of manhunt for 2 killers

מיר שמעקט עס ווי א שטילקייט בעפאר א שטורעם. Let's hope so

שבת יוני 13, 2015 11:28 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:
private האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:עני אפדעיט דורכאויס די וויקענד?

@AP: The latest on New York prison escape: Police say no new leads on 8th day of manhunt for 2 killers

מיר וואלט געשמעקט עס זאל זיין א שטילקייט בעפאר א שטורעם. Let's hope so

כצ"ל...

זונטאג יוני 14, 2015 1:08 am

קליינע נאטיצען.

איך פארשטיי נישט פארוואס מדארף איבערדרייען די שטאט צו טרעפן די אנטלאפענע.

לאמיר זאגן אז זיי וואלטן נאכנישט געזיצן, נאר געהאלטן פאר די משפט, וואלט מען אויך איבערגעדרייט די שטאט?

צו דען יעדעס מאל וואס מזוכט א מערדער, שיקט מען ארויס אזויפיל הונדערטער פאליציי?

לענ"ד איז עס בלויז צוליב די טשעפע צעטל וואס זיי האבן איבערגעלאזט דארט, דאס קענען די באעהרדע נישט אראפשלינגען, אז די ווילסט אנטלויפן, אנטלויף, אבער וואס רייצטו זיך?.

---

איך האב א ערנסטע פארדאכט אז די חברה באהאלטן זיך אויס אינטער מיין בעק פארטש.

קודם לעצטנס הער איך דארט יעדע נאכט פארדעכטיגטע באוועגונגען, און ווען איך קום, ווערט שטיל.

צווייטנס, איינער רייסט אויף מיין גארבידזש יעדע נאכט, דאס איז ווארשיינליך ווען זיי זוכן עסן.

דריטנס והוא העיקר, שמעק איך דארט גאר א שווערע ריח, די איז אן קיין צווייפעל די סוער גערוך פון די צוויי חברה, כמיין, זענען דאך ארויס געקראכן פון סוער.

ממילא איז ביי מיר נישט קיין ספק אז די צוויי חברה באהאטן זיך דארט.

יעצט ווערט א נייע שאלה, דער וואס וועט קער נעמען פון זיי, וועט דאך האבן גרויס כבוד, איך פיל נישט אז איך בין ראוי צו נעמען דעם כבוד פאר מיר אליין.

ממילא האב איך קודם געקויפט א לאנגן שטעקן, וואס קען גרייכן ביז אהין, כווארט אויף עפעס א שיינעם איד, וועם כזאל קענען מכבד זיין מיטן כיבוד זיי מסדר צו זיין.

---

אויב איינער קען בעטן דער גאווענער, זאל בעטן פון אלע זיינע חברה וואס זוכן, אז אויב ווילן זיי עפעס אויפטון זאכליך, זאל זיי איינוועגס שוין אויך זוכן מיין מעיל וואס כהאב פאר א יאר פארלוירן, כקען עס נישט טרעפן, זאלן זיי כאטש עפעס אויפטון מיטן זוכן.

זונטאג יוני 14, 2015 1:47 am

זיי זוכן נאר ווייל זיי קענען נישט אראפשלונגען אז איינער איז אנטלאפן פון א ניו יארק תפיסה

זונטאג יוני 14, 2015 1:51 am

און אוועקנעמען די אפעטיט פון אנדערע צו אנטלויפן.

זונטאג יוני 14, 2015 5:47 am

יא, יעדע מאל איינער אנטלויפט פון תפיסה מאכט מען א מעסיוו מען האנט.
ס'נישט צי קאמפערן בכלל צי איינער וואס איז נאך נישט געזעצן און אנטלויפט צי איינער זיצט שוין אפאר יאר אין א מעקסימעם סיקיורעטי פעסיליטי, און אנטלויפט. ווען ער איז נאך נישט געזעצן, איז עס נישט זייער פלאפ ווען ווערט פארשווינדען, משא"כ דא קענען זיי נישט קומען צי זיך פון די בזיונת.

זונטאג יוני 14, 2015 6:23 am

מאנ-יימער האט געשריבן:און אוועקנעמען די אפעטיט פון אנדערע צו אנטלויפן.

איך גלייב נישט אז פין מאכן אזא מצב וועט עס אוועקנעמן די אפעטיט פון אנדרע

זונטאג יוני 14, 2015 8:54 am

עירמאנט'ער האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:און אוועקנעמען די אפעטיט פון אנדערע צו אנטלויפן.

איך גלייב נישט אז פין מאכן אזא מצב וועט עס אוועקנעמן די אפעטיט פון אנדרע

ווען נישט דעי מצב, וואלטסטו יעדן שני וחמישי געהערט פון נאך אן עסקעיפ, אזוי ווייסען זיי אז די שאנסן צו בלייבן אויף דער פריי זענען זייער קליין.
לדעתי איז די עסקעיפ איט סעלף די קליינע שוועריגקייט קאמפערט צו דאס וואס קומט נאכן שוין זיין אריבער דעם צוים.

זונטאג יוני 14, 2015 10:24 am

צווייפעל האט געשריבן:אויב איינער קען בעטן דער גאווענער, זאל בעטן פון אלע זיינע חברה וואס זוכן, אז אויב ווילן זיי עפעס אויפטון זאכליך, זאל זיי איינוועגס שוין אויך זוכן מיין מעיל וואס כהאב פאר א יאר פארלוירן, כקען עס נישט טרעפן, זאלן זיי כאטש עפעס אויפטון מיטן זוכן.


צווייפל וואס האסטו געזוכט אין יענע געגענט מיט א מעיל? הא?
שרייב א תגובה

Advertisement