בלאט 14 פון 36

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:42 am
דורך maybeeynot
מסתם דורך פעי פאל צו זייער אקואנט איו תפיסה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:44 am
דורך הלשון
The manhunt for two inmates who escaped from an upstate New York prison intensified after bloodhounds picked up a strong scent, suggesting the escapees could be nearby, an official briefed on the search told ABC News.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:54 am
דורך private
גוגל האט געשריבן:וויזוי האבן זיי באצאלט?

מיט די הונדערט אלפים פון גאווערנער קאומא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:03 am
דורך קאווע באנדל
private האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:וויזוי האבן זיי באצאלט?

מיט די הונדערט אלפים פון גאווערנער קאומא

ס'נאכנישט ארויף?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:07 am
דורך גערעכטער
קאווע באנדל האט געשריבן:
private האט געשריבן:
גוגל האט געשריבן:וויזוי האבן זיי באצאלט?

מיט די הונדערט אלפים פון גאווערנער קאומא

ס'נאכנישט ארויף?

ניין.
---
דער ניו יארק סעיט פאליס קאמישענער האט געזאגט 'איך האב נישט קיין אנונג וואו זיי קענען זיך געפונען, צו זיין אויפריכטיג מיט ענק'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:21 pm
דורך ניגון עתיק
זעט אויס ווי מ'מאלט וואסער

#מאלאזיע פליגער אלערט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:40 pm
דורך ישמחו
@קול העולם שרייבט א סטאטיסטיק,
אז רוב אנטלאפענע פון תפיסות אין ניו יארק זענען געכאפט געווארן דורכאויס די ערשטע 24 שעה פונעם אנטלויף.
פון די 29 אנטלאפענע פון תפיסות אין די צען יאר צווישן 02' ביז 13' איז בלויז איינער געווען אויף די פריי פאר מער פון צוויי טעג.
און דא...

מ'האלט שוין ביי פינף טעג און מ'טאפט א וואנט.

איין געווינס, מ'האט דערווישט די פרוי וואס האט "געוואלט" גיין אפנעמען די צוויי מערדער...

(נ.ב. ייש"כ 'מיסטעריז' פארן תיקון פון אנקעטע צו סטאטיסטיק)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:49 pm
דורך קארן טשיפ
די k9 הינט האבן זיך צעווילדעוועט ביי א פלאץ וואס איז אינגאנצען 3 מייל פון די תפיסה!!!
זי זעהען אויך אז די גראז איז אראפ געקוועטשט און ס'קוקט אויס ווי ער האט זוך דארט ציגעלייגט אביסעל.

זיי האפן אז וויבאלט ס'האט אסאך גערעגנט דארט די לעצטע פאר טעג, איז די צייכן אויף די גראז און די שמעק, פון היינט און נישט פון 5 טעג צוריק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:51 pm
דורך SPUSMN
אפשר האבען זיי זיך דארטען באגראבען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:52 pm
דורך לאו דוקא
מיין שאצונג איז אז זיי האבן זיך גענומען דאס לעבן, און אויב נאכנישט וועלן זיי דאס טון ווען זיי שפירן אז מ'קומט נענטער צו זייערע שפירן,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:53 pm
דורך כתב ולשון
דער עולם קומט דא אויף מיט אזעלכע וואזשנע השערות, ממש ווי געלערענטע דעטעקטיוון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:55 pm
דורך יהיה כן
זיי האבן זיך לכאורה אנגעשפריצט מיט די נייע 'רואה ואינו נראה' ספרעי... (יא, די ספרעי וואס פארלירט דרייסיג פונט אין דרייסיג טעג, דורכן עס קאנווערטן צו א רואה ואינו נראה...)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 1:59 pm
דורך SPUSMN
ס'דא וואס זאגען אז דער מאלעזיער עראפלאן האט זיי אויף געפיקט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 4:28 pm
דורך נודה לך
מחותן האט געשריבן:איך וואלט נישט געלייגט אין אידישע וועלט קיין לינק צום NY POST, נאר ענדערש אהער געברענגט די ארטיקעל,
נישט צילוב מיין פרומקייט נאר ווייל עס איז דא א געוואלד מיט ניקים וואס זאגען אז אייוועלט איז זייער אויסגעהאלטענע פלאטץ פון זיי נעמען נייעס און זיי שפירען אז דערמיט זענן זיי אפגעזינדערט פון די אלגעמיינע וועב, מיטען אהערן לייגען לינקס אהין פארלירט אייוועלט די סטאטוס פון זיין אפגעזינדערט, און עס איז עוולה כלפי יענע ליינער, והבוחר יבחר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:32 pm
דורך בענאק
קארן טשיפ האט געשריבן:די k9 הינט האבן זיך צעווילדעוועט ביי א פלאץ וואס איז אינגאנצען 3 מייל פון די תפיסה!!!
זי זעהען אויך אז די גראז איז אראפ געקוועטשט און ס'קוקט אויס ווי ער האט זוך דארט ציגעלייגט אביסעל.

זיי האפן אז וויבאלט ס'האט אסאך גערעגנט דארט די לעצטע פאר טעג, איז די צייכן אויף די גראז און די שמעק, פון היינט און נישט פון 5 טעג צוריק

די נייעס מעלדט מיט א זיכערקייט אז די צוויי זענען געשלאפן דארט ווי די K9 האבן זיך צעווילדעוועט פריער, און אז זיי זעען דארט אסאך עסן אפפאל און צודריקטע גראז.

CNN זאגט אז די פרוי וואס מען איז חושד אין העלפן די מערדער, איז אויסטערליש קאאפעראטיוו מיט זיי, און זי גיט ארויס קריטישע אינפארמאציע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 6:39 pm
דורך ווישוואש
בענאק האט געשריבן:CNN זאגט אז די פרוי וואס מען איז חושד אין העלפן די מערדער, איז אויסטערליש קאאפעראטיוו מיט זיי, און זי גיט ארויס קריטישע אינפארמאציע.

אינטרעסאנט אז זי האט נישט מורא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:00 pm
דורך בענאק
אז זי האט געארבעט אין תפיסה קען זי דאך ביידע זייטן.
זעהט אז זי האט מער מורא פון די קארעקשאן אפיצירן ווי פון די מערדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 7:58 pm
דורך גיי שוין גיי
NYPD investigating possibility that escapeis are in the city
At 11 & 55

https://www.dropbox.com/s/h2iiluw5za917 ... 5.aac?dl=0

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:14 pm
דורך green
גיי שוין גיי האט געשריבן:NYPD investigating possibility that escapeis are in the city
At 11 & 55

https://www.dropbox.com/s/h2iiluw5za917 ... 5.aac?dl=0

Empty file, don't hear nothing

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:20 pm
דורך מיסטעריעז
פארוואס הער איך יא? האסט עס געדאונלאודט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 10:03 pm
דורך ניגון עתיק
אויף קולמע הערט מען א שמועס פון דרעזדנער מיט יאיר בן מנשה א רעפארטער פאר NBC, זאגט ער אז די פרוי פון תפיסה האט באקומען קאלטע פיס און געכאפט א נערוועס ברעיק דאון, דערפאר האט זי זיי נישט אויפגעפיקט, לויט דעם, שטימט שוין אביסעלע פארוואס ס'נעמט אזוי לאנג ארויסצובאקומען אינפארמאציע.

#השערה

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:03 am
דורך מיסטעריעז
נעכטן האבן די הונט דערשפירט די מערדערס גערוך ביי א גאז סטאנציע (נישט אפן א גאנצע נאכט), מען קוקט יעצט דורך די [ווייניג] סעקיוריטי קעמערעס פונעם סטאנציע גלייבענדיג אז זיי האבן געזוכט פאר איבערבלייבעניש פון עסנווארג אין די גארבידזש קען.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:21 am
דורך הערסטע?
די די. עי. זאגט אז לדעתו וועט היינט זיין דער טאג וואס מען וועט זיי כאפן. נו, לאמיר זען.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 8:22 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
עכ"פ אזוי וויל """"ער""""...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 9:10 am
דורך פארבינדן
הערסטע? האט געשריבן:די די. עי. זאגט אז לדעתו וועט היינט זיין דער טאג וואס מען וועט זיי כאפן. נו, לאמיר זען.


זייער אינטערעסאנט, איבער פיר און צוואנציג שעה צוריק האבן די הונט דערשפירט א "שטארקע גערוך" פון די אנטלאפענע, אויך האט מען געזען אראפגעדרוקטע גראז א שטייגער ווי מ'איז געשלאפן דארט. די גאנצע אומגעגנט איז הערמעטיש פארשלאסן אין יוצא ואין בא, הונדערטער law enforcement אגענטן נישטערן דורך יעדע שטיינדל אין געגנט, די פרוי וואס האט זיי געהאלפן מיט זי אנטלויף געצייג איז "אויסטערלש קאאפערעטיוו", שמועות צורקעלירן אז מ'האט זיי געזען אין פענסלעוועניע, ווערמאנט, אדער גאר 40 מייל אוועק פון די טורמע אפסטעיט ניו יארק.
און דער די. עי. פראקלאמירט אז היינט וועט זיין דער טאג...